Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג מרץ 19, 2013 7:10 pm

ווי עס זעהט אויס וועט מען א חלק יא הייסן זיך מתגייס זיין, (בני 18-21) אין די קומענדיגע 4 יאר, און אויף זיי וועט טאקע געשטעלט ווערן סאנקציעס אין פאל אז זיי זענען מסרב, וויאזוי דאס וועט ארבעטן איז אינטרעסאנט און מאדנע וויאזוי מען באשטימט אזא זאך ווען עס האנדלט זיך נישט פון קיין מכסה וואס די ישיבות דארפן באשליסן ווער עס בלייבט, נאר פון א יעד גיוס, (אפשר וועלן זיי אליין שטעלן א קאמיסיע פון דתיים אין לשכת גיוס וואס וועלן פארהערן די בחורים אזוי ווי די מעשיות אין ליכט שטראלן...)

(די אלע וואס וועלן ווערן 22 אינעם תקופת מעבר, און מען האט זיי נישט מגייס געווען ביז דאן, וועלן תומ"י קענען באקומען א פטור)

לפי די רעאקציע פון די חרדישע ח"כים זעהט נישט אויס ווי זיי זענען שטארק באזארגט פון דעם, זעהט אויס אז זיי רעכענען אויף דעם אז נאך די אלע שינויים וואס עס וועט אריבערגיין ביים וועדה בעפארן הצעת חוק, וועט עס אויסזען גאנץ אנדערש, און דאס איז ווארשיינליך אויך די חשבון פון לפיד מיטן מנסח זיין די דרעפט אזוי, אז ער זאל ביים סוף אויך האבן מיט וואס צו פאכענען מיט דאס וואס וועט איבערבלייבן פון דעם

Advertisement

דינסטאג מרץ 19, 2013 8:15 pm

את אחי האט געשריבן:וויאזוי דאס וועט ארבעטן איז אינטרעסאנט און מאדנע וויאזוי מען באשטימט אזא זאך ווען עס האנדלט זיך נישט פון קיין מכסה וואס די ישיבות דארפן באשליסן ווער עס בלייבט, נאר פון א יעד גיוס, (אפשר וועלן זיי אליין שטעלן א קאמיסיע פון דתיים אין לשכת גיוס וואס וועלן פארהערן די בחורים אזוי ווי די מעשיות אין ליכט שטראלן...)

דער ליצנות איז נישט נאר ביים יעד גיוס די 4 יאר, נאר די זעלבע איז אויך ביים מכסה פון נאך די 4 יאר, וואו זיי שרייבן אויך אז די "מערכת הביטחון" וועלן זיין די וואס וועלן באשליסן ווער עס זענען די מתמידים:
ה. מדי שנה תמיין מערכת הביטחון את דוחי השירות שהגיעו לגיל 21 ל-3קבוצות: 1. מתמידים שיזכו לפטור משירות; 2. מגוייסים לצה"ל על פי צרכיו, ובהתאם ליעדי הגיוס, שיגוייסו לשירות צבאי; 3. משרתים בשירות אזרחי, שישובצו לשירות זה.


ווער וועט פארהערן? מיסטער בוגי יעלון?!...

