ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג יולי 23, 2019 10:46 am

יהלום האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט דער סעיף וואס מען האט געטראפען און ביהכ"נ אנשי אמת?

דערווייל איז נישט געווען באריכטעט אז מ'זאל שוין דאס האבן געעפנט. עס איז זייער מעגליך, אויב זיי וועלן טרעפן עפעס נייעס-ווערד, אז עס וועט נעמען צייט ביז עס וועט ווערן באריכטעט. עס קוקט נישט אז זיי זוכן עקסטרע עפענטליכע און מידיע אויפמערקזאמקייט.

ווי עס איז יעצט באקאנט איז די סעיף שוין געפונען געווארן א צאל וואכן פאר די אנגעגעבענע צייט און עס איז נאר באקאנט געווארן נאכדעם וואס עס האט גענומען אזא לאנגע צייט צו עפענען דעם סעיף און עטליכע פון די קהילה האבן אנגעהויבן שרייבן און שפעקולירן אויף די אינטערנעט וואס עס קען מעגליך זיין איר אינהאלט.

דאס איז וואס געווען באריכטעט ביז יעצט. די סעיף איז געפונען געווארן דורך אן ארבייטער Jack Bellavia פון די פירמע Bulley & Andrews Development וואס טוט יעצט אדורכפירן דארט עטליכע גרויסע פראיעקטן. דער 'דזשעק בעלאוויע' האט געהאלטן אינמיטן גראבן אינעם אנשי אמת פארקינג-לאט צו אינסטאלירן א נייע אפלויף-רער. גראבענדיג ביי א טיפקייט פון זעקס צו אכט פיס האט ער זיך אנגעשטויסן אין א מאדנע גרויסע אייזענעם אביעקט. נאכן עס ארויסציען און אפרייניגען האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין דאס וואס מ'ווייסט יעצט אלס אן אלטע מיסטריעזע סעיף.

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דינסטאג יולי 23, 2019 11:17 am

בענקעל האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט דער סעיף וואס מען האט געטראפען און ביהכ"נ אנשי אמת?

דערווייל איז נישט געווען באריכטעט אז מ'זאל שוין דאס האבן געעפנט. עס איז זייער מעגליך, אויב זיי וועלן טרעפן עפעס נייעס-ווערד, אז עס וועט נעמען צייט ביז עס וועט ווערן באריכטעט. עס קוקט נישט אז זיי זוכן עקסטרע עפענטליכע און מידיע אויפמערקזאמקייט.

ווי עס איז יעצט באקאנט איז די סעיף שוין געפונען געווארן א צאל וואכן פאר די אנגעגעבענע צייט און עס איז נאר באקאנט געווארן נאכדעם וואס עס האט גענומען אזא לאנגע צייט צו עפענען דעם סעיף און עטליכע פון די קהילה האבן אנגעהויבן שרייבן און שפעקולירן אויף די אינטערנעט וואס עס קען מעגליך זיין איר אינהאלט.

דאס איז וואס געווען באריכטעט ביז יעצט. די סעיף איז געפונען געווארן דורך אן ארבייטער Jack Bellavia פון די פירמע Bulley & Andrews Development וואס טוט יעצט אדורכפירן דארט עטליכע גרויסע פראיעקטן. דער 'דזשעק בעלאוויע' האט געהאלטן אינמיטן גראבן אינעם אנשי אמת פארקינג-לאט צו אינסטאלירן א נייע אפלויף-רער. גראבענדיג ביי א טיפקייט פון זעקס צו אכט פיס האט ער זיך אנגעשטויסן אין א מאדנע גרויסע אייזענעם אביעקט. נאכן עס ארויסציען און אפרייניגען האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין דאס וואס מ'ווייסט יעצט אלס אן אלטע מיסטריעזע סעיף.

דער jack קען עפעס האבן לעגאלע רעכטן דאס צו קלעמן?

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג יולי 23, 2019 11:23 am

קלאר אז נישט. אלע זאגן אז דאס באלאנגט פאר די אנשי אמת קהילה, זינט דאס געפונען געווארן אויף זייער שטח.

