בלאט 65 פון 144

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 2:02 pm
דורך מחותן
דער תהילים איד האט געשריבן:נאכדעם וואס בי"ד העדה החרדית האט פארופן א יום תפילה אויף דעם מיטוואך, ערשיינט א בריוו פון הרב שטיינמאן וואס רופט אויך א "יום תפילה עולמי" אויף דעם מיטוואך. (כמובן נאר נאכן צולייגן די ווערטער "שזו הדרך היחידה להינצל"... און דער פחד איז אויף די גורל פון "בני התורה ועמלי התורה", שוין, ואכמ"ל)


נאך א שינו אז בשעת די עדה פאריפט א עצרת תפילה להעביר הגזירה, האט מען פון חזון איש 5 אפגעווארפן די געדאנק פון א עצרת תפילה זיך צוזאם צוקימען אינאיינעם, עס איז אינטערסאנט אנצומערקען אז כדי צי ראטווען די כותל האט מען יא ערלויבט א עצרת תפילה.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 2:38 pm
דורך דער תהילים איד
לעצטע נאכט האבן מיליטערישע פאליציי פרובירט אריינצוגיין אין א בעלזע ישיבה אין חיפה, וועלנדיג ארעסטירן א בחור, אבער דער משגיח (א איזרעלי כנראה...) האט געזאגט אז ער האט א הוראה נישט צו עפענען די טיר אויף קיינעם נישט, אפילו פאר פאליציי... און זיי האבן געמוזט אהיימגיין מיט ליידיגע קייטלעך אין די הענט, זאגנדיג אז זיי וועלן צוריקקומען.

לויט ווי מען פארשטייט זוכן זיי עפעס א בחור פון א משפחה וואס וואוינט אין חו"ל און דער בחור האט זיך נישט געשטעלט קיינמאל צום מיליטער האלטנדיג אז ער האט מיט זיי גארניקס.

איך פרוביר נאר זיך פארצושטעלן אזא בילד, אז די ארמי קומט אריבער אויף בארדיטשוב ראוד מיט א ארסעט באפעהל, און א אינגרמאן ביים טיר זאגט "איך לאז נישט אריין"... יויש איז דאס א מדינה.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:58 pm
דורך ווארד
דא אין אמעריקע דארף מען אויך האבן א באזונדערע קארט ארדער אריינצוגיין אין א הויז, א ארעסט ווארנט איז נישט גענוג, עס איז נאר גענוג אז זיי קענען אים אפווארטן אינדרויסן און ארעסטירן ווען ער קומט ארויס.

אגב, איך האב אזוי געטראכט היינט, אז די טאוולען וואס מען האט געהאלטן ביי די בני תורה מארש אז די ציונים האבן געשאפן דעם פראבלעם און זיי זאלן נישט קומען בעטן אונזער הילף עס צו פאררעכטן, איך מיין אז די זעלבע מעסעדזש איז גילטיג כלפי די גרויסע מחאה וואס די אגודה האט געוואלט מאכן אין אמעריקא און געוואלט אז מיר זאלן זיך משתתף זיין.
אלמלא זיי הערן אויף צו נעמען געלט, אלמלא זיי לאזן איבער זייערע בענקלעך אין כנסת (וואלט דער לפיד נישט געהאט אזויפיל שטיצע וכו' וכו'), אלמלא זיי קומען ארויס מיט א קלארע הוראה אויף מסירת נפש, אלמלא זיי וואלטן קיינמאל נישט מסכים געווען אויף קיין פשרות פון חוק ט"ל מיט שירות אזרחי און נושרים וכו' וכו', און אלמלא...... וואלט קיינמאל דער גיוס געזעץ נישט געהאט קיין קראפט.
זאלן זיי עס אליינס אויפעסן. און אויב זיי ווילן זיך דוקא אן עצה געבן קענען זיי עס טון אן אונזער הילף.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 4:49 pm
דורך farshlufen
ומי מעכב? שאור שבעיסה.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 4:52 pm
דורך ניק ניק
ווארד האט געשריבן:דא אין אמעריקע דארף מען אויך האבן א באזונדערע קארט ארדער אריינצוגיין אין א הויז, א ארעסט ווארנט איז נישט גענוג, עס איז נאר גענוג אז זיי קענען אים אפווארטן אינדרויסן און ארעסטירן ווען ער קומט ארויס.

