Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך דצמבר 18, 2013 10:18 pm

derech eretz האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:עס איז א פלא עצום ווייל מען קען מער אויפטיען מיט א הפגנה אין אר"י ווי מיט א הפגנה אין חו"ל,

עוד הוסיף ליצמן כי מטרת המסע היא למחאה בלבד והשתתפות בעצרות בארה"ב, ולא לצרכי גיוס תרומות למוסדות. "אין מטרה לעשות בישראל מחאה מול משרד ראש הממשלה", הסבי, "זה משחק לידיו של יאיר לפיד וזה מה שהוא רוצה".
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=6 ... 4&scat=239

אינטערעסאנט ווי ליצמאן האלט אין איין דרוקען די מטרה איז אויסדריקליך "נאר מחאה". דאס איז דאך בפי' קעגן בני ברק, פארוואס נישט זאגן עס איז "אויך געלט" צו געבן א וועג פאר די "חסידי בני ברק" צו האבן א אויסרייד צו מיטארבייטן?

Advertisement

מיטוואך דצמבר 18, 2013 10:20 pm

פשוט, ווייל ווי ערווענט איז גור און דגל ערגער ווי סאטמאר און סאטמאר....

מיטוואך דצמבר 18, 2013 10:23 pm

א חבר אונזערער דאהי שיקט מיר אין אישי א לינק (פארוואס טאקע שרייבסטו עס נישט אליינס?..) צו א באריכט אין ככר השבת, וואו עס שטייט אז אלע אדמורי"ם וועלן זיך משתתף זיין ביים מסע המרידה במדנ"י... (הלואי), אויסער ערלוי און סלונים.

ערלוי מחמת זקנותו, און סלונים צוליב זיין גדר נישט ארויסצופארן פון לאנד.

פארשטייט זיך אז ככר השבת קען נישט מאכן א פאזיטיווע קעפל צו די נייעס אז רוב אדמורי"ם גייען, איז זייער קעפל אזוי: "האדמו"רים מערלוי וסלונים לא ישתתפו"...

מיטוואך דצמבר 18, 2013 10:42 pm

די ליטווישע קנאים, זיס ווי צוקער...

היינט איז פארגעקומען א עצרת תפילה אין אשדוד אין די גרודנא ישיבה, וואו מען האט מתפלל געווען להעביר את רוע הגזירה, און פון דארט זענען די בחורים ארויס אויף די גאסן און פראטעסטירט מיט שילדן "לא מתייצבים", און דערביי אפגעשאלסן ראודס מיט געזאנג אזש אז עס האט זיך ווארשיינליך געקענט דוכטן אז מען איז אויף ככר השבת...
עטעטשמענטס
IMG-20131218-WA0235.jpg
IMG-20131218-WA0232.jpg
IMG-20131218-WA0231.jpg

מיטוואך דצמבר 18, 2013 10:44 pm

א שאד אונזערע קרייזן האבן נישט ארויסגענומען א "קאפירייט" ווען די חברה האבן געשריגען דאס מיר זענען "נישט נארמאל"! איי וואלט מען געקענט מאכן געלט!

מיטוואך דצמבר 18, 2013 11:08 pm

זיס!

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:11 am

נעבעך, ביבי האט געהערט אז אין אשדוד איז געווען א הפגנה האט ער געזאגט אז ער שטעלט אפ אלעס....

"מועצת" קומט קיין אמעריקע לוחם זיין קעגן גיוס בני ישיבות

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 6:22 am

ווי עס ווערט געמאלדן, וועלן די אדמו"רים פון ארץ-ישראל קומען קיין אמעריקע אין די קומענדיגע וואכן - יעצט הייסט עס אויף "זונטאג בא" - צו שתדל'ען קעגן די גזירות בני ישיבות.

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 8:08 am

איך וויל נישט אריינגיין אין דעם ענין. אבער אויב גייען זיי מאכן א פראטעסט, גייט עס זיין א גאר גרויסע טשעלענדזש פאר סאטמאר צי מען זאל זיך צישטעלן. נאך מער ווי ביי כינוס כלל ישראל.

