די 2016 פרעזידענטליכע פריימעריס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

די 2016 פרעזידענטליכע פריימעריס

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך מאי 02, 2012 2:23 pm

שוין די פריימעריס 2012 איז שוין אווער, די נייעס קאנצעטרירט זיך אויף 2016
יעצט האלט מען נאך ביים שטאפעל אז ווער עס וויל לויפען מיז זאגען ניין.

האב איך געהערט מאנכע ניצען דאס איז א ראיה אז דזשא ביידען גייט נישט לויפען ווייל ער האט נאך נישט געזאגט ניין, אנדערע זאגען אז ער גייט יא לויפען ווייל ער האט יא געזאגט ניין, און א דריטע פלאץ האט איינער געשריבען אז ווען דזשא ביידען זאגט ניין איז נישט קיין ראיה אז יא ויל"ע.
אנדער שפעקילאציעס איז אויף די יא ניין פון קלינטען

אויף די רעפאבליקאנער זייט איז אויך שוין געווען רעדערייען

עכ"פ סקיקט אויס און די גאס אז מען איז שוין פארנימען און די פאליטיק היפש אויף 2016 און דא האב איך נישט באמערקט רעדען דערפון,
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » מיטוואך מאי 02, 2012 3:30 pm

ס'איז דא א רעדע אז די געוועזענע פרעזידענט באראק אבאמא (דעמאקראט) פלאנט צו לויפן פאר א צווייטע טערמין.

קען איינער קאנפירמען?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21723
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מאי 02, 2012 3:42 pm

יא יא, אונז זעמער קארגע 3 און א האלב יאר אוועק דערפון!

דאס איז זיכער אז א דעמעקראטישע פריימערי גייט זיין! ווייל קיין דעמעקראטישע אינקאנבענט גייט נישט קענען לויפן. ביי די ריפאבליקאנער ווענצעך, אויב ראמני געווינט איז נישטא קיין פריימערי, און אויב נישט, איז דא א ליסטע מיט קאנדידאטן...

אלזא ביי די דעמעקראטן קוקט דערווייל אויס אז גאווערנער קאומאו גייט לויפן, און איך גלייב אז סענעטאר שומער און סעקרעטערי אוו סטעיט קלינטאן האבן פלענער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:04 pm

יעדעס ווארט אינעם אנדערן אשכול איז א ברכה (קללה) לבטלה.
קריסטי גרייט זיך זיכער צו לויפן נאך וואס אבאמא ענדיגט זיין צווייטן טערמין. זיין אומפארשעמטן סעלף סערווינג קי-נאוט ספיטש איז געווען דער התחלה.
און איצט איז דא א נייער סטאר ביי די דעמ'ס, "הוליאן קאסטרא" דער קי-נאוט רעדנער בא די דעמאקראטישע קאנווענשען.
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21723
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:08 pm

קאסטראו איז נאך אין די 30'גער... איך ווייס נישט אויב ער קוואלעפייד שוין צו זיין פרעזידענט אין 2017...

אבער צו זאגן אז יעדעס ווארט אין די אנדערע אשכול איז איבעריג איז זייער זייער איבערגעטריבן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:13 pm

איך האב נישט געזאגט "ס'איבעריג".... כאגעזאכט סא קללה לבטלה. מיר זעהט אויס ווי ראמני האט געטשינדשט זיין מיינד, ער וויל נישט זיין פרעזידענט.
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:23 pm

וויכי, ער מיינט נאר זיך, ער וויל האבן א תירוץ פארוואס ער זאל ווייטער קאמפיינען נאכן רעפובליקאנער קאנווענשאן...

ראן, כ'זעה דו פארשטייסט יא צו א קאמפיין... צום אלעם ערשט אן אטאקע אויף קריסטי...

וועגן קאסטרא, גלייבט זיך שווער אז די דעמאקראטן זאלן ערוויילן א מעיאר, צום ערשט מוז ער צום ווייניגטענס באזיגן פערי (אדער א צווייטן רעפ.) צוויי יאר ארום.

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » מיטוואך אוקטובער 31, 2012 6:14 pm

גאווערנער קריסטי האט גענומען זיין ערשטן שריט פאר 2016, מיט א קליינע דרשה פון 3 מינוט

קוקטס דא

(מ'דארף אביסעלע אראפ סקראול'ען צו די ווידעא)
Im old but i don't kalech yet.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2012 10:41 am

יא, קריסטי שטייט שוין ביים שטענדער מיט'ן פרעזידענט עמבלעם דערויף...

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2012 1:30 pm

עס איז שוין דא א אשכול איבער 2016

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 1:47 pm

אזוי עס גייט זיין א דעמאקראטישע פריימערי אין 16' שטעל איך דא עטליכע דעמאקראטישע קאנדידאטן, קלינטאנטע, ביידען, און לאכטס נישט מעגליך נישט 16' באט וואן דעי מישעל אבאמא וועט לויפן מיט די זעלבע סעלעברעטי/קוהל גיי פלאטפאמע פון איר מאן.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 2:21 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:די ריפאבליקענס האבן איין ברירה, נעמען א ספאנישטער למשל רוביא! אבאמא האט געווינען ווייל די שווארצע האבן זיך צוזאם געשטעלט מיט די שפאניאלן, און צוזאמען זענען זיי כמעט אזוי פיל ווי די ווייסע, און עס פעלט נאך אפאר יאפיס, וואס זיכען פריקת עול, הנקרא ליבערעליזעם, און מער פעלט נישט אויס.

