וויליאמסבורג באוויינט פטירה פון מעקלערין

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1675
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

וויליאמסבורג באוויינט פטירה פון מעקלערין

תגובהדורך משה קארנפעלד » זונטאג מארטש 04, 2012 1:43 pm

א וואלקאן האט זיך אראפ געלאזט איבער די וויליאמסבורגער גאסן ווען עס איז ארויס געקומען די טראגישע נייעס אז די לאנג יעריגע אידישע קינדער פירער מעקלערין האט זיך דערקלערט באנקראט. נאך מער ווייטאגט די שטאט ווען מען הערט אז עס איז גאר א טשעפטער 7 באנקראט, וואס באדייט אז די פירמע פלאנט צו ליקווידירן איר ביזנעס.

א שטיקל נחמה איז פארהאן, אז בלויז די אמעריקאנער ארעם פון די פירמע איז געגאנגן שלאפן, אבער די אפיליאירטע פירמעס אינדרויסן פון די פאראייניגטע שטאטן שטייען נאך פעלזן פעסט.

קנ"א האט זיך אראפ געלאזט אויף לי עוועניו צו הערן וואס די נשים צדקניות האבן צו זאגן דערויף.

"10 קינדער האט די פירמע ע"ה געפירט לאנגע יארן אויף די לענג און ברייט פונעם שטאט, נאך איינס האט זי נישט געקענט פארנעמען?", דרוקט זיך אויס מיט צער א דורכשניטליכע מיטליעריגע וויליאמסבורגע פרוי.

ב. פלעטשקע זאגט אז זייט זי האט די באגעבא בי ברויך זי שוין סייווי נישט די מקלערין, אבער אויף זומער אין קאנטרי ווייסט זי נאך נישט וואס זי וועט טון.

"עניוועיס זאגן מיינע פרענדס אז עס איז אבאוט טיים פאר א טשעינדזש", זאגט א פריש חתונה געהאטע פארל מיט א האלבע שעמוועדיגע שמייכל.

הצלה פורניטשער האט זיך אנטזאגט פון קאמאנטירן, אנווייזענדיג אויף די פירמע פאליסי נישט אריין צו לאזן די אינטערנעט.

פון צווישן די סעריע באריכטן וואס קנ"א האט דורכגעזיפט איז איין פאראגראף געווען אומפארשטענליך, מיר וועלן עס אראפ ברענגן פאר די ליינער, אפשר וועט עס איינער קענען דעשיפרירן.

"די טייערע קערידזשעס זענען געווען פאפולער ביי בעסערע עלטערן פאר יארן לאנג טראץ פראבלעמען וואס איר וואלט נארמאל ערווארטעט פון א ביליגיע פירמע ווי: רעדער צוברעכן זיך, קערידזשעס דרייען זיך איבער, און איבער אלעם צוויי ריקאלס צוליב פינגער שפיצן וועלכע זענען אפגעהאקט געווארן ווען פינגער פון קינדער זענען פארכאפט געווארן אין די הינדזש מעכאניזעם".

גייענדיג צום דרוק קומט אריין אומבאשטעטיגטע נייעס פון לי גארדענס, אז היינט 4:00 נאכמיטאג ביים ווארטן די באסעס גייט אפגעהאלטן ווערן א קריטיש וויכטיגע קאנפרענץ ווי מען וועט דיסקוסירן די מעגליכקייטן וואס איז פארהאן, צו זיין זיכער איידער די זומער חדשים וועלכע סארט קערידזשעס וועלן האבן די זכיה אז זייערע רעדער וועלן באטרעטן די וויליאמסבורגער באדן.

אין א סטעיטמענט צו קנ"א זאגט עקסטעינדזש, "מיר האבן גענוג ליניעס צו קענען פארנעמען די גרויסע צאל קאנפרענץ קאלס פאררופן אויף היינט נאכט."
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג מארטש 04, 2012 1:50 pm

שכוח פאר די ברעכענדע נייעס,
פונקט פאריגע וואך האבן זיי מיר ריפלעיסד א א פארט, הייסט כ'האב אריינגעכאפט באצייטנס.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג מארטש 04, 2012 2:43 pm

לץ איינער, מעכטיג אראפגעלייגט

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 04, 2012 2:44 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:לץ איינער, מעכטיג אראפגעלייגט

אוועטאר
אלס פארשטייער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 10:17 pm
לאקאציע: Waiting for GPS signal...

תגובהדורך אלס פארשטייער » זונטאג מארטש 04, 2012 2:50 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:לץ איינער, מעכטיג אראפגעלייגט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג מארטש 04, 2012 3:21 pm

שר'קויעך פאר די נייעס!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מארטש 04, 2012 3:30 pm

ציקער זיס משה'לע.
א מחאה אויף די בייק לעין איז פאררופן אויף היינט נאכמיטאג פארענט פון באנדעס 9בייגעלס געשעפט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 04, 2012 4:39 pm

אמת אדער נישט, אזא ארטיקל איז א יקר המציאות [און איך רעד נישט פונעם קערידזש]

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 04, 2012 4:44 pm

קוקט אויס ווי הרב המייסד האט אביסל געסירטש אויף דעם ענין... אז ער ווארפט אריין 'אמת אדער נישט'.

