Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 3:09 pm

יא ס'איז אמת. שוין געווען א וואך צוריק, ווייסעכניש ווער עס האט זיך יעצט אויפגעוועקט...

Advertisement

דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 4:49 pm

נא וואס האסטע אונז נישט געמאלדן? נישט פעיר

דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 4:57 pm

ווייל עס האט גארנישט געהאט מיט די פראטעסט...

זיי האבן סתם באקומען א תשוקה צו הערן פון א סאטמארע לידער אליינס וואס אונזער שטעלונג איז גענוי, נאכן הערן פון א סאטמארער איד אביסל איבער אונזער שטעלונג, וואס איז זיי געווען א סורפרייז צו הערן.

עס איז געווען א שמועס פון בערך 10 מינוט, עס האט זיי זייער געפאלן ווען דער רבי האט זיי געזאגט אז ער האט נאכנישט איבערגעטרעטן קיין שום אקופערטער באדן, טראץ מערערע באזוכן אין איזריעל במשך די יארן.

דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 7:02 pm

יהיה כן האט געשריבן:ווי לאנג ס'מעלד נישט אז זיי האבן איבער געלאזט א טשעקל, איז דאך נישט מעלה ומוריד צו ס'יז וואר אדער נאר געקענט זיין וואר...


שמעתי אז זיי האבן געוואלט געבן געלט נאר די רבי האט נישט געוואלט נעמען.

דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 7:12 pm

מחותן האט געשריבן: יענער האט זיי געשיקט צו א זון פינעם רבי׳ן אבער זיי האבן געוואלט וויסען מער,

תיקון טעות: אייניקל פון רבי'ן, הרב חיים צבי בן הרב מענדל שליט"א

פרייטאג נובמבר 15, 2013 1:24 am

צייטליך האט געשריבן:למעשה איז די אפשטימונג דורך מיט 64 - 21.

מאיר פרוש האט געשאפן א סענזאציע אינדערמיט ביים מעלדן אז די בחורים וועלן טוען לויט ווי זייערע רבי'ס און ראשי ישיבות וועלן הייסן און אויב וועט מען הייסן גיין אין תפיסה אנשטאט מיליטער וועלן אלע גיין אין תפיסה און דערבייי האט ער ארויסגענומען קייטעלעך (הענד-קאפס) און זיך זעלבט צוגעבינדן צום מייק און עמוד ווי ער האט גערעדט. עס האט גענומען א וויילע ביז עס יז געלונגען פאר סעקיוריטי און ארבייטער אים אויפציבינדן דערפון.

נאכדעם וואס די אפשטימונג איז דורך האבן זיך די פרומע חה"כ - אנגעפירט ביי גפני - געריסן קריעה דארט.

http://www.mako.co.il/news-military/pol ... =565984153

http://www.israelhayom.co.il/article/103609

צוויי וואכען וועט מאיר פרוש נישט קענען רעדן עמטליך אין כנסת המינים, אלס א שטראף פאר די סירקוס.

פרייטאג נובמבר 15, 2013 8:20 am

גארנישט קיין שטראף.....

זונטאג דצמבר 01, 2013 2:12 pm

געוויסע רעדן זיך אפ אז די אינטעזיכנוג ביי די לשכת הגיוס איז זייער נישט אויסגעהאלטן, און זיכער נישט פאר א 16 17 יעריגער בן תורה.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג דצמבר 01, 2013 5:46 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג דצמבר 01, 2013 2:17 pm

כ"ק אדמור מוויזניץ שליט"א {מוהר"י} האט די וואך ביי שלוש סעדות זייער שארף גערעדט קעגן גזירות גיוס און האב אנגעזאגט אז מען זאל זיך בכלל נישט וויסענדיג מאכען ווען זיי ריפען, ענדערש גיין אין תפיסה ווי איידער גיין אין צה"ל.