מיטוואך מרץ 20, 2013 4:50 pm

איך וויל פרעגען א קשיא און איך האף אז מען וועט מיך נישט דא פארשטיינערן.
לויט די קרייזן וואס האלטן אז זיין א חלק פון די ממשלה איז נישט קיין שום פראבלעם על פי הלכה און מען מעג זיין א חבר הכנסת (פארשטייט זיך אויפצוטוען) און ווי אויך מעג מען ארבעטען ביי סיי וועלכע משרד, וואס איז אנדערש מיליטער אדער שירות לאומי?
איי די מיליטער איז א שמעלץ טאפ און עס איז נישט געאייגענט פאר אן ערליכע איד, אויף דעם קען מען ווען ניצן די פאליטישע איינפלוס און ערלעדיגען אז עס זאל יא זיין געאייגענט פאר א שומר תו"מ, אין די ערגסטע פאל קען מען דינען שירות לאומי וואס דאס איז זיכער נישט קיין פראבלעם אלץ אידישקייט, דא אין אמעריקע איז דא גענוג אידן וואס טוען די זעלבע זאך און זיי ווערן נאכנישט פארפאלן.
דאס איז נאר געזאגט געווארן לגבי די חסידישע קרייזן וואס ביי זיי איז נישט אזא עוולה צי גיין ארבעטען, משא"כ ביי די ליטאים איז שוין אן אנדערע פרשה, און ב"ה פארדעם מאך איך יעדן טאג א ברכה שלא עשני ליטאי.
פארקערט גאר, לויט די יעצטיגע פארשלאג אז אויב איינער וויל נישט דינען אין מיליטער וועט ער מוזן צאלן א קנס אבער וועט קענען גיין ארבעטען נאכדעם, איז עס נאר א טובה פאר די חסיד'ישע/קנאישע קרייזן, זיי וועלן קענען גיין ארבעטען אן קיין שום פראבלעם, איי די געלט קנס? וועט עס ווערן א חלק פון די חתונה הוצאות, און די אינגערמאן וועט עס צוריקצאלן נאכ'ן מאכן שיין פרנסה.
נישט פארגעסן אז די אפיציעלע תירוץ וואס יעדער ארץ ישראל איד זאגט ביים גיין נאכגעלט אז אין א"י קען מען נישט גיין לעגאל ארבעטען, אויב אזוי דארפן די חרדים זאגן פאר לפיד/בענעט א גרויסע דאנק.

מיטוואך מרץ 20, 2013 4:55 pm

דער ערשטער חילוק [לשיטתם] איז די "ציהל" וואס די רעגירונג וויל דערמיט.

עיין במכתבו של הרב אלישיב ז"ל, ועיין בכל מכתבי הממשלה אז זייער ציהל איז לגשר בין החילונים להחרדים וד"ב.

מיטוואך מרץ 20, 2013 5:07 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:דער ערשטער חילוק [לשיטתם] איז די "ציהל" וואס די רעגירונג וויל דערמיט.

עיין במכתבו של הרב אלישיב ז"ל, ועיין בכל מכתבי הממשלה אז זייער ציהל איז לגשר בין החילונים להחרדים וד"ב.


ווי זעסטו בפירוש אז דאס איז די כוונה פון די רעגירונג, ס"ה זאגן זיי אז אזא סיסטעם קען מער נישט אנגיין איבערהויפט אז די חרדים וואקסן בליע"ה, און אפילו אויב וועסט זאגן אז זייער ציל איז צי איינארדענען די חרדים אין די ווארקפארס, איז וואס איז שלעכט דערמיט, (איך רעד נאר לשיטתם), וויל דען נישט די אמעריקאנע רעגירונג אז יעדער איינער זאל קענען ארבעטען און נישט זיין אנגעוויזן אויף די וועלפעיר סיסטעם.
לגבי מיליטער געדענק איך ביי איינע פון די דרשות פון איינע פון די סאטמאר'ע רבי'ס וואס האט געווארנט אז אויב די חרדים זענען קעגן די שלום און צוריקגעבן שטחים, וועט דער חילוני האבן א שטארקע טענה, שיק דיינע קינדער עס צי באשיצן.
מען דארף געדענקען די חילוק פון די סאטמאר'ע שיטה און די אנדערע קרייז'ן שיטה.
סאטמאר האט א פראבלעם מיט די גאנצע עקזיסטענץ פון די מדינה, ממילא האבן זיי א פראבלעם סיי מיט שירות לאומי און סיי מיליטער, און ווי אויך מיט תכנית הליבה, משא"כ ביי די אנדערע קרייזן, קען איך נישט פארשטיין פארוואס די רעגירונג זאל האבן א ווייניגער רעכט ווי די גוי'אישע רעגירונגען אין חוץ לארץ.
און קום מיר נישט מיט גזירת השמד, ווייל איך קען זאגן די זעלבע אויף די אמעריקאנע רעגירונג, וואס וויל אז יעדער זאל קענען בעיסיק ענגליש און מעטה וכו'.
נ.ב. לגבי ירושלים קען זיין נאך א שאלה צוליב די חרם, אבער ליידער האבן זיך די רעליגיעזע קרייזן געוואוסט ווי אזוי אן עצה ציגעבן מיט די חרם לגבי אנדערע אישוס.