ס'איז נישט קלאר דערווייל פונקט וואס דא גייט פאר, צייט וועט זאגן. איין אפטיילונג פון די פירמע (אדער א דיסטרוביטונג פון זיי) האבן אריינגעטראגן אין געריכט אריין פאר צוויי חדשים צוריק חלק ז' פאפירן און געריכט ווי זיי שרייבן האבן זיי נכסים און ווערד פון 45 אלפים בסך הכל אבער חובות און די שווערע מיליאנן.
מצד השני האט די גרויסע פירמע גארניש געמאלדן דערפון אפי' יעצט ווען מ'גייט אויף זייער סייט מערקט מען גארנישט אז עפעס גייט פאר אונטער די קוליסן.

אונטערשטע שורה איז, מעקלער'ן גייט נישט אוועק ס'איז א מאלטי-ביליאן דאלער'דיגע פירמע מיט גוטע פראפיטן. פונקטליך וואס די מטרה פון די פיילונג איז נאך נישט קלאר לעת עתה.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מארטש 04, 2012 5:39 pm

שכוח פאר די גוטע נייעס, זאג פאר די פירמע to little to late... מיר אינוועסטירן שוין ממילא נישט אין זיי קרוב צו צען יאר... מיר ווארטן אויף גוטע נייעס, אז באגאבאגאבאגאבאגא ..... בו, האט געטוהן דאס זעלבע... זאכן ווייסער האלטן אז א באגאבו באנקראט וואלט היבש עלימינירט די שידוכים קריזיס ...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » זונטאג מארטש 04, 2012 5:45 pm

קאנפירמד מיט בראון'ס מאנסי - Business as usual

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » זונטאג מארטש 04, 2012 6:19 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:לץ איינער, מעכטיג אראפגעלייגט

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1675
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » זונטאג מארטש 04, 2012 6:42 pm

מיין הויפט קוואל וואס איך האב געליינט איידערן שרייבן איז געווען די ארטיקל פון קאנסומער אפערס.

יעצט האב איך מער דורכגעליינט פון ניו יארק טיימס און וואל סטריט דזשורנאל, און ווי עס שיינט איז עס טאקע מער א שפיל ווי א פאקטישע ביזנעס פארשליסונג.

דעדי-טייפס.קאם, וועלכע איז געווען פון די ערשטע עס צו באריכטן, שטרייכט אינטער די מאדנע פאקט אז אין די ערשטע 9 חדשים פון 2011 האט די אמעריקאנער פליגל פארדינט א נישטיגע עטליכע אין 30 טויזנט דאלאר, א דראסטישע רעדוקציע פון א יאר פריער ווען עס האט געשארט מיליאנאן, ברענגענדיג צום אויספיר אז די פראדוקטן פארקויפט אין 2011 זענען פשוט מער נישט געווען אינטער די מקלערין יו עס עי פליגל, און די פיילינג איז בלויז געווען די לעצטע טייל פונעם שפיל.

וויאזוי זאגט היימישער איד, ונזכה ונחיה ונראה.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מארטש 04, 2012 7:07 pm

ס'אחילוק. דיין ארטיקל בלייבט ביי אונז אפילו זיי זאלן מאכן מעלאונעס.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג מארטש 05, 2012 3:23 am

אינעם רוח פין פורים הבעל"ט איז עס גוט אפילו ס'איז נישט אמת!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 05, 2012 10:58 am

דער אמת איז. אז מעקלערין בלייבט אין ביזנעס איז שוין איינמאל א חידוש. ווי קען א פירמע בלייבן אין ביזנעס אויב נאכן פארקויפן איין ביליגען קערידזש בלייבן זיי פארפליכטעט צו רעפלעיסן פארטס און גאנצעטע קערידזשעס פאר די קומענדיגע 10 יאר? כ'מיין, מ'שטיינס געזאגט, ווי קומט ס'פראפיט? נעוואדע גייט עס באנקראט, ס'האט זיי נאר גענומען צייט צו כאפן.. ווידעראום בא-גע-באא האט זיך באווארנט אויף די חלק און זיי בעטן לכתחילה 700 טאללער פער קערידזש אזוי אז עס בלייבט זיי נאך איבער צו גיבן רעדלעך און דעכלעך פאר די קומענדיגע פאר יאר און זיי זאלן נאך לייזן פאר די פירמע.

משה. דיין ארטיקל איז גאר גוט! גענוי וואס מיר זיכן דא!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מארטש 05, 2012 12:27 pm

משה צייטליך, כ'מוז אייך צזואמענעמען, ווייל איר ביידע זענט גוט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מארטש 05, 2012 2:19 pm

אוי וויי בד"ה.
די אלטע מעקלערין וואס פלעגט זיצן ביי חתונות איז שוין אויך נישט דא..!

