די 2016 פרעזידענטליכע פריימעריס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג פאברואר 07, 2016 10:52 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סמארט גאי, אבאמא האט געהאט ביידע הייזער מיט מעסיוו מארדזשינס האטער געקענט אדורכפיהרן וואס ער האט אדורכגעפיהרט, זינט די ריפאבליקענס האבן קאנגרעסס, וואס האטער אדורכגעפיהרט?

ואגב, אויב גייט קרוז מאכן די ריפאבליקענס אויסקוקן אין לאוקאלע הייזער וויזוי אבאמא האט געמאכט די דעמעקראטן, בינעך נישט זיכער אז ס'לוינצעך...

אויף דיין ערשטע נקודב ביזטו 'טיילווייז' גערעכט, ווייל פון די אנדערע זייט האט אבאמא באוויזן דורכצופירן (ספעציעל אין די סענאט ) זאכן וואס זענען נישט געווען לרוחם פון א שיינע פאר דעמאקראטן דארט, און אסאך האבן פארלוירן זיצן לכבוד דעם, בקיצור ער איז געגאנגען אלל די וועי, נישט סתם דורכגעפיהרט זיין פארטיי'ס אגענדע, נאר געדרייווט א שיינע פאר דעגריס לינקס, אויף קאנטראווערסיעאלע זאכן.

אויף דיין צווייטע נקודה, ס'איז נישט קיין פארגלייך צו אבאמא, אבאמא'ס פאליסיס זענען אומפאפולער ביים עולם און ס'איז קעגן די אידעאלאגיע פון רוב אמעריקע, וויפיל פראצענט אמעריקאנער זענען סאציאליסטן ? יא! זיי וואקסן, אבער זענען ווייט נישט קיין רוב, משא"כ קרוז, אז דו וועסט צונעמען יעדע פון זיינע שטעלונגען (נישט סאציאלע אישוס ) וועסטו זעהן אז רוב אמעריקע אגריעד מיט אים, ווייל אמעריקע באשטייט פון 40 פראצענט קאנסערוואטיוון, 20 פראצענט ליבעראלן, און די איבעריגע איז רובא דרובא צענטער-רעכט, רוב אטאקעס אויף קרוז זענען נישט אידעאלאגיש.
לעצט פאראכטן דורך סמארט גאי אום זונטאג פאברואר 07, 2016 10:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג פאברואר 07, 2016 10:53 pm

קאליפארניע האט געשריבן:קעיסיק אינטערנאל פאול, נאך דיבאטע, 500 LV
Donald Trump holds a wide lead in the survey, receiving 35 percent. He more than doubles runner-up Kasich, who has 15 percent. In third is Jeb Bush, with 13 percent. Behind Rubio in fifth and sixth place, respectively, are Christie and Ted Cruz. Both receive 8%


וואס איז די חכמה פון העכערן די אייגענע עקספעקטעישנס?
לייגט זיך נישט אויפן שכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » זונטאג פאברואר 07, 2016 11:12 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:אין 27 שעה הייבט מען אן שטימען אין ניו העמפשיר (די ערשטע שטימען ווערן שוין אפגעגעבן 12 ביינאכט).

די פאולס ווייזן דאנעלד ערגעץ אין די 30% רעינזש, און מיט א דאבעל דיזשיט ליעד אנטקעגן זיין נאענטסטען קעגנער.

אויב זאל די עקטשועל וואטס טאקע זיין אזוי, וועט דאס אפיציעל אוועקלייגן די טעאריע אז טראמפ פארלירט שטיצע ווען עס קומט למעשה דער ווייל טאג. אין אזא פאל דארף מען גאר ערענסט נעמען אין באטראכט אז טראמפ גייט זיין דער עווענטועלער קאנדידאט, וויבאלד אין סאוט קאראליינע שטייט ער אויך העכער, א.א.וו.

שוין העכסטע זמן צו אבענדען דיין עקסעסיוו אבסעסיע פאר דעם פויער דאנעלד טראמפ. אויב ווילסטו נישט נאכלאזן, דאן קוק וואס איז געשען מיט קעניזאן׳ס אבסעסיע פאר מיט ראמני מיט באלד פיר יאר צוריק.. מה שלא יעשה השכל יעשה זמן. פאליטיקס איז באזירט אויף הוילע שפעקעלאציעס גארנישט מיט קיין לאגיק און פאקט. פאולס און אנקעטעס דיקטירן דעם שכל אז עס זאל אויסזען ווי א ריעל טיימליין. אבסעסיעס ברענגט נאכדעם פאטאלע ווייען. ראו הזהרתיך!
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג פאברואר 07, 2016 11:17 pm

@סמארט, עס מיר א חידוש וואס דו זאגסט אז רוב אמעריקאנער האלטן ווי קרוז, אויב ריכטיג וואלטן זיך געדארפט ווארפן אסך מער קרוז'לעך.