איך ווייס אויך פון די געזעצן, אבער דאכט זיך אזא מעשה וואס תהילים פארציילט האט נאכנישט פאסירט דא אין אמערקע...

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:55 pm
דורך מחותן
ווארד האט געשריבן:אגב, איך האב אזוי געטראכט היינט, אז די טאוולען וואס מען האט געהאלטן ביי די בני תורה מארש אז די ציונים האבן געשאפן דעם פראבלעם און זיי זאלן נישט קומען בעטן אונזער הילף עס צו פאררעכטן, איך מיין אז די זעלבע מעסעדזש איז גילטיג כלפי די גרויסע מחאה וואס די אגודה האט געוואלט מאכן אין אמעריקא און געוואלט אז מיר זאלן זיך משתתף זיין.
אלמלא זיי הערן אויף צו נעמען געלט, אלמלא זיי לאזן איבער זייערע בענקלעך אין כנסת (וואלט דער לפיד נישט געהאט אזויפיל שטיצע וכו' וכו'), אלמלא זיי קומען ארויס מיט א קלארע הוראה אויף מסירת נפש, אלמלא זיי וואלטן קיינמאל נישט מסכים געווען אויף קיין פשרות פון חוק ט"ל מיט שירות אזרחי און נושרים וכו' וכו', און אלמלא...... וואלט קיינמאל דער גיוס געזעץ נישט געהאט קיין קראפט.
זאלן זיי עס אליינס אויפעסן. און אויב זיי ווילן זיך דוקא אן עצה געבן קענען זיי עס טון אן אונזער הילף.


אז דו גייסט מיט די וועג קענסטע שוין גיין א סטעיפ ווייטער, ווער האט דיר בכלל געבעטען מוחה צו זיין?
עס איז נישט קיין סוד אז די געזעץ גייט כמעט נישט ווי עפעקטירען די עדת קנאים וואס נעמען בכלל נישט קיין געלט פאר זייערע ישיבות, די פאליקאנטען האבן שוין עטליכע מאל געזאגט אז אויף די קהילות וואס זענענן אינגאנצן מנותק פון די מדינה זיי נעמען נישט קיין געלט און גייען נישט צו די בחירות אויף די האבן זיי נישט קיין טענות פארן נישט גיין אין צה״ל, עטליכע האבן עס שוין עפענטליך געזאגט אז זיי זיכען נישט די געזעץ זאל חל זיין אויף די נטורי קרתא וויבאלד זיי דארפן אונז אין מיליטער, זיי קענענן נישט צוברעכן אונזערע ישיבות אדער אונזערער כוללים וויבאלד זיי שטיצען עס במילא נישט.

גיי נישט מוחה לטובת די אגודה..

