לאמיר שרייבן א קליינע משל
באמת דארף מען שרייבן באריכות, נאר מחמת חוסר הפנאי, און וועגן די שרעק פאר קאנטער-אטאקעס, וועל איך שרייבן נאר בקיצור, ותן לחכם ויחכם עוד.
עס איז געווען אמאל א שטעטל, ווי די איינוואוינער האבן געוואוינט רואיג פאר יארן לאנג, אלעס איז אנגעגאנגען על מי מנוחות, ביז איין טאג האבן זיך אריינגעצויגן ביים ברעג שטעטל אפאר לייכטזיניגע פארשוינען, און דאן האבן זיך די פראבלעמען אנגעהויבן.
די פארשוינען האבן געהאט א האַבי זיך ארומצושפילן מיט קליינע העלצעלעך אין דעם דערנעבנדיגן וועלדעל, און אנצינדן פייערלעך, און צו זעהן וויאזוי די פייער שפרינגט פון העלצעל צו העלצעל, און פון בלעטל צו בלעטל, פון בוים צו בוים און אזוי ווייטער, ביז אדעווער פון די שטעטליכע איינוואוינער האט באמערקט ביים וואלד עפעס ברענט, און האט שנעל אלאמירט דעם גאנצן שטעטל, און יעדער איז געקומען צולויפן לעשן די שריפה, אז עס זאל זיך נישט פארשפרייטן ח"ו ביז אין שטעטל אריין.
אדורך איז א צייט, און צוביסלעך האבן זיך די שטעטלישע איינוואוינער איינגעוואוינט צו דעם נייעם לעבנ'ס שטייגער, אז יעדע פאר וואכן "ברעכט אויס" א פייער, און מען דארף עס לויפן לעשן, עס איז נישט געווען איבריג באקוועם, אבער ההכרח לא יגונה. עס איז געווען שמועות אין שטעטל אז די פארשוינען וואס האבן זיך אריינגעצויגן ביים עק שטעטל זענען שולדיג אין די פייערן, אבער נישט יעדער האט עס אנגענומען, אנדערע האבן געשריגן אז דאס איז לשון הרע, און אנדערע האבן גע'טענה'ט אז זיי זענען וואוילע אידן תלמידי חכמים, נאכמער האבן זיי גע'טענה'ט אז ווען עס ברענט זעהט מען זיי אויך קומען מיט גרויסע האמפערס און זיי גיסן אויך וואסער אויף אלע זייטן, אמת טאקע, נישט אלעמאל גיסן זיי די וואסער אויפן ריכטיגן פלאץ, און אסאך מאל לויפן זיי צווישן די לעשער'ס מיט אזא בהלה אז עס שטערט נאר דאס אויסלעשן, אבער דאס איז דאך נישט במזיד, דאס איז פשוט פון פארלוירנקייט, אזוי האבן גע'טענה'ט די מלמדי זכות. אויך האט מען געהאט טענות אויף זיי אז אסאך מאל אין די זעלבע צייט וואס אנדערע זענען פארנומען מיט לעשן דעם פייער שפילן זיי זיך ווייטער מיט זייערע שפילעכלעך, אבער די מלמדי זכות האבן גע'טענה'ט אז זיכער געבן זיי אבאכט אז עס זאל זיך נישט אנצינדן קיין פרישע פייערן, אמער זיי זעהן דאך וואספארא סכנה דאס איז, זיי האבן דאך אויך הייזער דא. עס איז אפילו געווען אזעלכע וואס האבן גע'טענה'ט אז זיי האבן אליינס געזען וויאזוי די פארשוינען גיסן נאפט אויפן פייער אנשטאט וואסער, אבער די מלמדי זכות האבן ווייטער גע'טענה'ט אז קודם כל גלייבן זיי עס נישט, און אפילו אויב עס איז געשען איז עס זיכער געווען בטעות, אזוי אז מען קען נישט האבן קיין טענות אויף זיי.
