בלאט 1 פון 1

אינטערסאנטע גרוב געטראפן אין סאודיע אראביע

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 8:45 am
דורך גרויזאמער
עס קומט ארויס פון דעם גרוב א ווינט, ווי מען קען זען אויפן ווידיאו

http://arabinsider.com/h/movies/2648.htm

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 8:50 am
דורך יאנאש
זייער אינטערסאנט, וואס איז דאס טאקע?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 12:39 pm
דורך איך_הער
יאנאש האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, וואס איז דאס טאקע?


זעסט נישט, אז גרויזאמער וואונדערט זיך אויך?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 4:07 pm
דורך קרעמער
מיט מיין יעצטיגע קאנעקשאן (דייל-אפ, בעסער געזאגט פעד-אפ...) קען איך נישט זען דעם ווידיאו, אבער נעם אין באטראכט אז דאס קען זיין די גרוב פון קרח דתן ואבירם!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 9:56 am
דורך ערנסטער
קרעמער האט געשריבן:מיט מיין יעצטיגע קאנעקשאן (דייל-אפ, בעסער געזאגט פעד-אפ...) קען איך נישט זען דעם ווידיאו, אבער נעם אין באטראכט אז דאס קען זיין די גרוב פון קרח דתן ואבירם!!!

און וואס זשע טוט עפעס יענע גרוב אין סעודיה אויב קורח וכל עדתו זיינען דורכגעפאלן אין מדבר סיני?
וואס יא - צו דערוויסן זיך פון דעם אמת (צי דאס איז טאקע זייערע גרוב) איז דאך זייער פשוט - מ'דארף נאר צוהערן זיך צי מ'הערט פון דער גרוב "משה ותורתו אמת והן בדאין". :wink:

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2007 10:47 am
דורך גאליציאנער
בס"ד

ערנסטער
גראדע איז דא וואס האלטען אז די בארג סיני ווי מען האט מקבל געווען די תורה איז אין סאודיע אראביע

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:30 pm
דורך קרעמער
איך זעה דאס יעצט צום ערשטן מאל, טאקע אינטערסאנט (עס קען אבער זיין אז זיי האבן אריינגעשטעלט א ווייערלעס וועקיום קלינער מיטן בלאזער אויף ארויס).

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 12:08 am
דורך שוועמל
גאליציאנער,
נאך קיינמאל געהערט פון דעם דעה. אפשר געסטו א מראה מקום?
און אויב איז די בארג סיני אין סאודי אראביה דאן וואס עפעס קרח ועדתו וואס איז געווען סוף מ' שנה במדבר?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 4:15 am
דורך פויער
שוועמל עיין בצייטשריפט ערב שבועות
ווען איז געווען קרח ועדתו? קוק נאכאמאל וואס האסט געשריבן עס איז געווען אין חצרות פאר מדבר פארן ווי עס איז געווען די מרגלים
ואין מוקדם ומאוחר בתורה

למעשה
איך קאן נישט זעהן דעם ווידעאו
כווייס נישט פארוואס
כהאב יא געהעריגע קאנעקשאן

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 2:22 pm
דורך אלץ-ווייסער
הרב פויער.
איך האב דעם צייטשריפט ליידער נישט געזען.
אבער דער אבן עזרא זאגט אז די מעשה פון קרח איז געווען אין מדבר סיני, ואין מוקדם ומאוחר בתורה.
דערקעגן דער רמב"ן הק' קריגט און זאגט אז ס'איז געווען אין מדבר פארן קדשה.

קרעמער
לויט ר' דן שווארצ'ס מאפעס איז קיינע פון די מדבריות זיכער נישט אינעם לאנד וואס הייסט היינט סאודי אראביע.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 3:42 pm
דורך אלטעבחורל
אלץ-ווייסער האט געשריבן:קרעמער
לויט ר' דן שווארצ'ס מאפעס איז קיינע פון די מדבריות זיכער נישט אינעם לאנד וואס הייסט היינט סאודי אראביע.


אלץ-ווייסער;

'סאודי אראביע' איז נישט "מואב", לויט די היינטיגע מאפע?
AMMEN- איז ווי רוב זאגן, "עמון". - שטימט ווי מען זאגט 'עמון - ומאוב', ווייל דאס איז איינס נעבן ס'אנדערע.

