בלאט 14 פון 19

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 8:19 am
דורך בענקעל
שעמעדיגער האט געשריבן:בענקל טייערע
די דאטום פון שלמה המלך שטימט עפעס נישט
אדערווייס דאנקען מיר דיר פאר דיין רייכע אפדעיטס
די פראפעסארן אויף אנטיקס למיניהם קאנען זיך פארשטעקן פאר דיין וויסנשאפט
אה! איך האב נאר געוואלט זעהן צו מ'האלט מיט.

אבער ניין!

עס איז באמת א בושה פארפלאמטע טעות. פון ב'תשצא ביז ג'תקלו איז א געלעכטער'דיגע 746 יאהר. דאס קען דאך זיכער נישט זיין. וועל מיר עס איצט פרובירן צו פאררעכטן צו ב'תת"ל.

א דאנק פאר'ן אויפמערקן.

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 7:28 pm
דורך איפה פייביש
א גרויסן ישר כח!! זייער זייער אינטערעסאנט

אגב וואס איז די בילד פון דיין פראפייל?

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 11:08 pm
דורך בענקעל
איפה פייביש האט געשריבן:א גרויסן ישר כח!! זייער זייער אינטערעסאנט

אגב וואס איז די בילד פון דיין פראפייל?
די אפיציעלע זיגל פון נחמיה הכהן גאון ראש ישיבה פומפדיתא ד'תש"כ - ד'תשכ"ח

נחמיה הגאון בן גאון

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 11:38 pm
דורך אלי' מקוה יוד
איפה פייביש האט געשריבן:א גרויסן ישר כח!! זייער זייער אינטערעסאנט

א רוימישע טעאטער אדער... מושב סנהדרין

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:58 pm
דורך בענקעל
נאך צוויי יאהר פון פארשן די מאסיווער שטיין פון "קשת ווילסאן" אין די מנהרות הכותל ביי צפון זייט פונעם כותל המערבי כדי נאכצוגיין ווי אלט עס איז, זענען ארכילאגן איבעראשט געווארן צו טרעפן אכט מעטער אינטער די ערד א אויסשטעל פון א טעאטער - ווי זיי רופן דאס. ווי אויך, נאך אכט רייעס שטיינער פונעם כותל המערבי.

טייל ארכילאגן זענען ביי דער מיינונג אז דאס איז א רוימישע טעאטאר פון נאכן בית שני. אנדערע זענען ביי די מיינונג אז דאס איז גאר געווען די "מושב הסנהדרין" און צייגן אפילו אן אז עס האט 70 זיץ פלעצער און רונדיכיג אזוי עס שטייט אין די משנה אין מסכת סנהדרין: "סנהדרין הייתה כחצי גורן עגולה כדי שיהו רואין זה את זה".

די סנהדרין איז טאקע געווען אין "לשכת הגזית" אבער - טענה'ן זיי - אז קען זיין אז דאס איז געווען איינע פון די צעהן פלעצער וואו די סנהדרין האט גולה געווען. ווי עס שטייט אין מסכת ראש השנה: "עשר גלויות גלתה הסנהדרין... מלשכת הגזית לחנות מחנות לירושלים מירושלים ליבנה" וכו'.
4255619431.jpeg
4255619431.jpeg (163.64 KiB) געזעהן 3433 מאל
F171016YS12-1.jpg
F171016YS12-1.jpg (431.81 KiB) געזעהן 3433 מאל

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 6:58 pm
דורך עין טובה
וואטעווער ס'איז, יבנה ביהמ"ק במהרה.

טענקס פאר די באריכט

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 9:36 pm
דורך וואוילע שעפעלע
עין טובה האט געשריבן:וואטעווער ס'איז, יבנה ביהמ"ק במהרה.

טענקס פאר די באריכט

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 9:38 pm
דורך ענדע צדיק!
ארכעלאגן דארפן זיין עפעס עקסטער שעפעריש. מיינונגען, שפעקולאציעס, פאנטאזיעס, און דערנאך איז מען שוין זיכער, און נעקסט איז אויף ליציטאציע פאר גרינע מעלאונעס...

