כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובה דורך verveist »

געלעגער האט געשריבן:נאר צו ליינען די ווארימע הארץ און שטורמישע געפילן פון הרב שפושמן האט זיך די אשכול שוין געלוינט.
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובה דורך לכל זמן »

verveist האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:נאר צו ליינען די ווארימע הארץ און שטורמישע געפילן פון הרב שפושמן האט זיך די אשכול שוין געלוינט.

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער יצר טוב האט ספעציעל אהערגעשטעלט דעם אינטערנעט, כדי עס זאל ארויסקומען אזעלכע ווארימע דיבורים.
עיין ערך ח"ה
לעצט פארראכטן דורך לכל זמן אום זונטאג מאי 06, 2012 3:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

תגובה דורך גובערנאטור »

קרעמער האט געשריבן:צו די אלע וואס ווילן וויסן מיין דעת בעל הבית:

אויב איר שרייבט אייך מיט פארשוינען וואס איר קענט נישט (אפילו בלויז אויף אייוועלט) און איר מאכט נישט קיין התבדלות, איר ליינט נייעס און בלאגס פון כל צרוע וכל זב אן קיין שום התבדלות, איז דער כינוס געמאכט פאר אייך און טאקע נאר פאר אייך, און לאזט איבער דאס התבדלות פאר ערליכע אידן וואס טוען נישט די אלע זאכן און האלטן זיך באמת צום חובת התבדלות.
(מקום חתימתי)


איצט הרב קרעמער, נאטינג פערסאנעל, אבער דא קען מען קלארער פארשטיין וואס דו מיינסט:

קרעמער האט געשריבן:דו רעדסט פון אונזער מיטגליד ר' הירשל ציג, וכו'.


---איך מיין עס קלאר אויף צו ווייזן אז די אלע מיט וועמען מ'וויל זיך נישט צאמנעמען, שרייבט מען זיך מיט זיי און מ'ליינט זייערע זאכן, איך מיין נישט גארנישט פערזענליך, אמת'דיג---.
חסד ואמת
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 4:21 pm

תגובה דורך חסד ואמת »

farshlufen האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
קונטרס כינוס כלל ישראל - אין בליק פון תלמידי וחסידי סאטמאר האט געשריבן:קענט איר זען אזעלכע שטייגער אידן ווי רבי יודל ראזענבערג און רבי שלום לויפער ז"ל זיצן ביי אזא "כינוס" אין א "סטעידיום" (אן א דאך) מיט גרויסע סקרינס, ווען מימינם ומשמאלם זיצן בלויע העמעדער מיט געשוירענע בערד?...

קענט איר זען אזעלכע אידן ווי החסיד המרומם רבי אלימלך הגדול לאנדא, רבי הירצקא יאקאבאוויטש, רבי לייבעלע גליק, רבי אליעזר ליימזידער, רבי נתנאל פארקאש, רבי שמעון לויפער, רבי שלום נחמן פילאף, רבי הערשל רובינשטיין, רבי משה ארי' גליק, רבי חיים הערש יאקאבאוויטש, רבי יעקל שווארץ, רבי אהרן פאללאק, רבי אברהם'לע ווערצבערגער, רבי הערשל לעפקאוויטש ובניו, צו סיי וועלכע "היימישער" איד פון פאריגן דור - זיצן ביי אזא כינוס?!
קיינמאל!!!


האט שוין א קלוגער איד דערויף געענטפערט, אז "קענט איר זען אזאלכע אידן ווי החסיד המרומם וכו' וכו' וכו' צו סיי וועלכע "היימישער" איד פון פאריגן דור - מיט א ענדרויד אדער א אייפאון"?... ודוק בזה.

איך בין נאכנישט אזוי זיכער אז בשנת תשע"ב וואלט מען ווען געקאנט צוזאמענזעצן די אויבערדערמאנטע חסיד'ישע אידן צווישן זיך אונטער איין דאך...