לכאורה, עפעס סענס מאכט עס יא, אז ווען די אידן זענען אריבער די ים סוף, איז מען אנגעקומען נעבן סאודי אראביע, ווייל 'ירדן' גרעניצט זיך מיט 'סאודי אראביע', דאס הייסט אז 'סאודי אראביע' שלענגעלט זיך אריין דארט. (אפשר נאר לויט די היינטיגע מאפעס. הא?) קאטן נישט זיין אז די מדבריות איז געווען ערגעץ דארט?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 3:45 pm
דורך חיים
עס קוקט אויס צו זיין אן אינטערסאנטע ווידיאו אבער ברוך השם אז איך האב נישט אפן די גאנצע אינטערנעט ממילא קען איך עס נישט זעהן אפשר האט איינער א וועג ווי מען קען עס זעהן נישט אויף די אינטערנעט למשל ער זאל עס אהערברענגן צו די קרעטשמע אהן דעם וואס מען זאל דארפן ארויסלויפן פאר א מינוט פון די קרעטשמע צו א צווייטע לינק

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 4:30 pm
דורך שוועמל
אלטע בחורל, מיר פארפארן אין אן אנדער נושא.

נניח אז AMMAN איז עמון, אבער מואב איז זיכער געווען מזרחית דרומית פון ארץ ישראל (היינט הייסט עס אפשר ISRAEL.. די היינטיגע דרום מאפע פון ישראל איז היבש אנדערש פון די ריכטיגע לפי התורה).

ווען די אידן זענען דעם ים סוף אריבער איז דאס געווען ביי די היינטיגע AS SUWAYS). דערנאך זענען זיי אנגעקומען טיפער אין מדבר אריין צו מדבר סיני, פארן, וכו' (דארט צווישן די צוויי פינגערס פונעם ים סוף מער דרום) און ארומגעוואנדערט דארט קרוב צו פערציג יאר ביזן כיבוש.
צווישן די מב מסעות האבן זיי געמאכט צוריק ארויף דעם וועג צו צפון, דארט האט זיי אנטפאנגען בלק מיט בלעם וואס איז שוין געווען הארט בעפארן אריינגיין אין אר"י .

קוק דעם לינק וואס גרויזאמער האט צוגעשטעלט לעצטענס פון די מאפעס

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 5:21 pm
דורך אלטעבחורל
שוועמל האט געשריבן:אלטע בחורל, מיר פארפארן אין אן אנדער נושא.

העפענס טו בלי, פארפארן מיר טאקע...

שוועמל האט געשריבן:ווען די אידן זענען דעם ים סוף אריבער איז דאס געווען ביי די היינטיגע AS SUWAYS).
איך ווייס נישט וואס דאס איז - צו א שטאט אדער... זיכער נעבן סועז קאנאל - איז דאס ערגעץ, אבער ווייזט אויס אז דאס איז ערגעץ נעבן 'מדבר סיני'. ווייל AS SUWAYS איז נישט קיין לאנד.

דאס איז זיכער אז ווען די אידן זענעון דורך די ים סוף, האט דער אויבערשטער געוואלט אז זיי זאלן אריינקומען אויף ארץ ישראל, דורך פלישתים, (וואס דאס איז היינט די עזה/גאזע).

אבער שעפטער איז מען געבליבן שטעקן אין 'מדבר פארן' - 'מדבר סיני'; וואס דאס איז אראפ דרום פון 'אלית'. (היינטיגע צייטן) רעכטס העכער 'מצרים'. - מיינט צו זאגן אז מען איז נישט דורך ביי די שמאלע פונעם 'ירדן' דארט ממש ביים סועז-קאנאל, נאר אביסל מער אראפ דרום, נישט אזוי?

שפעטער איז מען געגאנגען אנפרעגן ביי 'אדום' וואס דאס איז דרום זייט פון ארץ ישראל - (היינט ירדן - אויפן מאפע) אין זיי האבן נישט געוואלט געבן רשות צו דרוכגיין זיינע שטחים, איז מען געגאנגען אונטער זיי, וואס דארט איז?... סאודי אראביע. - (אמת אז די שטחים אין גרעניצן האבן זיך געטוישט). אבער ווען דער אויבערשטער האט געהייסן אוועק גיין פון 'אדום' אין גיין אונטער זיי, שטייט אויך אין פסוק 'אל תצר את מואב' דאס הייסט אז מען האט געמוזט גיין אביסל העכער ארויף מער צו צפון, אבער נאכאלס אונטער 'אדום'. אין דאך רופט מען דאס 'מואב' - אין מען האט דארט גערוהט - אקעגן 'יריחו' וואס דאס איז אקעגן ירושלים, פונקט אינמיטן אר"י.

