Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך דצמבר 18, 2013 11:45 am

מצב כללי האט געשריבן:איך האב נישט ארויס די נסיעה, וואס גייען די גולי הרבנים טון דא אין אמעריקא? זיי גייען מאכן א גרויסע פראטעסט?


באמת ברויכען זיי איצט אסאך פון די גרינע און מ'רעדט פון ענליך צו א קרן הצלה סארט זאך פאר די בתי חינוך
מי יתן והי'

עס קומט אנגעפעלצט מיט א נסיעה צו פארשרייען ביים רייכען אנקעל סעם די ביטערע ליידען פון די ציונישע ממשלה

Advertisement

מיטוואך דצמבר 18, 2013 11:45 am

א זיסע ספעקטאקל האט זיך היינט אפגעשפילט אין א זאל אין ירושלים, וואו עס איז פארגעקומען א "כנס הצדעה" פאר אלע משרתי שירות אזרחי.

ליידער זענען דא טויזנטער חרדים וואס דינען שוין שירות אזרחי, וואס דאס דינט ווי א פשרה פאר די וואס ווילן נישט גיין אין מיליטער אבער ווילן קענען גיין ארבעטן לעגאל, און דאס איז א טייל פון די פשרות פון "חוק טל". שירות אזרחי נעמט אריין פילע סארט נאציאנאלע ארבעט פאר די לאנד אדער שטאט, פאר די פאליציי אדער טורמע'ס אדער פאר שפיטעלער ועוד. (לויט די יעצטיגע חוק הגיוס וועלן בערך א דריטל פון די רעקרוטירטע קענען יוצא זיין מיט שירות אזרחי).

נעכטן האט זיך אנגעהויבן א רודעריי ווען איז ארויס א מערכה צו בויקאטירן דעם כינוס, וויבאלד נפתלי בנעט גייט דארט געבן א רעדע, און ער איז א שותף צו די גזירות פון די ממשלה. אין ליכט פון דעם, איז טאקע געמאלדן געווארן אז נפתלי בנעט וועט נישט זיין דארט! און מענטשן זענען טאקע געקומען אין גרויסן (ליידער), עס איז געווען א פולע זאל.

למעשה האט מען דארט אויפגעשטעלט א ח"כ אורי אורבאך פון הבית היהודי, וואס ער איז היינט דער שר אויף שירות לאומי. ווי נאר ער האט אנגעהויבן רעדן, האבן די פארזאמלטע אנגעהויבן זינגען בויעך "עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום", און ס'איז געווארן לעבעדיג...

מען האט פרובירט שטיל צו מאכן, אורבאך האט פרובירט נאכאמאל אנצוהייבן רעדן, אבער די זינגעריי איז אנגעגאנגען ביז אורבאך איז אראפ פון סטעיטש מיט חרפות און בושות.

בחדרי חרדים האט א קליפ, ס'איז זיס צו זעהן...

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=62664

מיטוואך דצמבר 18, 2013 12:34 pm

מחותן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:לויט ווי כ'האב היינט געהערט, איז די גאנצע נסיעה אויף הינערנע פוס. גור וויל עס זייער שטארק, גור'ע רבי האט עס אויפגעברענגט, אבער די אנדערע, און די אמעריקאנע, זענען נאך נישט מסכים. ווייל עס איז נישט איינשטימיג מיטן דעה פון בני ברק.


אויב עס איז אמת, מעגליך איז דאס טאקע די איינציגסטע סיבה פארוואס גור שטיפט עס.. . כידוע הערשט נישט קיין גרויס אהבת ישראל צווישען גור און בני ברק..

אבער ווער טראכט דען אז אזא היסטראשיע נסיעה זאל אזוי גרינג צושטאנד קימען?
בעלז איז דאך זיכער אינדרויסען, בעלזע רבי וועט נישט קימען, און די וואס באלאנגען צו שלומי אומנים קענענן אויך נישט קימען וויבאלד די נסיעה איז נישט שוה בשווה מיט רחוב חזון איש און פרוש וועט איצט נישט בועט זיין אין זיינע נייע חברים. בלייבט איבער ווער וועט קימען? וויזניץ מיט גור?


זייער אינטערסאנט פארוואס זאל בעלז זיין אינדרויסן? פארוואס טראכסטו אז ער זאל נישט קומען?
גראדע האב איך היינט אינדערפרי געשמיעסט מיט א בעלזער יונגערמאן אין ער האט מיר גאזאגט אז לויט ווי מען שמועסט ביי זיי איז דער זאך בכלל נישט אויסגעשלאסן אז עס זאל געשעהן אזא זאך אז דער בעלזער רבי זאל קומען... עס איז זייער מעגליך זיין קומען...

מיטוואך דצמבר 18, 2013 1:03 pm

אוודאי איז עס מעגליך עס וועט נאר ממש זיין א בחינה פון א "צונאמי" אזויפיל לייבען גייען אויף איינמאל קומען מיט א קול רעש גדול

מיטוואך דצמבר 18, 2013 1:14 pm

לויט ווי עס הייסט יעצט גייען קומען די אדמורי"ם פון גור, וויזניץ און צאנז.

זייער מעגליך אז עס וועט שוין זיין אנהייב נעקסטע וואך.

גאר קראנט.

ווען עס וועט זיין מער דעטאלן וועלן מיר בעז"ה פראבירן צו באריכטן.

(איינער געדענקט מיר נאך? עי' ערך 'כינוס כלל ישראל, גוטע צייטן געווען...)

מיטוואך דצמבר 18, 2013 1:14 pm

@KolHaolam:
ISRAEL: According to report, all Rebbe's will attend besides Erloy & Slonim, they'll fly together on a private plane, as early as next week.

מיטוואך דצמבר 18, 2013 1:15 pm

ווי מען זעהט דא איז ענשטאנען דיעות שונות בעולם התורה אין דע טעמע

היינט איז ארויסגעקומען אן אמעריקאנער כרוז פאר די רעכטערע געשטימטע בני תורה צו מחזק זיין זייערע ישיבות, וואס שטייען מער לצד העדה"ח

מיטוואך דצמבר 18, 2013 1:17 pm

@KolHaolam: ISRAEL: According to report, all Rebbe's will attend besides Erloy & Slonim, they'll fly together on a private plane, as early as next week. על מער זען וואס וועט זיך אוסלאזען 'איינער האקט׳

מיטוואך דצמבר 18, 2013 1:38 pm

מאשקאוויטש האט געשריבן:(איינער געדענקט מיר נאך? עי' ערך 'כינוס כלל ישראל, גוטע צייטן געווען...)

וועלקאם בעק!

איז די צוריקקער פון דיין ניק א צייכן אז די זעלבע עסקנים וועלן יעצט נאכאמאל אונטערנעמען די מערכה?

מיטוואך דצמבר 18, 2013 1:42 pm

צוויי צומישטע באריכטן, אלע רביס מיינט לכאורה אויך בעלזא, מרכז וויזניץ ב"ב, מודזיץ ועוד.

מיטוואך דצמבר 18, 2013 2:38 pm

סלאנים הייסט איז איז בדעה אחת מיט מהר"י מוויזניץ, איבער זיך נישט שטעלן.

מיטוואך דצמבר 18, 2013 2:46 pm

לכתחילה, דו מיינסט אפשר סלונים? (מאכט מער סענס)

מיטוואך דצמבר 18, 2013 2:57 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:לכתחילה, דו מיינסט אפשר סלונים? (מאכט מער סענס)

איז דאס די חילוק פון די צוויי? איך מיין די "ווייסע".

מיטוואך דצמבר 18, 2013 3:33 pm

אופס, איך דערמאן מיך נישט וועלכע מ'רופט די ווייסע.. 'סלונים' איז די וואס האבן די מוסד אין עמנואל.

מיטוואך דצמבר 18, 2013 3:34 pm

סלונים איז די ווייס סלונים - ירושלים

און סלאנים איז די וואס מ'רופט שווארץ סלאנים - בני ברק

מיטוואך דצמבר 18, 2013 3:45 pm

derech eretz האט געשריבן:@KolHaolam:
ISRAEL: According to report, all Rebbe's will attend besides Erloy & Slonim, they'll fly together on a private plane, as early as next week.

ניין! נאר נישט דאס!

#פוילישע רעגירונג

מיטוואך דצמבר 18, 2013 3:47 pm

;l;p-

מיטוואך דצמבר 18, 2013 4:39 pm

אויסדריקליך האט געשריבן:סלונים איז די ווייס סלונים - ירושלים

און סלאנים איז די וואס מ'רופט שווארץ סלאנים - בני ברק


טענקס פארן אויסקלארן.

האט לכתחילה טאקע געמיינט סלונים.

--

לכאורה, דו האסט היינט א 'סלאגאן פון טאג'..

מיטוואך דצמבר 18, 2013 5:07 pm

עס זעט אויס מער אין מער אז אזא נסיעה גייט צושטאנד קימען, עס איז א פלא עצום ווייל מען קען מער אויפטיען מיט א הפגנה אין אר"י ווי מיט א הפגנה אין חו"ל, בפרט ווען הגראי"ל שטעלט זיך נישט צו האט די הפגנה אין חו"ל אסאך א שוואכערע כוח.

