באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג יוני 18, 2015 5:39 pm
אויב אזוי, פון ווי האט ער 9 ביליאן??
Advertisement
פרייטאג יוני 19, 2015 8:49 am
וואס זאגט דער עולם צו א וואלקער-רוביא טיקעט? איך מיין עס וואלט געווען היפש א שטארקע טיקעט
פרייטאג יוני 19, 2015 4:05 pm
In 1963 JFK shook hands with a 16-year-old Bill Clinton
- עטעטשמענטס
-

- CH3vBSdUEAAXQsX.jpg (14.54 KiB) געזעהן געווארן 1366 מאל
פרייטאג יוני 19, 2015 4:18 pm
קאווע באנדל האט געשריבן:In 1963 JFK shook hands with a 16-year-old Bill Clinton
פרייטאג יוני 19, 2015 5:28 pm
יענער פויגעל האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו א וואלקער-רוביא טיקעט? איך מיין עס וואלט געווען היפש א שטארקע טיקעט
דהיינו? ווער איז פרעזידענט און ווער איז וויצע?
שבת יוני 20, 2015 10:18 pm
כאפצעם האט געשריבן:יענער פויגעל האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו א וואלקער-רוביא טיקעט? איך מיין עס וואלט געווען היפש א שטארקע טיקעט
דהיינו? ווער איז פרעזידענט און ווער איז וויצע?
איך וואלט ווען זייער שטארק געוואלט זעהן רוביא פאר פרעזידענט. אבער סגלייבט זיך שווער אז וואלקער וואלט מסכים געווען צו דינען אונטער רוביא. וועט מען מוזען איינגיין אויף די אנדערע וועג ארום
זונטאג יוני 21, 2015 1:55 am
ר' בערניו סענדער'ס האט היינט געהאט אן עולם פון קרוב צו 5,000 באטייליגטע ביי זיינס א ראלי אין דענווער קאלאראדאו (א פוירפל סטעיט).
לויט באריכטן איז עס, דערווייל, די גרעסטע קאמפיין ראלי פון סיי וועלכע קאנדידאט, פון ביידע פארטייען, אין דעם עלעקשן יאר.
זונטאג יוני 21, 2015 9:09 am
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ר' בערניו סענדער'ס האט היינט געהאט אן עולם פון קרוב צו 5,000 באטייליגטע ביי זיינס א ראלי אין דענווער קאלאראדאו (א פוירפל סטעיט).
לויט באריכטן איז עס, דערווייל, די גרעסטע קאמפיין ראלי פון סיי וועלכע קאנדידאט, פון ביידע פארטייען, אין דעם עלעקשן יאר.
האלטס טאקע אז ער וועט קענען איבערשפילן אבאמא 08 ?
סאיז דעמאלטס געווען גרויסע חידושים, און איך זעה נישט אין רעב בערל די זעלבע כעמיסטרי צוזאמשטעל וואס אבאמא פארמאגט, וואס איז בלי ספק געווען פון די הויפט פאקטארן וואס האט געברענגט זיין הצלחה אין 08
זונטאג יוני 21, 2015 9:38 am
קארן טשיפ האט געשריבן:אויב אזוי, פון ווי האט ער 9 ביליאן??
לא לחכם לחם
זונטאג יוני 21, 2015 9:46 am
ריק פערי האט נעכטן אנגערופן די שחיטה אין טשארלסטאן "אן עקסידענט"!
א קאמפיין געהילף זאגט אז עס איז געווען א טעות.
Oops#
זונטאג יוני 21, 2015 9:50 am
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ריק פערי האט נעכטן אנגערופן די שחיטה אין טשארלסטאן "אן עקסידענט"!
א קאמפיין געהילף זאגט אז עס איז געווען א טעות.
Oops#
נוסח אבאמא מיט די ווארקפלעיס ווייאלענס, איין חילוק, אבאמאס געהילף האט גארנישט פאראכטען נאכדעם
זונטאג יוני 21, 2015 3:12 pm
סאדאם חוסעין האט געשריבן:קארן טשיפ האט געשריבן:אויב אזוי, פון ווי האט ער 9 ביליאן??
לא לחכם לחם
מען קען אויף טראמפ זאגן א גאנצע בוך מיט אויסדריקען, אז "ער איז א נאר" איז ניטש איינע פון דיע. ער איז א חכם מחוכם. משוגע? יאאאא, פאריקט ווי א האן ביים לייגן א איי? יאאאא, צודרייט ווי א אנגעטרינקענע פערד? יאאאאא... וכו' וכו' אבער א נאר? דאס נישט!
זונטאג יוני 21, 2015 3:28 pm
גערעכט חילא! ער איז צודרייט ווי א טאוסטער. פארדרייט ווי א וואש מאשין. צוקאקט ווי יוסטען ביבער. אבער א נאר?? אט די מעלה נישט!
זונטאג יוני 21, 2015 3:31 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן:קארן טשיפ האט געשריבן:אויב אזוי, פון ווי האט ער 9 ביליאן??
לא לחכם לחם
מען קען אויף טראמפ זאגן א גאנצע בוך מיט אויסדריקען, אז "ער איז א נאר" איז ניטש איינע פון דיע. ער איז א חכם מחוכם. משוגע? יאאאא, פאריקט ווי א האן ביים לייגן א איי? יאאאא, צודרייט ווי א אנגעטרינקענע פערד? יאאאאא... וכו' וכו' אבער א נאר? דאס נישט!