יו העירד איט היער פעירסט, מארק רוביא פאר פרעזידענט אין 2016!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 2:25 pm

;l;p- ;l;p- ;l
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די ריפאבליקענס האבן איין ברירה, נעמען א ספאנישטער למשל רוביא! אבאמא האט געווינען ווייל די שווארצע האבן זיך צוזאם געשטעלט מיט די שפאניאלן, און צוזאמען זענען זיי כמעט אזוי פיל ווי די ווייסע, און עס פעלט נאך אפאר יאפיס, וואס זיכען פריקת עול, הנקרא ליבערעליזעם, און מער פעלט נישט אויס.

יו העירד איט היער פעירסט, מארק רוביא פאר פרעזידענט אין 2016!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 5:33 pm

דא איז א ליסטע וואס איינער האט ארויס געשטעלט, קאנדידאטען פאר 2016:

Marco Rubio
Paul Ryan
Bob McDonnell
Jeb Bush
Rand Paul
Chris Christie
Nikki Haley
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 9:56 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דא איז א ליסטע וואס איינער האט ארויס געשטעלט, קאנדידאטען פאר 2016:

Marco Rubio
Paul Ryan
Bob McDonnell
Jeb Bush
Rand Paul
Chris Christie
Nikki Haley


העי, האסט אויסגעלאזט איין וויכטיגע נאמען:

"ראן פאול"!...

:wink:
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 1:19 pm

אויף רויטערס שרייבן זיי די מעגליכע קאנדידאטן פאר 2016

אויף די ריפאליקאנע זייט
1. דזעב בוש
2. מייק האקאבי
3. פאול רייען
4. קריס קריסטי (ראון פאול ( די ניק ) בארואיג דיר )
5. מייק פענס (וואס לויפט פאר געווערנער פון אידיענא) ער איז כמעט געלאפן פאר פרעזידענט אין 2012 און איז זייער א רעכטער און א קאנסערווערטיווע

אויף די דעמאקראטישע זייט
1. הילערי קלינטאן (אויב זי לויפט וועט זי געווינען די פריימערי לויט רויטערס)
2. ענדראו קאומא
3. מארטין אמעלי (גאווערנער פון מערילענד)
4. ברייען שווייצער (סענעטאר פון מאנטענא)
5. עימי קלאבאשער (סענעטאר פון מיניסאטא)
6. ראום עמענואל (מעיאר פון שיקאגא)
7. דזאו ביידען

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 1:23 pm

הילערי קלינטאן גייט ארויס פון די פאליטישע וועלט מיט בענגאזי אויפן קאפ. אז זי האט שכל בלייבט זי נאך 2 יאר אדער אפילו 1 יאר אין אמט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 1:29 pm

איינמאל זי לויפט פאר פרעזידענט וועט זי ווארפן די גאנצע דורכפאל אויף די אבאמא אדמיניסטראציע, זי וועט זאגן אז זי האט אלעס געטוהן וואס זיי האבן איר פארארדענט צו טון.

וועסט נאך לאכן (אדער וויינען...) אז יעצט האבן די רעפובליקאנער נישט גוט אויסגענוצט די בענגאזי אטאקע קעגן אבאמא, און אין פיר יאר ארום וועט קלינטאן אטאקירן איר קעגנער ביידען פאר... די בענגאזי אטאקע!
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3557
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 1:34 pm

איך האלט אז איו 2016 דארף מען צאמשטעלן מארק רוביא פאר פרעזידענט און פאול רייען פאר ווייס פרעזידענט, צוויי פרישע לעבעדיגע יונגעלייט, זיי וועלן שוין מאכן סדר דא

נישט אזוי?

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 3:27 pm

TIME האט נאך חידושים פון קאנדידאטן פאר 2016

דזשאליען קאסטרא ( קניאט ספיקער פון קאנווענשאן - דעמאקראט מעיאר פון סט. אנטאניא קאליפארניע) ער קען לכאורה האבן אלע ספאנישע וויילער און איבערשפילן אבאמא'ס אויפשיין נאך זיין קניאט דרשה
קאנדעליזא רייס (סעק. אף סטעיט אונטער בוש)
מארק רוביא (קען ברענגן היספאנישע וויילער צו די ריפאבליקאנע צוליב זיינע אימעגראציע פאליסיס)
באב דזינדעל
קריסטין דזיליברענד
ניקי האלעי (סאוט קאראליינע גאווערנער)

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 11:17 pm

First 2016 Iowa poll: Hillary 58, Biden 17, Cuomo 6

According to Nate Silver, Hillary now has a 86.6392 percent chance at the nomination. (Kidding, kidding.)

http://hotair.com/archives/2012/11/08/f ... 7-cuomo-6/
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 11:40 pm

פריש פון PPP (מ'דארף דאך זיי גלייבן יעצט, ביז די נעקסטע אילעקשאן, ווען זיי גייען מיס דורכפאלן)
צוגעלייגטע
cACACSCAS.png
vasdvvas.png
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 11:49 pm

איך האב הנאה אז פעילין איז דארט וואו זי דארף זיין.
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג נובעמבער 09, 2012 1:41 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:פריש פון PPP (מ'דארף דאך זיי גלייבן יעצט, ביז די נעקסטע אילעקשאן, ווען זיי גייען מיס דורכפאלן)


וויכי, קוק גוט ווער עס שטייט דער ערשטער ביי די רעפאבליקאנער.