מען דארף תשובה טון רבותי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מאנטאג מארטש 05, 2012 3:08 pm

ביז כ'האב געכאפט וואס מ'רעדט דא. מעקלער, מעקלערין, כ'האב געמיינט עפעס איז געשען מיט מעכעלטעס טוי סטאר. (זי לעבט דען נאך?!)

גוט גוט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג מארטש 05, 2012 8:17 pm

יא צו לאנגע געזונטע יארן.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג מארטש 05, 2012 11:20 pm

משה, איך וואלט דיר געגעבן א פוליצער פרייז פאר דיין באריכט! געוואלדיג!
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1675
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דינסטאג מארטש 06, 2012 12:15 am

צייטליך האט געשריבן:דער אמת איז. אז מעקלערין בלייבט אין ביזנעס איז שוין איינמאל א חידוש. ווי קען א פירמע בלייבן אין ביזנעס אויב נאכן פארקויפן איין ביליגען קערידזש בלייבן זיי פארפליכטעט צו רעפלעיסן פארטס און גאנצעטע קערידזשעס פאר די קומענדיגע 10 יאר? כ'מיין, מ'שטיינס געזאגט, ווי קומט ס'פראפיט? נעוואדע גייט עס באנקראט, ס'האט זיי נאר גענומען צייט צו כאפן.. ווידעראום בא-גע-באא האט זיך באווארנט אויף די חלק און זיי בעטן לכתחילה 700 טאללער פער קערידזש אזוי אז עס בלייבט זיי נאך איבער צו גיבן רעדלעך און דעכלעך פאר די קומענדיגע פאר יאר און זיי זאלן נאך לייזן פאר די פירמע.



צייטליך געב איבער אינדערהיים אז מען מוז שוין נישט צאלן 700 קרעדיט קארד דאלארן פאר א באגעבא מ'קען צאלן 850 גרייצער פאר א "4מאַמס-אָרעגאַמי."

איך ווייס נישט ווי לאנג עס איז אויף די מארקעט, אבער עס איז געמאכט פאר פרויען א שטייגער ווי מענער וועלכע דארפן א בלעקבערי פאר די ציגל טראסקער שפיל אדער א איי-פאון פאר די ברויזיגע פויגלן.

די קערידזש האט א קנעפל וואס לייגט עס צוזאם אויטאמאטיש.

וואס נאך? וואס נישט.

עס פארמאגט העדלייטס(גוט פאר די קאנטרי), א טשארדזשער פארן סעלפאון, און פאר איך פארגעס א LCD דעשבּאָרד.

איך בין געקומען אויף די שפירן פון דעם קערידזש ביים ליינען פון דעם שרייבער איבער די מעקלערין ריקאל.

יענע, וואס רופט זיך אגב KJ אין קורצן, רעקאמאנדירט אז מען זאל קויפן עמעזאן'ס בעסט סעלער "פירסט יערס דזשעט סטראלער" פאר 36.94, און אוועק לייגן די פארבליבענע 813.06 פאר קאלעדזש.

הממ... כא מורא יענע קומט נישט פון KJ. ווען יא וואלט זי געזאגט מען זאל עס אוועק לייגן פאר א KDC.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1675
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 2:37 pm

די רבי זאל זיין געזונט פלעגט אלץ זאגן א טובל אריין און ארויס, אבער עפעס בין אין איך פארפלאנטערט געווארן מיט דעם מקלערן, כ'כאפ מיר אן דערין און כ'לאז עס נישט אזוי שנעל ארויס פון די הענט.

אקיצור צו וואס איך וויל ציקומען, אויב האט מעקלערין געפיילט באנקראט כדי זיך ארויס צו דרייען פון לאו סוטס האט די פירמע שלעכט געפיילט. א ריכטער האט געגעבן דעם אקעי פאראויס צו גיין מיט א גרויסע קלאגע טראץ די באנקראט פיילינג.

http://blogs.wsj.com/bankruptcy/2012/03 ... n-roll-on/
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 30, 2012 1:01 am

באנקראט ארויף, באנקנאט אראפ, איך האב נעכטן געקויפט א פרישע מעקלארען וועגעלע פאר 315 רייניש [צרכי החג]

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מארטש 30, 2012 1:24 am

קרעמער האט געשריבן:באנקראט ארויף, באנקנאט אראפ, איך האב נעכטן געקויפט א פרישע מעקלארען וועגעלע פאר 315 רייניש [צרכי החג]

אה, כ'זעה ס'דא גרויסע פלענער, פיר טעג חול המועד !!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: 1חכם, Kollel, yid101, א גאנץ יאר פרייליך, גאלדגרוב, גבר ישראל, יסוד ארי, פינחס, פראהביטש, שאבעלע, שבת פארטי, שלים און 145 געסט