Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג דצמבר 17, 2013 1:49 pm

אפשר מאכט מען א נייע אשכול וואס הייסט מערכה נגד החוק של גיוס"
דער אשכול הייסט חוק גיוס בני הישיבות, אין צו מיינע ליבע פריינד דער חוק איז שוין דא ליידער אין יעצט איז מען שוין ביים צוויטען פאזע

Advertisement

ברוך מתיר אסורים

דינסטאג דצמבר 17, 2013 2:28 pm

דריי אסירים משדה הקרב זענען ב'ה באפרייט

הרב הגאון הצדיק בעל מסירות נפש רבי משה ליב פרידמאן

האברכים החשובים מק'ק תולדות אהרן הרה'ג רבי יואל סימון מנהל בית חינוך לבנות בבי''ש

הרה''ג רבי אהרן בן הרה''ג רבי יעקב דאווידאוויטש זענען ב'ה ארויס מאפילה לאורה

די בית משפט האט זיי ארויסגעשליידערט זעהנדיג אז ס'נישט פאראן א וועג ארויס זיי צי האלטען אין טורמע

היינט נאכט קומט פאר א גרויסער מעמד קבלת פנים

האפענטליך וועט דער תהלים איד וואס איז אלס מזכה דעם עולם מיט בילדער דא אויך ברענגען לעבעדיגע באריכטען פינעם מעמד קבלת פנים

דינסטאג דצמבר 17, 2013 3:56 pm

איך מיין עס זייער ערענסט. איך זע מענטשען עסן זיך און רעגן זיך אויף געוויסע ווערטער וואס מ'שרייבט און מ'באריכט. איך וויל בעטן ווער עס קען נעמען אפאר מינוט און מיר מסביר זיין פריוואט וואס דא גייט פאר? איך פאנג נישט אן צו פארשטיין איבער וואס די רעדע איז. יעדעס מאל מ'איז מדווח ברעך איך זיך קאפ וועלכע ווארט עס טויג נישט. איך דארף א קורצע אבער אביעקטיוו אפהאנדלונג וואס דא טוט זיך אונטערן טיש.

יישר כוח

דינסטאג דצמבר 17, 2013 5:05 pm

א גרויסן דאנק פאר אלע אישית'ער וואס יעדער האט אריין געשיקט. איך מיין איך פאנג אן צו כאפן וואס דא גייט פאר און וואו די ליין איז. כאטש איך כאפ נישט פונקטליך איבער וואס מ'קריגט זיך ווען יעדע רעכטדענקיגע מענטש וואלט געדארפט בלוטיגן אז מ'האט זיך דערקייקעלט צו אזא מצב אז א אפילו אזא אישו זאל מען נישט קענען האבן איין קול און א פאראייניגטע פראנט. אבער ווער בין איך צו רעדן..

עכ"פ, פון יעצט און ווייטער יעדעס ווארט וואס מ'גייט שרייבן וואס גייט האבן אפילו א שמץ פון דיסרעספעקט צו סיי וועם גייט עס ווערן געמעקט. נישט קיין חילוק צו יענער איז יא מיט דיין שיטה צו נישט! און מיט א שמץ מיין איך א שמץ ממש. רעספעקטירן א צווייטן איז די יסוד פון אונזער קרעטשמע. און כ"ש רעספעקטירן אנדערע גדולים נישט קיין חילוק וועלכע קרייז. אונזער פלאץ איז נישט פאר מערכות און נישט פאר קיין מחאות. די אינטערנעט איז ריזיג גרויס און יעדער קען גיין מוחה זיין וואו אים געפעלט.

און צו אלע ליינער וויל איך נאכאמאל בעטן, אויב זעט איר עפעס וואס טויג נישט. אנשטאט ענטפערן און פירן א טענה'ריי זייטס מדווח די תגובה און מ'וועט קער נעמען דערפון. די עבר האט געוויזן אז דאס מיטל האט דאס מערסטע געווירקט. איגנארירן און מדווח זיין. גלייבטס מיר ביז א טאג צוויי וועט יענער פארלירן אפעטיט אדער רשות כתיבה. איינע פון די צוויי גייען געשען!