מיטוואך מרץ 20, 2013 5:12 pm

דו מישט ארום מיט תכנית הליבה

זונטאג מרץ 24, 2013 11:16 pm

אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר האט ביי די שבת הגדול דרשה אין ק"י אריין געווארפן אז מ'פלאנט א ריזן עצרת אויסצושרייען די וויי געשריי איבער די גזירה

דאנערשטאג מרץ 28, 2013 10:15 pm

Satmar rabbi announced by his yearly chal hamoed speech in williamsburg in the big satmar shul in hooper that a major major protest is coming up soon like the historical protest in 1954 about the gzayra to draft the girls, and by the way it'll be a major opportunity to use the whole chareidy community from the try state reign to outcry against the zionists, and he mentioned that it's a very rare opportunity and a major major kidish hashem and his uncle the first satmar rabbi would have done ev everything in the world to make such a major demonstration like that to have all klal yisroel against the israelis. Lets hope it should be succesfull!
לעצט פאראכטן דורך מאקאווער אום פרייטאג מרץ 29, 2013 10:54 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג מרץ 28, 2013 10:30 pm

Here u can listen to the recording on kol satmar
@KolSatmarText Recorded Dibres Kodesh at Asifa Kluly inWB; Drish, Chinech, Tznius, Kashrus HBuser &Tzimas HaGidin, Matzos, Gezeiras in EY: 2124449899 Ex.44

זונטאג אפריל 14, 2013 10:12 pm

אן אינטרעסאנטע זאך האב איך געהערט לעצטע וואך פון אן אנהענגער פון רבי צבי מאיר זילבערבערג, אז ער זאגט אן פאר די בחורים אין זיין ישיבה (נישט געוואוסט ער האט א ישיבה), אז מ'דארף זיך פירן לויט די פסק פון די עדה, און ניטאמאל זיך שטעלן צום אויספרעג.

ער רעדט פאר זיי יעדע פאר טעג זיי זאלן גרייט אויף מסירת נפש ממש. און דאס מחזק צו זיין אביסל ברייטער, רעדט ער די לעצטע תקופה באריכות מיט א פייער כדרכו, יעדן פרייטאג און של"ס, וועגן דאס ענין פון מסירת נפש, זיין גרייט פשוטו כמשמעו אויף מסירת נפש, און בפרט קעגן האבן א שייכות אין די מיליטער בפרטית, און קעגן די קליפת הציונות בכללית.

ס'מיר געווען א שטארקע חידוש צו הערן אז ער רעדט ברבים קלאר קעגן ציונות, כאטש פריוואט האב איך געוואוסט אז ער איז קנאי'ש. האב איך אויסגעהערט זיין דרשה אויף ערב שבת שמיני, ואמת נכון הדבר.
יענער זאגט מיר אז דאס איז נאך ווייניג קעגן וואס ער האט גערעדט אין אנדערע געלעגענהייטן לעצטענס.

זונטאג אפריל 14, 2013 10:28 pm

@vosiznies: Satmar & Agudath Yisroel teaming up planning a Mass Protest Against Israel IDF Draft Gezira Next Sunday in Manhattan. http://t.co/v6n5iTteFH

מאנטאג אפריל 15, 2013 1:25 am

לוי יצחק האט געשריבן: האב איך אויסגעהערט זיין דרשה אויף ערב שבת שמיני, ואמת נכון הדבר.
.


וואו קען מען דאס הערן?

מאנטאג אפריל 15, 2013 11:35 am

לוי יצחק האט געשריבן:ס'מיר געווען א שטארקע חידוש צו הערן אז ער רעדט ברבים קלאר קעגן ציונות, כאטש פריוואט האב איך געוואוסט אז ער איז קנאי'ש. האב איך אויסגעהערט זיין דרשה אויף ערב שבת שמיני, ואמת נכון הדבר

עס קוק אויס אז ער האט נישט געוואלט רעדן צו ברייט ביז היינט כדי נישט צו פארלירן די השפעה, אבער יעצט נוצט ער אויס די געלעגנהייט ווען אלע זענען קאלט געווארן פון מיטגעפיהל צו די 'ממשלת זדון'.

אגב, אפילו יעצט רעדט ער אביסל ברמז, ער זאגט נישט 'די מדינה זאל בטל ווערן', נאר ער זאגט 'די גאנצע ענין זאל בטל ווערן', בבחינת והמבין יבין..

מאנטאג אפריל 15, 2013 7:46 pm

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן: האב איך אויסגעהערט זיין דרשה אויף ערב שבת שמיני, ואמת נכון הדבר.
.


וואו קען מען דאס הערן?

קול מרדכי אהרן 718-506-1001
די מעניו איז אביסל צעמישט דארט אבער מ'קען אנקומען צו אסאך דרשות.

מאנטאג אפריל 15, 2013 7:48 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:ס'מיר געווען א שטארקע חידוש צו הערן אז ער רעדט ברבים קלאר קעגן ציונות, כאטש פריוואט האב איך געוואוסט אז ער איז קנאי'ש. האב איך אויסגעהערט זיין דרשה אויף ערב שבת שמיני, ואמת נכון הדבר

עס קוק אויס אז ער האט נישט געוואלט רעדן צו ברייט ביז היינט כדי נישט צו פארלירן די השפעה, אבער יעצט נוצט ער אויס די געלעגנהייט ווען אלע זענען קאלט געווארן פון מיטגעפיהל צו די 'ממשלת זדון'.

אגב, אפילו יעצט רעדט ער אביסל ברמז, ער זאגט נישט 'די מדינה זאל בטל ווערן', נאר ער זאגט 'די גאנצע ענין זאל בטל ווערן', בבחינת והמבין יבין..

אזוי אויך רעדט ער נישט וועגן "ציונים", נאר וועגן "די קליפות וואס האבן שולט געווען אויף ארה"ק", און נאך אפאר מאל "קליפות".

אבער נתפעל בין איך געווארן ווי ער גרייט צו דעם עולם מיט אן ערענסקייט צו מסירת נפש, און ווי איך הער איז דאס שוין אזוי א שטיק צייט.

מאנטאג אפריל 15, 2013 11:20 pm

thanx Levi yitzchock

דינסטאג אפריל 16, 2013 10:48 am

די אגודה אין נוי יארק פלאנט א גרויסע "נישט-דעמאנסטראציע" קומענדיגע וואך זונטאג "אין מאנהעטן", קעגן די גיוס פלענער און קעגן דאס שניידן געלט פון ישיבות.

לויט ווי זיי שרייבן היינט אין המודיע, פלאנען זיי נישט קיין פראטעסט קעגן די מדינה (ח"ו), און בכלל נישט קיין מעסעדש צו די אמעריקאנע גאס, נאר זיך אליינס מעורר זיין און קלאר מאכן פארן ציבור די דעטאלן פון די גזירות פון די נייע רעגירונג.

בלייבט איבער צו פרעגן, פארוואס דאס גייט זיין אין מאנהעטן.

ישיבה ווארלד

שהחרדים יתגייסו ויעבדו כי בברוקלין כולם עובדים

דינסטאג אפריל 16, 2013 12:52 pm

שר האוצר יאיר לפיד איז מחייב די ישראלים צו גיין ארבעטן, ווייל דא ארבעט מען
גם שהחרדים יתגייסו ויעבדו כי בברוקלין כולם עובדים, וזה לא הופך אותם לפחות יהודים
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=53352

ער מיינט אונז, אדער אז די משולחים קענען ארבעטן ווען זיי זענען דאהי זאלן זיי ארבעטן ווען זיי זענען דארט אויך?..

דינסטאג אפריל 16, 2013 10:06 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:די אגודה אין נוי יארק פלאנט א גרויסע "נישט-דעמאנסטראציע" קומענדיגע וואך זונטאג "אין מאנהעטן", ..........

געקענסעלט!
(ישיבה וועלט)
Some speculate that the reason for cancellation was because of the Boston terror attack, while our sources in Eretz Yisroel tell YWN that Maran Hagon Harav Aharon Leib Shteinman Shlita was against it.

Still, there are others who tell YWN that there was a strong difference of opinion among Gedolim in America if Satmar should be allowed to participate – in light of the recent comments made by the Satmar Rebbe of Kiryas Yoel, that the drafting of Yeshiv Bochrim to the army is worse than the Holocaust.
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אפריל 16, 2013 10:09 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג אפריל 16, 2013 10:09 pm

איך גלייב שווער אז סאטמאר וואלט זיך צוגעשטעלט צו א דעמאנסטראציע וואס איז אויך געצילט מוחה צו זיין אקעגן דאס שניידן פון די בני תורה געלטער.

דינסטאג אפריל 16, 2013 10:09 pm

אנדערע גירסא. (מצב)

Speculation has surfaced connecting the possible cancellation or postponement of the tefillah gathering to the bombing yesterday in Boston, Massachusetts, but a source tells Matzav.com that the Boston tragedy aside, the event simply failed to gained the traction initially expected by some.

Furthermore, rumors that gedolei Eretz Yisroel’s opposition to the asifa were the cause of the cancellation are false, we are told. Rather, the asifa arrangements disintegrated on these shores, with gedolim giving the final approval to cancel it earlier this evening.

דינסטאג אפריל 16, 2013 10:23 pm

לכאורה האט געשריבן:איך גלייב שווער אז סאטמאר וואלט זיך צוגעשטעלט צו א דעמאנסטראציע וואס איז אויך געצילט מוחה צו זיין אקעגן דאס שניידן פון די בני תורה געלטער.

כאפסט נישט? ס'קומט אויס אז באמת וואלטן זיי געוואלט מאכן אן אסיפה, נאר וועגן סאטמאר איז עס געקענסעלט, סאטמאר איז פזוט זולדיג פאר זייער קענסעלן. דאס אלעס.

מיטוואך אפריל 17, 2013 10:42 am

עס איז געקענסלט געווארן ווייל די "אגודה" האט עס פארופן (אויף א ריין-ציוניסטישער "אגודה-סטייל"), אן קיין שום מיטארבעט פון סיי וועלכע גדול.

(די איינציגסטע אונטערגעשריבנע זענען דערווייל געווען די וויזניצע רבי פון מאנסי, דער סקולענער רבי שליט"א, און ראחמסטריווקא רבי פון ב"פ)

מיטוואך אפריל 17, 2013 11:12 am

לויט מיין אינפערמאציע האט עס וויצניצער רבי שליט״א פון מאנסי שטארק מחזק געווען,
ווי איך האב פארשטאנענן פון די איזרעלישע בלאגס האט עס רחוב חזון איש 5 מבטל געווען.

מיטוואך אפריל 17, 2013 11:22 am

'הפלס' דמיונות..
שרייב א תגובה

Advertisement