ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

ארכעאלאגן געפונען "בקע" וואָגשטיין פון זמן בית ראשון

תגובהדורך גאפל » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 6:33 pm

ארכעאלאגן וועלכע נישטערן דורך זאמד וועלכע איז אוועקגעפירט געווארן פונעם הר הבית, האבן געפונען צווישן די זאמד און אפפאל א שטיין וועלכע איז גענוצט געווארן צו וועגן דעם מחצית השקל אין די צייט פונעם ערשטן בית המקדש. א גאר זעלטענע געפונס, וויבאלד עס זענען נישט דא קיין סאך איבערבלייבענישן פונעם ערשטן בית המקדש.

דער קליינער שטיין האט איינגעקריצט דאס ווארט "בקע" אויף זיך אינעם כתב עברי, וואס מען האט זיך באנוצט אין די תקופה. דער שטיין איז וואשיינליך גענוצט געווארן צו אפוועגן א מחצית השקל אין די צייט וואס עס זענען נאכנישט געווען קיין מטבעות אזוי ווי אין די זמן בית שני.
IMG_20181121_182958_210.jpg
IMG_20181121_182958_210.jpg (34.63 KiB) געזעהן 982 מאל

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 8:00 pm

גאפל האט געשריבן:ארכעאלאגן וועלכע נישטערן דורך זאמד וועלכע איז אוועקגעפירט געווארן פונעם הר הבית, האבן געפונען צווישן די זאמד און אפפאל א שטיין וועלכע איז גענוצט געווארן צו וועגן דעם מחצית השקל אין די צייט פונעם ערשטן בית המקדש. א גאר זעלטענע געפונס, וויבאלד עס זענען נישט דא קיין סאך איבערבלייבענישן פונעם ערשטן בית המקדש.

דער קליינער שטיין האט איינגעקריצט דאס ווארט "בקע" אויף זיך אינעם כתב עברי, וואס מען האט זיך באנוצט אין די תקופה. דער שטיין איז וואשיינליך גענוצט געווארן צו אפוועגן א מחצית השקל אין די צייט וואס עס זענען נאכנישט געווען קיין מטבעות אזוי ווי אין די זמן בית שני.
IMG_20181121_182958_210.jpg


די חשיבות איז אויך אז מ'וועט קענען וויסן וויפיל א מחצית השקל וועגט.
דאס קען העלפן לגבי מברר זיין ספקות בהלכות שיעורים.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

פראהביטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 8:12 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:ארכעאלאגן וועלכע נישטערן דורך זאמד וועלכע איז אוועקגעפירט געווארן פונעם הר הבית, האבן געפונען צווישן די זאמד און אפפאל א שטיין וועלכע איז גענוצט געווארן צו וועגן דעם מחצית השקל אין די צייט פונעם ערשטן בית המקדש. א גאר זעלטענע געפונס, וויבאלד עס זענען נישט דא קיין סאך איבערבלייבענישן פונעם ערשטן בית המקדש.

דער קליינער שטיין האט איינגעקריצט דאס ווארט "בקע" אויף זיך אינעם כתב עברי, וואס מען האט זיך באנוצט אין די תקופה. דער שטיין איז וואשיינליך גענוצט געווארן צו אפוועגן א מחצית השקל אין די צייט וואס עס זענען נאכנישט געווען קיין מטבעות אזוי ווי אין די זמן בית שני.
IMG_20181121_182958_210.jpg


די חשיבות איז אויך אז מ'וועט קענען וויסן וויפיל א מחצית השקל וועגט.
דאס קען העלפן לגבי מברר זיין ספקות בהלכות שיעורים.


די וואג קען זיך נישט טוישן? א בחינה ווי מען לייגט עס אריין זאלץ..

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:06 pm

און איזעס בכלל געבליבן הונדערט פראצענט גאנץ נאך אזויפיל יארן??

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:33 pm

און צו איז דען זעכער אז מפלעגט וועגן מיט דעם?
ארכעלאגיע ווייסט דען אלעס וואס זיי רעדן?

