קאני 2012

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

קאני 2012

תגובהדורך private » דינסטאג מארטש 13, 2012 1:46 pm

קאני 2012


קאני 2012 איז די נייע ווינט מיט וואס די וועלט איז אויף. די ווידיאו האט אין א קנאפע פאר טעג וואס איז אינדערויסן באקומען איבער הונדערט מיליאן קליקס... און ס'וואקסט מיט יעדע
פארבייגייענדע טאג. ווער איז דאס קאני און וואס איז די ווידיאו? ליינט ווייטער.

קאני איז די לעצטע נאמען פון א דיקטאטור מיטן נאמען "דזשאסעף קאני" ער איז די פירער פון די מיליטאנטען גרופע וואס זענען סטאנצירט אין אוגאנדא, דער קאני איז א ריכטיגע מערדער וואס מיר ליינען אין די אמאליגע ביכער. ער פארכאפט קליינע קינדער פון זייער מיטער'ס שויס און באצווינגט זיי צו מיליטער ארבעט. ער מאכט זיי שיסן און הארגענען זייערע נאנטע און משפחה און אזוי פארלירען זיי זייער אפעטיט צו לעבן און זיי געבן זיך אוועק פאר אים. אט די קינדער רופט מען 'אומזעהבארע קינדער' און אויף זיי באשטייט זיין מיליטער וואס רופט זיך 'על-אר-עי'. דער קאני איז א קולט פירער וואס פארופט זיך אין נאמען פון גאד און ער אינטערטעיניגט יעדעם מיט א שטייפע פויסט. אים 2005 איז ער געווארן אנגעקלאגט ביי די אינטערנאציאנאלע געריכט פאר זיינע חטאים און ער ווערט געזוכט זינט דאן. דאס גייט שוין אזוי אן יארן, אבער נישט לאנג צוריק האט זיך א גוי מיטן נאמען דזשעסאן ראסלער אויפגעוועקט אז דאס דארף קומען צו אן ענדע, ער איז געווען באזוכן אין אוגאנדע און ער האט דארט געטראפן קינדער און נאכן הערן זייערע געשיכטעס איז ער אהיים געקומען און אפגעמאכט ביי זיך אז דאס איז עס ער גייט מאכן אן עק צו דעם קאני איינמאל פאר אלעמאל. ער איז געגאנגען רעדן צו קאנגרעס לייט און צו סענעטארן בעטן אז אמעריקע זאל טון עפעס דערוועגן אבער וואו ער האט נאר אנגעקלאפט האט ער זיך געטראפן האקן אויף פארשפארטע טויערן, יעדער האט אים געזאגט אז ס'איז נישטא וואס צו טון, אמעריקע גייט זיך נישט אריין מישן אין אזא קאנפליקט. אבער ער האט אפגעמאכט ביי זיך אז אויב גייט עס נישט די וועג וועט ער עס נעמען אויף א צווייטן אופן.


ער האט געעפענט א פעיס-בוק פעידזש און אנגעפאנגען צו אפעלירן צו די סאציאלע וועלט, ער האט געוואוסט אז פשוטע מענטשען האבן א כח אויב איז מען באחדות, ער האט עס געזען אין באכארען און אין ליביע און ער האט אפגעמאכט אז דא אין אמעריקע וועט עס אויך ארבעטן. שטאטערהייט האט ער באקומען מער און מער נאכפאלגערס און געלט וואס מענטשען האבן מנדב געווען פאר די מערכה. מיט די צייט האט ער פאררופן ראליס און פראטעסטן קעגן סענעטארן אז זיי זאלן זיך נישט פארמאכן די אויגן און טון עפעס דערוועגן. זיין ארבעט האט זיך אויסגעצאלט און די פאליטישע וועלט האט זיך א שטיקל שאקל געגעבן. א יאר צוריק האט אבאמא ארויסגעשיקט הונדערט אמעריקאנע זעלנער אז זיי זאלן גיין ארויסהעלפן די אוגאנדא רעגירונג און העלפן מיט סטראגישע הילף צו קענען ארעסטירן קאני. דערווייל זיצן דארט די אמעריקאנע זעלנער אבער אן קיין פראגרעס און מען ווייסט וואו דער מאנסטער זיצט באהאלטען. און דא קומט די פראבלעם, אויב וועט דאס צו לאנג אנהאלטן אזוי וועט די אמעריקאנע רעגירונג פארלירן זייער געדולד און זיי וועלן אהיים רופן די טרופן און דאס וועט נאך מער פארשטארקערן קאני'ס מאכט אין דעם ראיאן.