איין זאך וויל איך אבער בעטן, נישט יעדער וואס האלט אנדערש ווי דו, מיינט אז ער איז דא מיט אגענדעס. נישט יעדער מוז האלטן און אנקוקן יעדע זאך די וועג ווי דו קוקסט עס אן. און ווען ער שרייבט אנדערש ווי דו האסט געוואלט ער זאל שרייבן קענסטו אדער אים אויסבעסערן "מיט רעספעקט" אדער איגנארירן. נישט שרייבן ווי אזוי דו ווילסט עס זאל געשריבן ווערן, מיינט נאך נישט אגענדע.

 

געדענקט, פון יעצט און ווייטער גייט מען מעקן יעדע זאך וואס שמעקט מיט א שמץ דיסרעספעקט צו סיי וועם.  אויב נעמט איר א חלק אין אזא שמועס האט נישט קיין טענות אויב אייער תגובה ווערט נעלם.

 

יישר כח.

א היטש צום שלעסער טראק ביטע.....

דינסטאג דצמבר 17, 2013 6:49 pm

געלעגער האט געשריבן:א גרויסן דאנק פאר אלע אישית'ער וואס יעדער האט אריין געשיקט. איך מיין איך פאנג אן צו כאפן וואס דא גייט פאר און וואו די ליין איז. כאטש איך כאפ נישט פונקטליך איבער וואס מ'קריגט זיך ווען יעדע רעכטדענקיגע מענטש וואלט געדארפט בלוטיגן אז מ'האט זיך דערקייקעלט צו אזא מצב אז א אפילו אזא אישו זאל מען נישט קענען האבן איין קול און א פאראייניגטע פראנט. אבער ווער בין איך צו רעדן..

עכ"פ, פון יעצט און ווייטער יעדעס ווארט וואס מ'גייט שרייבן וואס גייט האבן אפילו א שמץ פון דיסרעספעקט צו סיי וועם גייט עס ווערן געמעקט. נישט קיין חילוק צו יענער איז יא מיט דיין שיטה צו נישט! און מיט א שמץ מיין איך א שמץ ממש. רעספעקטירן א צווייטן איז די יסוד פון אונזער קרעטשמע. און כ"ש רעספעקטירן אנדערע גדולים נישט קיין חילוק וועלכע קרייז. אונזער פלאץ איז נישט פאר מערכות און נישט פאר קיין מחאות. די אינטערנעט איז ריזיג גרויס און יעדער קען גיין מוחה זיין וואו אים געפעלט.

און צו אלע ליינער וויל איך נאכאמאל בעטן, אויב זעט איר עפעס וואס טויג נישט. אנשטאט ענטפערן און פירן א טענה'ריי זייטס מדווח די תגובה און מ'וועט קער נעמען דערפון. די עבר האט געוויזן אז דאס מיטל האט דאס מערסטע געווירקט. איגנארירן און מדווח זיין. גלייבטס מיר ביז א טאג צוויי וועט יענער פארלירן אפעטיט אדער רשות כתיבה. איינע פון די צוויי גייען געשען!


אשרינו אשרינו אז אזעלכע אנשי המדות ונבונים זיצען דא אויפען טיש און האלטען ארדענונג בדיעה צלולה
מיט אביסעל הסברה קען מען פארשפארען אסאך הארץ עסענישען און בעזעמעריי



איין זאך וויל איך אבער בעטן, נישט יעדער וואס האלט אנדערש ווי דו, מיינט אז ער איז דא מיט אגענדעס. נישט יעדער מוז האלטן און אנקוקן יעדע זאך די וועג ווי דו קוקסט עס אן. און ווען ער שרייבט אנדערש ווי דו האסט געוואלט ער זאל שרייבן קענסטו אדער אים אויסבעסערן "מיט רעספעקט" אדער איגנארירן. נישט שרייבן ווי אזוי דו ווילסט עס זאל געשריבן ווערן, מיינט נאך נישט אגענדע.