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 11:12 am

ווארד האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:מען קען מער אויפטיען מיט א הפגנה אין אר"י ווי מיט א הפגנה אין חו"ל
אסאך גדולי ישראל האבן אנדערש געהאלטן ווי דיר, סאטמארער רב האט כמה פעמים געשריבן און גע'דרש'נט פארקערט ווי דיר, קען זיין אז אויך די אדמורי"ם פון די אגודה פארשטייען אין דעם הינזיכט אזוי ווי דעם סאטמארער רב.

אבער אפילו אויב זיי האלטן יא אזוי ווי דיר איז מן הסתם דא אינוואלווד נאך אסאך חשבונות אויסער דאס וואס דו שרייבסט.


דאכט זיך אז אדמו"ר רמ"מ מליבאוויטש חב"ד האט אויך אזוי געהאלטן אין א בריוו צו די עדה"ח אין די ל' יארן.

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 2:59 pm

ווארד האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:מען קען מער אויפטיען מיט א הפגנה אין אר"י ווי מיט א הפגנה אין חו"ל
אסאך גדולי ישראל האבן אנדערש געהאלטן ווי דיר, סאטמארער רב האט כמה פעמים געשריבן און גע'דרש'נט פארקערט ווי דיר, קען זיין אז אויך די אדמורי"ם פון די אגודה פארשטייען אין דעם הינזיכט אזוי ווי דעם סאטמארער רב.

אבער אפילו אויב זיי האלטן יא אזוי ווי דיר איז מן הסתם דא אינוואלווד נאך אסאך חשבונות אויסער דאס וואס דו שרייבסט.


צוויי נקודות
1)עס איז אמת אז א הפגנה אין אמעריקא טוט מער אויף אבער די רבי האט נישט געזאגט אז אין אר"י דארף מען נישט מוחה זיין נאר אז מען זאל וויסן אז דאהי האט מען א שטערקערע כח, אבער אוודאי דארפן בני אר"י ארויסגיין מוחה זיין, ווייל וויאזווי קען מען בלייבן אינדערהיים ווען עס שוועבט אזא ביטערע גזירה.

2)היינטיגע צייטן דערשרעקן זיך נישט די ציונים פון א מחאה אין אמעריקא, נישט נאר דאס נאר זיי זענעו שוין היינט פארשעמט פאר די אויגן פון אלע וועלט פירער פאר זייער רייצערישע שריט מיט'ן בויען אין די אקופירטע געביטן, דערשרעקן זיי זיך נישט ווען אפאר אידעלעך קומען ארויס.

נאכמער דאס מאל זעהט אויס אז די רודעריי אין אר"י נאך די ארעסטן פון די 3 בחורים האט זיי יא אביסל אויפגעשאקלט.

אלענפאלס קום מיר צו צום פראגע בעפארן קומען קיין אמעריקא זאלן די מועצות ארויסגיין אויף א ריזיגע "חצי מיליאן" הפגנה, און זאלן באפעלן זייער חברי הכנסת צו שטעלן דעם שארפסטן טאן וואס איז שייך, און נישט ח"ו איינגיין אויף פשרות,און אוודאי נישט אנטייל נעמען אין די שקד קאמיסיע.

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 3:30 pm

נאכאמאל א עקסטערע דאנק פאר די מנהלים דא וואס קלינען די אשכול ווען ספעלט זיך אויס

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 3:43 pm

‏@KolHaolam
ISRAEL: Arye Deri visited Belz'er Rebbe & the possibility of the Moetzes Chachmei Hatorah joining the Historic Visit to USA was discussed.

