חוק גיוס בני ישיבות

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

חסיד נלהב האט געשריבן:
בנוגע זיין שטעלונג איבער די פארטייען איז בעצם בריסק מתנגד צו דגל התורה זיי האבען אלס נישט געגליכען די פארטייאישקייט וואס מען ברענגט אריין אין די ישיבה'שע וועלט, און יעצט אז טייל פון זיי באקומען גאר א פרומער קנאי'ש פנים ברויזט הגרא''י גאר שטארק דערויף עס האט נישט מיט א נטיי' צו די ב''ב מרן.

עס קומט נישט אהער זיינע דברים כדרבונות איבער א חילול קברים פאל נגד די אחראים על הפשע.


הרב שך איז בעצם געווען כל כולו בריסק אבער צוליב א פארווייטאגטע משפחה פרשה ווי ער האט גענומען זייער א שארפע שטעלונג קעגן די עליטע בריסקע משפחה איז ער שטארק פארפיינטעט געווארן אין די ענגע קרייז בריסקער. ווי פארשטענדליך איז הגר"ש אויערבאך - זייענדיג כל כולו הרב שך'ס א מענטש, סיי בדעה און בימים ההם במעשה - נישט צו באליבט אין בריסק.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

דיין הסבר איז אפשר ריכטיג, דער איינציגסטער וואס איז אבער דוקא פארקערט איז הגרא"י.
זיינע פעטערס הגאון רבי דוד שליט"א און הגאון רבי מאיר שליט"א האלטן שטארק מיט לגבי די מערכה פון גיוס בני הישיבות, זיי האבן פערזענליך מחזק געווען דעם בחור וועלכער איז געזעצן אין כלא שש צוליב נישט שטעלן צום לשכת הגיוס. וכנ"ל האט הגאון רבי מאיר געלאזט הערן שארפע דברי מחאה בנוגע דעם ענין פון צפי' לביאת המשיח.
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

די תשובה פאר דעם איז, אז די גרויסע קינדער פון דער ברסקער רב וואס לעבן לאריכות ימים ושנים, פילן זיך נישט עפעס געשטשעפעט פון הרב שך, אמת, זיי האבן געהאט מיט אים שטארקע חילוקי דעות אין פארשידענע ענינים, אבער זיי האבן אים שטארק געשעצט אלץ איינער פון די גרעסטע תלמידים פון דער בריסקער רב.
עס איז כדאי אויך צו ציטירן דא די הסכמה פון דער בריסקער רב אויפן ספר אבי עזרי פון הרב שך.

הראני מע"כ ידי"נ הגאון הגדול מ' ר' אלעזר מנחם שך שליט"א קונטרסים מספרו "אבי עזרי" חלק שני ובקשני לעיין בהם ולתת הסכמתי עליהם. והאמת כי הגאון ר' אלעזר מנחם הנ"ל שליט"א אינו צריך כלל לשום הסכמה ממי שהוא, כי גדול האיש מאד ורב גוברי' בתורה בחריפות ובקיאות, ועמק הפשט בכל מקצעות התורה כאחד מגדולי דורנו. וכבר אתמחי גברא בשיעוריו ובספרו חלק ראשון שכבר הדפיס לפני שמנה שנים, ולא לי ולדכוותי להעיד עליו ועל חידושיו, אבל חז"ל אמרו רצונו של אדם זהו כבודו, ולכן באתי בדברים הקצרים אלה, ואני מברכו באהבה מקרב ולב כי יזכהו ה' לגמור מעשהו להדפיס ולהפיץ מעינות תורתו לרבים ויהנו רבים מאור תורתו כי טוב.
הנני הכו"ח למען כבוד התורה וכבוד הגהמ"ח שליט"א, יום א' ט"ו תמוז התשט"ז, פה ירושלם תובב"א.
נאם יצחק זאב באאמו"ר הגאון החסיד רשכבה"ג מרן חיים הלוי זצוקללה"ה סאלאווייציק.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ישר כח פרשיסחא, גיי זיי מסביר פאר די יוגענט אז ס'איז אמאל געווען א הייליגע בריסקער רב וואס האט נישט מורא געהאט צו זאגן דעם לאמיתו!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

פון די נחל חרדי ווערט יעצט ביים היציגער צושטאנד איבער די פארכאפטע בחורים פארשפרייט בילדער ווי זייערע בריגאדעס זענען בראש פון די מלחמות מיט די אראבער.