עניוועי, ברענג נאך רב בענקל, איטס וועל עפרישיעיטעד.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:02 pm
דורך וואשינגטאן
די ערשטע מאל אריינגעבלאנדזשעט דא ממש געוואלדיג יישר כח

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:11 pm
דורך יידישע קהילות
זייער אינטערסאנט!!!
טרעפן זיי נישט אין די גראבונגען מטבעות אדער אנדערע חפצים, וואס דורך דעם מברר זיין קלארער וואס דער פלאץ האט גדארפט צו זיין?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 11:03 pm
דורך בענקעל
יידישע קהילות האט געשריבן:זייער אינטערסאנט!!!
טרעפן זיי נישט אין די גראבונגען מטבעות אדער אנדערע חפצים, וואס דורך דעם מברר זיין קלארער וואס דער פלאץ האט גדארפט צו זיין?

מ'האט יא געטראפן דארט מטבעות פון די רוימישע אימפעריע, ווי אויך כלים מיט נאך חפצים וואס מ'טרעפט געווענליך פון די רוימישע תקופה. וועגן דעם זענען כמעט אלע ביי די מיינונג אז דאס איז געווען עפעס פון די רוימישע צייטן ארום 1700 יאהר צוריק. לויט זיי איז דא ארום 200 זיצן.

די וואס פרובירן צו זאגן אז דאס איז געווען פון צייטן ווען עס איז געווען א סנהדרין, מאכן פון זיך סתם דאס גע'נער, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל.
20171019_223516.jpg
20171019_223516.jpg (122.45 KiB) געזעהן 3218 מאל
20171019_223748.jpg
20171019_223748.jpg (104.94 KiB) געזעהן 3218 מאל
20171019_223623.jpg
די נייע אנטדעקטע מאסיווע שטיינער פונעם כותל
20171019_223623.jpg (110.28 KiB) געזעהן 3218 מאל

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 11:46 pm
דורך Haklal
געוואלדיג שיין, יישר כח הרב בענקעל

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 20, 2017 11:17 am
דורך זבחי צדק
פאר די וועלכע דמיונ'ען אלס א מושב סנהדרין,
אפשר גאר איז עס געווען הכנות שטיבלעך, פאלט זיי נישט ביי?
אין די משנה תמיד שטייט אז ס'איז געווען א בית הכבוד אין די מחילות אינטערן הר הבי

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 20, 2017 12:22 pm
דורך שעמעדיגער
יישר כח ידידי רבי בענקל טייערער
דאס איז נישט אונטער הר הבית דאס אונטער קשת ווילסון הארט נעבן די רעפארמער כותל דארט גראבן זיי שוין א שיינע פאר יאר אונטער ווי די מענטשען גייען און זענען געגאנגען בזמן הבית ביי די היינו יגע גן הארכולוגי, ווער עס וועט גוט קוקן דארט וועט זעהן שטיגן אראפציגיין

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 20, 2017 1:06 pm
דורך SPUSMN
בענקעל האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:זייער אינטערסאנט!!!
טרעפן זיי נישט אין די גראבונגען מטבעות אדער אנדערע חפצים, וואס דורך דעם מברר זיין קלארער וואס דער פלאץ האט גדארפט צו זיין?

מ'האט יא געטראפן דארט מטבעות פון די רוימישע אימפעריע, ווי אויך כלים מיט נאך חפצים וואס מ'טרעפט געווענליך פון די רוימישע תקופה. וועגן דעם זענען כמעט אלע ביי די מיינונג אז דאס איז געווען עפעס פון די רוימישע צייטן ארום 1700 יאהר צוריק. לויט זיי איז דא ארום 200 זיצן.

די וואס פרובירן צו זאגן אז דאס איז געווען פון צייטן ווען עס איז געווען א סנהדרין, מאכן פון זיך סתם דאס גע'נער, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל.
20171019_223516.jpg
20171019_223748.jpg
20171019_223623.jpg

טאקע אינטרעסאנט און א יישר כח אייך הרב בענקעל פאר ברענגען אונז די לעיטעסט געפינסען.

פון די רוימישע מטבעות איז נאך נישט קיין הוכחה פון וועליכע צייטען דער אנטדעקונג איז, אפילו אויב די רוימישע מטבעות ווייזען קסרים פון 1700 יאר צוריק; ווייל ווען די רוימער זענען אריין אין בית המקדש מיט 1949 יאר צוריק, האבען זיי צו גענומען אלעס וואס זיי האבען געזעהן, און אויב ס'וואלט געוווען געלט אויך דער ערד וואלטען זיי עס אוודאי גענומען. און במשך די נעקסטע 250 יאר איז זיי געווארען נישט וויכטיג מער צו היטען דער פלאץ (געהאט אנדערע דאגות); און ווער ס'האט זיך דארט געדרייט (סקוואטארס און שועלים) האבען איבער געלאזט דארט א פאר ביליגע קיפערנע מטבעות בעפאר דער פלאץ איז פארשאטען געווארען. איז אלזא, ווייל די רוימער זענען געווען די לעצטע דארט, טרעפט מען זייערע מטבעות; אבער איז נאך נישט קיין הוכחה אז מען האט דאס נישט געמאכט פריער.