בחדרי חרדים האט געשריבן:
האדמו"ר מויז'ניץ: "נלך למאסר ולא לצבא"
בסעודה שלישית של שבת חנוכה, במעמד אלפים, תקף האדמו"ר בחריפות את הניסיונות לגיוס בחורי ישיבות • "המעט שאנו מקבלים לא שווה את המחיר שאנו נדרשים לשלם" • "ראשי המדינה הנוכחיים חסרי הבנה בסיסית, ומטרתם רק להצר את צעדי החרדי, וכל האמצעים כשרים בעיניהם"


במהלך סעודה שלישית בשבת נשא האדמו"ר מויז'ניץ דברים חריפים בחובת השעה על רקע דיוני ועדת שקד לשוויון בנטל, הדנה על חוק הגיוס והסנקציות שיוטלו על בחורי הישיבות ואברכי הכוללים

במעמד אלפי החסידים שהגיעו לשבת חנוכה, הביע האדמו"ר את דעתו הידועה, ואמר שוב "אנחנו נלך למאסר, לא נלך לצבא בשום פנים ואופן. לא צו ראשון ולא צו אדום - אסור ללכת לצבא' לא להתייצב בכלל בלשכת הגיוס לא בראשון לא בשני ולא בשלישי.

"בנידון ההתייצבות בלשכות הגיוס, דעתי איתנה שאין לבחורים להתייצב כלל! ההוראה למעשה נתונה בידי מועצת גדולי התורה - אך זאת דעתי האישית".

בהמשך דבריו שנאמרו בכאב אמר: "המעט מזעיר שנותר לנו שאנו מקבלים מהם, אינו שווה את המחיר שאנו נדרשים לשלם על כך. הרודנות העקבית וההתייחסות הכללית של ראשי המדינה כלפי הציבור החרדי, לא נופלת ואף מתחרה עם גישת המושלים בגולה כלפי היהודים.

"ראשי המדינה הנוכחיים חסרי ההבנה הבסיסית שהבינו הקודמים בראשות המדינה, מטרתם אחת - להצר צעדי רגלי החרדים לדבר ה', וכל האמצעים ובכל המובנים והתחומים, כשרים בעיניהם למטרתם. עלינו להכריז קבל עם ועדה, איננו חוששים מהם, לא נזוז ולא נסטה כמלוא נימה מדרכנו אשר לנו מורשה מדורי דורות".


דאס איז זייער ענליך צו די מהלך פון די הגר"ש אויערבאך פראקציע, און אזוי אויך איז עס ענליך צו זיין אייגענע מיינוג וואס ער האט געזאגט פאר בערך א יאר צירוק אבער ער האט צירוק געצויגען דערפון נאך באקימען פרעשור פון די דגל רבנים.

זונטאג דצמבר 01, 2013 4:03 pm

טייערע חברים, ביטע איידער איר שרייבט עפעס טראכט צוויי מאל צו עס קומט דא.
א דאנק

זונטאג דצמבר 01, 2013 10:25 pm

זה בכה וזה בכה, הצד השוה שבהן...
עטעטשמענטס
42298.jpg

זונטאג דצמבר 01, 2013 10:55 pm

טעות,
דער לינקער דארט, מיט זיין יודע מטמוניות שבכם, וועט אסאך שנעלער באווייזן דאס וואס זיין רעכטער שכן קען נישט באווייזן, עס איז בכלל נישט קיין צד השוה.

עס איז נאר א באזונדערע סייעתא דשמיא אז די מטורפים שטעלן זיך נאך אויף קרימינאלע שטראפן, אזוי שלאגט מען זיך נאך אביסל, אלמלא כן מי יודע וואו מיר וואלטן היינט געשטאנען.

דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 7:39 pm

ירושלים ברענט און אייוועלט שלאפט?!...

די מיליטער האט אנגעהויבן נעמען שריט וואס זיי האבן זיך ביז יעצט געהאט איינגעהאלטן, זיי האבן אנגעהויבן ארעסטירן בחורים וואס גייען נישט צו לשכת הגיוס אויף די הוראה פון די גדולי ישראל, ווילאנג מען טיילט נישט קיין דיחוי און מען פטר'ט נישט פון די בדיקות.