כ'הער יעצט קול סאטמאר רעדט גאנץ גוט איבערדעם וואס מען ניצט די ''נחל חרדי'' פאר די אקציע.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

חדשות 24 גיט יעצט איבער:
יעקב ריבלין מבקהילה בטוויטר: ביום ראשון בערב צפו עוברים ושבים במאה שערים, בח"כ ליצמן וגדי אגמון נכנסים למעונו של האדמו"ר מסלונים. הם יצאו משם לאחר שעה וארבעים דקות.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

אהא. יעצט ליין איך אין 'משפחה' אז ליצמן איז געווען ביי איינע פון די חברי מועצת גדולי התורה, קען זיין דאס איז טאקע געווען סלונים.

אינטרעסאנט מ'האט נישט דערמאנט דא, בוגי יעלון האט געשיקט לעצטענס א בריוו צו די חרדישע חברי כנסת ווי ער געבט נישט נאך זייערע פארלאנגען גענצליך אפצושאפן די רפואה בדיקות פאר בחורים וואס שטעלן זיך צום לשכת הגיוס, און אז גאנצעטע ישיבות זאלן קענען קומען צוזאמען אין איין טאג און פטר'ן די זאך (למשל איין טאג ישיבת חברון, סלבודוקה, א.א.וו.)

לאור זה איז געווען די אויבדערמאנטע זיצונג ביי איינע פון די חברי המועצג"ת וועלכער האט געסטראשעט אז אויב געבט מען נישט נאך וועט ארויסקומען א קריאה פון מועצג"ת אגודת ישראל זיך בכלל נישט צו שטעלן צום לשכת הגיוס. (פון דגל התורה ח"ו...)
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

מען ווערט נישט פערטיג סטראשענען, אבער עז לאנג עטליכע האלטען זיך פעסט אז אויף יעדן פרייז גייט מען חלילה נישט פאסען קיין באשלוסען וואס קענען אויסקוקען ווי אן ''הסכמה צום עדה החרדית'' קענסטו זיך לעת עתה בלויז שטעלן דאווענען שילמדו תועים בינה.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

ביי די וועדת שקד וועלכער האט זיך צוזאמענגעזעצט היינט, האבן די מדינת ישראל אינסטאנצן איבערגעגעבן פאר די מיניסטארן,
אז בערך זעכציג פראצענט פון די חרדים שטעלן זיך בכלל נישט צו די לשכת הגיוס אין די לעצטערע חדשים
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

מלחמת חובה= מ'מיז גיין צום לשכת הגיוס, אז נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

די נושא פון זיך נישט אדער יא שטעלן איז אריין אין א פרישע פאזע.

צוויי לומדי הישיבה זענען געפלויגען פאר'ן זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס, דאס גיין צום לשכת הגיוס איז פארוואנדעלט געווארען אין א ''חוב קדוש''.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

אויב דאס איז אמת, ד' ישמרנו ווי ווייט פאליטיק קען פארפירן א מענטש, א ווערט ממש א מיטגלידער פון'ם מדינת הרשע און ארבעט בעבסער ווי זיי אליין... הה"ד מהרסיך ומחריביך ממך יצאו
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

כתר ישועה האט געשריבן:אויב דאס איז אמת, ד' ישמרנו ווי ווייט פאליטיק קען פארפירן א מענטש, א ווערט ממש א מיטגלידער פון'ם מדינת הרשע און ארבעט בעבסער ווי זיי אליין... הה"ד מהרסיך ומחריביך ממך יצאו


ווער נישט איבערגענימען, די נייעס דא איז געשריבען היבש פארדרייט עס זאל שטימען מיט א אגענדע.