יא! ווען מען טראכט פון די אלע חשובה אידן וואס די רעכנסט דא אויס וואס די זענען פון די חסידים ואנשי מעשה פונעם פריערדיגן דור וואס מיט זיי האט מען איבערגעפלאנצט די ערליכע אידישקייט אין אמעריקא באמת "מסירת נפש אידן" קומט מיר ארויף אויפן געדאנק אז ווען מען האט נאך געהאט דא אזעלכע אידן זייער צורה אליינס האט ארויף געברענג א רעספעקט אין א קדושה שענדיג ווי אידן וואס האבן מיטגעמאכט דאס ערגסטע וואס מען קען זיך פארשטעלן -און וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן- און טראצדעם אלעם זענען זיי געבליבען מיט די אמת' דיגע ערליכקייט דאס אליין איז געווען די שטרקסטע "הצלת הדורות", דאס אליין האט אריינגעברענגט יראת שמים און ערסטקייט אינען היימישען עולם. ליידער זענען מיליאנען אידן פארברענט געווארן על קידוש השם, און די גרעסערע חלק וואס איז ניצול געווארן זענען ליידער אראפ פונען אמת'דיגן ערליכען אידישען דרך נאך די פילע קשיות און די גרויסע הסתרות פנים אבער די געציילטע מסירות נפש אידן זענען געבליבן ערליך אין געטריי פאר הייליגן בעשאפערץ דאס אליין האט אריינגעברענגט א מורא און א ציטער פון אן עבירה דעריבער האט בשעתם נישט אויסגעפעלט אזעלכע כינוסים (וואס קען צופיל נישט אויפטוהן) . אבער היינט איז גאר גאר אן אנדערע פרשה די חסידים ואנשי מעשה זענען די ליידיגייערס, די טעכנישענס פירען די דור און בעסטענס פאל איז דאס אידן וואס האבן שוין תשובה געטוהן (זיך מחול געווען) אויף די עבירות. וואס וויל מען פון אונזערע דורות, אפילו דער כינוס זאל נישט אויפטוהן מען ווי אויף א צעהן פיפצען יאר ( אויב עס וועט פאר אזויפיל יא אויפטוהן) איז אויך ווערט ווייל דערנאך וועט שוין נישט זיין קיין שום עצה אויסער משיח זאל מאכן א כינוס, ווי די גמרא זאגט אז ווען משיח וועט קומען ווען דער רבש"ע מטהר זיין די אידישע קינדער פון די טומאה פון גלות.
פארשטייט זיך אז ווער עס האט נאך יא די זכיה צו קענען אזעלכע חשובה ערליכע אידן, אדער האט זיי געקענט. איז זייער וויכטיג (און נאך אסאך וויכטיגער פון דעם כינוס) צו חזרן און געדנקען און פארציילן פאר די קינדער מיט וואספארא אידן מען האט דא אויפגעבויעט אידישקייט, וואס עס האט געמיינט אמאל מסירות נפש, און וואס מען איז אלץ בייגעשטאנען, וואס א דאנק דעם איז היינט נאך דא אידישע דודות.
אויב מיר וועלן אויך מקבל זיין אויף זיך די זעלביגע מסירות נפש -לויטן הייניטיגן שטייגער- און אונזערע קינדער וועלן דאס צוזעהן, דאן וועט נישט אויספעלן אז מען זאל און דרייסיג יאר ארום -משיח זאל אודאי פריער קומען- זיך צוזאם נעמען מיט די הויפטן פון די אמעריקאנען עדזיקעשען -פאבליק סקול- מיניסטער און מאכן א וועלטס כינוס פאר אידן מיט גוים צו זיכן אן עצה אז אונזערע קינדער זאלן בלייבן נארמאל

עס איז דא א נוסחה
פונעם ר' בונם פון פשיסה
ווי ער האט זיך איינגעטענהט מיטן נורא עלילה
באשעפער זיי צופרידן
לייז אונז נאך אויס אלץ אידן
ווי איידער אלץ גוים חלילה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

שיעור הגאון פה מפיק מרגליות הר"ר ישראל דוד שלעזינגער זז"ג בספר משלי שנאמרה ביום עש"ק אח"ק העעל"ט.
אטעטשמענטס

[דער עקסטענשאן wma ארבעט נישט.]