אבער באמת האלט איך אז דער גאנצער אשכול איז א ברכה לבטלה. עס איז געווען א גוטער געדאנק פון הרב טייטעלבוים עס צו עפענען, פשוט אויף צו זיין דער פותח האשכול, אבער נישט מער פון דעם. ווייל יעצט גייט מען רעדן פאר אפאר טעג אדער מיינסטנס אפאר וואכן איבער דעם, און דערנאך גייט מען פארגעסן דערפון פאר די נעקסטע צוויי יאר. ווייל דער עיקר כוחות גייט מען יעצט פארלייגן איבערצושפילן אין צוויי יאר ארום, דעם סוקסעס פון צוויי יאר צוריק, די רעפאבליקאנער וועלכן אריינלייגן אלע כוחות צוצוכאפן דעם סענאט פון די דעמאקראטן, און נאר נאכדעם וועט זיך אנהייבן די ריכטיגע הכנות פאר 016. אבער דערווייל, פארוואס נישט. לאמיר זיך ענדשויען אביסל.

איז צוריק,
מיין קאנדידאט איז מייק האקעבי.
ראן פאול האט קלאר געזאגט אז ער לויפט נישט נאכאמאל. ער איז פערטיג מיט פאליטיק.
רענד קען איך נאך נישט גענוג גוט, סאו קען איך נישט זאגן.
קריסטי גייט זייער שטארק טרייען אבער איך האלט ער קען נישט און גייט עס נישט מאכן.
סענטארום קען פארגעסן, ער האט נאר געהאט א טשאנס אין אזא יאר מיט אזעלכע אומגעלונגענע קאנדידאטן.
דשעב בוש קען איך באשטיין, אבער ער וועט נאר האבן א טשענס אויב אבאמא וועט פירן אמעריקע אין שאול תחתית אריין אין די נעקסטע פיר יאר.
מארקא רוביא איז זייער א גוטער טשויס, כאטש איך ווייס נישט וויפיל היספאניקס ער קען ברענגען
קאנדאליזא רייס (אדער סיי וועלכער שווארצער) איז א שאד די צייט, ביי די שווארצער איז א רעפאבליקאנער שווארצער נישט עכט שווארץ
פאול רייען איז אויך זייער א גוטער טשויס, צוליב זיין פיסקעל עקספיריענס, איך ווייס אבער נישט ווי לייקעבל ער איז, קאן זיין אז יא, איך האב אים נישט אזוי נאכגעקוקט אים דעם פארמעסט.

ביי די דעמאקראטן
הילערי, קאן זיין, אבער אין דריי יאר ארום, ווען מען הייבט אן ערנסט לויפן, גייט זי שוין זיין 68, און איר עיקר מעלה ביי די אמעריקאנער גראביאנעס, גייט שוין ווייט נישט זיין אזוי אקטועל, דעריבער גיב איך איר שוואכע שאנסן.
דשאו ביידען גייט לויפן אבער חוץ זיך אויסגליטשן און אונז געבן א גוטן לאך זעה איך נישט ווי ער גייט אנקומען.
ענדרו קאומאו גייט לכאורה לויפן, און איך האלט ער האט גוטע שאנסן, ער טוט גאנץ א פיינעם דשאב אין ניו יארק אין ארבעטן מיט רעפאבליקענס און דעמאקראטן.
ראהם עמאנועל גייט לכאורה טרייען, אלס איד האף איך ער זאל נישט אנקומען אין ערגעץ
טשאקי שומער '' '' '' '' '' '' '' '' ''

דאס זענען די חברה וואס מען ווייסט שוין יעצט, עס וועלן נאך זיכער אונטערקומען פרישע פנים'ער ביז אהין.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21723
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג נובעמבער 09, 2012 2:38 am

די פאול איז פון אייאווע, איא? איך קעניש פארשטיין פארוואס האקאבו איז אזוי נאנט צו קריסטי... כ'מיין... האקאבו אליין?!!! ער העטעך ווען געדארפט זיין לכה"פ 50 פראצענט... שוין... א קשי' אויף PPP...

און יעצט זעה איך, ריק פערי, מיטש דעניעלס, באבי דזשינדאל, טים פעלאנטי, העילי בארבער זענען בכלל נישט דארט... אויך מיר א פאול...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וימאןX3, זעקס און ניינציגער, כאפצעם, קארפענטער, שטארקע חסיד, שרייזשע און 42 געסט