בלאט 1 פון 937

די 2016 פרעזידענטליכע פריימעריס

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2012 2:23 pm
דורך הרבטייטעלבוים
שוין די פריימעריס 2012 איז שוין אווער, די נייעס קאנצעטרירט זיך אויף 2016
יעצט האלט מען נאך ביים שטאפעל אז ווער עס וויל לויפען מיז זאגען ניין.

האב איך געהערט מאנכע ניצען דאס איז א ראיה אז דזשא ביידען גייט נישט לויפען ווייל ער האט נאך נישט געזאגט ניין, אנדערע זאגען אז ער גייט יא לויפען ווייל ער האט יא געזאגט ניין, און א דריטע פלאץ האט איינער געשריבען אז ווען דזשא ביידען זאגט ניין איז נישט קיין ראיה אז יא ויל"ע.
אנדער שפעקילאציעס איז אויף די יא ניין פון קלינטען

אויף די רעפאבליקאנער זייט איז אויך שוין געווען רעדערייען

עכ"פ סקיקט אויס און די גאס אז מען איז שוין פארנימען און די פאליטיק היפש אויף 2016 און דא האב איך נישט באמערקט רעדען דערפון,

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2012 3:30 pm
דורך דזשעב 012
ס'איז דא א רעדע אז די געוועזענע פרעזידענט באראק אבאמא (דעמאקראט) פלאנט צו לויפן פאר א צווייטע טערמין.

קען איינער קאנפירמען?

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2012 3:42 pm
דורך וויכטיג מאכער
יא יא, אונז זעמער קארגע 3 און א האלב יאר אוועק דערפון!

דאס איז זיכער אז א דעמעקראטישע פריימערי גייט זיין! ווייל קיין דעמעקראטישע אינקאנבענט גייט נישט קענען לויפן. ביי די ריפאבליקאנער ווענצעך, אויב ראמני געווינט איז נישטא קיין פריימערי, און אויב נישט, איז דא א ליסטע מיט קאנדידאטן...

אלזא ביי די דעמעקראטן קוקט דערווייל אויס אז גאווערנער קאומאו גייט לויפן, און איך גלייב אז סענעטאר שומער און סעקרעטערי אוו סטעיט קלינטאן האבן פלענער...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:04 pm
דורך Ron Paul
יעדעס ווארט אינעם אנדערן אשכול איז א ברכה (קללה) לבטלה.
קריסטי גרייט זיך זיכער צו לויפן נאך וואס אבאמא ענדיגט זיין צווייטן טערמין. זיין אומפארשעמטן סעלף סערווינג קי-נאוט ספיטש איז געווען דער התחלה.
און איצט איז דא א נייער סטאר ביי די דעמ'ס, "הוליאן קאסטרא" דער קי-נאוט רעדנער בא די דעמאקראטישע קאנווענשען.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:08 pm
דורך וויכטיג מאכער
קאסטראו איז נאך אין די 30'גער... איך ווייס נישט אויב ער קוואלעפייד שוין צו זיין פרעזידענט אין 2017...

אבער צו זאגן אז יעדעס ווארט אין די אנדערע אשכול איז איבעריג איז זייער זייער איבערגעטריבן...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:13 pm
דורך Ron Paul
איך האב נישט געזאגט "ס'איבעריג".... כאגעזאכט סא קללה לבטלה. מיר זעהט אויס ווי ראמני האט געטשינדשט זיין מיינד, ער וויל נישט זיין פרעזידענט.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:23 pm
דורך מידער
וויכי, ער מיינט נאר זיך, ער וויל האבן א תירוץ פארוואס ער זאל ווייטער קאמפיינען נאכן רעפובליקאנער קאנווענשאן...

ראן, כ'זעה דו פארשטייסט יא צו א קאמפיין... צום אלעם ערשט אן אטאקע אויף קריסטי...