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובה דורך שטרוי »

לכל זמן האט געשריבן:
verveist האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:נאר צו ליינען די ווארימע הארץ און שטורמישע געפילן פון הרב שפושמן האט זיך די אשכול שוין געלוינט.

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער יצר טוב האט ספעציעל אהערגעשטעלט דעם אינטערנעט, כדי עס זאל ארויסקומען אזעלכע ווארימע דיבורים. והמ"י.

ווי אויך די ווערטער פון חסד ואמת איז ווערט צו באגריסט צו ווערן,
אוועטאר
אבי ווער
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2012 12:07 pm

ווינער רב'ס פרק פארלערנען

תגובה דורך אבי ווער »

דער רב שליט”א איז אריינגעקימען אין ביהמ"ד צי מנחה בערך פערטל צי זיבן, א אינטערסאנטע זאך האב איך צים ערשטן מאל געזען אז פאר עלינו זעצטצעך דער גאנצער עולם אראפ אין מ'זאגט פרק, אין נאכדעם זאגט מען עלינו אין קדיש.
בערך 7:15 האט דער רב אנגעפאנגען פאר צי לערנען פרק פאר א פיל געפאקטען שטיל מעסער שנייד'דיגע בהמ"ד עס האט גענימען א גיטע שעה איך וועל טרייען אראפצישרייבן די אויסציגן לויט וויאזוי איך געדענק אז איינער האט הערות זאל ער מיר פאררעכטען:


ער האט מער ווייניגער ארים גערעד פין אלע שאלות וואס פארן ציבור איז שווער, אבער געזאגט האט ער אז מען זעהט אז אזא זאך ווערט אנגעפירט דארעך אזעליכע גדולים ווי דער סקלענער רבי אין ר' מתתיה סאללמאן וואס ביידע פין זיי זענען נישט געזינט אין זיי געבן זיך אזוי אוועק פארן מעמד מיט מסירות נפש ממש, דארף מען האבן אביסל אמונת חכמים אין גיין.

ער האט ציגעברענגט אז די גמרא דערציילט אין מס' פסחים אז א אמורא האט גע'דרשנט אז מ'טאר נישט באקן מצות נאר מיט 'מים שלנו' דערציילט די גמרא אז די נעקסטע טאג האטציך געשלענגעלט א ליין פין פרויען וואס האבן געברענגט זייער קריגלעך צי נעמען וואסער פין זיין קוואל, ביז ער האט זיי מסבר געווען אז מיט 'שלנו' מיינט ער נישט אינזער וואסער נאר וואסער וואס האט איבער גענעכטיגט,
זאגט ער אז היינט וואלט נישט געווען אזאנס נאר יעדער וואלט גערידערט וואס הייסט?? נאר זיין וואסער איז גיט?? האט ער אפשר אנדערע וואסער ווי ביי מיר אין דערהיים??
ניין יענע אידן האבן געהאט אמונת חכמים אין אז דער רב זאגט אז מ'זאל גיין גייט מען!!
אין דאס איז וואס די גמרא וויל ווייזן מיט אט די מעשה נישט סתם דערציילן א מעשה נאר ווייזן די אמונת חכמים וואס זיי האבן געהאט אין אמונת חכמים וואס מען דארף האבן.