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:16 pm
דורך Gevald Geshrigen
מיט א ווארענט מעגן זיי אריינקומען און מען מוז נישט האבן נאך א קאורט ארדער.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:50 pm
דורך בעל דעת
זאל נישט אויסגערעדט זיין
דאהי אמריקע אז מען פארטשעפט זיך ח"ו מיט דע גארוועמענט ווייסט יעדער איינער אז מען פארלירט יעדע רעכט, משא"כ און א"י פרעג נאר דע חברה וואס מען זעצט איין יעדע שני וחמישי, זאל נאר איינער דערוואגען צי זאגען דאהי "אני מכיר" לאמיר נאר זיען ווען ער וועט זוכה זיין צי זיען דע לעכטיקייט פין דע זין?
איך געדנק איינמאל ווען איך בין צירוק געקימען פין א פראטעסט און געטראפען הרב משה אליעזר זיגעלמאן -ער האט נאך געדארפט זיצען העלפ וועי- האב איך אים דערציילט ווי מען האט אויסגעלויבט דע אמעריקאנער פאליס אז זיי פירן זיך נישט אויף ווי דע איזראיילעם,זאגט ער מיר זיי זאלן מיר נישט פארציילען ווער דע רוצחים זענען, אדרבא די ווייסט איין איד וואס איז געזיצען דארט מער ווי א יאר?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:14 pm
דורך דער תהילים איד
ווארד האט געשריבן:אלמלא זיי הערן אויף צו נעמען געלט, אלמלא זיי לאזן איבער זייערע בענקלעך אין כנסת (וואלט דער לפיד נישט געהאט אזויפיל שטיצע וכו' וכו'), אלמלא זיי קומען ארויס מיט א קלארע הוראה אויף מסירת נפש, אלמלא זיי וואלטן קיינמאל נישט מסכים געווען אויף קיין פשרות פון חוק ט"ל מיט שירות אזרחי און נושרים וכו' וכו', און אלמלא...... וואלט קיינמאל דער גיוס געזעץ נישט געהאט קיין קראפט.
זאלן זיי עס אליינס אויפעסן. און אויב זיי ווילן זיך דוקא אן עצה געבן קענען זיי עס טון אן אונזער הילף.

זייער זייער נישט ריכטיג.

וואס הייסט "זאלן זיי עס אליינס אויפעסן"? דו מיינסט אז זיי גייען עסן דיין טייל?

ווען מען דארף זיך ראטעווען קען מען נישט שרייען "דער איז שולדיג יענער איז שולדיג". די חשבונות זענען זייער גוט, און ס'איז אמת אויך! און דאס שרייבט שוין דער רבי ז"ל אין ויואל משה (סי' ק"ז?) אויף אלע גזירות באופן כללי אז ווען נישט די אגודה וואלט מען אסאך גרינגער געפועלט ביי די רשעים ואכמ"ל, אבער דאס אלעס איז גוט צו זאגן ביי זיך אין ביהמ"ד אין פרידנס צייטן, נישט ווען עס איז פאקטיש אנשטאנען א גזירה וואס נעמט אריין אלעמען. ביי די פראטעסטן האט די רבי קיינמאל נישט פראטעסטירט קעגן די אגודה ווייל זיי זענען אלעס שולדיג. נישט געווען אזא חלום בכלל, און אוודאי איז מען נישט געבליבן זיצן אינדערהיים און געזאגט "זאלן זיי עס אויפעסן".

רש"ש טעלער האט נאכגעזאגט אפאר חדשים צוריק ביי א שיעור אז ווען עס האט אנגעהויבן שטורעמען איבער די גזירת הגיוס האט ער געשריבן א מאמר ארויסברענגענדיג אז די אגודה איז אלעס שולדיג, האט אים אנגערופן הגאון רבי אליקים שלעזינגער שליט"א און אים געזאגט, איך בין א תלמיד פון בריסק'ער רב, איך קען גוט קנאות, און איך ווייס אויך גוט די מציאות, איך ווייס נאך מער פון דיר אז די אגודה איז אלעס שולדיג, אבער יעצט זאלסטו נישט שרייען דאס, יעצט זאלסטו שרייען אויף די גזירה אליינס, יעצט איז יעדער אין פעקל און יעדער דארף שרייען. דאס איז א בליק פון א אמת'ער קנאי משרידי דור הישן.

ידיד נפש וגו'

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 8:53 pm
דורך private
מאכט מיר נישט קיין סענס אז ר׳אליקים זאל אנרופען רש״ש טעלער

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:17 pm
דורך דער תהילים איד
קלערסט אז אין לאנדאן איז נישטא קיין טעלעפאנען? אדער וואס. (אפשר האט ער געשיקט א טעלעגראם? כהאב נישט מדייק געווען).

