ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אוקטובער 29, 2017 12:50 pm

בענקעל האט געשריבן:נאך צוויי יאהר פון פארשן די מאסיווער שטיין פון "קשת ווילסאן" אין די מנהרות הכותל ביי צפון זייט פונעם כותל המערבי כדי נאכצוגיין ווי אלט עס איז, זענען ארכילאגן איבעראשט געווארן צו טרעפן אכט מעטער אינטער די ערד א אויסשטעל פון א טעאטער - ווי זיי רופן דאס. ווי אויך, נאך אכט רייעס שטיינער פונעם כותל המערבי.

טייל ארכילאגן זענען ביי דער מיינונג אז דאס איז א רוימישע טעאטאר פון נאכן בית שני. אנדערע זענען ביי די מיינונג אז דאס איז גאר געווען די "מושב הסנהדרין" און צייגן אפילו אן אז עס האט 70 זיץ פלעצער און רונדיכיג אזוי עס שטייט אין די משנה אין מסכת סנהדרין: "סנהדרין הייתה כחצי גורן עגולה כדי שיהו רואין זה את זה".

די סנהדרין איז טאקע געווען אין "לשכת הגזית" אבער - טענה'ן זיי - אז קען זיין אז דאס איז געווען איינע פון די צעהן פלעצער וואו די סנהדרין האט גולה געווען. ווי עס שטייט אין מסכת ראש השנה: "עשר גלויות גלתה הסנהדרין... מלשכת הגזית לחנות מחנות לירושלים מירושלים ליבנה" וכו'.
4255619431.jpeg
F171016YS12-1.jpg

זייער באלערנדע אפהאנדלונג דערוועגן דורכ'ן ספרא רבא הרב י. ירושלמי אין "די צייטונג". אלס מושב סנהדרין גדולה ווערט אוועקגעמאכט אלס צו קליין פאר 70 זיץ-ערטער, אבער ס'קען זיין סנהדרי קטנה פון פתח הר הבית, נישט אויבן ביים לשכת הגזית.
אייגנטליך קען עס זיין פון די "שלש שורות של כ"ג" וועלכע זענען געזיצן פארנט פון סנהדרי גדולה.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

בעת חשיפת מערה

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 10:46 am

ארבייטער ברייטערן אויס א מערה וואס זיי האבן נאר וואס אנטדעקט, מיט קענטליכע שוידער און באגייסטערונג וואס עס האט זיך אנטפלעקט פאר זיי.

זיי געפינען שטיקלעך פון קריגלעך וואס קוקט אויס צו זיין פון בית שני. ווי זיי גייען אריין טיפער, איז פארהאן נאך א מערה.

האפנטלעך איז דאס נישט קיין פלינדערער און זיי ווייסן וואס צו טוהן. מיר ווארטן צו הערן וואס מען האט אלץ דארט געפונען.
https://www.dropbox.com/s/xjl7ae17zvac7 ... 0.mp4?dl=0

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16602
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 11:42 am

האקן און זעצן און תוך כדי דיבור ווייסט מען שוין די גאנצע היסטאריע דערפון
---
שכח בענקל פאר די כסדר'דיגע נייעס און אפדעיטס!

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:49 pm

בענקעל האט געשריבן:האפנטלעך איז דאס נישט קיין פלינדערער און זיי ווייסן וואס צו טוהן. מיר ווארטן צו הערן וואס מען האט אלץ דארט געפונען.

דער וואס גרובט זאגט קלאר אז די מערה האט שוין זוכה געווען צו א וויזיט פון פלינדערער.

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:56 pm

מה זה פלינדערער?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 8:00 pm

טעם וריח האט געשריבן:מה זה פלינדערער?

שודדים

פראהביטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 8:14 pm

טריסקער האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:מה זה פלינדערער?

שודדים


מה זה שודדים?

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 10:19 am

פראהביטש האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:מה זה פלינדערער?

שודדים


מה זה שודדים?

בוזֵז
פלונדער
Looter
לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום דינסטאג נובעמבער 07, 2017 10:46 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 10:34 am

יוראפ האט געשריבן:שכח בענקל פאר די כסדר'דיגע נייעס און אפדעיטס!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
יעדע רגע איז אפן די גרוב, און אז אז איך בין אריבער נאך א טאג
׳אודך ה׳ בכל לבבי כי חסדך גדול עלי והצלת נפשי משאול תחתי׳! אין אזא שווערע וואקלדיגע וועלט. דאך ׳איך בין ווייטער דא׳!


אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 10:34 am

עס איז חנוכה און ארכיאלאגישע געפינסן פון די צייטן פון די חשמונאים, איז ווידער און די נייעס. דאס מאהל אין א געגענט 'סוסיא' וואס איז אין 'הר חברון'. די געפינסן זענען מטבעות, כלים און מקוואות. די געפינסן וועלן צום ערשטן מאהל ווערן פארעפנטלעכט דעם דאנארשטאג, ביי די "הספר והמדבר" שפאציר אין סוסיא.
img804544.jpg
img804544.jpg (87.49 KiB) געזעהן 1781 מאל

resizedimg112190.jpg.jpg
resizedimg112190.jpg.jpg (128 KiB) געזעהן 1781 מאל

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12248
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג דעצמבער 15, 2017 12:50 pm

בענקעל האט געשריבן:עס איז חנוכה און ארכיאלאגישע געפינסן פון די צייטן פון די חשמונאים, איז ווידער און די נייעס. דאס מאהל אין א געגענט 'סוסיא' וואס איז אין 'הר חברון'. די געפינסן זענען מטבעות, כלים און מקוואות. די געפינסן וועלן צום ערשטן מאהל ווערן פארעפנטלעכט דעם דאנארשטאג, ביי די "הספר והמדבר" שפאציר אין סוסיא.
img804544.jpg

resizedimg112190.jpg.jpg

עפעס מאכט נישט קיין סענס; די 10 מטבעות זענען נישט פון איין תקופה און (נאר) פון די תקופת חשמונאים. זיי לויפען פון ינאי המלך (ממלכי חשמונאים און א 150 יאר פארען חורבן) ביז א יאר פאר דער חורבן בית המקדש.

דא איז דא 10 מטבעות; 4 אויף דער ערשטער שורה, 4 אויף דער צווייטער שורה, און צוויי אינטען אויף דער דריטע שורה.

ערשטע פון ערשטע שורה, איז א First revolt מטבע געמאכט געווארען איין יאר פאר דער חורבן בית המקדש און עס שטייט דערויף "שנת שתים" און אויף דער אנדערע
זייט "חר(ו)ת ציון". דא זעהט מען נאר דער פאדערשטער זייט ווי עס איז דא א קריגעל און מען קען דא ליינען 4 אותיות "שנת" און דער "ם" פון "שתים".
https://en.wikipedia.org/wiki/First_Jew ... 3Roman_War

צווייטע פון ערשטע שורה, איז געמאכט געווארען אין ארץ ישראל פון א רוימישער Procurator, אין דער גמרא ווערט עס אנגערופען "הפרכי" (דער גאווערנער געשטעלט פון רוים איבער ארץ ישראל), און מען קען דא ליינען דער רוימישער קיסר'ס נאמען, קיסר Tiberius.
https://en.wikipedia.org/wiki/Procurator_(Ancient_Rome)

דריטער פון ערשטע שורה, איז א מטבע פון אגריפס המלך (אגריפס הראשון פון וועם די גמרא דערציילט אז ווען ער האט געליינט הקהל און געקומען צום פסוק "מקרב אחיך תשים עליך מלך" זלגו עיניו דמעות וכו'). דא זעהט מען דריי זאנגען פון שעורים, און עס שטייט דערויף אין גריכיש (וואס מען קען דא נישט ליינען) "אגריפס המלך".
https://en.wikipedia.org/wiki/Herod_Agrippa

פערטער פון ערשטע שורה איז א חשמואים מטבע, דער פאדערשטער זייט וואס מען קען אויף דעם נישט זעהן פון וועליכע מלך.
https://en.wikipedia.org/wiki/Hasmonean_coinage

ערשטע פון צווייטע שורה, איז ווידער דער זעלבע מטבע פון אגריפס המלך (אגריפס הראשון) וואס מען זעהט דערויף דריי זאנגען פון שעורים, און עס שטייט דערויף אין גריכיש (וואס מען קען דא נישט ליינען) "אגריפס המלך".