וועגן קאסטרא, גלייבט זיך שווער אז די דעמאקראטן זאלן ערוויילן א מעיאר, צום ערשט מוז ער צום ווייניגטענס באזיגן פערי (אדער א צווייטן רעפ.) צוויי יאר ארום.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:14 pm
דורך Ron Paul
גאווערנער קריסטי האט גענומען זיין ערשטן שריט פאר 2016, מיט א קליינע דרשה פון 3 מינוט

קוקטס דא

(מ'דארף אביסעלע אראפ סקראול'ען צו די ווידעא)

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 10:41 am
דורך אויפריכטיג
יא, קריסטי שטייט שוין ביים שטענדער מיט'ן פרעזידענט עמבלעם דערויף...

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 1:30 pm
דורך מחותן
עס איז שוין דא א אשכול איבער 2016

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:47 pm
דורך ריק פערי
אזוי עס גייט זיין א דעמאקראטישע פריימערי אין 16' שטעל איך דא עטליכע דעמאקראטישע קאנדידאטן, קלינטאנטע, ביידען, און לאכטס נישט מעגליך נישט 16' באט וואן דעי מישעל אבאמא וועט לויפן מיט די זעלבע סעלעברעטי/קוהל גיי פלאטפאמע פון איר מאן.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 2:21 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די ריפאבליקענס האבן איין ברירה, נעמען א ספאנישטער למשל רוביא! אבאמא האט געווינען ווייל די שווארצע האבן זיך צוזאם געשטעלט מיט די שפאניאלן, און צוזאמען זענען זיי כמעט אזוי פיל ווי די ווייסע, און עס פעלט נאך אפאר יאפיס, וואס זיכען פריקת עול, הנקרא ליבערעליזעם, און מער פעלט נישט אויס.

יו העירד איט היער פעירסט, מארק רוביא פאר פרעזידענט אין 2016!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 2:25 pm
דורך פאר דוקא
;l;p- ;l;p- ;l
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די ריפאבליקענס האבן איין ברירה, נעמען א ספאנישטער למשל רוביא! אבאמא האט געווינען ווייל די שווארצע האבן זיך צוזאם געשטעלט מיט די שפאניאלן, און צוזאמען זענען זיי כמעט אזוי פיל ווי די ווייסע, און עס פעלט נאך אפאר יאפיס, וואס זיכען פריקת עול, הנקרא ליבערעליזעם, און מער פעלט נישט אויס.

יו העירד איט היער פעירסט, מארק רוביא פאר פרעזידענט אין 2016!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 5:33 pm
דורך לכתחילה אריבער
דא איז א ליסטע וואס איינער האט ארויס געשטעלט, קאנדידאטען פאר 2016:

Marco Rubio
Paul Ryan
Bob McDonnell
Jeb Bush
Rand Paul
Chris Christie
Nikki Haley

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 9:56 am
דורך טראנספארט
לכתחילה אריבער האט געשריבן:דא איז א ליסטע וואס איינער האט ארויס געשטעלט, קאנדידאטען פאר 2016:

Marco Rubio
Paul Ryan
Bob McDonnell
Jeb Bush
Rand Paul
Chris Christie
Nikki Haley


העי, האסט אויסגעלאזט איין וויכטיגע נאמען:

"ראן פאול"!...

:wink:

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 1:19 pm
דורך צים פינטעל
אויף רויטערס שרייבן זיי די מעגליכע קאנדידאטן פאר 2016

אויף די ריפאליקאנע זייט
1. דזעב בוש
2. מייק האקאבי
3. פאול רייען
4. קריס קריסטי (ראון פאול ( די ניק ) בארואיג דיר )
5. מייק פענס (וואס לויפט פאר געווערנער פון אידיענא) ער איז כמעט געלאפן פאר פרעזידענט אין 2012 און איז זייער א רעכטער און א קאנסערווערטיווע