בכלל האבן זיי גע'טענה'ט, אז די פייערן וואס ברעכן אויס אין וואלד האבן גארנישט צוטוהן מיט די נייע תושבים, און אן זייערע שפילערייען מיט די העלצלעך וואלט עס אויך געשען וויבאלד עס איז הייס און די ביימער זענען טרוקן, איי עס פלעגט נישט זיין אזוי, אבער די מלמדי זכות האבן גע'טענה'ט אז אפשר פלעגט יא זיין אזוי, זיי געדענקן נאך אליינס אז פאר צען יאר צוריק איז אויך געווען א פייער, און פאר פופצן יאר צוריק האט אויך איינמאל אויסגעבראכן א פייער נאך אפילו א גרעסערע ווי די געווענליכע פייערן וואס פאסירן יעצט, איי פארוואס איז יעצט דא מער? א קשי' אויף א מעשה, אזוי איז עס, אמאל איז דא מער און אמאל ווייניגער.
וואס האמיר מאריך צו זיין, הכלל דאס איז אזוי אנגעגאנגען א לענגערע צייט, ביז די ביימער זענען שוין געווארן זייער פארטריקנט און אפגעברענט פון אזויפיל נאכאנאנדיגע פייערן, (אזוי ווי דער שטייגער פון א אפגעברענטע האלץ אז עס צינדט זיך אן גרינגער), און איין טאג ווען די פארשוינען האבן זיך ארומגעשפילט מיט זייער באליבטע שפילעריי, האבן זיך אנגעצינדן עטליכע ביימער אויף איינמאל, די פייער האט זיך זייער שנעל צושפרייט און עס האט ארומגעכאפט א גרויסע שטרעקע, די שטעטלישע איינוואוינער זענען געווארן אלאמירט, און דער גאנצער שטעטל איז זיך צונויפגעלאפן, און אנגעהויבן שלעפן ריזיגע עמער'ס וואסער מיט איין אימפעט צו פארלעשן דאס פייער.
ווען די פארשוינען האבן געזען וואס זיי האבן דא אנגעווערטשאפט, אנשטאט אפצולאזן זייער שפילעריי און גיין העלפן לעשן דעם פייער, האבן זיי געמאכט א חשבון אז אויב וועלן זיי אצינד מיטהאלטן מיט די אלגעמיינע שרעק, און זיי וועלן אפלאזן זייערע שפילערייען און גיין העלפן לעשן, דאן וועט דער עולם אפשר אנהייבן צו טראכטן אז זייערע שפילערייען ברענגען די אומגליקן, און מען קען זיי נאך ח"ו צווינגען מיט געוואלד אויפצוהערן דעם שפיל מיט פייער, האבן זיי געמאכט א גאונ'ישן חשבון ווי פאלגענד.
זיי האבן גענומען זייערע שוועבעלאך, העלצעלאך, בלעטעלאך, און געגאנגען אויף אן אנדערן זייט פון וואלד, און דארטן זיך ווייטער געשפילט, פארשטייט זיך אז די אפגעברענטע ביימער דארט האבן אויך נישט צו לאנג געהאלטן, און ווילאנג מען האט נאך געהאלטן אינמיטן פרובירן צו קאנטראלירן דעם ערשטן פייער, האט שוין די אנדערע זייט וואלד אויך אויפגעפלאקערט, ווען זיי האבן געזען כי כלתה אליהם הרעה, אז דער עולם קומט צו לויפן מיט איין אויפברויז צו זייער ריכטונג, און זיי האבן מורא געהאט אז זיי וועלן באקומען דאס זייעריגע פארן שטעלן דעם גאנצן שטעטל אין א סכנה, האבן זיי באשלאסן זיך צו שטעלן אויף סעלף דיפענס....
און אט קומט אן צולויפן פארשוויצט דער הויפט לעשער פון שטעטל, א אינגערמאן מיט ברענענדיגע אויגן, און פעך שווארצע לאנגע פיאות, און ער הייבט אן שרייען "וואס שפילט איר אייך מיט פייער? פארוואס גיבט איר נישט אבאכט? איר שטעלט דאך אין געפאר דעם גאנצן שטעטל?!" שטעלן זיי אן אויף אים תמימות'דיגע אויגן, "קודם כל שריי נישט אזוי, נישט אונזערע קליינע פייערלעך צינדן אן די גרויסע פייער'ס, און סיי ווי איז דאס נישט די ערשטע פייער, עס איז שוין אסאך מאל געווען דא פייערן, און די פייערן האבן נאך קיינמאל נישט פארברענט דעם שטעטל, עס איז א אומזיסטע זארג..." דא האקט זיי איבער איינער "וואס הייסט עס האט נאך קיינמאל נישט פארברענט? פאריגע מאל זענען צוויי הייזער פארברענט געווארן און צוויי משפחות זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ, און דער בחור וואס איז ל"ע פארברענט געווארן א האלב יאר צוריק, דאס איז גארנישט?"
