'די צייטונג' אינגאנצן איבערגעפרישט

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 1:38 pm

ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

פאנדיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 12:32 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאנדיט » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 6:29 pm

איר קענט דורכבליקן די צייטונג
קליפ און קלאר האט געשריבן:קען איינער ביטע ארויפשטעלן א בילד פון די פראנט פעידזש?


דא האסטו עס יעדע וואך
אז דו פאלסט אריין אין מיין בלאג, און האסט הנאה, קענסטו מיך באלוינען מיט שטיצן די אדווערטייזערס אויף'ן בלאג.

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 7:28 pm

ליינער האט געשריבן:ער האט אנגעפאנגען צו ווידמען 2 בלעטער פאר קאלערדיגע אידישע בילדער


פארפאלן די צייטונג האט עפעס וואס דער בלאט און דער איד האבן נישט, ער קאווערט יעדן די וואך ביידע סאטמאר, באבוב, בעלז
און אלעס אזוי שיין און איידל - און אין בלויז 2 זייטן צום באוואודערן!
ווי זאגט דאס ווערטל "שרייבן דארף מען קענען."

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 8:58 pm

אפשר קאן איינער באוויליגן צו אפלאודן דעם ערשטן זייטל? איך קען נישט אריין פון מיין
אזשעניצע
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 9:03 pm

עס איז נישט נאר די ערשטע זייטל עס האט די גאנצע זאך
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 9:08 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 9:07 pm

יוראפ האט געשריבן:עס איז נישט נאר די ערשטע זייטל עס איז די גאנצע זאך

קוק איבער, ס'איז בלויז געציילטע בלעטער מיט אסאך אדווערטייזמענטס.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 9:09 pm

שמערי בערי האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:עס איז נישט נאר די ערשטע זייטל עס איז די גאנצע זאך

קוק איבער, ס'איז בלויז געציילטע בלעטער מיט אסאך אדווערטייזמענטס.

אנטשולדיגט כ'האב עס נאכדעם באמערקט, כ'האב עס געוואלט פאררעכטן האב איך געזעהן אז דו האסט שוין מעורר געווען האב איך עס געלאזט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 9:11 pm

יואל ווייס האט געשריבן:אפשר קאן איינער באוויליגן צו אפלאודן דעם ערשטן זייטל? איך קען נישט אריין פון מיין
אזשעניצע

דא האסטו עס אין BW
צוגעלייגטע
1.pdf
(186.2 KiB) דאונלאודעד 321 מאל

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 11:04 pm

ישר כח יוראפ
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 11:12 pm

נישטא פארוואס

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג פאברואר 10, 2012 12:29 am

איך כאפ אינגאנצן נישט וואס דא טיצעך, געהערט נאך די צייטונג פאר אלבערט פריעדמאן? אויב יא, דאן ווער שטייט אונטער די טוישונגען יעדע פאר וואכן? אויב נישט, פאר וועמען געהערט דאס, און ווער טרייט דא עפעס צו מאכן מיט דעם. און אויב נישט, ארבעט ער נאך דארט, אין וועלכן קאפאציטעט? אלס רעדאקטאר, מענעדשער, שרייבער?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » פרייטאג פאברואר 10, 2012 7:03 am

די צייטונג באלאנגט היינט צוטאגס פאר גרויזאמער וועלכער האט דאס אפגעקויפט נאכדעם וואס צום זאך האט איבערגענומען די 'עמי' מאגאזין.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג פאברואר 10, 2012 8:26 am

יואל ווייס האט געשריבן:די צייטונג באלאנגט היינט צוטאגס פאר גרויזאמער וועלכער האט דאס אפגעקויפט נאכדעם וואס צום זאך האט איבערגענומען די 'עמי' מאגאזין.

;l;p-

טהור, עס געהערט נאך פאר אלבערטן.

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » פרייטאג פאברואר 10, 2012 9:14 am

יקוםפרקן האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:ער האט אנגעפאנגען צו ווידמען 2 בלעטער פאר קאלערדיגע אידישע בילדער


פארפאלן די צייטונג האט עפעס וואס דער בלאט און דער איד האבן נישט, ער קאווערט יעדן די וואך ביידע סאטמאר, באבוב, בעלז
און אלעס אזוי שיין און איידל - און אין בלויז 2 זייטן צום באוואודערן!
ווי זאגט דאס ווערטל "שרייבן דארף מען קענען."