הגר"י רוזן איז דער סוד שיח און מתווך צווישען הגריא"ל און די מדינת ישראל מיליטער. ער האט געהאט ביי זיך אין ישיבה צוויי בחורים וואס האבן געפאלגט הגר"ש אויערבאך און זיך נישט געשטעלט צו מדינת ישראל מיליטער, עס האט אים געקרענגט זאגענדיג אז אין זיין ישיבה ווי ער איז ראש ישיבה און וואס איז אינטער סמכות פון הגריא"ל מוז מען אנעמען די מהלך פון הגריא"ל.. גראדע האט ער אפילו זיי פארשוויגען און גארנישט געזאגט אויף זייער נישט שטעלן, אבער די בחורים האבן זיך פאר אים מתחצף געווען האט ער זיי ארויסגעווארפן אויף די ערשטע עוולה פון נישט גיין אין ליניע מיט הגריא"ל..

איז די מהלך פון הגריא"ל פארשטענדליך? ניין.
איז הגר"י רוזן גערעכט דא? לכאורה יא, א ראש ישיבה האט די רעכט אראפצושטעלן די הוראות אין זיין ישיבה, און פארוועם די הוראות איז צו שוואך האט א ברירה אויסציוועלן א ישיבה מיט בעסערע בעסערע און הוראות.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

נאט אייך די געשיכטע.
נעבעך ווי די שגאון טרייבט די חסידי הגראי"ל. זיי האבן געמאכט דערפון עפעס א הייליגע חיוב 'למען קדושת ההתייצבות'...
(פון כיכר השבת)

הפילוג הליטאי וסוגיית ההתייצבות בלשכות הגיוס: ראש ישיבת אור ישראל, הגאון רבי יגאל רוזן, הודיע הצהריים לתלמידי ישיבתו 'אור ישראל' בפתח תקוה, כי בחורים שלא התייצבו עד כה בבקו"ם - ולא ישנו את החלטתם - עליהם לעזוב את הישיבה.
לדברי תלמיד בישיבת אור ישראל, כבר תקופה ארוכה שראש הישיבה "מחרים" שני אחים מתלמידי הישיבה ומתעלם מקיומם, וזאת בשל החלטתם לסרב להתייצב בניגוד לדעת ראשי הישיבה ורבניה. יצויין, כי הגר"י רוזן נחשב לאחר מנאמניו וממקורביו הבולטים של מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן, התומך בהמשך ההתייצבות כפי שהחליטו בכינוס מועצת גדולי התורה.
לידי "כיכר השבת" הגיעה הקלטה משיחה שקיימו שני האחים בשעות הצהרים עם הגר"י רוזן, בניסיון לברר האם הוחלט לסלקם או שעליהם לעזוב מרצונם.
אחד הבחורים: "קודם כל, למה אסור לומר לנו גוט שאבעס?"
הגר"י רוזן: "אני לא אומר כי אני לא מכיר בכם, מבחינתי אתה פושע, למה שאני יאמר לך גוט שאבעס? זה שאני לא מעיף אותך מהישיבה, לכן אני צריך לומר גוט שאבעס?"
אחד הבחורים: "היו בחורים שהלכו לסנוקר, אנחנו יותר גרועים מהם?"
הגר"י רוזן: "כן! כן! אתה נותן לי בוקס בפרצוף".
אחד הבחורים: "היו בחורים שעשו דברים יותר חמורים, אנחנו יותר גרועים? זה הרב שלי (הגר"ש אוירבך. י. כ.) וכך הוא הורה לי"
הגר"י רוזן: "כן. מבחינת הישיבה זה יותר גרוע. אם הוא הרב שלך אז תעשה את זה בישיבה שלו, לא פה. אני פה הבעל הבית, אני לא רוצה להעיף אתכם, אבל תתנהגו כמו שאני הבעל הבית".
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

לויט ווי אזוי מען שטייט יעצט תמוז תשע"ד.. איז הרב שטיינמאן גערעכט געווען מיט זיין מהלך צום גיוס פראבלעם?