אבער די מענטשן (אוממענטשן) האבן זיך נישט דערשראקן און געענטפערט רואיג, אז די הייזער וואס זענען פארברענט געווארן זענען ממילא געווען האלב חרוב'ע הייזער, אזוי אז פאר די משפחות וואס האבן דארט געוואוינט איז נישט קיין גרויסע נפק"מ צו זיי האבן א דאך איבערן קאפ צו נישט, און דער בחור וואס איז ל"ע פארברענט געווארן איז געווען אן אלטער בחור פאר וועמען עס איז נישט געגאנגען קיין שידוך, נעבעך דער רחמנות פון שטאט, און עס איז אים אסאך בעסער אויף יענע וועלט..." אזוי האבן די טענות פארגעזעצט עטליכע מינוט.
נאך אפאר מינוט טענה'ן האבן טייל מענטשן פון שטעטל זיך אריינגעמישט און אנגעהויבן שרייען, אז יעצט איז נישט קיין צייט פאר ויכוחים, נאר יעצט דארף מען לעשן דעם פייער, און נישט זיך ארומקריגן, און זיי האבן אנגעהויבן שרייען צו די פארשוינען אז זיי זאלן קומען העלפן לעשן דעם פייער.
איז געווען צווישן די פארשוינען אזעלכע וואס האבן באשלאסן אז יעצט איז בעסער צו גיין העלפן לעשן, ווייל אויב נישט וועט דאס נישט טויגן, אבער אנדערע פון זיי (מורא האבנדיג מודה צו זיין אז זיי שטעלן אריין יעדעם אין געפאר מיט זייערע שפילערייען) האבן זיך גע'עקשנ'ט אז עס איז גארנישט, און אז דער פייער וועט גארנישט שאדן פאר קיינעם, און אויב וועט עס שוין יא שאטן וועט עס נאר זיין קלייניגקייטן און מענטשן וואס זענען "סייווי" נעבעך... און אזוי ווייטער.
ווי מיר האבן שוין געשריבן אויבן, די פארשוינען אפילו ווען זיי זענען יא געגאנגען העלפן לעשן, האבן זיי געגאסן וואסער אין די וועלט אריין, געווענליך נישט דארט וואו מען האט געדארפט, זיי זענען געלאפן צומישט, און געשטערט די לעשער אין זייער ארגאניזירטע ארבעט, אויך האבן זיי געמאכט א ריזיגן טאראראם ארום זיך, און צומישט דעם ציבור, ווען זיי האבן נישט געהאט צו די האנט קיין וואסער האבן זיי געקענט גיסן אמאל נאפט אדער סיי וועלכע אנדערע פליסיגייט, און אזוי ווייטער.... חוץ פון דעם האבן זיי כסדר אוועקגעמאכט די סכנה פון דעם פייער, איין טאג האבן זיי געזאגט אז מען דארף קודם לעשן איין זייט און די אנדערע זייט לאזן ברענען, און הערשט דערנאך וועט מען גיין צו די צווייטע זייט (איי דער פייער וועט דאך צוריקגיין צו די ערשטע זייט...), דעם אנדערן טאג האבן זיי געזאגט מען וועט סיי ווי נישט קענען לעשן, די ארבעט איז אומזיסט, אן אנדערן טאג האבן זיי געשריגן אז מען טאר נישט גיסן אזויפיל וואסער אויף איינמאל, אזוי האבן זיי פארדרייט א קאפ פאר די שטעטלישע אידן, וואס זענען געווען פארלוירן זעהנדיג די שרעקעדיגע פייער צינגען נעבן זייערע הייזער לאקערנדיג אויף זייער האב און גוטס.