איך מיין אז דעס וועט עם נאר פארטרייבן מענטשן יעדער וויל נאר זען זיינס ער וועט ענדערש נישט זעען פין זיין זייט ווי איידער צי זען פונעם אנדערן
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג פאברואר 10, 2012 11:39 am

מיינסט צו זאגן בהמות, איא?

געווענליך מענטשן קענען פארדייען נייעס פון אנדערע
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » זונטאג פאברואר 12, 2012 1:53 pm

שנאפס האט געשריבן:מיינסט צו זאגן בהמות, איא?

געווענליך מענטשן קענען פארדייען נייעס פון אנדערע


אביסל צו א שארפער פליטת הקולמוס, לאמיר עס אנדערש זאגן.
די וועלכע ווילן נאר זען און הערן זיין צד, די האבן מן הסתם קיינמאל נישט געקויפט די צייטונג, וועלכער איז אלס געווען מער ליבעראל (אפען) ווי די אנדערע אויסגאבעס.

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » זונטאג פאברואר 12, 2012 2:38 pm

אפשר איז דיין גדר בעסער אבער איך וואלט ציגעלייגט אז זיי האבן שוין לאנג צוריק אויפגעהערט צי קויפן די נייעס באריכט אבער ס'קען זיין אז די מענטשן (עכ"פ אזוי קיקן זיי אויס...) ווען די שרייבסט איז איין זאך אבער בילדער איז מער ממילא קען זיין אז ס'גייט פארטרייבן נאך פון די אזוי געריפענע מענטשן
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך פאברואר 15, 2012 7:48 pm

די נייע אויסקוק האט פארשידענע מעלות און חסרונות. אבער בעיקר ווארט איך אז ער זאל צוריקשטעלן די ארטיקל פון "נייעס פון אייראפע".

"דאס" איז געווען די הויפט אורזאך פארוואס איך האב בכלל אנגעהויבן צו לעזן "די צייטונג". קאלירטע בילדער וועלן מיר נאר אוועקנעמען דעם אפעטיט פון עס אנקוקן.

פאנדיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 12:32 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאנדיט » מיטוואך פאברואר 15, 2012 9:45 pm

כ'האב היינט איבערגעבליקט. מיך מאכט נערוועז די נייעס אויסלאגע. עס זעט אויס די שורות זייער צושפרייט און שיטער. מעגליך אז ער וויל שפארן אויף שרייבערס. בכלל איז עס מצטמק והולך, און אין די עיקר צייטונג די ערשטע בלעטער איז בלויז נייעס פון די אידישע וועלט. כ'האב נישט געזען קיין אנדערע נייעס.
מ'האט געזאגט אז מען וויל הערן, זאג איך.
אז דו פאלסט אריין אין מיין בלאג, און האסט הנאה, קענסטו מיך באלוינען מיט שטיצן די אדווערטייזערס אויף'ן בלאג.

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

"די צייטונג" רעאגירט - וואס מיר זאגן!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך פאברואר 15, 2012 9:58 pm

כ'האב אריינגעשיט מיינע הערות פריער אין דעם אשכול מיט א לינק אהער אין קרעטשמע צום חשוב'ן רעדאקטער שיחי',
וועלכער האט זיך גענומען די מיה און מיר צוריק געשריבן אנטווארט, דער תוכן פון זיין תשובה (איבערגעזעצט):

א דאנק פאר'ן אריינשיקן די הערות - ווייל איך נעם נישט אנטייל אין פורמס וכדומה, אבער איך אפרישיעיט יעדע פידבעק.

דאס איז די אייגענארטיגקייט פון די צייטונג במשך די העכער 20 יאר פון איר עקזיסטענץ צו רעספעקטירן און זיך רעכענען מיט די געטרייע ליינער, מיר גלויבן אז אינטעליגענטע דיסקאשענס גייט 2 וועגן, און דער ציהל איז צו סערווירן די ליינער און זיי גיבן וואס זיי ווילן זעהן.

און מענטשן ווייסן טאקע אז מען קען מיך אנרופען און איך רופט שטענדיג צוריק, און מיר באקומען גאר אסאך הערות פערזענליך, דורכ'ן טעל. פאקס און אימעיל.

ומכל מלמדי השכלתי.

(אונטערגעשריבן)
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:16 am

דאס טייטש אז ער האט עס געליינט. חייקל, דאס הייסט געטון צו די זאך, נישט סתם געשריבן אין די וועלט אריין. לאמיר האפן אז דיינע ווערטער זאלן אויפטון אויך.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 2:22 pm

יא, עס איז אמת און פאר מיר איז דאס א מעלה מער ווי פילע מעלות וואס א צייטונג קען האבן, נעמליך, זיך רעכענען מיט די ליינער!!