העכער דעם ארויף צפון איז געווען 'סיחון ועוג', דאס הייסט נאכמער ארויף צפון, קומט אויס אז מער אראפ דרום, איז געווען 'ערבות מואב'. - מוז זיין אז די מאפעס האבן זיך געענדערט ערגעץ, ווייל 'מואב' מוז זיין אונטער (BEHIND) 'אדום' [ווייל נאך אדום איז מען הערשט געגאנגען נעבן מואב]. אין מען האט געמאכט אזא שטארקער אומוועג... אז שפעטער ווען 'יהושע' האט אריינגעברענגט קיין אר"י איז ער געקומען פונעןם 'ירדן' - אבער ביים טייל פון 'ירדן' ווי עס ציהט זיך אריין, דאס הייסט זייער הויעך ארויף צו צפון. אינמיטן אר"י - דארט ביי יריחו.

וואס איך מיין צו זאגן, אז מען איז נישט ארויס פון מצרים אזוי הויעך נעבן די 'סועז קאנאל', נאר אביסעלע נידריגערף, נעבן 'מדבר סיני' און 'מדבר פארן', אין צו מואב איז סאודי אראביע, יא; אמת אז מואב איז מער ארויף צפון, אבער קאן גאר זיין אז עס האט זיך אראפ געצויגן צו דרום, ווי עס געפונט זיך היינט די גרעניץ פון סאודי אראביע.

עניוועי, די מאפעס איז נישט גענוי ווי יעמאלטס... סאו... נעווער מיינד. (אויב בינעך ראטנג, סארי; איך ברויך פרעשן ס'מעמערי, קאן זיין אז מען האט שוין צוריק געגעבן די שטחים... :wink:).

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 5:53 pm
דורך שוועמל
אלטער,
איך ראט דיך זאלסט פארשאפן די טעיפס פון ר' סיני מיט די גענויע מאפעס וועט דיר אסך זאכן קלאר ווערן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 1:51 pm
דורך scy4851
דאכט זיך מיר אז דער גנצע מעשה מיט יענעם גרוב איז אוויא דער ארטיקעל וואס כ'האב געזעהן א פאר יאהר צירוק.

The following article appeared in the well respected Finland newspaper, Ammenusastia

"As a communist I don’t believe in heaven or the Bible but as a scientist I now believe in hell," said Dr. Azzacove. "Needless to say we were shocked to make such a discovery. But we know what we saw and we know what we heard. And we are absolutely convinced that we drilled through the gates of HELLl!"

Dr. Viktor Azzakov, director of the project to drill a 9-mile-deep hole in remote Siberia.Dr. Azzacove continued, ". . .the drill suddenly began to rotate wildly, indicating that we had reached a large empty pocket or cavern. Temperature sensors showed a dramatic increase in heat to 2,000 degrees Fahrenheit." notes Dr. Azzakov. "This is 10 times higher than we expected. It almost seems as if a fiery inferno is raging within the earth's core

"We lowered a microphone, designed to detect the sounds of plate movements down the shaft. But instead of plate movements we heard a human voice screaming in pain! At first we thought the sound was coming from our own equipment." But when we made adjustments our worst suspicions were confirmed. The screams weren’t those of a single human, they were the screams of millions of humans!"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 2:19 pm
דורך סאדע_באטל
איך האב יעצט געזעהן די ווידיאו, עפעס געפעלט מיר נישט,
קודם כל די אראבער זענען די גרעסטע פאנטאזיארן, און ווען עס זאל בלאזן ווינט פון א גרוב, וואלטן זיי געלאפן ווי די שווארצע פעפער וואקסט.
והשנית די ווייסע קאפל ווען ער שטעקט עס אריין אין די גרוב שאקלט זיך עס נישט אויף ארויף, נאר די רגע ער לאזט עס אפ, פליט עס אוועק, טאמער עס בלאזט וואלט עס געדארפט פלאטערן ווען ער האלט עס נאך אין די האנט.
ועל כל זה, זעהט מען גארנישט פון ארום און ארום און וואס טוט זיך העכער די גרוב,
ממילא, סאונד עס מער ווי אן אראבישע לעגענדע,

נ.ב. גיהנום זעה איך אין ראשית חכמה, נישט אויפן קאמפיוטער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 8:12 pm
דורך שוועמל
נ.ב.
גן עדן וואו זעהסטו?
גראדע איז ביי מיר פארקערט, גיהנום זעה איך אויפן קאמפיוטער און גן עדן אין ראשית חכמה... וה"י