איך וואנדער זיך אסאך מאל אויך די שאלה - און איך ווייס נישט די אמת'ע ענטפער דערויף, עס איז אמת אז מען קען טענה'ן אז אין דריי יאר ארום גייט עס אויפשיסען.. אבער מען קען פינקט אזוי זאגען אז ביז דריי פון יעצט וועט זיין א נייע מנשלה און מען וועט מאכען נייע געזעצן, אדער קען מען זאגען אז די זעלבע קאמף וואס אנשי העדה און הגרש"א האב געוואלט יעצט טיען און אזוי מבטל זיין די גזירה.. דאס וועט מען טיען דריי יאר ארום..! און מען האט כאטש פארדינט דריי יאריגע יאר וואס קיינער גייט נישט אין מדינת ישראל מיליטער..


במציאות יעצט איז שטול און רואיג.. עס איז אסאך שטילער ווי איידער די געזעץ, מען צווינגט נישט קיינעם צו גיין אין מדינת ישראל מיליטער, קיינער גייט נישט פרייוויליג אויך נישט, עס איז ממש ווי געראטען פאר די אינטערסן פון די חרדים, די אנשי העדה האבן נאך דאפעלט פארדינט ווייל די מדינה האט אויך אויפגעהערט צו געבן פון די טריפה'נע געלטער פאר כוללים.. הקיצור עס איז ממש ווי געוואנטשען..

מיינט דאס אז רב שטיינמאן האט געהאט א ווייטערן בליק ווי אנדערע און ער איז גערעכט געווען? אדער מיינט דאס אז מיר גייען נאך ארויפצאלן א פרייז אויף די יעצטיגע שטילקייט - עתידות וואס מען קען נישט יעצט וויסען?!
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

איזהו חכם הרואה את הנולד כבר.
די ממשלה האט שוין א לאנגע טרעק רעקארד ווען ס'קומט צו העלפן ערליכע אידן שותומ"צ זיי זאלן קענען אנגיין ביתר שאת ועוז, און אן עקסטערע טרעק רעקארד ווען ס'איז געקומען צו העלפן אנטוויקלען אנדערע גלויבנס אין א"י. און וויאזוי זיי העלפן כסדר אידן - זינט איר גרינדונג - טרעפן די עכטע אמונה, שמע ישראל, אני מאמין וכו'.
דעיר איז נאו פרי לאנטש... און פאר יעדע שטורם איז דא א קווייעטנעס ביפאר די סטארם.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

להוי ידיעה: נישט יעדער ברויזעט אויף די גאנצע מדינה, און ניין עס איז נישט אזוי שטיל.... [כווייס פעלער פון די נאנט...].
ווידער דערווייל וייזט אויס אז נאר די קנאים זענען גערעכט, די שטעלן זיך נישט דארפן נישט גיין אין די לשכת הגיוס [מקום מיועד לכל טנופת וכו' ר"ל] אין פאלן נישט אין די הענט פון די רשעים שר"י, משא"כ די וואס פראבירן צו פארהאנדלען, געלונגט עס אמאל מער און אמאל ווייניגער, אבער אפי' אויב יא, ל"ע ולא עליכם ביז צו'ם קרעטשמע...
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

די אגודה באריכטעט

במועצת צפויים להשתתף האדמו"רים מגור, האחים מויז'ניץ, צאנז, סלונים, באיאן, ביאלא, סאדיגורה, ומודז'יץ. 
ווי עס ווערט באריכטעט יעצט האט די אגודה ין פלאן זיך צוזאמזעצן דן זיין איבער גיוס,

די רבי פון בעלז וואס וויילט אצינד אויף אפרוה זעהט נישט אויס אז ער וועט זיין ביים זיצונג
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

זאל ער קומען האט געשריבן:איזהו חכם הרואה את הנולד כבר.
די ממשלה האט שוין א לאנגע טרעק רעקארד ווען ס'קומט צו העלפן ערליכע אידן שותומ"צ זיי זאלן קענען אנגיין ביתר שאת ועוז, און אן עקסטערע טרעק רעקארד ווען ס'איז געקומען צו העלפן אנטוויקלען אנדערע גלויבנס אין א"י. און וויאזוי זיי העלפן כסדר אידן - זינט איר גרינדונג - טרעפן די עכטע אמונה, שמע ישראל, אני מאמין וכו'.
דעיר איז נאו פרי לאנטש... און פאר יעדע שטורם איז דא א קווייעטנעס ביפאר די סטארם.