און בנוגע וואס בעטן אז מ'זאל לייגן מער בילדער, קען זיין אז א טייל ווילן דאס, אבער איך בין דווקא פון די וואס אינטערעסירט מיר גאר קנאפ בילדער פון חסידישע הויפן, אפשר אזא איידיע ווי דער בלאט האט געמאכט, וואס האט אביסל חסידישע בילדער און רוב וועלטליכע בילדער איז פאר מיר אינטערעסאנט, אבער בכלל נישט קיין מוז, און וועל ענדערש קוקן אויפן תוכן פון די ארטיקלען בכלליות.

נאך א זאך אויב מ'האלט שוין די פענע איבער 'די צייטונג'. איך האלט אז זיי האבן צופיל השקפה ארטיקלען וואס איך האלט נישט אז השקפה איז אזאנס וואס דארף גענומען ווערן פון צייטונגען, און מיר איז עס בלויז ארויסגעווארפענע פאפיר...

יישר כח פארן זיך רעכענען מיט מיינע געדאנקען.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 3:29 pm

אךשמח האט געשריבן:נאך א זאך אויב מ'האלט שוין די פענע איבער 'די צייטונג'. איך האלט אז זיי האבן צופיל השקפה ארטיקלען וואס איך האלט נישט אז השקפה איז אזאנס וואס דארף גענומען ווערן פון צייטונגען, און מיר איז עס בלויז ארויסגעווארפענע פאפיר...

יישר כח פארן זיך רעכענען מיט מיינע געדאנקען.


איך שטים מיט מיט דיינע ווערטער. איך בין שוין מאוס ונמאס, צב"ש, צו לייענען די "ליבשאפט/ חינוך" ארטיקלען וואך איין וואך אויס. שוין יארן וואס דער שרייבער (א. שרייבער?) קייעט איבער די זעלבע תורות. איך גיי אפילו נישט אריין דא צו יא גערעכט אדער נישט, אבער יעדע זאך האט א שיעור.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 1:15 pm

זיי האבן מיר געפאלגט!

די וואך זעה איך זיי האבן געלייגט נייערע אותיות פאר די קעפלעך, סיי די גרויסע (אויבן אויפן בלאט) און סיי די קלענערע (העדליינס בעפאר יעדע נייעסל). עס קוקט אויס בעסער צוביסלעך.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 1:50 pm

איך לייג גרויס האפענונג אויף די שינויים און כ'ציטער געפערליך אויב זיי וועלן איין טאג אפמאכן צו נעמען דעם דרך אין וואס אנדערע היימישע צייטונגען זענען געגאנגען און אראפגיין אויף א נידריגערע לעוועל.

עס איז שוין דאכט זיך דא אויסגעשמועסט געווארן איבער דעם פראבלעם וואס א געוויסער צייטונג האט עס אנגעהויבן און פירט נאך אלס דעם היימישן עולם, מיט דעם וואס זיי זענען אויף א גאר שוואכער שטאפל און האלטן דעם עולם אלס א באנדע בטלנים.

איך וויל נישט אריינגיין דערין, ווייל אין דעם פורום קען דאס זיין אסור ערגער ווי חזיר, אבער ווי עס זעט אויס טוט דאס גאר שטארק בעקפייערן. און טאקע מעגליך אז נישט יעדער זעט עס, אבער אלס איינער וואס האט עקספיריענט אין דעם עדווערטייזינג פעלד און הערט וואס געשעפטסלייט רעדן זיך אפ איבער דעם ענין פון עדווערטייזן אין היימישע בלעטער, זעט מען אז ס'דא גאנץ ווינציג היימישע אידן וואס ליינען נאך די צייטונגען.

כאפט מיר נישט ביים ווארט, און אוודאי וועט מען אנווייזן אז אויך די ניו יארק טיימס און פילע אנדערע פארלירן קונים און אויך זענען דא וואס האבן שוין לאנג פארמאכט צוליב דעם וואס מען ליינט אויף אנדערע מקומות, אבער ביים היימישן עולם וואלט עס נאך אלס געדארפט אנהאלטן און וואקסן אויף א גאר שטארקען פארנעם, ווייל נאך אלעס געבן די היימישע צייטונגען פארשידנס וואס מען האט נישט תמיד אויפן אינטערנעט.

עניוועי, איך האק אפ אינמיטן און וועל אפשר ממשיך זיין שפעטער אויב כ'וועל האבן געדולד........


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט