געשריבן: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 2:33 pm
איז דאס די גרויסע געטשקע וואס האט צוהאקט די אנדערע קליינע אין תרח'ס געשעפט?
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
http://www.ivelt.com/forum/
שטאלצער יוד האט געשריבן:עפעס בין איך דא אומרואיג מיט דעם בילד... אויף'ן חדר באס פלעגן מיר אוועקדרייען די קאפ ווען מ'איז אריבער געפארן א טומאה...באלאנגט עס טאקע דא?
בענקעל האט געשריבן:אָה-וואַ. שמעלקי איז אָן קאל. א זאפטיגע ארטיקל. דאנקע שיין.
שואלכענין האט געשריבן:איז מעגליך ביטע, אנצוצייכענען מיט רינגלעך, וואו מען זעט דא מענטשן? א.א.וו.
איך וואלט געזאגט, אז מען זעט א טייטלבוים שטאם.
שואלכענין האט געשריבן:איז מעגליך ביטע, אנצוצייכענען מיט רינגלעך, וואו מען זעט דא מענטשן? א.א.וו.
איך וואלט געזאגט, אז מען זעט א טייטלבוים שטאם.
בענקעל האט געשריבן:טבריה - מען האט שוין געגראבן לעכער פון 65 פיס טיעף און מען האט שוין אנגעהויבן אריינגיסן די קאנקריט פאר די פאדאמענט צובויען א נייע גרויסע געביידע אין א נייע געגענט אין צפון טבריה. אבער וואו איז די ביטאן...? עס איז פארשוואונדן... אינמיטן אונטערזוכן וואו דאס גאנצע געמויזאכטס איז אהינגעקומען, האבן די ארבייטער אנדעקט א גרויסע הייל וואו אלעס איז דארט אריינגערינען.
די הייל האט אין זיך דריי צימערן מיט נאך קלענערע היילן וואו מען האט אנטדעקט גלוסקמאות מיט גריכישע אויפשריפטן. די גלוסקמאות טרעפט צומאל וואס איז פון די צייטן פון בית שני, ווי שוין עטליכע מאל ערווענט, איז די מקור צו דעם אין מועד קטן א' משנה ה, וואס ווערט גערופן "ליקוט עצמות".
די אויסשטעל פון די הייל צייגט אויף א רייכע פאמיליע וואס האט געוואוינט אין טבריה אדער אין די דערפער ארום. די נעמען האט מען נאכנישט מפנעח געווען. די פארלויפיגע לייענונג צייגט אז א טאטע מיט א זוהן זענען דא געווען באהאלטן.
עס איז אויסגעהאקט פון א ריזיגע שטיין מיט א גרויסע פאדערשטע צימער מיט היילן ארום וואו מען האט באהאלטן די גלוסקמאות, דערנאך איז דא נאך א קלענערע צימער וואו מען האט געפונען די פארלוירענע קאנקריט.
די הייל איז א ספעציעלע געפינס. די מערהייט פון די סארט היילן געפינט מען אין ירושלים, אבער אין טבריה איז דאס זעלטן.
פראהביטש האט געשריבן:וואס טייטש גלוסקמאות?
שואלכענין האט געשריבן:אין מיינע אויגן, איז דאס די גרעסטע ליגנט פון די ארכעאלאגן. זיי דמיונ'ען אויס, וואס עס וואלט געדארפט צייגן, און וואס עס שטימט מיט דעם, נוצן זיי אלס באווייז, און וואס נישט, מאכט מען זיך סתם נישט וויסנדיג.
איך בין נישט אזוי קלוג ווי זיי, און איך קוק פשוט, לויט מיין בליק זעט מען גאנץ אויבן ווי כאילו דאס ווארט LHE, אדער ענליך צו דעם, גיט א קוק אויפן געמאלן בילד, עס מאכט זיך גענצליך נישט וויסנדיג פון יענעם כמו ווארט.
א.א.וו. ביי די גאנצע בילד, וואס מען וויל נוצן, נוצט מען, און וואס נישט, איגנארירט מען...
סתם ליצים.