איז אפשר די נסיעה א זייטיגע מעסעדש פאר דגל אז יעצט איינמאל רעדט מען ביזנעס און זיי זאלען בעסער מיטקימען מיטען וואגען?

די קליפ וואס תהילים איד האט פריער געברענגט איז געוואלדיג, עס מאכט מיר טראכטען; שטייט מדינת ישראל בעפאר א מלחמת אחים?
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מיטוואך דצמבר 18, 2013 5:34 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך דצמבר 18, 2013 7:09 pm

מחותן האט געשריבן:מען קען מער אויפטיען מיט א הפגנה אין אר"י ווי מיט א הפגנה אין חו"ל
אסאך גדולי ישראל האבן אנדערש געהאלטן ווי דיר, סאטמארער רב האט כמה פעמים געשריבן און גע'דרש'נט פארקערט ווי דיר, קען זיין אז אויך די אדמורי"ם פון די אגודה פארשטייען אין דעם הינזיכט אזוי ווי דעם סאטמארער רב.

אבער אפילו אויב זיי האלטן יא אזוי ווי דיר איז מן הסתם דא אינוואלווד נאך אסאך חשבונות אויסער דאס וואס דו שרייבסט.

מיטוואך דצמבר 18, 2013 9:18 pm

ווארד האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:מען קען מער אויפטיען מיט א הפגנה אין אר"י ווי מיט א הפגנה אין חו"ל
אסאך גדולי ישראל האבן אנדערש געהאלטן ווי דיר, סאטמארער רב האט כמה פעמים געשריבן און גע'דרש'נט פארקערט ווי דיר, קען זיין אז אויך די אדמורי"ם פון די אגודה פארשטייען אין דעם הינזיכט אזוי ווי דעם סאטמארער רב.


אפשר ברייטעסטי אויס דיינע ווערטער? פין ווי נעמסטי דיעם כלל אז סאטמארער רב האט געהאלטן אז ענדערש און חו"ל ווי און ארץ ישראל?

מיטוואך דצמבר 18, 2013 9:20 pm

איך האב קלאר געשריבן פון וואו איך נעם עס.
ער האט אסאך מאל געשריבן און גע'דרש'נט אזוי.
ער האט געזאגט אז פון די פראטעסטן אין ארץ ישראל האבן די ציונים נישט קיין מורא, נאר פון די אין חו"ל, און דערפאר ליגט אויף אונז א חוב ארויסצוקומען פראטעסטירן.
דאכט זיך אין ויואל משה שטייט דאס אויך, איך בין נישט יעצט דערביי צו זוכן מראה מקומות, איך לאז דאס פאר אנדערע, אבער ווער עס האט נאר אנגערירט די קלאמקע פון סאטמאר דארף צו וויסן דערפון.

מיטוואך דצמבר 18, 2013 9:27 pm

ווארד האט רעכט!

ויואל משה סימן קי"ג:

... ובודאי מתושביהם לא היו מפחדים כלל כי שם הכל תחת ממשלתם והמשטרה שלהם, ולכן כשיש צעקה ומחאה בחוץ נגד זה עד ששומעין גם האומות שעדיין יש בישראל שומרי תורה ומצות שנותנים נפשם על התוה"ק ומוכנים ללחום עבור כבוד ה' ותורתו הק' זה להם לבושה. ואין ספק שיש לחשוב אפשרות שיהי' אולי קצת תועלת במחאות כאלה, שימנעו עכ"פ לפעמים מלהרבות כ"כ בגזירות של הפרת הדת

מיטוואך דצמבר 18, 2013 9:49 pm

די פראקטישע הסבר דערפון איז אז אין אר"י איז די מחאה בבחינת ווער איז שטערקער, און חו"ל איז עס בבחינת מבזה ברבים

מיטוואך דצמבר 18, 2013 9:50 pm

מחותן האט געשריבן:עס איז א פלא עצום ווייל מען קען מער אויפטיען מיט א הפגנה אין אר"י ווי מיט א הפגנה אין חו"ל,

עוד הוסיף ליצמן כי מטרת המסע היא למחאה בלבד והשתתפות בעצרות בארה"ב, ולא לצרכי גיוס תרומות למוסדות. "אין מטרה לעשות בישראל מחאה מול משרד ראש הממשלה", הסבי, "זה משחק לידיו של יאיר לפיד וזה מה שהוא רוצה".
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=6 ... 4&scat=239
שרייב א תגובה

Advertisement