מענטשן פרעגן פארוואס מקען נישט מאכן אז יעדער רב זאל רעדן ביי זעך אין בהמ"ד?
זאגט ער מיט א משל פארוואס יעדער פארשטייט אין מען פרעגט נישט די רעגירונג פארוואס זיי קענען נישט בויען אפאר קליינע בנינים?? פארוואס פעלט אויס אזאלעכע גרויסע הויעכע בנינים ווי דער עמפייער סטעט??
נאר יעדער פארשטייט אז דאס איז די תועלת אז יעדער וואס קימט נאר אמאל אין אמעריקע ווייסט אז ער קען נישט אוועק פארן אן כאפן א בילד פין אזא פלאץ, אזוי אויך דא יעדער וואס איז א איד זאל וויסן אין געדענקן אז א איד מיט טריפה אינטערנעט איז קיין איד נישט,
זאגט ער אזא אזא גרויסע עולם וועט מאכן א רושם אויפן מענטש אין וועט בלייבן איינגעקריצט אויף יארן די מראה ווי אלע גדולי ישראל זיצען ציזאמען נאר צי ראטעווען די דורות,
אין ער זאגט אז בלי שום ספק בלייבט אזא מעמד איינגעקריצט אינעם זכרון אויף יארן ער זאגט אז ער געדענקט נאך ביז היינט דער כינוס וואס עס איז געווען פיפציג יאר צירוק אנגעפירט דארעך סאטמאר רב זי"ע ווי עס זענען זיך ציזאם געקימען אלע גדולי ישראל חסידיש'ע אין ליטפיש'ע אין פין ביידע האבן די גדולים ארימגערעד, סאטמאר רב זי"ע האט אויך גערעד אויף דברים וואס איז געווען עומד על הפרק.

אויף די טענה אז איך האב ב"ה נישט קיין אינטערנעט סא וואס האב איך צי גיין האט ער דערציילט אז פאר א בחור פין זיין בהמ"ד איז א מגיד שיעור זיך געקימען אפרעדן ווי ווייט ער האלט ליידער אין וואס מ'זאל טיען אין ווי אזוי מען זאל האנדלען?
אין דער רב קימט אריין אן אנדערע טאג אין בהמ"ד הערט ער ווי זיין טאטע גיסט פעך אין שוועבל אויפן כינוס זאגט ער אל תאמן בעצמך עד יום מותך קיינער איז נישט פארזיכערט אין קיינעמ'ס קינדער זענען נישט פארזיכערט!!
אין אמאל איז דא וואס מען דארף גיין פאר זיך אין אמאל איז דא וואס מען מיז גיין אז א צווייטער זאל גיין אין אז פאר א צווייטן זאל עס בלייבן איינגעקריצט,
אויך האט ער ארימגערעד פארוואס מען זעהט די משנה אויס רעכענען עקסטער אז אויף צען מענטשן וואס קימען זיך ציזאם פאר א דבר מצווה איז די שכינה שורה אין עקסטער אויף פיניף אויף צוויי אויף איינס, צי ווייזן וואס עס מיינט אז אזא גרויסע עולם קימט זיך ציזאם צי הערן די דבר השם.
איך האב זיכער אויס געלאזט סא ווער עס איז דארט געווען זאל צילייגן.
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובה דורך משיח »

היום יום ראשון בשבת, חסד שבהוד.
קען איינער געבען א באריכט לויט וויאזוי ס'האלט יעצט מי ומי ההולכים?
סאטמאר מהר"א,
סאטמאר מהרי"י,
באבוב 45,
באבוב 48,
סקווירא,
וויזניץ,
ראחמסטריווקא,
מונקאטש,
פאפא,
ספינקא,
קלויזענבורג,
ווער נאך?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

וויען האסטו אויסגעלאזט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

לפי ידיעתי איז געבליבן אזוי מער ווייניגער

משיח האט געשריבן:היום יום ראשון בשבת, חסד שבהוד.
קען איינער געבען א באריכט לויט וויאזוי ס'האלט יעצט מי ומי ההולכים?
סאטמאר מהר"א,= דערווייל נישט
סאטמאר מהרי"י,=מסתמא יא
באבוב 45, = לכאורה יא
באבוב 48,= עס הייסט אז נישט
סקווירא, = גייען מיט
וויזניץ, = גייען מיט (בני ברק מאנסי ביידע)
ראחמסטריווקא, = גייען מיט
מונקאטש,= נישט געהערט
פאפא, = גייען מיט
ספינקא,= מסתמא יא
קלויזענבורג,= גייען מיט
ווער נאך?