@קעניגזאן, איך וויס נישט פינקטליך וואס דו מיינסט, א חלק פונעם שמועס איז אנאליזן. מיר פערזענליך גייט גארנישט געשען אפילו טאמער הילערי געווינט.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג פאברואר 08, 2016 12:46 am

וועלקאם בעק קעניגזאן.

ווער איז נאר געווען דער קאנדידאט וואס דו האסט דיך געשוואוירן יענער גייט געווינען?..

צייט לויפט
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג פאברואר 08, 2016 1:02 am

סמארט, דיינע פעקטס און פיגור'ס זענען ארום פערציג / פופציג יאר אלט. זאכן האבן זיך געטוישט זינט דעמאלטס.

פאר סטארטערס, ווייסע אמעריקאנער זענען שוין (אדער כמעט שוין) נישט דער רוב אין אמעריקע.

און עס לאזט זיך זאגן, אז אפילו בימים ההם איז דער עיקר געווען קאנסערוואטיוויזם אויף סאציאלע אישו'ס, נישט עקאנאמישע. די דעמאקראטן האבן פארלוירן די ווייסע ארבעטער קלאס, וואס מ'רופט די רעיגען דעמאקראטן, ווען זיי האבן געטוישט זייער פאקוס - אין די 70'ער יארן - פון עקאנאמישע אישו'ס צו סאשעל און איידענטיטי אישו'ס. (סאנדערס פרובירט איצט מהפך צו זיין קערה על פיה, און דערפאר גלייכן אים נישט די שווארצע צי שטארק, און פלענד פערענטהוד און
פעמיניסט גרופעס זענען נישט צי אנטציקט פון אים, טראץ זיין הונדערט פראצענטיגער רעקארד לטובתם. דאס איז ווייל ער זוכט בשיטה צו מאכן די עקאנאמישער אישו'ס די מעין זאך, און אנדערע זאכן זענען שוין צווייט ראנגיג).

עניוועי, דאס איז א לענגערע שמועס. כרגע איז די עלעקטאראט בכלל נישט אין פעיוואר פון די רעפובליקאנער, און זיי דארפן האבן אויסער ארדנטליכע אומשטענדן צו געווינען. די מיד טערם'ס, ווען דעמאקראטן קומען שוואך ארויס, גייט ע"פ רוב בעסער פאר די רעפובליקאנער. אבער פרעזידענט וואלן האבן די רעפובליקאנער געווינען אינגאנצן איינמאל אין די לעצטע 24 יאר, אין 04', א דאנק א טריק פון קארל ראוו ארויס צו שלעפן יעדן קאנסערוואטיוו ממש צום שטים בודקע. (00' האט גאור געהאט א האלב מיליאן וואוטס מער ווי בוש).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג פאברואר 08, 2016 1:40 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:אין 27 שעה הייבט מען אן שטימען אין ניו העמפשיר (די ערשטע שטימען ווערן שוין אפגעגעבן 12 ביינאכט).

די פאולס ווייזן דאנעלד ערגעץ אין די 30% רעינזש, און מיט א דאבעל דיזשיט ליעד אנטקעגן זיין נאענטסטען קעגנער.

אויב זאל די עקטשועל וואטס טאקע זיין אזוי, וועט דאס אפיציעל אוועקלייגן די טעאריע אז טראמפ פארלירט שטיצע ווען עס קומט למעשה דער ווייל טאג. אין אזא פאל דארף מען גאר ערענסט נעמען אין באטראכט אז טראמפ גייט זיין דער עווענטועלער קאנדידאט, וויבאלד אין סאוט קאראליינע שטייט ער אויך העכער, א.א.וו.

האסט אפילו א קלער אזדי פאולס זענען אזוי אקאוראט?

וואס יא, אויב געווינט ער די נעקסטע דריי שטאטן איז שווער צו זעהן ער זאל נישט מאכן די נעמענאציע.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג פאברואר 08, 2016 1:46 am

איך האלט סמארט גאי האט רעכט. קוקט וואס איך האב געשריבן אין אן אנדערע אשכול.
בן נון האט געשריבן:
קאליפארניע האט געשריבן:בוידעם, לויט וויאזוי די קענסט קרויז האלטסטו אז ער וועט קענען דורך פירן אפילו איין זאך? איך מיין אויב ער געווינט איז וואשינגטאן אויף שאט דאון פאר 4 יאר.