 מורא'דיג מורא'דיג איינס אין דער וועלט
איך וואלט נאר מוסיף געווען אז ווען מען שטייט אויף א פראנט און פילע קאלירען און פארשידענע געדאנקען גענג מוחות שטייען אינאיינעם ברויך מען קוקען אויפען ציל
און נישט זיך שטיפען צו שטיין דייקא אליין אויף די פאדערשטע רייע מ'ברויך יעדן לאזען שטיין ביחד צו באהיטען אונזער מחנה פון די וואס ווילען איר שעדיגן זאל דער קומען מיט שטיינדאלאך און דער מיט א ביקס נישט קיין נפ''מ ביטע נישט שיסען זיך זעלבסט מיט די געווער
נאכאמאל א יישר כוח פאר אייער געוואלדיגע ארבעט


געדענקט, פון יעצט און ווייטער גייט מען מעקן יעדע זאך וואס שמעקט מיט א שמץ דיסרעספעקט צו סיי וועם.  אויב נעמט איר א חלק אין אזא שמועס האט נישט קיין טענות אויב אייער תגובה ווערט נעלם.

 

יישר כח.

א היטש צום שלעסער טראק ביטע.....

עס קומט שוין ארויס דעטאלען איבער'ן נסיעת המועצת

דינסטאג דצמבר 17, 2013 6:55 pm

מער פרטים רינען שוין ארויס איבער'ן פלאן פון די חברי מועצת צו קומען אויף חו''ל

כינוס המועצת, השבוע (צילום: אלי סגל)החלטתם הדרמטית של חברי מועצת גדולי התורה של תנועת "אגודת ישראל" שנחשפה ב"כיכר השבת", ולפיה ייערך מסע היסטורי בו יביעו גדולי האדמו"רים את זעקתם ומחאתם בפני יהדות התפוצות כנגד גזירת גיוס בחורי הישיבות - עומדת לצאת אל הפועל כבר בשבועות הקרובים.מחר (רביעי), תיערך ישיבה ראשונית של עסקני החסידויות, על מנת ולדון בפרטים הטכניים כמו גם לארגן סדר יום ולוח זמנים מתוכנן לימי המסע. בנוסף, צפויים העסקנים לקבוע באופן זופי את זהותם של האדמו"רים שיטלו חלק במסע הנדיר.היום, כבר קיימו גורמים בכירים בתנועת אגודת ישראל שיחות ראשוניות עם ראשי אגודת ישראל בארצות הברית, ואלו קיבלו על עצמם את תכנון סדרי הביקורים והכינוסים במסגרת המסע ההיסטורי.מטרת המסע, כך לפי גורמים במועצת, הינה "להקים קול זעקה ומחאה בקרב יהדות העולם על הגזירה הקשה של גיוס בני הישיבות וביטול התורה שלצערינו מתוכנן להתבצע דווקא ע"י אחינו היהודים ודווקא בארץ הקודש" מבהירים הגורמים. "לא בכל יום נוטלים על עצמם מנהיגי הדור, זקני האדמו"רים את מקל הנדודים ויוצאים יחד למסע שכזה. אין ספק שהדבר יזעזע את כולם ויבהיר כי הציבור החרדי יעמוד על עקרונותיו כחומה בצורה ולא יתפשר כהוא זה בפגיעה באורחות חייו". הם מוסיפים בביטחון.על פי המתוכנן, יערכו האדמו"רים כינוסים ומפגשים עם גורמים קובעי דעת קהל ומשפיעים, וזאת על מנת ליצור הד ציבורי רחב שיבהיר לשלטון בישראל כי אל לו להתערב בצורת החיים של המיעוט החרדי.יצויין, כי הערב במהלך ראיון לרדיו "קול חי", אמר ח"כ יעקב ליצמן כי המסע נועד לעורר את דעת הקהל נגד ראש הממשלה בנימין נתניהו שבגד בציבור החרדי. לדבריו "אין טעם לקיים הפגנות בישראל משום שזה רק יסייע למפלגת יש עתיד וליאיר לפיד".

דינסטאג דצמבר 17, 2013 7:27 pm

נעכטן מאנטאג איז געווען צוויי זיצונגען אין אר"י, איינס פון די מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, און איינס פון די מועצת פון דגל התורה.

אנדערש ווי ביי דגל התורה וואו מען האט בלויז איבערגע'חזר'ט דעם חוב קדוש צו גיין צום לשכת הגיוס און אפילו גערעדט קעגן די וואס גייען נישט, האט מען אבער ביי אגודת ישראל אנגעהויבן רעדן פון דראסטישע שריט, אריינגערעכנט א פלאן ארויסצוקומען אלע אדמורי"ם אויף א עצרת מחאה אין חוץ לארץ.

בנוגע לשכת הגיוס איז דער באשלוס געווען אז מען באשליסט נישט, נאר יעדער אדמו"ר זאל אליינס גיבן די הוראה פאר זיינע חסידים צו זיי זאלן יא גיין אדער נישט. דאס איז א שטארקע דורכפאל פאר דגל, ווייל דאס מיינט אז כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ ב"ב שליט"א וועט זיך ווארשיינליך אפיציעל צושטעלן צו די וואס גייען נישט, וויל כידוע האט ער שוין געזאגט דעתו ברבים אז מען זאל נישט גיין נאר ער האט בשעתו צוגעלייגט אז די הוראה לעמשה ליגט אין די הענט פון די מועצת, אבער אצינד איז שוין זיין הוראה אקטועל אויך הלכה למעשה.


בנוגע די הפגנה אין חוץ לארץ, זענען די באריכטן געווען היבש פארשידנארטיג, כרגיל פון די איזרעלי נייעס סטאנציעס. איינער האט געשריבן אז עס גייט זיין א עצאת מחאה, און א צווייטער האט געשריבן עצרת התעוררות, און א דריטער האט עס גערופן א מסע "גיוס כספים" צו שאפן געלט פאר די ישיבות וואס ווערן אפעקטירט פון די שניטן.

היינט האט ח"כ ליצמאן פון גור געגעבן א אינטערוויו אויף קול חי, וואו ער האט געזאגט קלאר אז די פלאן איז "נישט" קיין געלט אקציע, נאר אויסדרוקליך א עצרת מחאה קעגן די גזירות. די שאלה בלייבט נאר צו די אנדערע זאגן אויך ווי אים, וויזניץ מעגליך אז יא, בעלזא ווייס איך נישט, און דערנאך איז דא נאך קלענערע אדמורי"ם וועלכע ווערן לכאורה פארטרעטן דורך ח"כ פרוש וואס איז מער נוטה צו די דיעות פון דגל, זייענדיג א קאנקורענט פאר גור.

אין איינע פון די באריכטן נעכטן איז געשטאנען אז די אגודה וויל גיין צוזאמען מיט די חוגי העדה און סאטמאר, אבער עס איז שווער צו זאגן אז עס וועט טאקע אזוי זיין. ווען דאס ווערט געפירט דורך די אגודה פון דארט און די אגודה פון דא, איז כמעט נישט מעגליך אז מען זאל קענען טרעפן א פאראייניגטע שפראך צו גיין אינאיינעם, די שפראך וואס אגודת ישראל דארף רעדן איז זייער אנדערש פון סאטמאר. כמובן, אויב וועלן זיי דוקא ערנסט וועלן עס זאל גיין אינאיינעם וועלן זיי עס מעגליך קענען דערגרייכן דורך געוויסע פארפליכטונגען, אבער עס גלייבט זיך שווער אז זיי וועלן עס "אזוי" שטארק וועלן. (הלואי יא, עס וואלט געקענט זיין א גרויסע קידוש השם).

דינסטאג דצמבר 17, 2013 7:39 pm

אין אנדערע נייעס זענען היינט געווארן פרייגעשפראכן 4 אינגעלייט וועלכע זענען געווארן אנגעקלאגט פארן מוחה זיין אויף ככר השבת לעצטע וואך דינסטאג אויפדערנאכט, וואו עס האבן אויסגעבראכן שווערע צוזאמענשטויסן מיט די פאליציי.

די אינגעלייט זענען געווען אין טורמע ביז פרייטאג ווען מען האט זיי ארויסגעלאזט צוליב די שניי, און היינט איז געווען זייער משפט, כמובן אן קיינע ערנסטע באווייזן אז זיי זענען געווען די וואס האבן געווארפן שטיינער אדער סיי וואס. זיי זענען בלויז געווען קרבנות וועלכע זענען געווען די נענטסטע צו די האנט פאר די פאליציי, און זיי זענען היינט טאקע געווארן פרייגעלאזט.


גלייכצייטיג זענען נעכטן באפרייט געווארן דריי אינגעלייט פון בית שמש וועלכע זענען געווארן איינגעזעצט מיטוואך ביי א אומאפיציעלע הפגנה. די דריי אינגעלייט זענען שוין באפרייט געווארן לעצטע וואך, אבער זיי האבן זיך אנטזאגט פון אונטערשרייבן אויף פאפירן און זאגן זייערע נעמען. זונטאג האט דער שופט געזאגט מען זאל זיי ארויסלאזן אן קיין נעמען, אבער דעמאלס האבן זיי געזאגט אז זיי בלייבן דארט ווילאנג די בחורים וואס האבן זיך נישט געשטעלט צום צה"ל זיצן אין תפיסה, און דאס האט אנגעהאלטן ביז נעכטן ווען מען האט זיי ארויסגעווארפן...

דינסטאג דצמבר 17, 2013 7:58 pm

ייש"כ תהילים איד פארן צוריק קומען צום נייעס טישל!

ס'איז דא עפעס א דעיט ווען די נסיעה דארף פארקומען?

דינסטאג דצמבר 17, 2013 7:59 pm

לויט ליצמאן'ס ווערטער דארף עס זיין בערך "בעוד כשבועיים".

דינסטאג דצמבר 17, 2013 9:05 pm

מחותן האט געשריבן:בסך הכל האט עס א פרייער פאליטישען געזאגט, דעתי נוטה אז עס צו פרי צי ציען מסקנות דערויף עס מוז נישט זיין אמת אדער פינקט אזוי ווי זי זאגט.


איך ווייס נישט וואס עס איז באמת דארט געווען, אבער דאס איז זיכער אז טייל פון די ח"כ פון די יהדות התורה פארטיי האבן שוין לאנג גערעדט אפענע ווערטער צו די מידיא, אז זיי האלטן אז א בחור וואס זיצט נישט און לערנט פלייסיג דארף גיין אין מיליטער, ממילא איז דאס נישט אזוי רחוק צו גלייבן.

דינסטאג דצמבר 17, 2013 9:17 pm

ווארד, ריכטיג געזאגט.

די עצם ווערטער וואס שקד זאגט נאך פון זיי איז נישט קיין שום חידוש, די ווערטער האבן די חברי כנסת קלאר געזאגט ביי די זיצונגען אפענערהייט, די שאק איז נאר אז זי האט דאס טאקע גענומען אין באטראכט און דערמיט אהערגעשטעלט א געזעץ וואס זאל אויסשפילן אלעמען! פארשטאפן דאס מויל, האלטן רואיג די געמיטער (אזוי האפן זיי), און אריינבאקומען טויזנטער חרדים יערליך אין צה"ל.

דינסטאג דצמבר 17, 2013 9:55 pm

ווארד האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:בסך הכל האט עס א פרייער פאליטישען געזאגט, דעתי נוטה אז עס צו פרי צי ציען מסקנות דערויף עס מוז נישט זיין אמת אדער פינקט אזוי ווי זי זאגט.
איך ווייס נישט וואס עס איז באמת דארט געווען, אבער דאס איז זיכער אז טייל פון די ח"כ פון די יהדות התורה פארטיי האבן שוין לאנג גערעדט אפענע ווערטער צו די מידיא, אז זיי האלטן אז א בחור וואס זיצט נישט און לערנט פלייסיג דארף גיין אין מיליטער, ממילא איז דאס נישט אזוי רחוק צו גלייבן.


און ווי מען האט עס שוין צענדליגער מאל מסביר געווען אז דאס אלעס איז נאר אויפן פאפיר, עס איז להלכה ולא למעשה.
זיי שרייען טאקע אזוי ווייל דאס איז יעצט די געזעץ אבער פינעם געזעץ ביזען עס אויספירען איז פאלג מיר א גאנג.
עס איז א פאקט אז אפילו די בחורים וואס לערנען נישט גייען אויך נישט אין צה״ל כאטש אז דאס איז יעצט די געזעץ.

א שאד צי פארדרייען און עס ניצען אין די פראפאגאנדע בשעת מען ווייסט אז עס איז נישט אמת.

דינסטאג דצמבר 17, 2013 10:06 pm

מחותן, איך האב שוין אמאל מסביר געווען אז צו שרייען אזוי איז בלויז גוט אין פרידנס צייטן.

ווען מען שטייט אבער אין א קאמיסיע וואס שרייבט פאר א גזירה, און מען פארארבעט און מען שתדל'ט אז די געזעץ זאל "נאר" רעקרוטירן א קלענערע צאל - אנשטאט לוחם זיין מכל וכל, איז עס געשאסן אין די פוס.

מען האט אנגעהויבן מיט א חוק טל, דגל התורה האט עס געשטיצט קלערנדיג אז דאס וועט בארואיגן די פרייע, און מען האט טאקע געעפנט א נחל חרדי און א שח"ר. זענען זיי שוין צופרידן יעצט? ניין, זיי דארפן טויזנטער שטיק. ווילסטו יעצט גיין ווידער זיך דינגען אויף די נומערן, זיי נאכגעבן נאך אביסעלע? און וואו וועט זיך עס ענדיגן?!

יעדער בר דעת פארשטייט אז דער איינציגסטער וועג ארויס אינעם מצב וואו מען שטייט יעצט, איז נאר דאס צו באקעמפן גענוי ווי גיוס בנות, שרייען "לא" מיט פארשטאפטע אויערן.

דינסטאג דצמבר 17, 2013 11:24 pm

ביסט גערעכט, אבער נאר מיט די נקודה אז זיי ווייסען נישט - אדער זיי ווילען נישט וויסען - די ריכטיגע מהלך ווי אזוי צי פירען די מלחמה.
עס איז אבער נישט גערעכט צי שרייבען די נקודה כאילו זיי ווילען אריינפירען אין צה״ל אלע בחורים וואס לערנען נישט, ווייל ווי געשמיעסט איז עס איז א ליגענט.

דינסטאג דצמבר 17, 2013 11:56 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:לויט ליצמאן'ס ווערטער דארף עס זיין בערך "בעוד כשבועיים".

לויט ווי כ'האב היינט געהערט, איז די גאנצע נסיעה אויף הינערנע פוס. גור וויל עס זייער שטארק, גור'ע רבי האט עס אויפגעברענגט די גאנצע צייט, אבער די אנדערע, און די אמעריקאנע, זענען נאך נישט מסכים. ווייל עס איז נישט איינשטימיג מיטן דעה פון בני ברק.

מיטוואך דצמבר 18, 2013 12:35 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:לויט ווי כ'האב היינט געהערט, איז די גאנצע נסיעה אויף הינערנע פוס. גור וויל עס זייער שטארק, גור'ע רבי האט עס אויפגעברענגט, אבער די אנדערע, און די אמעריקאנע, זענען נאך נישט מסכים. ווייל עס איז נישט איינשטימיג מיטן דעה פון בני ברק.


אויב עס איז אמת, מעגליך איז דאס טאקע די איינציגסטע סיבה פארוואס גור שטיפט עס.. . כידוע הערשט נישט קיין גרויס אהבת ישראל צווישען גור און בני ברק..

אבער ווער טראכט דען אז אזא היסטראשיע נסיעה זאל אזוי גרינג צושטאנד קימען?
בעלז איז דאך זיכער אינדרויסען, בעלזע רבי וועט נישט קימען, און די וואס באלאנגען צו שלומי אומנים קענענן אויך נישט קימען וויבאלד די נסיעה איז נישט שוה בשווה מיט רחוב חזון איש און פרוש וועט איצט נישט בועט זיין אין זיינע נייע חברים. בלייבט איבער ווער וועט קימען? וויזניץ מיט גור?

מיטוואך דצמבר 18, 2013 12:45 am

וויזניץ מיט גור אויב זייער עולם אין אמעריקע האלט מיט, און עס קומען נאך צו עטליכע ליטווישע וואס וועלן באקומען אביסל מער שטארקייט פון די גרויסע חסיד'ישע רבי'ס וואס קומען, דאן קען דאס אויסמאכן א שיינע פאר טויזנט אידן.
אויסער דעם וואס איז מיט ראכמעסטריווקע רבי? קען ער דען נישט מיטקומען? צו וואלט דאס מיטקומען פון אזא שטייגער רבי נישט געקענט העלפן גאר שטארק אויפטרייבן מאמענטום?

צווישן די קרייזן וואס באלאנגען צו די אגודה, איז אין אמעריקע בעיקר ניכר די דריי וויזניץ גור און בעלז.
אויב בלויז בעלז בלייבט ארויס דאן איז נישט קיין גאר גרויסע נפק"מ, ווייל די אנדערע צוויי זענען מער ווי גענוג פאר אזעלכע פארעווע חסידות'ער ווי באבוב און וויזניץ מאנסי און סקווירא וכדו' וואס מאכן אויס א שיינע פראצענט פון די חרד'ישן פאפולאציע אין אמעריקע, ספעציעל ווען מען רעדט פון קהלות וואס שטעלן זיך זייער שוואך צו ווען סאטמאר מאכט עפעס.
דאס נישט קומען פון דעם בעלזער מנהיג אדער דעם קלויזענבורגער מנהיג וועט לפי דעתי בלויז אפהאלטן זייערע חסידים (אויך נישט אלע), און עס וועט לכאורה נישט האבן קיין שטארקע השפעה אויף אנדערע.

מיטוואך דצמבר 18, 2013 7:33 am

ווי לאנג די וואס קומען נישט איז נישט בשיטה נאר פערזענליכע סיבות דעמאלטס וועט עס קיינעם נישט צריקהאלטען נאר וואס עס גייט נישט זיין די זעלבע שטארקע זאך ווי ווען אלע וואלטען געקומען

מיטוואך דצמבר 18, 2013 8:10 am

derech eretz האט געשריבן:ייש"כ תהילים איד פארן צוריק קומען צום נייעס טישל!

ס'איז דא עפעס א דעיט ווען די נסיעה דארף פארקומען?

ס'א מחי' און א נחת צו זעהן ווי פילפארביגע קאלירען שמועס'ן זיך רואיג צונויף אזעלכע 'ברענעדיגע' אישוס און מ'שפאצירט דערויף ווי אויף גחלי רתמים

אשרינו אשרינו אז אינזער וועלטל, קען וואס אנדערע קענען נישט

מיטוואך דצמבר 18, 2013 8:15 am

צוריק צו די נייעס:

האבען נעכטן מאסען מענטשען אויף כיכר השבת פייערליך מקבל פנים געווען די דריי בעלי מסי''נ הגה''צ רבי משה ליב פרידמאן ,

דער זון פון הגאון לוחם מלחמות ד' מאנשים החשובים בק''ק תולדות אהרן ר' יעקב דאווידאוויטש,

און דער מנהל בית חינוך לבנות אין בית שמש אויכעט מחשובי קהילת תולדות אהרן רבי יואל סימון,

די דרשות פון די בעלי מסירות נפש ביים קבלת פנים אין כיכר השבת איז געווען עפעס געוואלדיג, ס'האט אריינגעברענגט און די פילע טויזענטער ואס האבען געהערט די דרשות און רעקארדירונגען עפעס א שטיקעל באגריף אין 'פארצייטישע' ירושלימער מסירות נפש

אשרינו אז אין יארע צוויי טויזענט האט נאך כלל ישראל אזעלכע קאנאנען

אין דער צייט גייט אויך אהן אין ניו יארק הכנות צו מתריע זיין איבער די גזירות האיומות בארה''ק

מיטוואך דצמבר 18, 2013 8:24 am

מחותן האט געשריבן:
ווארד האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:בסך הכל האט עס א פרייער פאליטישען געזאגט, דעתי נוטה אז עס צו פרי צי ציען מסקנות דערויף עס מוז נישט זיין אמת אדער פינקט אזוי ווי זי זאגט.
איך ווייס נישט וואס עס איז באמת דארט געווען, אבער דאס איז זיכער אז טייל פון די ח"כ פון די יהדות התורה פארטיי האבן שוין לאנג גערעדט אפענע ווערטער צו די מידיא, אז זיי האלטן אז א בחור וואס זיצט נישט און לערנט פלייסיג דארף גיין אין מיליטער, ממילא איז דאס נישט אזוי רחוק צו גלייבן.