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:33 pm
דורך יהיה כן
דער תהילים איד האט געשריבן:
ווארד האט געשריבן:אלמלא זיי הערן אויף צו נעמען געלט, אלמלא זיי לאזן איבער זייערע בענקלעך אין כנסת (וואלט דער לפיד נישט געהאט אזויפיל שטיצע וכו' וכו'), אלמלא זיי קומען ארויס מיט א קלארע הוראה אויף מסירת נפש, אלמלא זיי וואלטן קיינמאל נישט מסכים געווען אויף קיין פשרות פון חוק ט"ל מיט שירות אזרחי און נושרים וכו' וכו', און אלמלא...... וואלט קיינמאל דער גיוס געזעץ נישט געהאט קיין קראפט.
זאלן זיי עס אליינס אויפעסן. און אויב זיי ווילן זיך דוקא אן עצה געבן קענען זיי עס טון אן אונזער הילף.

זייער זייער נישט ריכטיג.


רש"ש טעלער האט נאכגעזאגט אפאר חדשים צוריק ביי א שיעור אז ווען עס האט אנגעהויבן שטורעמען איבער די גזירת הגיוס האט ער געשריבן א מאמר ארויסברענגענדיג אז די אגודה איז אלעס שולדיג, האט אים אנגערופן הגאון רבי אליקים שלעזינגער שליט"א און אים געזאגט, איך בין א תלמיד פון בריסק'ער רב, איך קען גוט קנאות, און איך ווייס אויך גוט די מציאות, איך ווייס נאך מער פון דיר אז די אגודה איז אלעס שולדיג, אבער יעצט זאלסטו נישט שרייען דאס, יעצט זאלסטו שרייען אויף די גזירה אליינס, יעצט איז יעדער אין פעקל און יעדער דארף שרייען. דאס איז א בליק פון א אמת'ער קנאי משרידי דור הישן.

ידיד נפש וגו'


און וואס זאגט הגר"מ פילאף? (כ'וויל הערן ביידע ספאוקסמען'ס דיעה, אלץ ברענגסטע נאר איין צד)

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:08 pm
דורך להגדיל שמו
יהיה כן האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:דאס איז א בליק פון א אמת'ער קנאי משרידי דור הישן.

ידיד נפש וגו'


און וואס זאגט הגר"מ פילאף? (כ'וויל הערן ביידע ספאוקסמען'ס דיעה, אלץ ברענגסטע נאר איין צד)

הגר"מ?
ער שרייבעט אז ער האט עס געהערט פין הרב שלעזינגער, ווי קימט דא אריין ספאקמען פין ביידע זייטען?
#just curious

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:29 pm
דורך יהיה כן
אז מ'פארשטייט נישט אויפן ווינק...

הרב טעללער איז נישט 'איין' מיינוג, פארהאן אנדערע אויך.... והבן

ובכלל די גאנצע שמועה איז דאך סך הכל א עד מפי עד, וניתן לסמוך עליו לא פחות כעל כל שמועות פורחות.....

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:28 pm
דורך געלעגער
יהי, האסט עפעס צו צולייגן, לייג צו. וויילסט ברענגען פון אנדערע זאגערס, ברענג. דאס פארדרייען יעדע פאר מינוט דעם אשכול האט נישט קיין זין