פארשטייט זיך אז די אלע זאכן האבן שטארק געשטערט און פארלאנגזאמט דאס פארלעשן דעם פייער, דער עולם האט פארלוירן די מוט, און דער פייער האט זיך פארשפרייט מער און מער, עס איז שוין אנגעקומען ממש ביזן שטעטל (נישט פון איין זייט אזוי ווי געווענליך, נאר פון אלע זייטן פון שטעטל האט געברענט), און דער עולם לעשער'ס איז געווען שוואך און אנטמוטיגט, און זיי האבן געשריגן צו די פארשוינען אז זיי זאלן קומען העלפן לעשן, "צוזאמען מיט פאראייניגטע כוחות" וועט מען בעסער קענען, דערווייל האט מען געלאשן פוילערהייט ווארטנדיג אויף די גוטהארציגקייט פון די פארשוינען, און די פייער האט געפלאקערט מער און מער, און דער ברייטער ציבור איז געווען ממש ווילד אין "נישט געקענט פארשטיין" וויאזוי יענע פארשוינען קענען זיין אזוי שלעכט און נישט קומען העלפן לעשן, און פון טיפן הארצן האבן זיי געשריגן צו זיי "וויאזוי קענט איר שטיין פון די זייט? אייערע הייזער זענען דאך אויך אין געפאר פונקט ווי אונזערע! קומט אונז העלפן לעשן וואס פריער!".....
ע"כ המשל (שוין מאריך געווען צו לאנג מער ווי געקלערט)
יעצט האב איך צוויי שווערע פראגעס מרפסין איגרא:
איינס:
פארוואס ווארט איר אויף זייערע טובות? איר זעהט דאך אז זיי זענען זייער צופרידן אז עס ברענט, זיי זעהן בכלל נישט די סכנה דא, אדרבא זיי האלטן נאך ביים צינדן ווייטער. זיי וועלן ממילא נישט קומען העלפן, און אויב וועלן זיי יא קומען וועט עס דען זיין א טובה, זיי וועלן דאך נאר שטערן און קאליע מאכן.
אויב ווילט איר עפעס אויפטוהן, לויפט אליינס לעשן דעם פייער מיט אייערע אייגענע מעגליכקייטן, און ווארטס נישט אויף זייער גוטסקייט...
צוויי:
אנשטאט צו זיין פארנומען לעשן פייערן כסדר, און יעצט מיטן לעשן דעם גרויסן פייער וואס נעמט נישט קיין סוף, קודם נעמט זיך צו די ביינער פון די צינדער'ס! אויב קען מען זיי מסדר זיין אזוי אז זיי זאלן אויפהערן מיט זייער שפיל אדרבא! אבער אפילו אויב נישט, כאטשיג מאכט זיכער אז אין אייער געגענטער זאלן זיי נישט קומען, זאלן זיי צינדן פייערן נעבן זייערע ביידלעך, און אויב עפעס וועט זיך פארברענען זאל עס זיין זייערע ביידלעך, אבער אויף די אנדערע זייט שטעטל זאלן זיי נישט האבן קיין דריסת הרגל, אזוי אפילו אויב זיי וועלן ווייטער צינדן פייערן און עס וועט אמאל קומען א פייער פון זייער זייט וועט כאטשיג זיין גרינגער צו באקעמפפן ווייל עס וועט דאך נאר זיין פון איין זייט, און נישט פון אלע זייטן אזוי ווי יעצט.
און הערשט נאכדעם וואס די צינדער'ס הערן אויף צו צינדן ווייטער דעם פייער וואס איר פרובירט צו לעשן, דאן קען מען צוריקגיין לעשן ווייטער, ביז דאן זענען אלע אייערע לעשערייען אומזיסט, ווייל אפילו יעצט אויף די רגע באווייזט איר צו קאנטראלירן אדער אפילו טיילווייז צו פארלעשן דעם פייער פון איין זייט, אבער באלד וועט עס דאך צוריק אויפפלאקערן פון א צווייטע זייט, ווי די צינדער'ס שפילן יעצט דארטן זייער מסוכנ'דיגער טויטליכער שפיל.
ע"כ המשל.
דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל........
(נ.ב. דער משל קען גענוצט ווערן אויף אסאך ענינים, נישט נאר אויף גיוס וד"ל)
לעצט פאראכטן דורך
ווארד אום מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:23 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן