באריכטן און אנאליזן
זונטאג דצמבר 08, 2013 2:28 pm
א פחד נורא ווי מ'האלט
Advertisement
זונטאג דצמבר 08, 2013 4:30 pm
א דאנק אייך תהילים יוד פאר די אפדעיטס אין די אנגעצויגענע מצבים
זונטאג דצמבר 08, 2013 6:54 pm
וואס איז די אנגענימענע מהלך ביי די קהילות וואס באלאנגען צי די עדה? זיי שטעלן זיך אויך נישט ביים ערשטען אדער צווייטען רוף? פארלאנגען זיי א פטור?
זונטאג דצמבר 08, 2013 7:19 pm
רוב חסידישע האבן אלע יארן גענומען א פטור מחמת מצב הבריאות, און כמובן אין דעם ענין איז נישטא קיין שינוי.
אבער עפ"י אמת איז אין דעם ענין אויך געווען לעצטנס פילע פראבלעמען, שוין געווען איין בחור וואס האט געמוזט זיין אין משוגעים הויז פאר א וואך צייט נעבעך צוליב די שווערע פראבלעמען אין וואס זיי האבן אים אריינגעדרייט, ואכמ"ל, אבער אויף די נושא איז נישט שייך ארויסצוגיין אין קיין מערכה כמובן.
זונטאג דצמבר 08, 2013 11:50 pm
רוב עדה'ניקעס מאכן אזא פטור, נישט רוב חסידישע.
און זיי מאכן טאקע יעצט ערנסטע פראבלעמען אין לשכת גיוס פאר די וואס פרובירן קריגן אזא פטור על רקע נפשי, די אמאליגע שטיק מיטן זיך משוגע מאכן וכדומה העלפט שוין נישט יעצט... (נישט אז אמאל זענען די גיוס באאמטע יא געפאלן פאר דעם, נאר ביז היינט האבן זיי פארקוקט מרצונם הטוב)
מאנטאג דצמבר 09, 2013 4:32 am
קיינער מעלדט נישט דא װעגען דעם גרויסען פראטעסט געפלאנט אויף מארגען (היינט) נאכמיטאג אין א״י אין פארענט פון די תפיסה, מיט באסעס פון גאנצען לאנד פאריפען דורך די עדה? (מקור ק״מ)
מאנטאג דצמבר 09, 2013 10:14 am
קיינער מעלדט נישט ווייל אויב דאס איז א פראטעסט פארופן דורך די עדה מיט באסעס פון די גאנצע לאנד איז בושות, געב א קוק....
- עטעטשמענטס
-

מאנטאג דצמבר 09, 2013 10:15 am
נאך איינס.
- עטעטשמענטס
-

מאנטאג דצמבר 09, 2013 10:15 am
אן אויבן אהן איז אבער געוועהן...
- עטעטשמענטס
-

- article1_70bb3a814f354035a7db2c2cc48ca0f4.jpg (51.41 KiB) געזעהן געווארן 578 מאל
מאנטאג דצמבר 09, 2013 11:52 am
זענען די רבני העדה טאקע אריין באזוכן די בחורים ?
מאנטאג דצמבר 09, 2013 12:35 pm
מ'האט נישט אריינגעלאזט די רבנים!
מאנטאג דצמבר 09, 2013 3:46 pm
שווערע הונדערטער אידן האבן זיך פארזאמלט היינט ביי די טורמע 6 צו די גרויסע הפגנה ועצרת חיזוק בראשות חברי הביד"ץ, און אדמורי"ם מתולדות אהרן, דושינסקי, תולדות אברהם יצחק, רבני סאטמאר, משכנות הרועים, חסידי ירושלים, ברסליו ועוד ועוד.
פילע בעלי דרשנים פון עטליכע קהילות ווי תו"א דושינסקי סאטמאר ועוד האבן אויפגעטרעטן מיט גאר שטורעמישע דרשות, און דערנאך האבן גערעדט דברי חיזוק פאר די בחורים מרנן הגאב"ד והראב"ד שליט"א, קבלת עומ"ש האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און דערנאך איז מען צוגעגאנגען צום תפיסה אריינצוגיין אויף די באזוך.
די טורמע וועכטער האבן געזאגט אז זיי לאזן נאר אריין געציילטע מענטשן, און עס זענען אריינגעלאזט געווארן צום ווארט-צימער מרנן הגאב"ד והראב"ד, האדמו"ר מתולדות אהרן, און הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים - רחוב יונה, וואו זיי האבן גיעווארט מען זאל עפענען דעם אינעווייניגסטן טויער צו קענען גיין מחזק זיין די בחורים וואס שמאכטן דארט.
נאכן ווארטן אריבער א שעה זענען די רבנים ארויסגעקומען פון טורמע מיט ליידיגע הענט, ווען די טורמע האט געמאלדן אז די העכערע פענסטער האבן באפוילן נישט אריינצולאזן. דאס האט געברענגט גרויס צארן און אויפברויז ביים ציבור וועלכע האבן אנגעהויבן פראטעסטירן מיט א שטורעם, און די פאליציי האבן רעאגירט מיט א מערדערליכע צולאזעניש וואס האט געברענגט צו עטליכע פארוואנדעטע חרדישע אידן.
=
א פאנטשער איז געווען ווען עס האט אויפגעטרעטן איין עסקן מטעם הרב אויערבאך אויף עברית פאר די צייטונגען, און ער האט געזאגט אז אויב טשעפעט מען די בני תורה דאן האט מען נישט געהט קיין רעכט צו פארטרייבן די אראבער, עפעס אזעלכע ווערטער בערך, און דעריבער האט ר' אפרים שטערן איבערגענומען דעם מייק און צוגעלייגט אז די גאנצע מדינה איז אסור עפ"י תורה בכל אופן. (אויך האבן די ספרדישע חברים פונעם בחור געברענגט פאר אים א מתנה וואס דער גאב"ד זאל אריינטראגן, א ספר פון הרב עובדי' ז"ל...)
=
בילד פון א טייל פונעם ציבור בשעת די ווארימע דרשות:
- עטעטשמענטס
-

מאנטאג דצמבר 09, 2013 4:26 pm
מען קען הערן נייעס און אפדעיטס איבער די מערכה קעגן די גזירת הגיוס, אין דעם ספיציעלן טעלעפאן וואס איז אויף געשטעלט געווארן דורך די 'ועדה הציבורית למניעת מזימות הגיוס שעל ידי העדה החרדית'.
דער נומער אין ארץ ישראל איז
054-859-4363
פון חוץ לארץ קען מען אריין רופן אזוי
972-54-859-4363
דינסטאג דצמבר 10, 2013 2:09 pm
היינט קומט פאר א הפגנה אויף ככר השבת, פארופן דורכן ועד פון די עדה החרדית.
עס וועלן אויפטרעטן רבנים וחברי ביד"ץ.
דינסטאג דצמבר 10, 2013 2:23 pm
חברי הביד"ץ שליט"א דאווענען מנחה אויפן וועג צום תפיסה נעכטן.
- עטעטשמענטס
-

-

דינסטאג דצמבר 10, 2013 2:28 pm
פארוואס זעט מען כמעט נישט קיין ליטווישע ביים הפגנה נעכטן? און ווי זענען די חברים פונ'ם אסיר?
דינסטאג דצמבר 10, 2013 2:37 pm
די נעכטיגע הפגנה איז בעיקר געווען פון עדה החרדית קרייזן, עס האבן זיך באטייליגט די כוללים פון תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, דושינסקי און נאך.
(איך זאג כוללים ווייל עס האט זיך גערעדט פון אוועקגעבן א גאנצער טאג, וואס דאס קענען נאר די אברכי הכוללים)
דינסטאג דצמבר 10, 2013 3:05 pm
בילד פון די מאסן יעצט אויף ככר השבת, מחאה נגד גזירת הגיוס:
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג דצמבר 10, 2013 3:15 pm
נעכטן ביים טורמע:
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג דצמבר 10, 2013 3:26 pm
איך שטיי און שטוין! 3 ארעסטירטע בחורים איז נישט גענוג אנצוצינדען ארץ ישראל כמדורת אש?
ווען וועט זיין א הפגנה מיט די באטייליגונג פון שווערע צענדליגע טויזענטער אידן ווען מען וועט ארעסטירן 100 בחורים?
פארוואס שלאפט דער ציבור אין ארה"ק?
דינסטאג דצמבר 10, 2013 3:30 pm
קיינער שלאפט נישט, ירושלים קאכט, ווי דו קענסט זעהן אז היינט אויף ככר השבת זענען דא שווערע הונדערטער מענטשן ביי א "קליינע" הפגנה.
א ריזיגע עצרת איז אין פלאן אבער די וועטער ערלויבט עס נישט דערווייל.
דינסטאג דצמבר 10, 2013 3:35 pm
דער תהילים איד האט געשריבן:ירושלים קאכט,
איך וויל זעהן דעי קאך ווי דעמאלטס ווען מען האט ארעסטירט די אידישע מאמע ווען גאנץ ירושלים איז געווען פאראליזירט.
אבער אז די זאגסט אז ירושלים קאכט גלייב איך דיר, העמיר צו ווארטן די וועטער זאל זיך אויסקלארן.
דינסטאג דצמבר 10, 2013 3:39 pm
אויש, דו מאכסט עפעס א טעות.
"ירושלים קאכט" און "ירושלים איז פאראליזירט" דארף בהכרח נישט גיין אינאיינעם!! ביטע.
דינסטאג דצמבר 10, 2013 4:29 pm
דער תהילים איד האט געשריבן:אויש, דו מאכסט עפעס א טעות.
"ירושלים קאכט" און "ירושלים איז פאראליזירט" דארף בהכרח נישט גיין אינאיינעם!! ביטע.
דאך אזוי גערעכט!
זיי טענה'ן,(ווער זיי? די נארמאלע מענטשן וואס וואוינען דארט) ווילסט איבערדרייען ירושלים וועגן די גזירות, דריי איבער ביי די פרייע געגענט, זאל זיי ליידן פון די חורבנות....
דינסטאג דצמבר 10, 2013 8:50 pm
דער תהילים איד האט געשריבן:"ירושלים קאכט" און "ירושלים איז פאראליזירט" דארף בהכרח נישט גיין אינאיינעם!! ביטע.
עס דארף ווען נישט גיין אינאיינעם אבער די מציאות איז אז געווענטליך גייט עס אין איינעם.
ווען די ירושלימ'ער ציבור גייט ארויס פון די כלים איז די פארלאזירונג די תוצאה עכ"פ ביז היינט איז אזוי געווען, אפשר יעצט האבן זיי א נייער מהלך נעמליך יעדער בלוטיגט אין הארץ,
באמת איז מיין עיקר טענה געווען אויף די אגודה קרייזן וואס זייער פלאן איז, ווען וועלן זיי זיך אויפוועקן.