אייזען ;l;p-
צום פונקט.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

כתר ישועה האט געשריבן:להוי ידיעה: נישט יעדער ברויזעט אויף די גאנצע מדינה, און ניין עס איז נישט אזוי שטיל.... [כווייס פעלער פון די נאנט...].

ווידער דערווייל וייזט אויס אז נאר די קנאים זענען גערעכט, די שטעלן זיך נישט דארפן נישט גיין אין די לשכת הגיוס [מקום מיועד לכל טנופת וכו' ר"ל] אין פאלן נישט אין די הענט פון די רשעים שר"י, משא"כ די וואס פראבירן צו פארהאנדלען, געלונגט עס אמאל מער און אמאל ווייניגער, אבער אפי' אויב יא, ל"ע ולא עליכם ביז צו'ם קרעטשמע...


1} עס איז היינט א אפאנע וועלט.. און עס איז נישט דא עפעס וואס דו ווייסט און א צווייטער ווייסט נישט, וואלט געווען איין פאל וואס מען וואלט גענימען איינעם בכיפה. וואלט שוין יעדער געוויסט דערפון, און אנשי הגרש"א וואלטן עס שוין גענימען און פראבירט צו שלאגען כפרות דערמיט זייער קאנקורענט..

2} די קנאים {אנשי העדה} נעמען שטעלן זיך נישט? מהיכית היתי אזוינס צו זאגען? איר האט פראוו דערויף?

3} די וואס שטעלן זיך באקימט יעדער א פטור, ביטע נישט מאכען קיין אומזינסטע פאניק.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

מחותן האט געשריבן:לויט ווי אזוי מען שטייט יעצט תמוז תשע"ד.. איז הרב שטיינמאן גערעכט געווען מיט זיין מהלך צום גיוס פראבלעם?

איך וואנדער זיך אסאך מאל אויך די שאלה - און איך ווייס נישט די אמת'ע ענטפער דערויף, עס איז אמת אז מען קען טענה'ן אז אין דריי יאר ארום גייט עס אויפשיסען.. אבער מען קען פינקט אזוי זאגען אז ביז דריי פון יעצט וועט זיין א נייע מנשלה און מען וועט מאכען נייע געזעצן, אדער קען מען זאגען אז די זעלבע קאמף וואס אנשי העדה און הגרש"א האב געוואלט יעצט טיען און אזוי מבטל זיין די גזירה.. דאס וועט מען טיען דריי יאר ארום..! און מען האט כאטש פארדינט דריי יאריגע יאר וואס קיינער גייט נישט אין מדינת ישראל מיליטער..

במציאות יעצט איז שטול און רואיג.. עס איז אסאך שטילער ווי איידער די געזעץ, מען צווינגט נישט קיינעם צו גיין אין מדינת ישראל מיליטער, קיינער גייט נישט פרייוויליג אויך נישט, עס איז ממש ווי געראטען פאר די אינטערסן פון די חרדים, די אנשי העדה האבן נאך דאפעלט פארדינט ווייל די מדינה האט אויך אויפגעהערט צו געבן פון די טריפה'נע געלטער פאר כוללים.. הקיצור עס איז ממש ווי געוואנטשען..

מיינט דאס אז רב שטיינמאן האט געהאט א ווייטערן בליק ווי אנדערע און ער איז גערעכט געווען? אדער מיינט דאס אז מיר גייען נאך ארויפצאלן א פרייז אויף די יעצטיגע שטילקייט - עתידות וואס מען קען נישט יעצט וויסען?!

- איך וואלט געקענט יעצט מסביר זיין דא די חורבן פון יענע מהלך, וואס דארף נישט מער ראי' ווי דאס אז די ממשלה לעכצט נאך די דאזיגע מהלך, און זיי שפאנען פאראויס מיטן ארייננעמען מער און מער שוואכערע בחורים און אינגעלייט, נישט דוקא אפגעפארענע! און דער מהלך איז צו וואקסן און וואקסן יאר נאך יאר.