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 3:45 pm

מצב כללי, הדבר מובן מאליו און עס דארף נישט קיין הסבר און דאס איז די מציאת אויפן שטח די לעצטע 20 יאר אז א פראטעסט דא האט גארנישט אויפגעטיען, {אחוץ האבן די חיוב פון מחאה} און דאס וואס תהילים איד האט אראפגעברענט פינעם רבין זי"ע:
... ובודאי מתושביהם לא היו מפחדים כלל כי שם הכל תחת ממשלתם והמשטרה שלהם, ולכן כשיש צעקה ומחאה בחוץ נגד זה עד ששומעין גם האומות שעדיין יש בישראל שומרי תורה ומצות שנותנים נפשם על התוה"ק ומוכנים ללחום עבור כבוד ה' ותורתו הק' זה להם לבושה.

דאס איז ווי פארשטענדליך געווען די מציאות פאר דרייסיג יאר צירוק, אבער היינט צוטאגס פעלט אויס אין אר"י גופא א דרייסטע קאמף אז די רשעים זאלען זען אז מען וועט זיך קעגן שטעלן, און בפרט לויט די יעצטיגע פלענער אז עס גייט בכלל נישט זיין קיין פראטעסט וויבאלד די מחאות דא אין אמעריקע גייען פארקימען אין א זאל ערגעץ ווי {אויב די אדמורי"ם וועלן קימען.. עס גלייבט זיך נאך נישט}, עס זעט מער אויס אז די אדמורי"ם קימען אהער קיין אמעריקע כדי צי שיקען א מעסעדש פאר חזון איש 5 אז זיי ווילען א שטערעקערע שטעלנוג קעגן די רשעים וואס דאס וואס די ליטאים שטעלן אהער.

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:02 pm

מיין בליק:

די ווערטער פון רבין אין ויואל משה מיינט צו זאגן אז די ציונים שפורן זיך דאס מערסטע געטשעפעט ווען "אידן" פראטעסטירן קעגן זיי אין אמעריקא, און לדעתי איז דאס ווייטער שייך היינט צוטאג, אפשר נאכמער ווי דעמלאס! ווייל היינט ליגט די גאנצע ציוניסטישע באלון אויף היבש שטעכעדיגע סטענד'ס, די פרייע וועלט איז גארנישט אזוי פאר'שיכור'ט פאר זיי, און דערפאר פעהלט זיי זייער ווייניג אויס אז אויך אידן זאלן גאר זיין די וואס שרייען קעגן זיי אין די וועלט, ווייל דאס מיינט אז זיי האבן שוין באלד נישט מיט וועמען שבת צו מאכן.

עס מיינט נישט אז א פראטעסט אין אר"י טוט ממש גארנישט אויף, ובפרט ווען מען רעדט נישט פון חילול שבת אדער חיטוטי שכבי, מען רעדט פון א גזירה וואס זיי ווילן ארויפצווינגען "אויף אונז" און דא מאכט זייער זייער אסאך אויס אויב דער חרדישער עולם פראטעסטירט און שטעלט קלאר אז זיי גייען זיך נישט לאזן. הונדערט פראצענט אז דאס מאכט זייער אסאך אויס. דאס יעצטיגע ארויסקומען "צוערשט" קיין אמעריקא איז קלאר צוליב דגל/בני ברק, אדער צו שיקן א מעסעדש ווי מחותן רופט עס, אדער פשוט נישט צו טשעפענען פערזענליך נאר גאר גיבן א וועג אראפ פון בוים, והבן.

צוריק צו אמעריקא: דאס וואס מחותן טענה'ט אז די מחאות דא העלפן גארנישט היינט צוטאג, איז ווי געזאגט א גרויסע ריזיגער טעות לדעתי. איי מען זעהט נישט? דערפאר קוק גוט ארין אין רבינס ווערטער, זיי מדייק זיין לשון חכמה. קיינער ווייסט קיינמאל נישט וואס אלס די ציונים מוזן זיך צוריקהאלטן אדאנק די מחאות. דער שכל זאגט אז עס איז זיי א גרויסע בושה, און בושה מיט שכל גייען אינאיינעם... זיי האבן די זעלבע שכל, און זיי שעהמען זיך טאקע. אוודאי קענען זיי נישט אלס אויפהייבן א ווייסע פאן, אבער ערגעץ מאכט עס אויס.