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:37 pm
דורך יוםטובערליך
מחותן האט געשריבן:
ווארד האט געשריבן:אגב, איך האב אזוי געטראכט היינט, אז די טאוולען וואס מען האט געהאלטן ביי די בני תורה מארש אז די ציונים האבן געשאפן דעם פראבלעם און זיי זאלן נישט קומען בעטן אונזער הילף עס צו פאררעכטן, איך מיין אז די זעלבע מעסעדזש איז גילטיג כלפי די גרויסע מחאה וואס די אגודה האט געוואלט מאכן אין אמעריקא און געוואלט אז מיר זאלן זיך משתתף זיין.
אלמלא זיי הערן אויף צו נעמען געלט, אלמלא זיי לאזן איבער זייערע בענקלעך אין כנסת (וואלט דער לפיד נישט געהאט אזויפיל שטיצע וכו' וכו'), אלמלא זיי קומען ארויס מיט א קלארע הוראה אויף מסירת נפש, אלמלא זיי וואלטן קיינמאל נישט מסכים געווען אויף קיין פשרות פון חוק ט"ל מיט שירות אזרחי און נושרים וכו' וכו', און אלמלא...... וואלט קיינמאל דער גיוס געזעץ נישט געהאט קיין קראפט.
זאלן זיי עס אליינס אויפעסן. און אויב זיי ווילן זיך דוקא אן עצה געבן קענען זיי עס טון אן אונזער הילף.


אז דו גייסט מיט די וועג קענסטע שוין גיין א סטעיפ ווייטער, ווער האט דיר בכלל געבעטען מוחה צו זיין?
עס איז נישט קיין סוד אז די געזעץ גייט כמעט נישט ווי עפעקטירען די עדת קנאים וואס נעמען בכלל נישט קיין געלט פאר זייערע ישיבות, די פאליקאנטען האבן שוין עטליכע מאל געזאגט אז אויף די קהילות וואס זענענן אינגאנצן מנותק פון די מדינה זיי נעמען נישט קיין געלט און גייען נישט צו די בחירות אויף די האבן זיי נישט קיין טענות פארן נישט גיין אין צה״ל, עטליכע האבן עס שוין עפענטליך געזאגט אז זיי זיכען נישט די געזעץ זאל חל זיין אויף די נטורי קרתא וויבאלד זיי דארפן אונז אין מיליטער, זיי קענענן נישט צוברעכן אונזערע ישיבות אדער אונזערער כוללים וויבאלד זיי שטיצען עס במילא נישט.

גיי נישט מוחה לטובת די אגודה..


בס"ד,

דאס איז נישט קיין וועג חלילה. אז מען וויל ר"ל עוקר מן השורש זיין די פרומע ישיבות און כוללים איז צייט צו טאן אלעס מען זאל מבטל זיין די גזירות, און עס איז נישט קיין צייט צו ווייזן שולד-פינגערס, אפילו מען רעדט בעיקר פון ישיבות וואס נעמען נעבעך געלט פון די מקורות הטמאות.

אגב, יא, הגר"א שלעזינגער שליט"א און הרה"ח מהרש"ש טעלער שליט"א זענען שטארק בקשר, בכתב ובע"פ.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:45 pm
דורך AHA
איז דא עפעס נייעס מיט גיוס?

די לעצטע פאר פעיזשעס איז נאר געוועהן רינגעראונדדיראזעס

די שקד פלאן איז שוין ארויס?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:48 pm
דורך לכתחילה אריבער
כ'בין ווייט פון איבערצייגט, אז די גזירה מיינט נישט די סארט אידן.

קודם עפעס געלט נעמט כמעט יעדער, נישט פאר די מוסדות, אבער פרייוואט געלט יא. און אפי' נישט, היינט דרייט מען זיך ארויס מיט פארשידענע סארט וועגן, און אויב זיי ווילן ווערן שטרענג, קענען זיי. ווער זאגט אז א צווייטער צורר וועט נישט אויפשטיין מארגן, און אנהייבן רודפן אלע פרומע אידן?