צוויי בחורים שמאכטן שוין אין טורמע און איין דריטע בחור ווארט אויס א משפט (ער זיצט דערווייל אין תל השומר) פארן זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס, דער ערשטער איז שוין ארעסטירט געווארן זונטאג און איז פאר'משפט געווארן אויף דערווייל פאר צוויי וואכן טורמע, 14 טעג, און דער צווייטער איז ארעסטירט געווארן נעכטן און האט דערווייל באקומען מער ווי דעם ערשטן, 20 טעג.

הגר"ש אויערבאך שליט"א איז נעכטן מיטוואך געווען ביים "כלא שש" צו באזוכן דעם ערשטן קרבן ציבור, אינאיינעם מיט הונדערטער ליטווישע בחורים וועלכע האבן דארט געזינגען ניגוני מחאה און געהאלטן פראטעסט שילדן. היינט איז געווען א עצרת אין בתי וורשא פארופן דורך די ועד חינוך הטהור פון די עדה החרדית, און פון דארט איז מען ארויס אין א זינגענדיגע פראטעסט קיין ככר השבת אונטער א שלאקס רעגן, די פאליציי האבן געטיילט ביטערע קלעפ פארן פארמאכן דעם ראוד און האבן אויך ארעסטירט 4, דריי בחורים און איין אינגערמאן, זיי זענען איינגעזעצט אין תפיסה און ווארטן מארגן אויף א משפט.

היינט איז געווען א ישיבת בי"ד אין די עדה החרדית פון "גאנץ" בי"ד בראשות מרן הגאב"ד ומרן הראב"ד שליט"א, וואו עס איז ארויסגעקומען א קול קורא "את אשר יגורנו בא", און עס איז באשטימט געווארן אויף א ריזיגע נסיעה פון הונדערטער אידן צו די טורמע קומענדיגן מאנטאג, אין שפיץ פון אלע חברי הביד"ץ!

המערכה בעיצומה..
לעצט פאראכטן דורך דער תהילים איד אום דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 7:48 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 7:47 pm

די באזוך אין טורמע:
עטעטשמענטס
43098.jpg
הרב-שמואל-אויערבך-בשערי-הכלא-פטרוף.jpg

דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 7:47 pm

דער היינטיגער קול קורא פון בי"ד:
עטעטשמענטס
אשר יגורנו בא.jpg

דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 8:47 pm

תהלים, כ'האב מיך געגרייט אויף א פסק פאר'ן נישט אפדעיטן און האסט מיך אויסגעכאפט...

דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 10:00 pm

תהילים איד, עס איז געווארען זייער פארנעפעלט די מעשה בשעת די מאמע פינעם בחור האט היינט געזאגט אז דאס בחור האט נישט פינקטליך געפאלגט די הוראה פון הגרש״א אז מען זאל זיך בכלל נישט מעלדן ווען זיי ריפען, זי זאגט אז דער בחור האט זיך יא געמאלדען און די ארעסט איז א טעות, מעגליך אז זי זאגט ליגענט כדי צי געפעלן די אנדערע עסקנים כדי זיי זאלען איר העלפן, עס איז שווער צי וויסען.

בכל אופן איז די מערכה נישט אין די בעסטע צייט פאר די עדה, ווייל אנשי דגל זיצען יעצט אויף בולדאזערס און פארען ארום די שטאט דערמיט, איך ווייס נישט צו די עדה מיט זייערע לעצטע מערכות איז גענוג שטארק אויפצונעמען א מלחמה פנים אל פנים מיט די אנשי רחוב חזון איש, אזא מלחמה קען נאך זיין א פאטאלע קלאפ פאר די עדה, אחוץ אויב וויזניץ וועט גיין ביזען סוף און גור וועט זיך צושטעלן כדי צו שלאגען דערמיט זייערע דגל חברים.

דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 10:12 pm

על ראשון ראשון:

1) איך האב נישט געזעהן וואס די מאמע פון דעם (ספרדישן) בחור האט געזאגט, אבער לויט ווי איך ווייס האט דער בחור זיך געשטעלט ביי די 17 יאר און ביי די 18 יאר, אבער די לעצטע יאר זינט די הוראה נישט צו גיין האט ער זיך נישט געשטעלט, זייענדיג א אנהענגער פון הרב אויערבאך. ער האט שוין געהאט א "משפט" וואו דאס איז אויפגעוויזן געווארן און דערפאר האט ער באקומען א עונש פון תפיסה.

וואס די מאמע וויל יעצט ווייס איך נישט, איך קען פרובירן מברר צו זיין. אבער דאס איז זיכער א פלא, אז די אנשי הרב שטיינמאן וועלכע האבן צוויי טעג געשריגן "קוקט'ס, ווער עס פאלגט אויערבאך דער ליידט, זאל יעצט אויערבאך קעיר נעמען פון אים", די זעלבע האבן זיך יעצט פארסמאקעוועט מיט עפעס א באריכט בשם די מאמע און אנגעהויבן שרייען "פארוואס איז הרב אוירבאך געקומען אין טורמע, די מאמע וויל דאס נישט, און די בחור האט זיך עכט יא געשטעלט..". היפאקריטיע בתפארתו.


2) ביסט גערעכט אז די כח פון די עדה איז יעצט זייער שוואך צוליב געוויסע מחלוקות וואס ווערן אנגעדרייט, אבער עס שיינט אז דער ציבור פארשטייט צו פונאנדערשיידן צווישן אזא מערכה און אזא מערכה ואכמ"ל, און איך גלייב אז אינאיינעם מיט הרב אויערבאך און אפשר אויך וויזניץ קען מען גאר גוט אנקומען.

דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 10:22 pm

דער היינטיגער ישיבת בי"ד
עטעטשמענטס
IMG_0110.jpg

פרייטאג דצמבר 06, 2013 10:24 am

חדשות24 באריכטעט אז ביי די הפגנה אין ככר השבת האט מען גערופן הצלה אז מענטשן זענען געפאלן באוואוסטלאז, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מענטשן וואס האבן זיך פשוט געווארפן אויף דער ערד מיט מסירת נפש אינמיטן די שלאקס-רעגן...

המחאה בכיכר השבת בגין השלכת בני הישיבות לכלא! כונן איחוד הצלה חזי רוט בראיון לפורטל הקולי; הגעתי לצומת בעקבות הדיווח שהגיע למוקד הכוננים על מחוסר הכרה במקום מה שהתברר כמסירות נפש של אברכים ששכבו על הכביש בעיצומם של הגשמים המבורכים. בחסדי ה' אין נפגעים של ממש

פרייטאג דצמבר 06, 2013 12:02 pm

אויב האט ער זיך געשטעלט צום גיוס, אין דאס איז טאקע די סיבה פארוואס זיי האבען עם ארעסטירט? דאן וואס איז די פאניק ביי די אלע וואס האבען זיך נישט איינגעשריבען?

פרייטאג דצמבר 06, 2013 12:53 pm

היינט
עטעטשמענטס
ישיבת מהר''ם מרוטנבורג - בכלא.jpg

זונטאג דצמבר 08, 2013 7:32 am

אוי וויי! רבש"ע העלף אונז!

זונטאג דצמבר 08, 2013 10:21 am

msp האט געשריבן:אוי וויי! רבש"ע העלף אונז!

די רבש"ע זאל אונז טאקע העלפן אבער ביזדערווייל זיצען נאר די וואס האבען זיך געחכמהט מיט זיי...

זונטאג דצמבר 08, 2013 1:49 pm

מכטי. ביי גיוס בנות האט מען אויך נאר איינגעזעצט די מיידלעך וועלכע האבן זיך געחכמהט מיט זיי.

בעסער זיך צו שלאגן אויף לשכת הגיוס, ווי חלילה האטלן ביי א טריט ווייטער! דא איז די שליסל-פונקט פון די מלחמה אויף די עצם גזירה, דא טוט די ממשלה מעסטן ווער עס איז גרייט איינצוגיין אויף פשרות און וועמען מען קען פאר "קיין געלט(..)" נישט ברעכן! ובכן, כולנו למערכה.
שרייב א תגובה

Advertisement