יעצט אין אונזער פאל איז קלאר אז די ועדת שקד איז היבש צושאקלט, זיי שרייבן און זאגן איינמאל און נאכאמאל אז זיי זוכן א וועג עס זאל בלייבן שא שטיל, און נעכטן ווען עס האט געדארפט זיין א "פיינעל זיצונג" פון די קאמיטע איז למעשה גארנישט געווען! אזוי אויך איז די פאקט אז הונדערטער בחורים וואס האבן שוין באקומען צווי מעצר דרייען זיך אויף דער פריי, זינט די צוויי ארעסטן איז נאך קיינער נישט ארעסטירט געווארן פארן איגנארירן די לשכת הגיוס, דאס איז שוין גארנישט קיין וויץ.

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:08 pm

רח"ל די רשעים ווייזן וואס זיי ווילן דא אויסרייסן אלעס ה"י
יועצת הרמטכ"ל: "הצבא מעוניין בתלמידות חכמים"
המטרה החדשה של צה"ל: לצד הנסיון לגייס חרדים, פועלים בצבא להגביר גיוס בנות דתיות • "האולפנות מונעות מאיתנו להיכנס"
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=62725

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:25 pm

מיין ענטפער צו מצב כללי, מחותן, תהלים איד, און אלע אנדערע:

א "הפגנה" טוט מער אויף אין אמעריקע, און אזוי ווי תהלים איד האט שוין מסביר געווען.

"מסירת נפש", וואס דאס מיינט זיך לאזן ארעסטירן און זיך נישט אונטערגעבן, דאס טוט מער אויף דארטן.

די מחאות יעצט אין ארץ ישראל זענען געווען א קינדער שפיל קעגן מחאות פון די פארגאנגענהייט קעגן דעם זעלבן געזעץ (בערך א האלב יאר צוריק), נישט פון דעם האבן זיי זיך דערשראקן, און נישט פאר דעם האבן זיי זיך אפגעשטעלט, זיי ווערן דערשראקן און זיי שטעלן זיך אפ פאר מסירת נפש, ווען די בחורים וואס זיי ארעסטירן וואלטן זיך געבראכן נאך עטליכע טעג, דאן וואלטן שוין היינט געזעצן נאך צענדליגע בחורים אפגעזעהן פון די פראטעסטן וואס וואלטן פארגעקומען, אויסער אויב וואלט מען זיך באנוצט מיט "מעשה אלימות", אבער דאס איז דאך נישט שייך ווייל דאס איז דאך שטרענג פארבאטן סיי לויט די עדה החרדית און אודאי לויט די אגודה ודעמם, ממילא איז ממש נישט שייך זיי צו דערשרעקן מיט הפגנות אין ארץ ישראל.

אבער אזוי ווי זיי האבן געזעהן אז די עטליכע ארעסטירטע בחורים געבן זיך נישט אונטער, דערפאר האבן זיי אויפגעגעבן! און דערפאר זענען זיי פארלוירן, ווייל זיי זעען אז עס איז א פארלוירענע שפיל, זיי קענען נישט אנפילן די תפיסות מיט הונדערטער און טויזנטער בחורים, ווייל דאס וועט ברענגען א ברודער קריג (נישט קיין מחאות, נאר "מעשה אלימות"....), און אויך וועט דאס זיין א חוזק שפיל (כידוע פאר די אלע וואס ווייסן וויאזוי עס קוקט אויס די תפיסות דארט ווען מען ארעסטירט מער ווי צען חסיד'ישע אידן אויפאיינמאל...), און זיי קענען נישט ארעסטירן בלויז צענדליגע און די איבריגע לאזן אויף די פריי, ווייל דאס וועט מיינען אז טויזנטער משתמטים דרייען זיך ארויס פון מיליטער דינסט אן קיין שום שטראף.