איך וואלט געזאגט אז אבאמא און קרוז זענען די זעלבע.

אבאמא עקסטרעם לינקס, קרוז עקסטרעם רעכטס.

און קוק ווי אבאמא האט אלס אויפגעטון (אין זיינע אויגן). ער האט דורכגעשטיפט העלטה קעיר, געפעסט סטימיולעס, געמאכט אמעריקא אויס פאליציי, און דורכגעפירט אסאך ליבעראלע סאציאל געזעצן.

און אלעס אן קיין דעפלאמאטיע, אן קאמפראמיזן מיט רעפאבליקאנער, און אן נאכגעבן א האר פון זיינע חלומות. ער איז דירעקט נישט א מענטש מיט וועמען עס איז גרינג צו דורכקומען.

איך זעה נישט פארוואס קרוז זאל נישט טון די זעלבע.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג פאברואר 08, 2016 2:06 am

א שטיקל חילוק, אבאמא האט געהאט די מידיע און פובליק אפיניען מיט אים ביי רוב פון די זאכן וואס די רעפובליקאנער האבן פארפירט.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג פאברואר 08, 2016 2:18 am

מידיא האט ער געהאט.

פאבליק אפיניאן?

וואס איז פאבליק אפיניאן אויף באפרייען גיטמאו ארעסטאנטען?


און אויף סוציאלע אישוס גלייב איך נישט מען קען אפילו מעסטן פאבליק אפיניאן.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג פאברואר 08, 2016 2:21 am

מיין פאוינט איז אבער עפעס אנדערש.

ווער האט דיך אריינגעוואויט? אויף וועלכע פלאטפארמע ביסטו געלאפן?

יעצט ביסטו מחיוב צו איינהאלטן דיין צוזאג. מיט גוטן אדער בייזן.

יעצט, אודאי איז דא אזא זאך ווי קאמפראמייזן, האנדלן מיט מענטשן א.א.וו. אבער מיט א מאס. נאכגעבן מער פאר דיינע קעגנער ווי פאר דיינע שטיצער מאכט נישט קיין סענס.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג פאברואר 08, 2016 2:24 am

בן נון האט געשריבן:מיין פאוינט איז אבער עפעס אנדערש.

ווער האט דיך אריינגעוואויט? אויף וועלכע פלאטפארמע ביסטו געלאפן?

יעצט ביסטו מחיוב צו איינהאלטן דיין צוזאג. מיט גוטן אדער בייזן.

יעצט, אודאי איז דא אזא זאך ווי קאמפראמייזן, האנדלן מיט מענטשן א.א.וו. אבער מיט א מאס. נאכגעבן מער פאר דיינע קעגנער ווי פאר דיינע שטיצער מאכט נישט קיין סענס.

גערעכט, שטעלט זיך נאר די פראגע צו אמעריקאנער וועלן אריינוועלן א טעד קרוז (צו א רוביא)..

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג פאברואר 08, 2016 2:31 am

און איך וועל עס נעמען א טריט ווייטער.

רוב אמעריקאנער זענען נארמאלע מענטשן. זיי האבן אויך ליב ווען זייער פארשטייער האנדלט נארמאל מיט קעגענער, קאמפראמייזט, און געט נאך. יעדער פארשטייט אז דאס איז מענטשליך. ווען איך האב פאוער געב איך נאך און ווען דו וועסט זיין ביי די מאכט וועסטו נאכגעבן.

זענען אבער אנגעקומען בעינער מיט זיין חברה און אנגעהויבן צו נאכגעבן רעכטס און לינקס. אנשטאט צו פארהאנדלען מיט זיין פארטיי האט ער גאר פארהאנדלט מיט די קעגערישע פארטיי.

און דאס האט געברענגט די גאנצע ׳אנטי-עסטעבלישמענט׳ ווינט.

זייגער
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 9:01 pm
לאקאציע: אפען אויבן אן

תגובהדורך זייגער » מאנטאג פאברואר 08, 2016 7:07 am

NEW poll - UMass-Lowell NH tracking:
Trump: 34
Cruz: 13
Rubio:13
Kasich: 10
Bush: 10
Christei 5

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג פאברואר 08, 2016 7:11 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אמעריקען ריסוירטש גרופ
דעילי טרעקינג פאול
ניו העמפשיר.