אין נאך אסאך קהילות
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובה דורך משיח »

איך רעד פון אדמורי"ם, וועלכע גרויסע רבי'ס וועלן זיין דארט?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

תגובה דורך אמשטרדם »

SPUSMN האט געשריבן:אגב א ביסעל היסטאריע. און שנת תשכ"א האט מען אנגעטראגען פאר הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל צו ווערען רב הראשי, און א דעליגאציע איז געקומען צו אים און שטוב, און זיין רעבעצין האט זייער שטארק געוואלט. האט זיי רבי משה אפגעזאגט, זאגענדיג אז ער קען עס בשום אין אופן נישט אן נעמען ווייל "ביי מיר איז א יעדער איד וואס לייגט טלית ותפילין גלייך, און עטץ דארפטס דאך א פארטיי מענטש, איז איך בין נישט פאר ענק". זעהט אויס אז די רבנות שפילט אויך התבדלות.

מיינט עטץ דאך אז די ספרדים נישט, א נעכטיגען טאג. ביי זיי גיייט עס הלכה למעשה, א סאך פון זיי האלטען אונז אשכנזים נישט פאר קיין אידען. ווען הגאון רבי מנשה בן ישראל זצ"ל האט און שנת תט"ו אויס געפויעלט ביים ענגלישען קעניג אליבער קרומוועל צוריק צו לאזען די אידען קיין ענגלאנד נאך ווערען ארויס געטריבען אונעם גירוש פון שנת ה"א נו"ן, האבען זיך צום ערשט באזעצט און ענגלאנד ספרדישע אידען פון הולאנד, און זיי האבען געבויט א שפיטאל. און די תקנות פונעם שפיטאל האבען זיי אריין געשריבען אז אן אשכנזישע איד לאט מען נישט אריין און דעם שפיטאל!

דער עטיטוד האבען זיי מיט געבראכט פון אמשטרדם, ווי פאר 300 יאר צוריק איז אן אשכנזישען איד געווען א סעקאנד קלאס סיטיזען. און תשנ"ז גיי איך און א גאס און ירושלים און זעה א ריזיגע פליקאט הענגען אז אשכנזים זענען נישט קיין אידען נאר גאר אייניקלעך פון די כוזרים (אזוי ווי די נוצרים די קאטאליקען, פרובירען מיט אלע כוחות צו זאגען, ווייל לויט זייער רעליגיע וואלט א איד נישט געטארט מער עקזיסטירען), און אזוי האט בפירוש געזאגט דער ספרדישע רב הראשי. נישט פאר גארנישט קומט נאך נישט משיח. די רבנות און די ספרדים פראווען אויך התבדלות.


אלס אמשטרדאמער, מוז איך פארטיידיגן מיין היימשטאט.

איבעראל ווי די ספרדים זענען געשטאנען ביים מאכט, האבן זיי זיך אזוי אויפגעפירט צו די אשכנזים, און אזוי אויך פארקערט וואו די אשכנזים האבן געהאט די מאכט, זענען די ספרדים געווען סעקאנד קלעס.

אין ענגלאנד, איז זייער שול בעוויס מארקס, געווען בראש פון די ענגלישער אידנטום פאר לאנגע יארן, ביז ווען די אשכנזים האבן זיך ארגאנאזירט אין זייער דיוקס פלייס שול.

אזוי אויך אין אמ''ד, האבן די ספרדים געשפילט א גרעסערער ראלע ווי די אשכנזים, דאכציך זיי זענען אנגעקומען בעפאר.

עכ''פ מאך דאס נישט ווי אן אמשטרדאמער מנהג.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

תגובה דורך אמשטרדם »