און נאכאמאל, א "מחאה" העלפט נאר אין חו"ל (אויב העלפט עס), אין ארץ ישראל דערשרעקן זיי זיך נאר פון "מעשה אלימות" (אדער וויאזוי זיי רופן דאס "א ברודער קריג") אדער "מסירת נפש".

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:30 pm

זאגסט זייער א גוטע סברה בנוגע מסירת נפש. אבער עס איז היינו הך מיט די גרויסע (אפילו פרידליכע) מחאות, ווייל די פאראייניגטע ריזיגע מחאות צייגן זיי אז דער עולם איז רעדי פאר מסירת נפש, מגייט זיך נישט לאזן, והבן.

בנוגע אלימות, אפשר קענסטו דעסקרייבן וואס דו מיינסט לדגומה, און פארוואס די עדה איז דערקעגן. (העלמיר פרובירן צו זעהן צו מקען עס אויסשמועסן רואיג..)

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:37 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:זאגסט זייער א גוטע סברה בנוגע מסירת נפש. אבער עס איז היינו הך מיט די גרויסע (אפילו פרידליכע) מחאות, ווייל די פאראייניגטע ריזיגע מחאות צייגן זיי אז דער עולם איז רעדי פאר מסירת נפש, מגייט זיך נישט לאזן, והבן.

בנוגע אלימות, אפשר קענסטו דעסקרייבן וואס דו מיינסט לדגומה, און פארוואס די עדה איז דערקעגן. (העלמיר פרובירן צו זעהן צו מקען עס אויסשמועסן רואיג..)

דער תהלימ'ל איז אייזען גערעכט ווייל אז די באטראכסט דעם נטרונא פרעזענטאציע זעהט מען קלאר אז דער מעסעדזש לאומות העולם וואס דאס דארף לכ' מבייש זיין דעם ממשלת הציוני קומט דייקא ווען מען צייגט אז מיר האבען לעומתם א פאראייניגטער פראנט

מי יתן והי' אז דער פאראייניגטער פראנט זאל אנטהאלטען אין זיך לכל הפחות אזא ציבור ווי סיטיפיעלד
לעצט פאראכטן דורך פארצייטישער יוד אום דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:38 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:37 pm

ווי עס ווערט באריכטעט איז דערווייל נדחה דער מארש פלאן אין אר''י, גענויע דעטאלען פ''וו וויס איך נישט י''א אז מ'ברויך נאך שאפען די הוצאות

אין וויליאמסבורג גייט פאראויס די בני תורה מארש וואס קומט פאר קומענדער דינסטאג

אזוי אויך וועלן גדולי הרבנים היינט אויפטרעטן איבער די ביטערע מצב ביי אן אסיפה לאלפים היינט נאכט ליל שישי

בואו בהמוניכם!! כולנו ביחד וועלן מיר באקעמפן די עצת רשעים אקעגן אינזערע ברידער בארה''ק
לעצט פאראכטן דורך פארצייטישער יוד אום דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 6:50 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:47 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:זאגסט זייער א גוטע סברה בנוגע מסירת נפש. אבער עס איז היינו הך מיט די גרויסע (אפילו פרידליכע) מחאות, ווייל די פאראייניגטע ריזיגע מחאות צייגן זיי אז דער עולם איז רעדי פאר מסירת נפש, מגייט זיך נישט לאזן, והבן.

בנוגע אלימות, אפשר קענסטו דעסקרייבן וואס דו מיינסט לדגומה, און פארוואס די עדה איז דערקעגן. (העלמיר פרובירן צו זעהן צו מקען עס אויסשמועסן רואיג..)