צווייטע פון צווייטע שורה, איז א קליינטישיגער קיפערנע מטבע (אלע מטבעות דא זענען פון קיפער) פון הורדוס המלך. מען זעהט דערויף א ענקער (anchor), און אויף דער אנדערע זייט דארף שטיין (וואס איז זעלטען אז עס זאל ארויף פיטען) אין גריכיש "הורדוס המלך".

דריטער פון צווייטע שורה, איז פון א אנדערע רוימשיער פראקורעטאר (געדענק נישט אויף דער מיניט וועליכע און פון וועליכע קעניג). מען קען דא זעהן א לולב (די רוימער האבען דענמאלט אכטונג געגעבען נישט צו מאכען די ספעציעלע מטבעות פאר די אידען מיט א פסל); און מען קען ליינען אין לאטיינישע בוכשטאבען (רוים האט געניצט [געבארגט] לאטיינישע בוכשטאבען) דאס ווארט "קיסר".

פערטער פון צווייטע שורה איז פון ינאי המלך, און מען קען ליינען אויף דער ערשטע שורה פון דער מטבע "יהו", צווייטע שורה "נתן הכ", דריטע שורה "הן הגד", פערטער שורה "וחב". די לעצטע שורות וואס די אותיות האט נישט ארויף געפיט דארף זיך ענדיגען מיט "הגד[ו]ל (חסר וא"ו) וחבר היהודים.

ערשטע פון דריטע שורה, איז דער אנדערע זייט פון די פריערדיגע אגריפס המלך מטבעות; עס שטייט דערוף אין גריכיש "אגריפס המלך"; דא קען מען נאר ליינען "אגריפס" (אין גריכיש באסיליוס; ווי דער ערוך טייטשט עס אין ש"ס אדער "קעניג" אדער א "פאלאץ".

צווייטער פון דריטע שורה, איז אדער א הורדוס מטבע אדער א חשמונאים מטבע. אויב מען וויל דוקא קען מען דאס אויך פעסטשטעלען אבער איז נישט ווערט די צייט דערפאר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

הרדיון

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 12:09 pm

250px-Herodium_from_above_2.jpg
250px-Herodium_from_above_2.jpg (19.58 KiB) געזעהן 1526 מאל

'הרדיון' אדער 'הר הורדוס' איז א היסטארישער פעסטונג אויף א בארג, צוועלף קילאמעטער דרום פון ירושלים, פון סוף תקופת בית שני. עס איז היינט א נאציאנאלע שפאציר-גארטן מיט פול היסטארישע ארכיאלאגישע געפינסן.

פון 'מגילת ים המלח' זעהט מען אז די מורדי בר כוכבא האבן זיך דא אויפגעהאלטן בשעת די בר כוכבא רעוואלט און רופן דאס אהן 'הרודיס'.

די פעסטונג איז געבויט געווארן דורך מלך הורדוס ווען ער איז אנטלאפן ביי די מלחמה מיט פרס און זיך דא אויפגעהאלטן פאר פערציג יאהר.

דאס פלאץ ווי עס איז באשריבן אין יוסיפון. תולדות מלחמת היהודים עם הרומאים א, כא, י

וכאשר עשה הורדוס זכר עולם לקרוביו ולאוהביו, לא זלזל גם בזכר עצמו: על־כן בנה מבצר בהר הפונה אל ארץ ערב וקרא לו הרודיון על שמו. ואף הרמה העשויה בידי אדם, במרחק ששים ריס מירושלים, אשר דמות לה כמראה שד, גם לה קרא הורדוס בשם הזה וכלל את יופיה בכבוד וברוח נדיבה, כי את ראש הרמה הקיף מגדלים עגולים, ואת כל הכיכר המוקפת מילא ארמונות נהדרים, ולא רק מראה הבתים בפנים היה תאווה לעיניים, כי אם גם מחוץ היה עושר רב שפוך על הקירות והקרנות והגגות. המלך פיזר כסף רב למשוך ממרחק מים רבים עד ראש הרמה, ובשיפוע הגבעה חצב מאתיים מעלות שיש לבן צח, כי הייתה הגבעה גבוהה למדי, אף כי כולה נעשתה בידי אדם. וגם בתחתית הגבעה הקים הורדוס בנייני מלכים אחרים, בתי מסכנות (מחסנים) לכלי בית המלך ובתי משכן לעבדיו, עד כי דמתה המצודה הזאת לכל חוקיה לעיר שלמה בתחום ארמון מלכים

אסאך ארכיאלאגישע אנטדעקונגען איז שוין געפונען געווארן אין דעם פעסטונג ווי אויך זאגן ארכילאגן אז זיי האבן געפונען די באגרעבעניש פון הורדוס.