דאס איז די אריינגאנג צו די פארקינג-לאט
https://mapstreetview.com/#oz5v9_-1g6mfh_4n_f_-7i38

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג יולי 29, 2019 1:43 pm

עס איז נארוואס ערשינען א הערליכע בוך אין ענגליש איבער ארכעאלאגישע געפינסן וואס ווארפן א ליכט אויף ספר ירמי', דער מחבר איז הרב יהודה לנדי וואס האט אויך ארויסגעגעבן דעם ספר ויהי בימי האימפריה הפרסית און אין ענגליש Purim and the Persian Empire.

Uncovering Sefer Yirmiyahu: An Archaeological, Geographical, Historical Perspective
צוגעלייגטע
51wYj8yKhKL._SX368_BO1,204,203,200_.jpg
51wYj8yKhKL._SX368_BO1,204,203,200_.jpg (42.61 KiB) געזעהן 648 מאל

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג יולי 29, 2019 1:50 pm

פארשער האט געשריבן:עס איז נארוואס ערשינען א הערליכע בוך אין ענגליש איבער ארכעאלאגישע געפינסן וואס ווארפן א ליכט אויף ספר ירמי', דער מחבר איז הרב יהודה לנדי וואס האט אויך ארויסגעגעבן דעם ספר ויהי בימי האימפריה הפרסית און אין ענגליש Purim and the Persian Empire.

Uncovering Sefer Yirmiyahu: An Archaeological, Geographical, Historical Perspective


דאכט זיך מיר אז אויף לשון הקודש האט ער שוין לאנג געהאט א באשרייבאכטס אויף ירמי׳
איז דאס א נייער חיבור אדער אן ענגלישער איבערטייטש און אפשר אפילו מיט הוספות ?

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג יולי 29, 2019 2:16 pm

איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז שוין דא אויף לשה"ק, יעצט זע איך אז ס'איז שוין דא אין לשה"ק מיט'ן נאמען 'ואלה דברי ימי ירמיהו'. ווייס איך נישט צי עס האט הוספות.

מי כעמך
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » מאנטאג יולי 29, 2019 3:33 pm

די ספר אויף לשה''ק איז א הערליכע ארבעט ס'געבט א גאר קלארע בליק אויף די גאנצע תקופה.
איין זאך וואס ס'וואונדערט מיך אז ער נעמט אן מיט א פשטות אזוי ווי געוויסע פארשער אז עיר דוד געפינט זיך אין מזרח ירושלים נעבן הר הבית וואס איז לכאורה נישט ריכטיג און איז אנדערש ווי עס איז מקובל פון ארי הקדוש

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 3:28 pm

בענקעל האט געשריבן:
Anshei emet safe .jpg
א גרויסע שווערע רונדיגע סעיף געשאצט צו זיין הונדערט יאהר אלט מיט א וואג פון 3000 פונט איז געפונען געווארן פאר צוויי וואכן צוריק באגראבן אין א ווינקל אין די פארקינג-לאט פונעם 'בית הכנסת אנשי אמת' אין לעיקוויאו שיקאגא ווען פלאמבערס האבן דארט געגראבן אלס טייל פון א גרויסע בוי פראיעקט אויפן בית הכנסת. שוין צוויי וואכן וואס מ'פרובירט אויף פארשידענע מיטלן צו עפענען דעם סעיף צו זעהן איהר היסטארישע אינהאלט. עטליכע קאוד-ברעכער האבן שוין פרובירט צו עפענען די ראסטיגע שלאס. אנדערע האבן פרובירט צו דורך בויערן איהר 18 אינטשיגע דיקע טיהר, אבער דערווייל אן ערפאלג. די פרייז צו עפענען דעם סעיף קען אפקאסטן ביז צען טויזנט דאלאר.
20190711_181751.jpg

עס איז געפלאנט אין די קומענדע וואכן צו דורך בויערן איהר דיקע אייזן און אריינציען א עלעקטראנישע אויגעלע און אריינקוקן אינווייניג צו זעהן אויב עס אינהאלט עפעס ווערטפול אז עס זאל זיך לוינען דאס צו אויפברעכן פאר די פרייז. דערווייל איז די גאנצע עקזיסטענץ פון די סעיף אין בית הכנסת 'אנשי אמת' א מיסטעריע.
190711_173306.jpg

די אנשי אמת קהילה איז געגרינדעט געווארן אין 1873. אויף זייער יעצטיגע לאקאציע זענען זיי פון 1929.

זיי דארפן נאר רופן א שמש פון סיי וועלכע שוהל. ער וועט עס שוין עפענען אן די אלע קלאפער-געצייג


וואס גייט פאר ??


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”