בנוגע דיין ערשטע נקודה, מיין איך אז דו ביזט נישט גערעכט, לפי דעתי אפילו אויב עס וועט זיין ריזיגע מחאות, וועלן זיי נאך אלץ פרובירן צו מעסטן דעם פולס נישט אנדערש ווי זיי האבן יעצט געטון אן קיין שום מחאות, און אויב וועלן זיי זעהן אז די בחורים ברעכן זיך, וועלן זיי זיך נישט דערשרעקן פון קיין ריזיגע מיליאן מאן מחאות אויך נישט (אויסער אויב עס גייט אין דעם נוסח פון איני מכיר אדער מיט איבערקערענישן נוסח "מעשה אלימות")

בנוגע אלימות, בין איך נישט אינטערסירט אריינצוגיין דערין - עכ"פ נישט דא ביי די נייעס איבער דעם גזירת הגיוס, איך האב עס נאר אריינגעווארפן אביסל בדרך אגב, האלבוועגס האב איך שוין געענטפערט אין דעם פריערדיגן פאראגראף.
אויב ווילסטו עס אויסשמועסן, און דו שפירסט ביי זיך אז דו וועסט קענען פארנעמען א טשעלענדזש, און זיך האלטן רואיג און זיך נישט אויסדריקן אויף נישט קיין שיינע וועג קעגן אנדערע ערליכע אידן, דאן ביזטו וועלקאם צו עפענען אין די קרעטשמע א באזונדערע שמועס דערוועגן (איך וואלט נישט איינגעשטעלט, ווייל עס איז דא פארהאן נאך אידן אויסער מיר און דיר, און איך קען נישט נעמען קיין אחריות אויף אנדערע, אבער אויב דו עפנסט דעם שמועס וועל איך אפשר מיטארבעטן).

פארצייטישער, די תשובה אויף וואס דו זאגסט וועגן נטרונא איז א שטיקל אריכות, און איך האב נישט קיין געדולד מאריך צו זיין יעצט.
בקיצור נמרץ איז אזוי, די מדינה ווערט מער פארשעמט ווען מער מענטשן פארשעמען איר, אויב הונדערט מענטשן פארשעמען איר, איז דאס א קליינע בושה, אויב זענען עס טויזנטער איז עס א ריזיגע בושה, נטרונא פרובירט איר צו פארשעמען דאס מערסטע וואס איז שייך, ממילא שמירן זיי אן זייערע מעסעדזשעס אויף די גרעסטע אסיפות קעגן די מדינה וואס זיי קענען טרעפן. קצרתי במקום שאמרו להאריך, און איך האף האסט פארשטאנען.
בכל אופן אפילו לדברך, וויפיל כוח עס האבן די מחאות אין ארץ ישראל איז נאר דורכדעם וואס עס ווערט מפורסם אין חו"ל (דורך נטרונא), און דער גאנצער ענין פון מפרסם זיין א ארץ ישראל'דיגע מחאה אין חוץ לארץ נאכנישט געווען שייך כמעט אין דעם סאטמארער רבינ'ס צייטן.
דער אמת איז, אז איך בין נישט זיכער אז איך האב פארשטאנען וואס דו ווילסט זאגן, ממילא אויב האב איך נישט גוט געענטפערט, ביטע ערקלער דיר קלארער.

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:56 pm

1) ביידע גייען אינאיינעם געקניפט און געבינדן. עס פעהלט טאקע אויס נחשונים וואס זאלן בפועל זיצן אין תפיסה, אבער דאס מוז גיין אינאיינעם מיט א "פארייניגטע פראנט" פון טויזנטער מענטשן, נאר אזוי גיט עס זיי א שאקל אויף, עס מאכט זיי שפורן אז זיי האבן ביז יעצט געבויעט אויף חלומות, "עס גייט נישט דורכגיין גלאטיג".