ס'דערמאנט מיר אז ממש אפאר וואכן צוריק זעץ איך מיר אריין אין קאר צינדט זיך אן די ראדיא
זאגט דארט איינער קלאר אז מהאט געטראפן די עלטסטע מענטשליכע שריפט ערגעץ אין א הייל
און מהאט קלאר פעסגעשטעלט אז סאיז שוין בערך 50 אדער 60 טויזענט יאר אלט.....
כאכאכא האבן זיך די ..... צולאכט

nmi
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 11:08 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:ארכעאלאגן וועלכע נישטערן דורך זאמד וועלכע איז אוועקגעפירט געווארן פונעם הר הבית, האבן געפונען צווישן די זאמד און אפפאל א שטיין וועלכע איז גענוצט געווארן צו וועגן דעם מחצית השקל אין די צייט פונעם ערשטן בית המקדש. א גאר זעלטענע געפונס, וויבאלד עס זענען נישט דא קיין סאך איבערבלייבענישן פונעם ערשטן בית המקדש.

דער קליינער שטיין האט איינגעקריצט דאס ווארט "בקע" אויף זיך אינעם כתב עברי, וואס מען האט זיך באנוצט אין די תקופה. דער שטיין איז וואשיינליך גענוצט געווארן צו אפוועגן א מחצית השקל אין די צייט וואס עס זענען נאכנישט געווען קיין מטבעות אזוי ווי אין די זמן בית שני.
IMG_20181121_182958_210.jpg


די חשיבות איז אויך אז מ'וועט קענען וויסן וויפיל א מחצית השקל וועגט.
דאס קען העלפן לגבי מברר זיין ספקות בהלכות שיעורים.

אפילו מווייסט אז ס'איז נאך פינקטליך די זעלבע סייז פון דעמאלץ טוישט עס גארנישט אין די הלכה

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 12:27 pm

nmi האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:ארכעאלאגן וועלכע נישטערן דורך זאמד וועלכע איז אוועקגעפירט געווארן פונעם הר הבית, האבן געפונען צווישן די זאמד און אפפאל א שטיין וועלכע איז גענוצט געווארן צו וועגן דעם מחצית השקל אין די צייט פונעם ערשטן בית המקדש. א גאר זעלטענע געפונס, וויבאלד עס זענען נישט דא קיין סאך איבערבלייבענישן פונעם ערשטן בית המקדש.

דער קליינער שטיין האט איינגעקריצט דאס ווארט "בקע" אויף זיך אינעם כתב עברי, וואס מען האט זיך באנוצט אין די תקופה. דער שטיין איז וואשיינליך גענוצט געווארן צו אפוועגן א מחצית השקל אין די צייט וואס עס זענען נאכנישט געווען קיין מטבעות אזוי ווי אין די זמן בית שני.
IMG_20181121_182958_210.jpg


די חשיבות איז אויך אז מ'וועט קענען וויסן וויפיל א מחצית השקל וועגט.
דאס קען העלפן לגבי מברר זיין ספקות בהלכות שיעורים.

אפילו מווייסט אז ס'איז נאך פינקטליך די זעלבע סייז פון דעמאלץ טוישט עס גארנישט אין די הלכה


מזמן בית שני טרעפט מען סלעים וואס שטימען לויטן חשבון השקל סיי לויט שיטת רש׳׳י און סיי לויט שיטת הרמב׳׳ן ווענד זיך פון וועלכע תקופה

אוועטאר
נתן אייזיקסאן
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 9:29 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך נתן אייזיקסאן » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 2:24 pm

גאפל האט געשריבן:ארכעאלאגן וועלכע נישטערן דורך זאמד וועלכע איז אוועקגעפירט געווארן פונעם הר הבית, האבן געפונען צווישן די זאמד און אפפאל א שטיין וועלכע איז גענוצט געווארן צו וועגן דעם מחצית השקל אין די צייט פונעם ערשטן בית המקדש. א גאר זעלטענע געפונס, וויבאלד עס זענען נישט דא קיין סאך איבערבלייבענישן פונעם ערשטן בית המקדש.