פעברואר___4__5__6__7__8
טראמפ ___34_36_34_ 31_30
רוביאו_____14_15_16_17_16
קעיסיק____13_14_17_17_16
קרוז ______12_12_9__9__10
בוש_______8__8__8__9__9
קריסטי____6__6__6__5__6
פיארינע___2__2__2__2__3
קארסאן___2__2__2__1__1.
------
סאנדערס_54_54_53_53_53
קלינטאן __38_38_41_42_41.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

יוניווערסיטי אוו מעסאטשוסעטס לעצטע אנקעטע.

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג פאברואר 08, 2016 7:14 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:יוניווערסיטי אוו מעסאטשוסעטס, לאוועל
דעילי טרעקינג פאול
ניו העמפשיר.

פעברואר___1__2__3__4__5__6__7__8
טראמפ __38_38_38_36_34_35_36_34
קרוז______12_14_14_14_14_13_13_13
רוביאו_____8_10_12_15_15_14_14_13
בוש_______9__9__9__8__8__10_10_10
קעיסיק____9__9__7__7__8__10_9__10
קריסטי____7__5__6__5__5__4__4__5
פיארינע___2__3__3__3__3__3__4__4
קארסאן___3__3__3__4__4__3__3__3
------
סאנדערס61_63_61_58_55_55_57_56
קלינטאן _30_30_32_36_40_41_40_40.
צוגעלייגטע
IMG_20160208_073009.jpg
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:57 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:אויפן פרעדיקשען מארקעט (פארוויפיל עס איז ווערט) שטייט רוביא נאך אלס ביי 48 אראפ פון 53. קרוז האלט ביי 16. טראמפ ביי 33.

טראמפ איז צוריק די העכסטע אויפן פרעדיקשאן מארקעט ביי 42. רוביא איז ביי 39, און קרוז ביי 18.

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » מאנטאג פאברואר 08, 2016 9:07 am

אויב די יעצטיגע פאולס זענען אקאוראט, און רוביא פאלט נאך מיט 2-3 פוינטס, מיינט עס אז רוביא קימט אריין די 5טע.

אין ניו העמפשיר אויב א קאנדידאט האט ווייניגער ווי 10% פון די שטימען, דארף ער געבן זיינע דעלעגאטען פאר די געווינער, דעס מיינט אז טראמפ קען ארויסקימען מיט א שיינע דעלעגאטען אויבערהאנט.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג פאברואר 08, 2016 9:12 am

אויפן ניו העמפשיר פרעדיקשאן מארקעט, איז דאנעלד ארויף צו 87%, רוביא אראפ צו 9%.

עס זעט אויז אז דער עולם האלט אז א טראמפ געווינס אין נ.ה. איז שוין כמעט א זיכערע זאך. און ווי עס זעט אויס זענען זיי גערעכט.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מאנטאג פאברואר 08, 2016 9:21 am

וויאזוי עס קוקט יעצט אויס איז אזוי:
טראמפ איז זיכער אופן ערשטן פלאץ
רוביא און קעסיק שלאגן זיך ארום אויף די צווייטע
בוש און קרוז אויף די דריטע
קריסטי און פארינע אויף די פערטע
קארסאן איז זיכער אויף די פיפטע
Mr President We're tiered of winning so much

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3541
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מאנטאג פאברואר 08, 2016 9:23 am

Was leaked an internal poll from a campaign (SORRY CAN'T SAY WHICH ONE) showing New Hampshire:
Trump 32
Gilmore 17
Kasich 12
Rubio 11
Bush 9

בעיביסיטער
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

תגובהדורך בעיביסיטער » מאנטאג פאברואר 08, 2016 9:35 am

איך מיין סאיז צייט צו סטאפן מאלן וואסער וועגן די נ.ה. פאללס
צוגעלייגטע
IMG_20160208_092519.jpg

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג פאברואר 08, 2016 9:39 am

טראמפ איז נישט געמאכט פאר נ״ה, און נ״ה איז נישט געמאכט פאר טראמפ...

איך זע נישט ווי אוזי ער זאל געווינען די סטעיט, חוץ אויב אלע דעמעקראטען וועלן וואטען פאר טראמפ כדי אפצוטיען די רפובליקאנער.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג פאברואר 08, 2016 9:56 am

מחותןש איך וואלט נישט געזאגט מיט אזא זיכערקייט אז ער גייט עס נישט מאכן. אבער איך בין אויך גארנישט אזוי זיכער אז יא.

און אנדער ווערטער: אנפראדיקטיבל!

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מאנטאג פאברואר 08, 2016 9:58 am

GOP presidential nomination:

Trump 31%
Rubio 21%
Cruz 20%
Kasich 6%
Carson 5%
Bush 4%

@Rasmussen_Poll 2/3-2/4
Mr President We're tiered of winning so much


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 32 געסט