2) ניין איך וויל נישט עפענען קיין שמועס, בעיקר צוליב די ריכטיגע נקודה וואס דו שרייבסט איינגערינגלט, אבער אויבערפלעכליך איז די נקודה אז די איבריגע אלימות גיט זיי די מעגליכקייט צו מאכן אזעלכע העדליינס ווי די דשערוסעלעם פאוסט האט געמאכט לעצטע וואך דאנערשטאג, אז "ראדיקאלע גרופעס" האבן פראטעסטירט אין ירושלים, און דערמיט ווישן זיי אפ אנדערע ריזיגע מחאות וואס דונערן. (נישט אז עס באדערט מיר ווען מען גיט אמאל א צינד אונטער א גארבעדש קאנטעינער... אבער ווען דאס ווערט א גאנגבארע ארטיקל, ווען דאס נעמט איבער דעם "פראנט" פון די מלחמה דאן מאכט עס מער שאדן ווי נוצן).

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:57 pm

ווארד האסט רעכט
אבער לכ' בזמנינו ווען די פירסום לעיני האומות איז גענוי אזא מרחק פון זייערע אויגען ווען ס'איז בארץ צו בגולה דר'עיקר אז ס'דא ווי אנצושמירען דעם מעסעדזש
דאן וואסי די גרויסע נפ''מ צו דא צו דארט?

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 4:59 pm

ווארד האט געשריבן:וויפיל כוח עס האבן די מחאות אין ארץ ישראל איז נאר דורכדעם וואס עס ווערט מפורסם אין חו"ל (דורך נטרונא), און דער גאנצער ענין פון מפרסם זיין א ארץ ישראל'דיגע מחאה אין חוץ לארץ נאכנישט געווען שייך כמעט אין דעם סאטמארער רבינ'ס צייטן.

הרב ווארד, א געוואלדיגע נקודה.

זאגסט אז היינט איז א פראטעסט אין אר"י שוין אויך מער ווערד ווי אמאל! (דא קומט אבער 'הערשט' אריין דאס וואס כהאב פריער געשריבן, ואין להאריך).

דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 5:06 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:1) אבער אויבערפלעכליך איז די נקודה אז די איבריגע אלימות גיט זיי די מעגליכקייט צו מאכן אזעלכע העדליינס ווי די דשערוסעלעם פאוסט האט געמאכט לעצטע וואך דאנערשטאג, אז "ראדיקאלע גרופעס" האבן פראטעסטירט אין ירושלים, און דערמיט ווישן זיי אפ אנדערע ריזיגע מחאות וואס דונערן.
קיין שום מחאה ווערט לכ' נישט פארווישט מיט ווילדע מעשים ווייל יעדער פארשטייט אז ס'דא היץ קעפ וואס צופירען זיך די הענט גענוי ווי יעדער פארשטייט אז ווען מ'פארהאנדעלט מיט די אראבער העלן אלס זיין איטליכע צולאזטע וואס ועלן טון ווילדע שטיק און זיי רעפרעזטירען נישט קיין דעת הקהל

אבער למעשה דער תועלת דערפון קומט ארויס אז אויב זאל ארץ ישראל טאקע ממש ווערן פארליזירט אויף א לענגערע תקופה לאור די גזירה

וועט דאס מכריח זיין צו בארואיגען די געמיטער

אז די ליינסט גוט די אופנים זייערע וויזוי זיי פרובירען צו מחוקק זיין דעם געזעץ ווילען זיי איין זאך אויסמיידען און דאס איז
'א ברידער קריג' וואס די פירוש המילות דערפון איז אז צווישען די טויזענטער ברידער וועלן איטליכע אפשפארען מדן ועד באר שבע און דער גאנצער לאנד וועט ווערן איינגעהילט אין א שניי שטורעם פאר לאנגע וואכען כן נלענ''ד

איך בין מוכן צו הערן א צד שני אויכעט

(נישט אז עס באדערט מיר ווען מען גיט אמאל א צינד אונטער א גארבעדש קאנטעינער... אבער ווען דאס ווערט א גאנגבארע ארטיקל, ווען דאס נעמט איבער דעם "פראנט" פון די מלחמה דאן מאכט עס מער שאדן ווי נוצן).
שרייב א תגובה

Advertisement