SPUSMN האט געשריבן:נאך א שטיקעל היסטאריע פון התבדלות צווישען ספרדים און ספרדים אליין. און רנ"ב איז געווען דער גירוש שפאניע, אבער עס האט געהאט און זיך א silver lining; מען האט געגעבען די ברירה צו פארלאזען שפאניע און זיך נישט דארפען רח"ל שמד'ן, אבער מיטען תנאי אז מען לאזט איבער אלע האב און גיטס און מען גייט ארויס בעירום וחוסר כל. פונדעסטוועגען זענען געווען איבער דריי הונדערעט טויזענט אידען וואס האבען במסירות נפש אויס געקליבען צו ענדערש אלעס פארלירען און ארויס גיין מארץ מולדתם בעירום וחוסר כל כדי צו קענען בלייבען ערליכע אידען. דאס זענען געווען די ערליכסטע פון די ערליכסטע אידען. א טייל האבען פארלאזט דורכען ים וואס פון זיי איז א גרויס טייל איין געזינקען אדער פארקויפט געווארען פאר קנעכט נישט האבענדיג קיין געלט צו באצאלען פאר די שיפען וואס האבען זיי געפירט אדער פאר די פיראטען וואס האבען זיי פארכאפט, א טייל זענען געגאנגען צו אנדערע לענדער דורך די יבשה אדער מדבריות און אויס געשטארבען אויף דער וועג, און א גרויסער טייל איז אנגעקומען צו דערנעביגען רייכען פורטוגאל.

דארט האבען געוואוינט זייערע רייכע ברידער, האט פורטוגאל געמאלדען אז מען וועט מוזען באצאלען פאר א יעדער איד פון שפאניע וואס וויל דארט בלייבען א פאר גילדען (געדענק נישט אויפען מומענט ווי די געלט האט געהייסען), איז האבענדיג גארנישט מיט זיך האבען זיי דאך געמוזט אנקומען צו זייערע רייכע ברודער פון פורטוגאל וואס האבען זיך אנטזאגט פון געבען פאר זייערטוועגען אזא סומע געלט.

האט דער קעניג פון פורטוגעל געזאגט, אזוי? עטץ האט נישט רחמנות אויף ענקערע אייגענע ברודער? איז און שנת רנ"ח ווען דער קעניג פון פורטוגאל איז געווארען אן איידעם ביים קעניג פרעדינאנד פון שפאניע אויף דער תנאי אז ער וועט אויך ארויס טרייבען די אידען פון זיין לאנד, האט ער שוין מער נישט געגעבען די ברירה, ער האט אויס גערופען אז א יעדער איד מוז זיך רח"ל שמד'ן און אויב נישט וועט אים דערגרייכען די מערדערישע הענט פון די אינקוויזיציע. דאס איז געווען התבדלות פון די פורטוגעזישע ספרדים און זייערע ערליכע ברודער די שפאנישע ספרדים.


לויט ווי איך געדענק האט דון יצחק אברבנאל - וועם די שפאנישע קייזער האט ערלויבט צו בלייבן אין לאנד, און ער האט דאס אפגעווארפן, און ער איז געווען בארעכטיגט מיטצונעמען זיין פארמעגן - אויסגעצאלט דאס גאנצער געלד, פאר זיינע ברודער.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
אוועטאר
geek
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובה דורך geek »

farshlufen האט געשריבן:שיעור הגאון פה מפיק מרגליות הר"ר ישראל דוד שלעזינגער זז"ג בספר משלי שנאמרה ביום עש"ק אח"ק העעל"ט.

רעדט נישט קיין איין ווארט פון כינוס כלל ישראל...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

geek האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:שיעור הגאון פה מפיק מרגליות הר"ר ישראל דוד שלעזינגער זז"ג בספר משלי שנאמרה ביום עש"ק אח"ק העעל"ט.

רעדט נישט קיין איין ווארט פון כינוס כלל ישראל...

איר האט דאס אויסגעהערט ביזן סוף?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
geek
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובה דורך geek »

רעכט רעכט
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

survey!!

ווער האט שוין א טיקעט ?
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובה דורך שטרוי »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:survey!!

ווער האט שוין א טיקעט ?

מיר צוויי, דורך'ן טעלעפאן.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

איך האב טיקעטס, אבער איך ווייס נישט אויב איך וועל אנקימען
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום זונטאג מאי 06, 2012 1:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

תגובה דורך גובערנאטור »

איך האב שוין געקויפט.