לאפיד איז נישט געגאנגען אזוי ווייט, אבער פארוואס זאל דאס נישט זיין נעקסט? האנדעלט מען דען דא מיט לאגיג, אז מען זאל עס קענען אפשלאגען מיט לאגיק? מען האנדעלט דא מיט "מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו כנחש". יעדער איז מודה אז די מדינה דארף די פרומע סאלדאטן ווי א לאך אין קאפ.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:56 pm
דורך ווארד
יוםטובערליך האט געשריבן:דאס איז נישט קיין וועג חלילה. אז מען וויל ר"ל עוקר מן השורש זיין די פרומע ישיבות און כוללים איז צייט צו טאן אלעס מען זאל מבטל זיין די גזירות, און עס איז נישט קיין צייט צו ווייזן שולד-פינגערס, אפילו מען רעדט בעיקר פון ישיבות וואס נעמען נעבעך געלט פון די מקורות הטמאות.
ר' יו"ט פאר דיר וועל איך ענטפערן.

איך האב נישט געמיינט ח"ו צו זאגן, אז מען זאל גארנישט טון און מען זאל זיי לאזן פאלן.

ביי מיר איז דאס אויך קלאר אז מען דארף ארויסגיין מוחה זיין און טון וואס מען קען, סיי צוליב דעם וואס מיר טראגן אויך א געוויסע אחריות אויף די פרעמדע קרייזן אז זיי זאלן נישט ח"ו אינגאנצן אוועקפאלן אין דעם מיליטער שמעלץ טאפ, און סיי צוליב דעם וואס די גזירה איז קלאר יא נוגע אונזערע קרייזן אויך, און סיי צוליב דעם וואס עס איז סתם אזוי גוט און כדאי צו פראטעסטירן קעגן די ממשלת השמד...

מיין נקודה וואס איך האב ארויסגעברענגט איז געווען גאנץ אן אנדערע. מיין נקודה איז ווי פאלגענד: ריכטיג אז מיר דארפן פראטעסטירן, און קעמפפן קעגן דעם גיוס פלאן, ריכטיג אז ווען עס איז א צרה דארף מען נישט קוקן ווער עס איז שולדיג. אבער דאס איז אלעס ווען מען רעדט ווען אונזער פליכט פאר זיך און פאר אלע אנדערע אידן.

אבער ווען זיי קומען צו אונז בעטן אונזער הילף צו באקעמפפן די גזירה, דאן דארפן מיר זיי זאגן "אנטשולדיגט, איר האט זיך \ אונז אריינגעדרייט אין דעם פעקל, און יעצט קומט איר בעטן הילף? זייט מוחל גיטס אייך אליינס אן עצה, און לאזט אונז אפ".
איי, מען האט דאך געשמועסט אז ווען יענער איז אין א צרה זאגט מען נישט זכור מעשיך הראשונים און דאן איז נישט די צייט צו טייטלען אויף ווער עס איז שולדיג, דאס איז התינח ווען יענער קען יעצט גארנישט טון דערצו, אבער אויב יענער האט נאך יעצט אויך די גאנצע ליסטע פון ברירות וואס ער קען טון אוועקצולייגן דעם גזירה פאר אייביג, אין אנדערע ווערטער די אלע אלמלא'ס וואס איך האב אויבן אויסגערעכנט - ווען זיי זאלן דאס ווען "יעצט" טון וואלט מען אויך געקענט דורכדעם מבטל זיין דעם גזירת גיוס לגמרי:
ווארד האט געשריבן:אלמלא זיי הערן אויף צו נעמען געלט, אלמלא זיי לאזן איבער זייערע בענקלעך אין כנסת (וואלט דער לפיד נישט געהאט אזויפיל שטיצע וכו' וכו'), אלמלא זיי קומען ארויס מיט א קלארע הוראה אויף מסירת נפש, אלמלא זיי וואלטן קיינמאל נישט מסכים געווען אויף קיין פשרות פון חוק ט"ל מיט שירות אזרחי און נושרים וכו' וכו', און אלמלא...... וואלט קיינמאל דער גיוס געזעץ נישט געהאט קיין קראפט.
נאר וואס דען? זיי האלטן נישט דערביי, נאר אנשטאט דעם קומען זיי וויינען מיט קראקאדיל טרערן "העלפט מיר", אין אזא פאל דארף אונזער תשובה זיין "דו קענסט זיך אן עצה געבן מיט די גזירה! נישט גענוג דו ווילסט נישט טון וואס דו דארפסט און דו דרייסט אונז \ זיך טיפער אריין אין פעקל, האסטו נאך די חוצפה צו קומען בעטן ביי אונז הילף?"