אין ארכיאלאגישע גרובינגן פון די לעצטע יאהר, אין די מאגאזינן און קעלערן פונעם פעסטונג, האט מען געפונען גרויסע 'פעסער', וואס קוקט אויס צו זיין געניצט צו האלטן וויין. עטליכע פעסער האבן אויף זיך אדרעססן מיט זיגלען, וואס צייגט אויף ריזיגע זאפאסן מיט וויין וואס איז געשיקט געווארן פון איטאליע צו קעניג הורדוס.

מרתף המקומר בקורות עץ ממורדי בר כוכבא .jpg
מרתף המקומר בקורות עץ ממורדי בר כוכבא .jpg (69.17 KiB) געזעהן 1526 מאל


מעטפת בו נמצאו שרידי היקב.jpg
מעטפת בו נמצאו שרידי היקב.jpg (90.87 KiB) געזעהן 1526 מאל

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 12:13 pm

שרידי כלים כמיכלי התסיס ביקב בפרוזדור הארמון .jpg
שרידי כלים כמיכלי התסיס ביקב בפרוזדור הארמון .jpg (54.18 KiB) געזעהן 1521 מאל

בור מים בראש הר הרודיון .jpg
בור מים בראש הר הרודיון .jpg (36.97 KiB) געזעהן 1521 מאל

שרידי המבנה תחת רצפת הגן.jpg
שרידי המבנה תחת רצפת הגן.jpg (100.19 KiB) געזעהן 1521 מאל

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

מערת התאומים

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 7:48 pm

בילד
מערת תאומים אין אראביש "מערת אם אל-תאומין". די מערה געפונט זיך צוויי קילאמעטער פון בית שמש, צו מערב זייט פון די הרי ירושלים, ביי די ברעג פון "נחל מערה" וואו עס פליסט וואסער פון די "הרי יהודה" צום ים התיכון. עס איז 50 ביי 75 מעטער גרויס. ביי די אריינגאנג צו די מערה געפינט זיך א גרויסע פייגן בוים. טיף אין די עק פון די הייל איז דא א קליינע געמאכטע טייכל מיט קוואל וואסער, אויף די אנדערע זייט איז דא נאך טיפע קלענערע געפארפולע היילן.

בילד
בילד
בילד
בילד
אנהייב פון די הייל איז דא א עפענונג פון ארום 20 מעטער מיט א טאטאלע טויט שרעקענדע פיסטערניש. עס הענגן פון די דאך אויסזעהנעדע גלאנציגע שפיצן פון ליימשטיין (talactites and stalagmites), וואס האבן זיך פארמירט דורך די וואסער וואס פליסט אין די שטיין און טראפט אן אויפהער פאר טויזנטער יאהר דורך די שפאלטנס פון די מאסיווע שטיין, צולאזענדיג ביסלעכווייז מינעראלן פון די שטיין. ווי אויך וואוינען דארט פיהר סארטן 'פלעדערמויזן' אין די ווינטער.
בילד
בילד
בילד
פארשידענע לעגענדעס ווערן פארציילט איבער די הייל. פאר א צייט איז ארומגעגאנגען א שמועה אז א ש-ד וואוינט אין די הייל. א טייל האבן דאס גערופן "די טויער פון די אונטערוועלט" אדער "די טויערן צום גיהנום". איינע פון די לעגענדעס איז, אז אן אראבישע פרוי אן עקרה האט געטרונקען פון די טייכל אין די הייל און געבארן צווילינג. צוליב דעם הייסט די הייל "מערת תאומים", פון דעם אראבישן נאמען "אם אל-תאומין" - די מאמע פון די צווילינג.
בילד
בילד
די הייל איז נישט אזוי באקאנט פאר פרעמדע באזוכער אין די געגענט און איז שווער צו געפינען, צוליב וואס עס איז אין קאמפליצירטע וועגן און די עפענונג איז פארדעקט מיט א גרויסע בוים.
בילד
די הייל איז ערשט אנטדעקט געווארן אין תרל"ד. אין ארכעאלגישע פארשונגען אין תשס"ט איז אנטדעקט געווארן אז דאס איז געווען איינע פון באהעלטענישן פון די "מורדי בר כוכבא", געפינענדיג אין די גאר טיפע היילן, מענטשליכע ביינער און פארצייטישע וואפן און א הויפן מיט זילבער און גאלדענע רוימישע מטבעות, מיט צענדליגער בר כוכבא מטבעות. אויך איז געווען זייער אויפפאלענד צו געפונען 42 ליכט לעמפלעך טיעף אין די שפאלטנס פון די ווענט.
בילד
בילד
rps20171226_154027.jpg
rps20171226_154027.jpg (90.78 KiB) געזעהן 1421 מאל
rps20171226_153956.jpg
rps20171226_153956.jpg (130.12 KiB) געזעהן 1421 מאל
silver_tetradrachm_featured.png
silver_tetradrachm_featured.png (46.2 KiB) געזעהן 1421 מאל
סלע כסף ממערת התאומים, 135-134 לספירה, עליו מוטבע ”לחרות ירושלם“.