איך האב נישט געמיינט צו שרייבן לא לחכם, איינער וואס איז נישט קליג, ווייל אסאך עשירים זענען קליג, און אסאך ארעמעלייט זענען נאריש לא לחכם לחם מיינט אז פרנסה געט די אייבישטער אין עס האט גארנישט מיט די אייגנשאפטן פון א מענטש ממילא איז נישט קיין קשיא ווי אזוי ער האט די געלט
מאנטאג יוני 22, 2015 10:43 am
AP האט פובליצירט דעם בילד פון טעד קרוז וואס א רעפארטער האט פאטאגראפירט.
- עטעטשמענטס
-

מאנטאג יוני 22, 2015 11:47 am
מארקא רוביא וועט קומען פאנדרעיזען אין ניו דזשערזי Aug 13th א זאך וואס וועט זיכער נישט שמעוקן פאר קריס קריסטי
בלייבט נאר איבער צו זעהן וויאזוי קריסטי וועט רעאגירען צו דעם. אפשר וועט ער פארשפארען די ברידזש
מאנטאג יוני 22, 2015 7:39 pm
מארקא רוביא האט געשריבן:מארקא רוביא וועט קומען פאנדרעיזען אין ניו דזשערזי Aug 13th א זאך וואס וועט זיכער נישט שמעוקן פאר קריס קריסטי
בלייבט נאר איבער צו זעהן וויאזוי קריסטי וועט רעאגירען צו דעם. אפשר וועט ער פארשפארען די ברידזש
שלום עליכם קאנדידאט רוביא, א שיינע זאך אז דער קאנדידאט בכבודו ובעצמו האט געפענט א ניק דא ביי אונז.
מאנטאג יוני 22, 2015 7:41 pm
private האט געשריבן:מארקא רוביא האט געשריבן:מארקא רוביא וועט קומען פאנדרעיזען אין ניו דזשערזי Aug 13th א זאך וואס וועט זיכער נישט שמעוקן פאר קריס קריסטי
בלייבט נאר איבער צו זעהן וויאזוי קריסטי וועט רעאגירען צו דעם. אפשר וועט ער פארשפארען די ברידזש
שלום עליכם קאנדידאט רוביא, א שיינע זאך אז דער קאנדידאט בכבודו ובעצמו האט געפענט א ניק דא ביי אונז.
אויב טראמפ גיבט אן אינטערוויאו פאר דער עמי מעגן אונז דאך אויכעט האבן א קאנדידאט אויפן ליניע...
דינסטאג יוני 23, 2015 8:25 am
א נאצינאלע אנקעטע פון ען בי סי אין רעפובליקאנער:
בוש 22
וואקער 17
רוביאו 14
קארסאן 11
האקעבי 9
פאול 7
פערי 5
קרוז/קריסטי 4
פיארינא 2
דזשינדאל/טראמפ/קעיסיק/גרעהעם 1
ביי די דעמאקראטן, קלינטאן ציט אן 75 צו סענדערס׳ 15.
דינסטאג יוני 23, 2015 8:28 am
פארוואס גייט פאטאקי נישט אריין אין קיין איינע פון די אנקעטעס? איך האב געוואוסט אז ער איז אומפאפולער, אבער אויף אזוי ווייט?
דינסטאג יוני 23, 2015 8:37 am
ועוד קשה אויף קול מבשר איז דא א אנאליז פון ה"פ 3-9 (פרשת קרח) וואו ער זאגט גרויסע זאכן אויף פאטאקי
דינסטאג יוני 23, 2015 9:05 am
קברנה סובניון האט געשריבן:ועוד קשה אויף קול מבשר איז דא א אנאליז פון ה"פ 3-9 (פרשת קרח) וואו ער זאגט גרויסע זאכן אויף פאטאקי
הערשל פריעדמאן איז פשוט א חבר מיט יעקב פאטאקי
דינסטאג יוני 23, 2015 9:07 am
יואב בן צרויה האט געשריבן:א נאצינאלע אנקעטע פון ען בי סי אין רעפובליקאנער:
בוש 22
וואקער 17
רוביאו 14
קארסאן 11
האקעבי 9
פאול 7
פערי 5
קרוז/קריסטי 4
פיארינא 2
דזשינדאל/טראמפ/קעיסיק/גרעהעם 1
ביי די דעמאקראטן, קלינטאן ציט אן 75 צו סענדערס׳ 15.
ווי גייט די איבריגע איין פראצענט נישט פאר פאטאקי? [ס"ה איז נאר דא 99]
דינסטאג יוני 23, 2015 9:44 am
שכח פארן אנמערקן, כ׳האב אויסגעלאזט סאנטוראם. ער באקומט אויך נאר 1. פאטאקי איז נישטא און בכלל קוקט נישט אויס ווי ער נעמט די קאמפיין צו ערנסט.
דינסטאג יוני 23, 2015 9:44 am
לויט מיין חשבון פעלט 5 זעהט אויס אז 5% מענטשען האבן נישט אויפגעהויבן די פאון סא ווייסט מען נאכנישט וואס זיי האלטן...