אין דא קומט די ווידיאו אריין. דזשעסאן ראסלער איז ארויס געקומען מיט א האלבע שעה דאקאמענטרי מיט אלע פאקטן איבער דעם די ווידאו איז געווארן אזוי אויפגעכאפט אז ס'האלט שוין ביי איבער הונדערט מיליאן קליקס. זיין ציל איז אז די פאליטיקאנטען אין וואשינגטאן זאלן שפירן די דרוק פון די פאלק און טון אלעס וואס מעגליך אז קאני זאל נאך ווערן ארעסטירט אין דעם יאר 2012 ער וויל אז די וויילער זאלן שטעלן קאני אלס זייער הויפט ציל אין די יעצטיגע פריימעריס און פארלאנגען פון די לויפערס אז זיי זאלן זאגן זייער מיינונג און זייער פלאן. אויך וויל ער אז אים ארפיל 20 זאל יעדער ארום גיין אין זיין געגענט און אויפהענגען אפלאקאטן און קלעבן באמפער סטיקערס אויף זייער קארס מיט די סלאגאן "קאני 2012" זיין ציל אז די גאנצע לאנד זאל וויסן דערפון און דאס ווערן א נאציאנאלע אישו.


צו עס וועט זיך אים אויסארבעטן איז שווער צו זאגן, אבער לויט וואו די ווידיאו צושפרייט זיך איז צום גלייבן אז ער וועט אנקומען ערגעץ מיט זיין קאמפיין. און אויב וועט עס יא זיין סוקסעספול וועט עס זיין א ריכטיגע באוועגונג וואס איז מאטאווירט געווארן דורך די סאציאלע מידיע. פאר מער ליינט דא:
http://en.wikipedia.org/wiki/Kony_2012

א דאנק פאר הרוצה בעילם שמו פארן עס אפשרייבן לטובת קרעטשמע

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג מארטש 13, 2012 2:05 pm

אינערסאנטע מייסע, קיינמאל געהערט דערוועגן בכלל.

א פריוואטע דאנק אייך פריוואט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג מארטש 13, 2012 2:22 pm

האלט אינגאנצן ביי 76 מיליאן, די לעצטע צוויי טעג זענען צוגעקומען "קוים" 5 מיליאן...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מארטש 13, 2012 2:29 pm

א שיינעם דאנק רב פרייוואט פארן ברייטן באריכט! זייער אינטערסאנט!

צו זעהן די ווידיאו קליקט דא:
http://www.kony2012.com/

נאכן אינטערשרייבן אייער פעטיציע גייט אביסל אראפ צו די ווידיאו.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דינסטאג מארטש 13, 2012 2:31 pm

מי חכם האט געשריבן:האלט אינגאנצן ביי 76 מיליאן, די לעצטע צוויי טעג זענען צוגעקומען "קוים" 5 מיליאן...

and over 16.6 million views on Vimeo

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג מארטש 13, 2012 2:35 pm

"דא" (און נישט ביי די מיסיע אין ליביע) קומט גאר שטארק צום אויבערפלאך די ווייטאגליכע עמאציאנאלע חקירה צו אמעריקא וואלט זיך געדארפט אריינמישן אין די צווייטע וועלט מלחמה איידער זי איז געווען א דירעקטע סכנה פאר אמעריקא.

זייענדיג א איד לאזט מיין מחשבה נישט אריין עפעס אנדערש ווי אז זיי וואלטן זיך געדארפט אריינמישן. אבער...