און ווי מען האט עס שוין צענדליגער מאל מסביר געווען אז דאס אלעס איז נאר אויפן פאפיר, עס איז להלכה ולא למעשה.
זיי שרייען טאקע אזוי ווייל דאס איז יעצט די געזעץ אבער פינעם געזעץ ביזען עס אויספירען איז פאלג מיר א גאנג.
עס איז א פאקט אז אפילו די בחורים וואס לערנען נישט גייען אויך נישט אין צה״ל כאטש אז דאס איז יעצט די געזעץ.

א שאד צי פארדרייען און עס ניצען אין די פראפאגאנדע בשעת מען ווייסט אז עס איז נישט אמת.

מחותן איך פארשטיי נישט ווי מ'קען אזוי מלמד זכות זיין אויף מענטשען וואס דער פאקט האט שוין פילע מאל איבערצייגט אז ס'איז נישט בלויז אויף פאפיר

והא ראי' ווי קומט דאס אז מיין בחור'ל זאל 'אין ישיבת מיר' ברויכען ארויסשייגעצען און שרייען חרדקי''ם חרדקי''ם דאס איז בלויז ווייל עס איז שוין לאנג אריבער די זמנים וואס מ'קען פארקויפען אז ס'איז בלויז לפנים אויף פאפיר ס'איז ליידער למעשה ולא להלכה

נישט לאנג צוריק איז געווען פון פרוש דער וואס זיצט יעצט אינעם שקד קאמיסיע גאר גאר שאקירענדע רייד אינעם עמי מאגאזין ווי ער האט זייער דייטליך אנגעדייטעט אז עס האנדעלט זיך מער פון בלויז להלכה'דיגע פאפיר,

איך פארשטיי אז פילע אידען מרוב אהבת ישראל אין א בחינה פון על כל פשעים תכסה ווילען נישט גלייבען אזא שטוינענדע מציאות אז בערד און פיאות זאלען בפועל און למעשה העלפן גזירות על הדת אשר כמוהו לא נהייתה

אבער די וואס לערנען אביסעל די רייד פון די פריערדיגע גדולי ישראל וואס האבען גערעדט איבער די נושא וועט עס דאכטצעך נישט אזוי שווער פאשטיין

מיטוואך דצמבר 18, 2013 10:00 am

דער תהילים איד האט געשריבן: שרייען "לא" מיט פארשטאפטע אויערן.

;l;p- גיטע אויסדריק ! קיינמאל נאך נישט געהערט מיר קענען עס ניצן

מיטוואך דצמבר 18, 2013 10:31 am

ישר כח געלעגער פארן אויסגראדן דא...

אפי' בעלד העט נישט קומען, אבער אויב ער שיקט בנו אדער יד ימינו קען עס אסאך אויסמאכן.

בעיקר דארף געשעהן א פאראייניגטע פראנט, אויב ס'וועט זיין פאראייניגט ירושלים און בני ברק און ארה"ב מה טוב ומה נעים, אויב ס'וועט זיין אן דעם איז אויך בעסער ווי גארנישט, און אפי' אויב נישט אלע חסידישע הויפן וועלען זיך פאראיינגין וועט אויך זיין געוואלדיג!

לכאו' דארף זיך איבערשפילן וואס ס'האט פאסירט זומער. מ'האט געזעהן אז דא איז דא א גזירה נוראה, א גזירת שמד, און אונזערע פאליטישע עאגאיזים לייגט צוזאם אונזערע הענט, האבן מיר זיך נישט געלאזט און געלייגט אלעס אין א זייט און צוזאמגעברענגט א היסטארישע מחאה אשר מלפנים לא היתה זאת על אדמת ארה"ב!

יעצט דארף פאסירן די זעלבע, אלע אלע העלן זיך צוזאמנעמען, און ס'איז אפי' מסתבר אז ביידע סאטמארא פראקציעס וועלן זיך אויך צושטעלן מסתם מיט געוויסע תנאים, און דאס קען ברענגן געוואונטשענע רעזולטאטן!

לה' הישועה

מיטוואך דצמבר 18, 2013 10:50 am

איך האב נישט ארויס די נסיעה, וואס גייען די גולי הרבנים טון דא אין אמעריקא? זיי גייען מאכן א גרויסע פראטעסט?
שרייב א תגובה

Advertisement