דער קליינער שטיין האט איינגעקריצט דאס ווארט "בקע" אויף זיך אינעם כתב עברי, וואס מען האט זיך באנוצט אין די תקופה. דער שטיין איז וואשיינליך גענוצט געווארן צו אפוועגן א מחצית השקל אין די צייט וואס עס זענען נאכנישט געווען קיין מטבעות אזוי ווי אין די זמן בית שני.
IMG_20181121_182958_210.jpg

מקור: אידישע נייעס

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 6:15 pm

נתן אייזיקסאן האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:ארכעאלאגן וועלכע נישטערן דורך זאמד וועלכע איז אוועקגעפירט געווארן פונעם הר הבית, האבן געפונען צווישן די זאמד און אפפאל א שטיין וועלכע איז גענוצט געווארן צו וועגן דעם מחצית השקל אין די צייט פונעם ערשטן בית המקדש. א גאר זעלטענע געפונס, וויבאלד עס זענען נישט דא קיין סאך איבערבלייבענישן פונעם ערשטן בית המקדש.

דער קליינער שטיין האט איינגעקריצט דאס ווארט "בקע" אויף זיך אינעם כתב עברי, וואס מען האט זיך באנוצט אין די תקופה. דער שטיין איז וואשיינליך גענוצט געווארן צו אפוועגן א מחצית השקל אין די צייט וואס עס זענען נאכנישט געווען קיין מטבעות אזוי ווי אין די זמן בית שני.
IMG_20181121_182958_210.jpg

מקור: אידישע נייעס

גראדע שטייט עס אויפן בילד.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

אנדעקטע היילן, אינהאלט מעגליך נאך מגילות ים המלח

תגובהדורך בענקעל » זונטאג דעצמבער 02, 2018 12:04 pm

ארכעאלאגען האבן לעצטנס אנדעקט נאך צוויי מערות נעבן 'קומראן' וואס טוט מעגליך באהאלטן אין זיך נאך פון די אזוי גערופענע 'מגילות ים המלח'. די מערה געפינט זיך נעבן מערה יב, וואס ווערט באצייכנט מיט די נומער 'מערה 53 א', וואס איז אנדעקט געווארן די פארגאנגענע יאהר וואו מען האט נאר געטראפן באווייזן אז די מערה איז שוין פריער געווארן געפלונדערט דורך די בעדואינער און האט אנהאלטן אין זיך מגילות, אבער קיין געשריבענע מגילות האט מען נישט געפונען.

אין די ניי אנדעקטע מערה 53 ב', זעהט מען קלאר אז דאס איז אין פארגאנגענהייט שוין באזוכט געווארן און געפלונדערט געווארן. פון די זאכן וואס מען האט געפונען איז אן אויל לאמפ ביים אריינגאנג צו די מערה וואס איז ענליך צו די וואס מען האט געפונען אין די קומראן היילן. אינווייניג איז געווען א בראנזע קוך-טאָפ, און א גרויסע הויפן פון צובראכענע כלים, ווי קליינע פלעשער, כוסות און קוך-טעפ. אויך האט מען געפונען געוועבטע סחורות, געפלאכטענע שטריק און בענדלעך ענליך צו דאס פון מערה 12,

אין מערה 53 ג', האט מען געפונען א פראגמאנט פון א קרוגל אין וואס מ'פלעגט האלטן מגילות, וואס ווייזט אויף די מעגליכקייט אז עס האבן זיך געפונען דא פון די זעלטענע היסטארישע מגילות.