אויף די דעמאקראטישע זייט
1. הילערי קלינטאן (אויב זי לויפט וועט זי געווינען די פריימערי לויט רויטערס)
2. ענדראו קאומא
3. מארטין אמעלי (גאווערנער פון מערילענד)
4. ברייען שווייצער (סענעטאר פון מאנטענא)
5. עימי קלאבאשער (סענעטאר פון מיניסאטא)
6. ראום עמענואל (מעיאר פון שיקאגא)
7. דזאו ביידען

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 1:23 pm
דורך מי חכם
הילערי קלינטאן גייט ארויס פון די פאליטישע וועלט מיט בענגאזי אויפן קאפ. אז זי האט שכל בלייבט זי נאך 2 יאר אדער אפילו 1 יאר אין אמט.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 1:29 pm
דורך טראנספארט
איינמאל זי לויפט פאר פרעזידענט וועט זי ווארפן די גאנצע דורכפאל אויף די אבאמא אדמיניסטראציע, זי וועט זאגן אז זי האט אלעס געטוהן וואס זיי האבן איר פארארדענט צו טון.

וועסט נאך לאכן (אדער וויינען...) אז יעצט האבן די רעפובליקאנער נישט גוט אויסגענוצט די בענגאזי אטאקע קעגן אבאמא, און אין פיר יאר ארום וועט קלינטאן אטאקירן איר קעגנער ביידען פאר... די בענגאזי אטאקע!

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 1:34 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
איך האלט אז איו 2016 דארף מען צאמשטעלן מארק רוביא פאר פרעזידענט און פאול רייען פאר ווייס פרעזידענט, צוויי פרישע לעבעדיגע יונגעלייט, זיי וועלן שוין מאכן סדר דא

נישט אזוי?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 3:27 pm
דורך צים פינטעל
TIME האט נאך חידושים פון קאנדידאטן פאר 2016

דזשאליען קאסטרא ( קניאט ספיקער פון קאנווענשאן - דעמאקראט מעיאר פון סט. אנטאניא קאליפארניע) ער קען לכאורה האבן אלע ספאנישע וויילער און איבערשפילן אבאמא'ס אויפשיין נאך זיין קניאט דרשה
קאנדעליזא רייס (סעק. אף סטעיט אונטער בוש)
מארק רוביא (קען ברענגן היספאנישע וויילער צו די ריפאבליקאנע צוליב זיינע אימעגראציע פאליסיס)
באב דזינדעל
קריסטין דזיליברענד
ניקי האלעי (סאוט קאראליינע גאווערנער)

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:17 pm
דורך Ron Paul
First 2016 Iowa poll: Hillary 58, Biden 17, Cuomo 6

According to Nate Silver, Hillary now has a 86.6392 percent chance at the nomination. (Kidding, kidding.)

http://hotair.com/archives/2012/11/08/f ... 7-cuomo-6/

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:40 pm
דורך לכתחילה אריבער
פריש פון PPP (מ'דארף דאך זיי גלייבן יעצט, ביז די נעקסטע אילעקשאן, ווען זיי גייען מיס דורכפאלן)

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:49 pm
דורך Ron Paul
איך האב הנאה אז פעילין איז דארט וואו זי דארף זיין.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 1:41 am
דורך טהור-עיניים
לכתחילה אריבער האט געשריבן:פריש פון PPP (מ'דארף דאך זיי גלייבן יעצט, ביז די נעקסטע אילעקשאן, ווען זיי גייען מיס דורכפאלן)


וויכי, קוק גוט ווער עס שטייט דער ערשטער ביי די רעפאבליקאנער.


אבער באמת האלט איך אז דער גאנצער אשכול איז א ברכה לבטלה. עס איז געווען א גוטער געדאנק פון הרב טייטעלבוים עס צו עפענען, פשוט אויף צו זיין דער פותח האשכול, אבער נישט מער פון דעם. ווייל יעצט גייט מען רעדן פאר אפאר טעג אדער מיינסטנס אפאר וואכן איבער דעם, און דערנאך גייט מען פארגעסן דערפון פאר די נעקסטע צוויי יאר. ווייל דער עיקר כוחות גייט מען יעצט פארלייגן איבערצושפילן אין צוויי יאר ארום, דעם סוקסעס פון צוויי יאר צוריק, די רעפאבליקאנער וועלכן אריינלייגן אלע כוחות צוצוכאפן דעם סענאט פון די דעמאקראטן, און נאר נאכדעם וועט זיך אנהייבן די ריכטיגע הכנות פאר 016. אבער דערווייל, פארוואס נישט. לאמיר זיך ענדשויען אביסל.

איז צוריק,
מיין קאנדידאט איז מייק האקעבי.
ראן פאול האט קלאר געזאגט אז ער לויפט נישט נאכאמאל. ער איז פערטיג מיט פאליטיק.
רענד קען איך נאך נישט גענוג גוט, סאו קען איך נישט זאגן.
קריסטי גייט זייער שטארק טרייען אבער איך האלט ער קען נישט און גייט עס נישט מאכן.
סענטארום קען פארגעסן, ער האט נאר געהאט א טשאנס אין אזא יאר מיט אזעלכע אומגעלונגענע קאנדידאטן.
דשעב בוש קען איך באשטיין, אבער ער וועט נאר האבן א טשענס אויב אבאמא וועט פירן אמעריקע אין שאול תחתית אריין אין די נעקסטע פיר יאר.
מארקא רוביא איז זייער א גוטער טשויס, כאטש איך ווייס נישט וויפיל היספאניקס ער קען ברענגען
קאנדאליזא רייס (אדער סיי וועלכער שווארצער) איז א שאד די צייט, ביי די שווארצער איז א רעפאבליקאנער שווארצער נישט עכט שווארץ
פאול רייען איז אויך זייער א גוטער טשויס, צוליב זיין פיסקעל עקספיריענס, איך ווייס אבער נישט ווי לייקעבל ער איז, קאן זיין אז יא, איך האב אים נישט אזוי נאכגעקוקט אים דעם פארמעסט.

ביי די דעמאקראטן
הילערי, קאן זיין, אבער אין דריי יאר ארום, ווען מען הייבט אן ערנסט לויפן, גייט זי שוין זיין 68, און איר עיקר מעלה ביי די אמעריקאנער גראביאנעס, גייט שוין ווייט נישט זיין אזוי אקטועל, דעריבער גיב איך איר שוואכע שאנסן.
דשאו ביידען גייט לויפן אבער חוץ זיך אויסגליטשן און אונז געבן א גוטן לאך זעה איך נישט ווי ער גייט אנקומען.
ענדרו קאומאו גייט לכאורה לויפן, און איך האלט ער האט גוטע שאנסן, ער טוט גאנץ א פיינעם דשאב אין ניו יארק אין ארבעטן מיט רעפאבליקענס און דעמאקראטן.
ראהם עמאנועל גייט לכאורה טרייען, אלס איד האף איך ער זאל נישט אנקומען אין ערגעץ
טשאקי שומער '' '' '' '' '' '' '' '' ''

דאס זענען די חברה וואס מען ווייסט שוין יעצט, עס וועלן נאך זיכער אונטערקומען פרישע פנים'ער ביז אהין.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 2:38 am
דורך וויכטיג מאכער
די פאול איז פון אייאווע, איא? איך קעניש פארשטיין פארוואס האקאבו איז אזוי נאנט צו קריסטי... כ'מיין... האקאבו אליין?!!! ער העטעך ווען געדארפט זיין לכה"פ 50 פראצענט... שוין... א קשי' אויף PPP...

און יעצט זעה איך, ריק פערי, מיטש דעניעלס, באבי דזשינדאל, טים פעלאנטי, העילי בארבער זענען בכלל נישט דארט... אויך מיר א פאול...