בילד
בילד

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 7:53 pm

rps20171226_153147.jpg
rps20171226_153147.jpg (141.27 KiB) געזעהן 1417 מאל

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 7:59 pm

זייער אינטערעסאנט, תזכה למצוות הרב בענקל.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 8:43 pm

הערליך שיין!!!

וואו איז דארט די נאמען ברקוביץ משה אנגעצייכענט?

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:54 pm

@בענקעל!

מיר זענען זיך מחיה תגובה נאך תגובה, יישר כח פארן עתיד פונקט ווי פארן עבר...

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 10:15 pm

א גרויסן שכוח בענקל פאר די אינטערסאנטע ארכילאגישע זאכן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 11:36 pm

משה ברקוביצ האט ג'לעבט אין צייטן פון מורדי בר כוכבא?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 1:05 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:הערליך שיין!!!

וואו איז דארט די נאמען ברקוביץ משה אנגעצייכענט?

עס איז מיר נישט באקאנט וואס דאס איז. ווייזט אויס אז דאס שטייט אויף איינע פון די ווענט אינעם הייל און מעגליך האט דאס איינע פון די ארכילאגן אויפגעשריבן. די בילד מיט טייל אנדערע בילדער קומען פון דא: http://www.malham.info/teomimcave
עס האט לכתחילה נישט געדארפט ארויפגיין דא.

א דאנק פאר יעדן פאר זיך באדאנקן און זיך אונטערהאלטן מיט א געמיינזאמע אינטערעסע אין די היסטארישע ווערק.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:13 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:@בענקעל!

מיר זענען זיך מחיה תגובה נאך תגובה, יישר כח פארן עתיד פונקט ווי פארן עבר...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12248
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:28 pm

הצדיק האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:@בענקעל!

מיר זענען זיך מחיה תגובה נאך תגובה, יישר כח פארן עתיד פונקט ווי פארן עבר...

גא"מ; מיר זענען זיך מחי'
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

קליינע מענטשעלע [געטקשעלע?] געפינען אין יאהוד; ארכיאלאגן שאצן עס אין עלטער פון 3,800 יאר!

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 1:30 pm

איידער איך גיי שרייבן דעם באריכט וויל איך קלארשטעלן אז אני כשלעצמי גלייב נישט קיין אות פון די ארכיאלאגן, אבער פארט האב איך א געפיל אין היסטאריע, דערפאר וועל איך באריכטן דעם נייעסל.

ארכיאלאגיע איז א ברייטפארצווייגטער טעמע, וואס מ'לערנט אין קאלעדזש. די ארכיאלאגן האבן זייערע שיטות וויאזוי צו שאצן א זאך ווי אלט דאס איז, און עס איז פארשטענדליך דא א מהלך וויאזוי צו זוכן נאך אונטערערדישע געפינסן, עס זאל נישט צומזיקט ווערן דורכאויס די זוכעריי אקציעס. ווען די חברה האלטן ביים גראדואירן, נעמט מען די סטודענטן צו ערטער וואו מ'האט קיינמאל נאכנישט געגראבן (אין א"י איז יעדער אינטש א שטיק ארכיאלאגיע) און דארט זוכט מען אינאיינעם. (פרעגסט מיר? מ'טראגט זיי צו פלאץ וואו די לערער האבן פריער באהאלטן ווארע וואס מ'גייט היסטאריש געפינען אין עטליכע שטונדן...)