די יעצטיגע אנדעקטע מערות 53 ב' און 53 ג', האלט מען אינמיטן אויספארשן. ארכעאלאגען האפן צו געפינען מגילות גראבענדיג טיפער אין די היילן דארט וואו די בעדואינער האבן האפענטליך נאכנישט באזוכט.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

מערת אבה הכהן בירושלים

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:13 am

1024px--_כניסה_למערת_אבה_Abba_burial.jpg
1024px--_כניסה_למערת_אבה_Abba_burial.jpg (202.81 KiB) געזעהן 358 מאל

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 11:32 am

אין די הויף פון די הויז פון משפחת 'דילהרוזה' אין ירושלים צווישן רחוב ששת הימים און רחוב מדבר סיני, איז געפונען געווארן אין אנהייב תשל"א א טיפע הייל מיט צוויי צימערן, א קליין עפענונג צוטיילט צווישן זיי. אינעם ערשטן צימער האט מען געפונען א גלוסקמה דעקארירט מיט בלומען מיט מענטשליכע ביינער. די ביינער זענען געווארן אונטערזוכט און באשטימט אז עס קומט פון א מענטש וואס האט געהאט זיין קאפ אפגעהאקט. אינעם צווייטן צימער האט מען געפונען א טאוול אין די גרויסקייט פון 25 ביי 33 אינטשעס מיט אן איינקריצונג אין כתב עברי עתיק:

אנה אבה בר כהנא א
לעז בר אהרן רבה אנ
ה אבה מעניה מרד
פה די יליד בירושלם
וגלא לבבל ואסק למתת
י בר יהוד וקברתה במ
ערתה דזבנת בגטה


"‬אני אבה בן הכהן אלעזר בן אהרון הגדול, ‪‬אני אבה המעונה הנרדף שנולד בירושלים ‬וגלה‬ לבבל והעלה את מתתיהו בן יהודה וקברתיו במערה שקניתי בשטר".

די טאוול האט מען ארויסגענומען פונעם הייל און געפינט זיך אינעם 'מוזיאן ישראל אין ירושלים.
. .jpg
חדר מערה פנימית
. .jpg (9.62 KiB) געזעהן 346 מאל
עטליכע יאר דערנאך האט דער אייגנעטומער פונעם הויף באמערקט נאך א הייל מיט א גלוסקמה מיט ביינער, אונטער וואו די טאוול איז געווען.

די השערה איז אז א מאן 'אבה כהן' האט געברענגט די ביינער פון מתתיהו בן יהודה קיין ירושלים און אים באגראבן אין די הייל וואס ער האט געקויפט מיט א שטר, אויסקריצענדיג די ווערטער אויפן טאוול און זיך אנגעגרייט זיין קבורה דערנעבן אינעם צווייטן צימער.
, .jpg
_גלוסקמה מתתיהו אנטיגנוס
, .jpg (13.13 KiB) געזעהן 346 מאל
שפעטער ווען אבה כהן איז געשטארבן האט מען איהם באגראבן אינעם צווייטן צימער.

עס איז געשאצט אז די ביינער זענען פון 'מתתיהו אנטיגונוס השני בן יהודה' דער לעצטער מלך חשמונאי, וואס איז געווארן געפאנגען אויפן באפעל פון מרקוס אנטוניוס קיין אנטיוכיה, וואו ער האט אויפן פארלאנג פון הורדוס איהם ערמארדערט דורך אפהאקן זיין קאפ ל"ע.(יסופון קדמוניות היהודים).

אין תש"נ האט אתרא קדישא אין ירושלים צוריקגעלייגט די ביינער אין די הייל און פאמיליע 'דילהרוזה' האט דאס א נאמען געגעבן 'מערת אבה'.
צוגעלייגטע
Maarat_abo.png
הכותבת
Maarat_abo.png (127.19 KiB) געזעהן 346 מאל

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 2:55 pm

יישר כח, זייער אינטערסאנט!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:48 pm

נא_שכל האט געשריבן:יישר כח, זייער אינטערסאנט!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:27 pm

@בענקל כ'האב זייער הנאה צו ליינען דיינע געפינסן, יישר כח


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח און 57 געסט