וואס עס ברענגט יא שטארק ארויס -מעניניא דיומא של יום טוב פסח הבעל"ט- איז, אז מיר דארפן לויבן און דאנקן דעם באשעפער יעדע רגע און יעדע שעה וואס מיר געפונען זיך אויף די פרייע וועלט! ווארום די גאנצע קרעדיט דערפאר קומט זיך פארן רבוש"ע, נישט פאר אמעריקא, און נישט פאר רעי קעלי!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דינסטאג מארטש 13, 2012 4:55 pm

גרויזאמער, גערעכט! (אבער אזא ניק ווי דו האט נישט וואס אריינצורעדן דא...)

ערגעץ אין דער שפאקטיוו אדער די שטערן איז לעצטנס געווען באשריבן פון א ברייט-ביינערידגן קצב, א שרעקליכער דיקטאטור, דוכט זיך טאקע אין אוגאנדא, אבער ער איז שוין נישט על כסא מלכותו. (ער האט אייגענטליך באשריבן עטליכע דיקטאטורן און אים איינע צווישן זיי). זיי שרייבן אויף אים אזעלכע שרעקעדיגע גרויליגע זאכן ווי ער האט געפייניגט זיינע בירגער, אז כ'האב כמעט נישט געקענט שלאפן (ווי למשל אז ער עסט מענטשן פלייש).

איז עס טאקע די זעלבע פלאץ, אוגאנדא?

(איינער ווייסט בכלל פון וואס איך רעד?)
הפך בה והפך בה דכולה בה!

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובהדורך tell.me.something » דינסטאג מארטש 13, 2012 10:03 pm

דו רעדסט פון אידי אמין...
באמת א צודרייטער מענטש. און עסן מענטשן איז נאך געווען פון זיינע קליינע משוגעתן....

ער איז אבער געווען דער פירער פון לאנד.
ווידעראום קאני קוקט מיר אויס צו זיין אזויווי די פארק רעבעלן אין קאלאמביע, וואס (אמווייניגסטנס פלעגן)קאנטראלירן גאנצעטע שטעט און געגנטער מיט געוואלד. און דאס לאנדס מיליטער שלאגט זיך מיט זיי
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך מארטש 14, 2012 1:35 am

זייער רירנד. ניט צום גלויבן אז אין יארע צוויי טויזנט און צוועלף זאל אזא פארשוין קענען אנגיין מיט די שוידערליכע אומדערהערבארע אומגעשטערט.

ד"א, וואס איז פשט פון די יודישע נעמען דארט? דזשאסעף, דשעיקאב. (עשרת השבטים?)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מארטש 20, 2012 8:40 am

די פירער פון די מאוומענט איז אריין געפירט געווארן אין שפיטאל דעם פארגאנגענע וויקענד נאכן ארום לויפן אין די גאסן זוכן זיינע אונטערוועש.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מארטש 20, 2012 11:35 am

חחח, נעבעך

פאר דעם אליין וויל איך נישט אז אייוועלט זאל באקומען הונדערט מיליאן צפיות.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג יולי 09, 2012 9:33 pm

די פאפולערקייט האט אים אין אין דער ערד געלייגט.
http://www.thedailybeast.com/newsweek/2 ... -says.html

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מאנטאג יולי 09, 2012 10:48 pm

געלעגער האט געשריבן:די פאפולערקייט האט אים אין אין דער ערד געלייגט.
http://www.thedailybeast.com/newsweek/2 ... -says.html


וואס שטייט דארט?
שכח פון פאראויס.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובהדורך tell.me.something » מאנטאג יולי 09, 2012 11:06 pm

בעיסיקלי אז דער וואס איז געווארן פאפולער וועגן קאני (דער וואס האט צוזאמענגעשטעלט די ווידיאו וואס האט געהאט די מערסטע צפיות אין אזא קורצע צייט) איז משוגע געווארן/צוגרונד געגאנגען פון ווערן פעימעס
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יולי 10, 2012 12:24 am

בעצם איז די ארטיקל מסביר צו זיין אז די אינטערנעט לייגט צוגרונד דעם מענטש טאטל. עס ברענגט אראפ דעם מח און ציפייפט די נערווען. אלס משל ברענגט ער דעם פילם מאכער וואס פון א שטילע מענטש איז געווארן פלוצים א וועלטס פיגור און דאס האט אים בארירט אזש ביזען טאנצען בדד אויף די גאסן

אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

תגובהדורך Shiala » דינסטאג יולי 10, 2012 9:50 pm

געלעגער, איז דא עפעס נייע באריכטן איבער די סומאטוכע? ווי איך געדענק פון דעמאלטס האבן זיי געזאגט אז עס איז געקומען פון סטרעס און אלטע פראבלעמען וואס איז יעצט די איבערקערעניש?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך יולי 11, 2012 8:58 pm

זייער אינטערעסאנט!

קוקט אויס אז קרעמער איז אנטרינען פון דא באצייטענס אויס מורא פאר שגעון פאר אן איבערפלוס פון צפיות.....

איין זאך וואס איך פארשטיי נישט, וואס איז פשט אז מען ווייסט וואו דער קאני געפינט זיך און די אמעריקאנער ארמיי איז דארט און מען קען אים נישט כאפן? אויך וויאזוי קען ער ווייטער אנגיין מיט זיינע שטיק אונטער די נאז פון די אמעריקאנע מיליטער?

---
אידי אמין איז געווען דער פירער פון אוגאנדא אין די צייט וואס עס איז דארט פארגעקומען די היידזשעקינג אין ענטעבי און דער מבצע יונתן.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מיטוואך יולי 11, 2012 11:48 pm

זיי גרייטן זיך אויף נאוועמבער דעם 3'טן צו אויפציטערן די פלאנעט

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג יולי 12, 2012 12:08 am

ווער גרייט זיך?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:26 am

אויפריכטיג האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט!

איין זאך וואס איך פארשטיי נישט, וואס איז פשט אז מען ווייסט וואו דער קאני געפינט זיך און די אמעריקאנער ארמיי איז דארט און מען קען אים נישט כאפן? אויך וויאזוי קען ער ווייטער אנגיין מיט זיינע שטיק אונטער די נאז פון די אמעריקאנע מיליטער?

ווייסן זיי דען? מ'רעדט פון גרויסע דזשאנגעל'ס הונדערטער סקוויער מייל גרויס. זיי ווייסן אז ער דרייט זיך ערגעץ אין יענע דזשאנגל'ס. זה הו.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יולי 12, 2012 11:38 am

אויפריכטיג האט געשריבן:ווער גרייט זיך?



אויף זייער וועב זייטל

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 11:40 pm

די אפריקאנע רעגירונג האלט אינמיטן אויסארבעטן א פלאן אז ער זאל זיך אינטערגעבן
http://www.bbc.co.uk/news/world-africa- ... icRSS20-sa

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » מאנטאג מארטש 24, 2014 2:46 am

היינט איז געווען באריכטעט אז אמעריקע גרייט זיך צו שיקן נאך 150 עיר פארס טרופן און נאך עיר קרעפטס קיין אוגאנדא, ארויסצוהעלפן די אפריקאנע מיליטער אין די זוכעניש נאך ״קאני״ די הויפט פון די לארד׳ס רעזיסטענס ארמיי (LRA).

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג מארטש 24, 2014 10:30 am

צייטליך האט געשריבן:א שיינעם דאנק רב פרייוואט פארן ברייטן באריכט! זייער אינטערסאנט!

צו זעהן די ווידיאו קליקט דא:
http://www.kony2012.com/

נאכן אינטערשרייבן אייער פעטיציע גייט אביסל אראפ צו די ווידיאו.

קען עס איינער ארויפלייגן אויף קאפי?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אריין געטראכט
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 3:57 pm

תגובהדורך אריין געטראכט » זונטאג מארטש 30, 2014 7:18 pm

די נייעס האט מיר עפעס זייער געצויגען פאריגע וואך ווען עס איז ארויף געשווימען אויפן אויבער פלאך פינעם וועלטעל,
איך האב ארויס גענימען דערפין זייער אסאך וכמ''ל, עס האט מיך זייער באנימען וויאזוי ווען א מענטש וויל עפעס אין ער מיינט עס ערנסט קען אנקומען זייער ווייט,
איך בין נאר שטיין געבליבען ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי עס האט זיך אויס געלאזט,
קען איינער ביטע ברענגען די איברגע טייל פין די מעשה ווי עס האט זיך געענדיקט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], rogers און 40 געסט