אגב, עס איז כדאי זאלסט ליינען דעם משל וואס איך לינק אין מיין חתימה

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:58 pm
דורך derech eretz
עפעס איז געווען נייעס היינט וועגן די חב"ד שליחים,
די באצאלטע שרייבערס זאלן עס באשרייבן..

געשריבן: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:08 am
דורך לכתחילה אריבער
derech eretz האט געשריבן:עפעס איז געווען נייעס היינט וועגן די חב"ד שליחים,
די באצאלטע שרייבערס זאלן עס באשרייבן..

צו זיין א שליח, וועט ווערן פון היינט באטראכט ווי "ארבייטן פאר די רעגירונג" און מיט דעם איז מען יוצא, נישט דארפענדיג גיין אין מיליטער.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:38 am
דורך ווארד
דאס הייסט אז עס איז שוין עמטליך אז די היינטיגע ליובאוויטשע באוועגונג איז עצם מעצמם ובשר מבשרם פון די ממשלת הכפירה?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:12 pm
דורך שנאפס
גראדע היינט גערעדט מיט א אינגערמאן פון אר"י, ער זאגט מיר אז זיין ברודער האט פאריגע וואך באקומען א פטור מיטן אלטן וועג, ד"ה ער איז אפיציעל משוגע...

געשריבן: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:54 pm
דורך דער תהילים איד
derech eretz האט געשריבן:עפעס איז געווען נייעס היינט וועגן די חב"ד שליחים,
די באצאלטע שרייבערס זאלן עס באשרייבן..

איך האב היינט באקומען א רעיס אין מיין וועידש, העלעך פאלגן און שרייבן...

די שקד קאמיטע האט באשטעטיגט אז דינען חב"ד וועט הייסן א ציווילע דינסט פאר די מדינה, מען וועט יוצא זיין דערמיט שירות אזרחי.

ביים דיון האט דאס אויפגעברענגט ח"כ שטערן פון די התנועה פארטיי, עס שיינט אז חב"ד האט ביי אים אינטערווענירט איבער דעם, און ער האט ארויסגעברענגט אז עס איז גוט אז חב"ד זאל ווערן באהאפטן מיט די מדינה, און די שלוחים זאלן זיין "שלוחים פון מדינת ישראל איבער די וועלט".

דא האט איר זיינע ווערטער:

"ישנו ארגון שפועל ברחבי העולם, באופן התנדבותי גרידא, ולא מקבל הכרה ממדינת ישראל. תנועת חב"ד שולחת "שלוחים" לכל קצוות העולם, בין 250 ל-300 בכל רגע נתון. יש מרכיבים רבים ושונים בפעילות של שלוחי חב"ד שמקבילים באופן מובהק לאופי של השירות הלאומי-אזרחי. הם עושים פעולות חשובות בקהילות יהודיות בעולם וצריך להכיר בפעולות החשובות שלהם. אני רוצה שיום יום כשהשליח יושב שם שהוא ידע שהוא שליח של המדינה, אמר שטרן.

שטרן הוסיף: "אחד ההישגים הגדולים שלנו בקבלת ההסתייגות הזאת היא שאנחנו מצליחים לחבר את חסידי חב"ד למדינה, ולראות בשליחים של הרבי להיות שליחים של מדינת ישראל בחו"ל".

געשריבן: מיטוואך יאנואר 01, 2014 2:01 pm
דורך ווארד
איך זעה אז די התנועה פארטיי האט אויך 'הישגים'.