אלענפאלס, דאסמאל איז געווען דאס שטעטל "יאהוד" אין דער רייע. זיי האבן געגראבן און געפינען א גרויסער גרוב, וואס ווי זיי פאטרשטייען איז עס געווען א גרויסער באגרעבעניש ארט, און ווי דער הויפט ארכיאלאג גלעד יטאח זאגט האט מען נאך "קיינמאל פריער נישט געפינען אזא ווערדפולער באגרעבעניש", זיי האבן דארט געפינען שפיז-קעפלעך, מעכטיגע כמו-באמבעס, א האק, און מ'האט ווייטער געזוכט.

754.jpg
די גראב ארט אין יאהוד
754.jpg (77.38 KiB) געזעהן 1071 מאל


אינעם לעצטן טאג פונעם גראבעריי האט מען דאס געענדיגט מיט א גוטן טעם אין מויל... זיי האבן געפינען א מענטשליך אויסגעשניצטער סקלופטור וואס איז גרויס (כ'מיין צו זאגן קליין) 18 סענטימעטער, וואס האט אין דער ערשטער מינוט אויסגעזען ווי עס איז א שטיקל קריגעלע, אבער דאן האט מען געזען אז דער פך איז גאר א חותמו של עבודה זרה...

"דער הויכער קוואליטעט און פונקטליכער שניצונג פונעם סקלופטור וואס איז שוין באלד 4,000 יאר אלט, איז העכסט איינדרוקספול. ווי מ'זעט האט זיך דער געבוי אנגעהויבן צו קריאטירט ווערן ביים האלז וועלכע איז דער אפיציעלער גרונדשטיין, און האלט דער אויבערשטער טייל פונעם אויסשניצונג. דערנאך האט מען אויסגעשניצט די הענט, און עס איז צוגעקומען די פיס אויך. ווען דאס אלעס איז פארטיג געווארן איז ארויסגעוואקסן דער קאפ, וואס לאנט זיך אן אויף די הענט, מ'זעט אז דער געזיכט אויפן סקלופטור איז אויף א פאזע ווי ער וואלט געווען פארקלערט אין עפעס [כ'וויל נישט נוצן די אריגינעלע ווערטער, טשולדיגט]"... אייסערט זיך דער אויבנדערמאנטער.

חברהמאן.PNG
האמיר דא דעם חברה'מאן לייוו...
חברהמאן.PNG (207.13 KiB) געזעהן 998 מאל


ווי די ארכיאלאגן האבן באשלאסן,זעט עס אויס ווי א באגרעבעניש פון זייער א גרויסער פערזענליכקייט פון א געוויסער פראקציע, וואס איז באערדיגט געווארן מיט זיינע פערזענליכע שמאנצעס און בערעלעך צו האבן קאמפעני אין גרוב, ווי עס איז געווען איינגעפירט בימים ההם, און ווי די חברה זאגן איז עס דאס ערשטע מאל וואס מ'זעט ווי דער אפגאט איז באגראבן געווארן אינאיינעם מיט איר דינער, ער זאל האבן א גאט וואס זאל אים שטארקן אין זיין נויט \ טויט... עס מוז נישט זיין א געטשקע, ס'קען סתם אזוי זיין א שניצונג פון דער באגראבענער, וואס האט נישט געהאט פלאץ פאר א שפיגל אין זיין קבר'ל... צו גאר דער זיידע פונעם טויטן, ווער ווייסט?!

אויך האבן זיי דארט געפינען פארשידענע זאכן ווי פיצלעך שטיקלעך כלי חרס, שטיינערנע כלים, און ביינער פון באשעפענישן.

נו, זאל זיי וואויל באקומען...
לעצט פאראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום מיטוואך דעצמבער 27, 2017 3:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 2:21 pm

Wow very interesting


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: evernote, ברזילי, ויציב ונכון, מי חכם און 52 געסט