אינטרעסאנט אז דער ערשטער צו ענטפערן איז גאר געווען נישט קיין צווייטער ווי "שטרוי"...
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

שמעק_טאביק האט געשריבן:לויט ווי איך הער און לייען, גייט עס נישט זיין סתם צו האקן אויפן אינטערנעט, וואס איז א גרויסע מעלה. מען גייט האבן דעם קאפ אויפן פלאץ, אינטערנעט און טעלעפאנ'ס זענען א פאקט. און די רבנים - עכ"פ א טייל פון זיי - אנערקענען דאס און גייען נישט מיטן קאפ אין וואנט. אודאי וועט מען ארויסברענגען דעם שרעקליכן היזק וואס קען ארויסקומען דערפון (הגם וואס נאך קען מען פארקויפן וואס מיר האבן נאך נישט געהערט, מען האט שוין אויסגענוצט די שרעקעדיגסטע ווערטער און שוידערליכסטע בילדער), אבער בעיקר גייט מען (האפענטליך) רעדן ווי אזוי צו טון הלכה למעשה צו מאכן גדרים וסייגים אויף אלע אופנים.
אבער מען ערווארטעט אז עס זאל זיין א רעאליסטישע אסיפה. אזוי אז (גאנץ) [א גרויס חלק פון] כלל ישראל וועט באקומען א שטארקן מעסעדזש. אפשר פארשידענע תקנות, ווי נישט האבן א קאמפיוטער אינדערהיים נאר אין אפיס וכדו'.


אבי ווער האט געשריבן:ער האט מער ווייניגער ארים גערעד פין אלע שאלות וואס פארן ציבור איז שווער, אבער געזאגט האט ער אז מען זעהט אז אזא זאך ווערט אנגעפירט דארעך אזעליכע גדולים ווי דער סקלענער רבי אין ר' מתתיה סאללמאן וואס ביידע פין זיי זענען נישט געזינט אין זיי געבן זיך אזוי אוועק פארן מעמד מיט מסירות נפש ממש, דארף מען האבן אביסל אמונת חכמים אין גיין.

אזא אזא גרויסע עולם וועט מאכן א רושם אויפן מענטש אין וועט בלייבן איינגעקריצט אויף יארן די מראה ווי אלע גדולי ישראל זיצען ציזאמען נאר צי ראטעווען די דורות,


ווי אזוי איך נעם ארויס פון דא, איז פון אנפאנג האבן די עסקנים פארפירט אז מ'גייט דא ראטעווען כלל ישראל און מ'גייט מאכן תקנות, גדרים וסייגים, וכו'. וכו'. און אזוי האבן רוב מענטשן פארשטאנען, דעריבער האט מען געפרעגט רעאליסטישע שאלות, ווי אזוי גייט מען עס מאכן? ווי אזוי קען עס אינפארסן? וואס גייט מען רעדן? ווי אזוי רעדט מען צו אלע פארשידנארטיגע סארט קרייזן, קהילות צוזאמען? א.א.וו.

אבער יעצט הער איך אז מען דארף גיין פשוט צוליב "אמונת חכמים", וואס טייטש? ככל אשר יורוך...

אגב, שבת בין איך געווען אין א ביהמ"ד, האט איינער געפרעגט איינע פון די גרויסע עסקנים וואס איז זייער ציל מיטן גאנצן מעמד? וואס זענען די רעזולושאן'ס וואס מען גייט דא ארויס ברענגען, וואס גייט ראטעווען כלל ישראל? האט ער זיך צושריגן: וואס היייסט? סקוליענער רבי הייסט גיין, און די פרעגסט קשיות? ווי איז דיין אמונת חכמים.
ווען די גייסט אים פרעגן צו מאכן אן אפעראציע, אדער אין ביזנעס, האסטו אויך אזעלכע קשיות...

(איך האף אז די כינוס וועט טאקע אויפטון צו ראטעווען אונזערע דורות, ווייל איך וויל זיי זאלן מצליח זיין, און אפי' פאר איין איד, און נישט חלילה פארקערט... אבער לענ"ד איז דער צוגאנג... לאמיר נישט מאריך זיין)
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובה דורך בערטשע »

שויתי'ניק האט געשריבן:
(איך האף אז די כינוס וועט טאקע אויפטון צו ראטעווען אונזערע דורות, ווייל איך וויל זיי זאלן מצליח זיין, און אפי' פאר איין איד, און נישט חלילה פארקערט... אבער לענ"ד איז דער צוגאנג... לאמיר נישט מאריך זיין)


עס האט נישט אויסגעפעלט מקצר צו זיין אויך נישט, עס איז נאריש אוועקצומאכן די גאנצע ציל פונעם אסיפה מיט א מינוט פון אויפברויז פון איינע פון די עסקנים (וועלכע ווערט שוין מן הסתם צודרייט פון אזוי פיל קושיות וואס א גרויס טייל פון זיי זענען סתם קייען שטרוי נישט צום ענין ודי).

און אויב איז דיר טאקע שווער וואס מ'וויל, נעם די מיה און ליין אלע בלעטער ביז אהער און קוק ווועלכע תגובות זענען אויפריכטיג, איך האב אנגעהויבן ליינען די אשכול מיט די זעלבע צוגאנג ווי דיר און איך האב דא געטראפן תירוצים אויף רוב פון מיינע ערנסטע פראגעס.
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

ביי די דרשות פון די רבנים אויף די כינוס האטליין וועט אויך פארענטפערט אסאך קשיות
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

תגובה דורך גובערנאטור »

שויתי'ניק, און לאמיר זאגן אז די ציל פונעם כינוס איז "נאר" אמונת חכמים, איז נישט גענוג?

מיין חשבון איז פשוט, אז סקולענער רבי איז זיך ממש מוסר נפש פאר די זאך,

און הרב וואזנער, הרב קנייבסקי, הגרי"ט ווייס, וביד"צ דירושלים, האדמו"ר מפשעווארסק, ראחמיסטריווקא ארה"ב וי-ם, אדמו"ר מוויזשניץ מאנסי, אז זיי זאגן מ'זאל גיין, פאסט זיך איף דעם צו זאגן "מי ראה אלו יוצאים ואינו יוצא עמהם"?

איך פארשטיי אז דער סלאגאן יז עביוסד געווארן אסאך, אבער דאס מאל איז ממש אמת.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובה דורך ישלהוסיף »

אוי טאטי האט געשריבן:א גוטע וואך,

איך האב געזען דעם שבת אונעם בלעטל וואס איז געווען ארומגעלייגט אין די בתי מדרשים אז די טיקעטס גייט ארבעטן אז מען גייט עס אפזיגלען און אויב וועסטי וועלן ארויסגיין קענסטו מער נישט צוריק אריינקומען,
איך מיט מיין קליינע מוח׳ל קוק עס אן פאר זייער א אומריכטיגע זאך, ווייל דעיס קענסטו נאר טון ביי א פלאץ וואס צופיל מענטשען ווילן קומען און עס איז נישטא גענוג פלאץ מאכט מען אזא וועג, משא׳כ דא אפילו לאמיר שוין זאגן עס גייען יא קומען פופציג טויזענט מענטשען וועלן זיי לכאורה נישט האבן געדולד איינצוזיצן א גאנצע צייט דארט עכ׳פ א גרויס חלק פון זיי, ממילא וועט עס היפש צייט סיין ליידיג,
סאו קוקט מיך עס אויס אז עס איז נישט אזא גוטע איינפאל.

עס קען זיין איך בין נישט גערעכט, איז אדרבא זאל מיך עס איינער מסביר זיין.
שכח! 


איך האלט ביים גיין אבער נישט קויפן א טיקעט, איז מיין פראגע אויב קום איך אן עט מען מיר נישט אריין לאזען?
איך (אין טיאריע) פארמאג אינטערנעט און א בלעקבערי, וואס דער אינהאלט דארף איך נישט מסביר זיין, דא קום איך צו גיין קיין סיטי-פילד איך וויל הערען וואס איז אזוי שענדליך מיט די טעכנעלאגיע, וועט מען מיר נישט אריין לאזען בחנם? איך 'מוז' קויפען א טיקעט? דער עסקן וואס זארגט זיך פאר מיין נשמה און פאר מיין עתיד וועט דען נישט רחמנות האבען אויף מיר נאר בלויז מיט א טיקעט?
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”