- איך וואלט געקענט מסביר זיין אז יעצט איז גארנישט שטיל און קואיג, אונטערן טיש קומט כסדר פאר ביטערע פרשיות וועלכע ווערן באהאנדלט סמוי מן העין, און דער מצב ווערט נאר ערגער.

- איך וואלט געקענט מסביר זיין אז אויב מאכט מען נישט יעצט די אויפשטאנד "גייט מען עס נישט מאכן" אין 3 יאר ארום אויך נישט - "מארק מיי ווארד'ס".

- איך וואלט געקענט מסביר זיין אז דיין חלום פון א נייע ממשלה איז א חלום שוא, ווייל דער בג"ץ קען נאך אפילו פסל'ען די יעצטיגע געזעץ, גיין אויף צוריק מאך דכר שמי', דער בג"ץ איז "דער באסס" אין לאנד.

אבער פארוואס מאריך זיין, ווען איך קען צוערשט פרעגן פשוט:

א' ויקרא תשע"ד איז די אגודה ארויס אויף די גאסן אין אר"י מיט א פראטעסט אין ליכט פון די געזעץ באשטעטיגונג. די עדה איז אויך מיטגעגאנגען, אלע קרייזן זענען אינאיינעם ארויס אין א געשריי קעגן "די ביטערע גזירה" (און א וואך בעפאר האט די מועצת באשלאסן אז אויב די גזירה גייט אריבער גייט מען זיך ווידער-זעצן שוקל צו זיין צו אסר'ן דעם לשכת הגיוס). די גזירה איז יענעם טאג געווען קליפ און קלאר גענוי ווי עס איז יעצט, עס גייט זיין "יעדי גיוס" אויף 3-4 יאר, אויב קומט מען עס נאך הרי טוב, און ס'וועט ווייטער ארויפגיין משנה לשנה, אויב קומט מען עס נישט נאך דאן גייט אריין אין קראפט א "גיוס לכל" מיט קרימינאלע סאנקציעס.

אצינד דערצייל מיר וואס האט פלוצלינג פאסירט, וואזשעט האט זיך געטוישט פון דאנעט ביז אצינד?

זייער ארויסטריט אויף די גאסן האט קלאר ארויסגעברענגט אז זיי האלטן אויך אז דאס צושטעלן די באשטימטע יעדע גיוס איז א "גזירת שמד" און מען גייט דאס נישט צושטעלן! און דערפאר גייט אריינגיין אין קראפט די קרימינאלע סאנקציעס. וואס האט זיך געטוישט????
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

צו ענטפערן דיין פראגע, אגודה איז ארויס אויף די גאסן צילוב די בודשעט שניטען און נישט צילוב די גיוס פראבלעם.. קארעקט?
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

מחותן האט געשריבן:1} עס איז היינט א אפאנע וועלט.. און עס איז נישט דא עפעס וואס דו ווייסט און א צווייטער ווייסט נישט, וואלט געווען איין פאל וואס מען וואלט גענימען איינעם בכיפה. וואלט שוין יעדער געוויסט דערפון

עס האט קיינמאל נישט געהייסן אז אין די 3 יאר גייט מען נעמען בכפי', עיין לעיל, און דאך האט יעדער פארשטאנען אז מען קען נישט לאזן די זאך אריבערלויפן ווייל באלד וועט זיין צו שפעט.

ווער רעדט יעצט פון כפי'?
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

מחותן האט געשריבן:צו ענטפערן דיין פראגע, אגודה איז ארויס אויף די גאסן צילוב די בודשעט שניטען און נישט צילוב די גיוס פראבלעם.. קארעקט?

קיינע בוזשעט שניטן זענען דעמאלס געווען אויפן טיש.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

דער תהילים איד האט געשריבן:קיינע בוזשעט שניטן זענען דעמאלס געווען אויפן טיש.


וואס? איר ווייסט טאקע נישט אז אינאיינעם מיט די חוק הגיוס האט די רעגירונג האט געשניטען די הילף פאר די כוללים און ישיבות מיט 75%..?!

זייער פראבלעם איז בעיקר אז די כוללים שפארען זיך אפ צילוב א געלט מאנגל, אונזער פראבלעם איז גיוס..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”