ואגב, איז דא א בילד פון "אלע" מטבעות וואס מען האט דארט געטראפען? איך דריק "אלע", ווייל ווען א ארכילאג טרעפט למשל א מחצית השקל האט ער גאנץ א שטארקע יצר הרע עס צו נעמען און אונז איבער לאזען א פאר פארשימלטע קיפערנע רוימישע פרוטות פון 1700 יאר צוריק.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 20, 2017 1:15 pm
דורך יידישע קהילות
שעמעדיגער האט געשריבן:יישר כח ידידי רבי בענקל טייערער
דאס איז נישט אונטער הר הבית דאס אונטער קשת ווילסון הארט נעבן די רעפארמער כותל דארט גראבן זיי שוין א שיינע פאר יאר אונטער ווי די מענטשען גייען און זענען געגאנגען בזמן הבית ביי די היינו יגע גן הארכולוגי, ווער עס וועט גוט קוקן דארט וועט זעהן שטיגן אראפציגיין

איך מיין אז איר זענט זיך טועה. דער גן הארכעלאגי איז אויף די רעכטע זייט פון כותל המערבי (=דרום), און דאס געפינט זיך ביי די לינקע זייט (צפון) דארט איז קשת ווילסאן.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 20, 2017 3:01 pm
דורך שעמעדיגער
יידישע קהילות האט געשריבן:

גערעכט גערעכט דאס איז ביי וילסון צומישט מיט רובינסון

געשריבן: זונטאג אוקטובער 22, 2017 11:16 am
דורך שואלכענין
א גרויסן דאנק פאר אלע נייעס ברענגער, עס איז זייער זייער אינטערעסאנט, כה לחי!

געשריבן: זונטאג אוקטובער 22, 2017 11:54 am
דורך נא_שכל
כ'האב נישט געזען רעדן פון די אפלויף וואס מ'זעט דארט.

אפשר איז עס געווען א מקוה ציבורי?

ווידיאו פון הרב זמיר כהן

געשריבן: זונטאג אוקטובער 22, 2017 12:18 pm
דורך תורתו אמת
אויף הידברות איז דא עטליכע ווידיאו'ס פון זמיר כהן בנוגע ארכיאולוגישע געפינסן
ארץ ישראל וציונות

ביטע אויב מעגליך לייגן אויף דראפבאקס
קוקט אויס צו זיין אינטרעסאנט

געשריבן: זונטאג אוקטובער 22, 2017 12:59 pm
דורך בענקעל
נא_שכל האט געשריבן:כ'האב נישט געזען רעדן פון די אפלויף וואס מ'זעט דארט.

אפשר איז עס געווען א מקוה ציבורי?
20171022_125253.jpg
20171022_125253.jpg (300.03 KiB) געזעהן 2737 מאל

עס איז געשאצט צו זיין א אונטערערדישע אפלויף סיסטעם וואס ציהט זיך מעגליך הונדערטער מעטער ביזן 'בריכת השילוח'.
זיי פלאנען צו אויפגראבן די גאנצע וועג און עס פארבינדן מיט די טונעלן פון 'בריכת השילוח'.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:46 pm
דורך נא_שכל
כ'האב זיך אזוי פארגעשטעלט.

אויב איז עס א רוימישע טעטאר וואספארא חיבור האבן זיי געדארפט צום מעיין השילוח?!

אלא מאי...

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 23, 2017 10:12 am
דורך בענקעל
שעמעדיגער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
שעמעדיגער האט געשריבן:יישר כח ידידי רבי בענקל טייערער
דאס איז נישט אונטער הר הבית דאס אונטער קשת ווילסון הארט נעבן די רעפארמער כותל דארט גראבן זיי שוין א שיינע פאר יאר אונטער ווי די מענטשען גייען און זענען געגאנגען בזמן הבית ביי די היינו יגע גן הארכולוגי, ווער עס וועט גוט קוקן דארט וועט זעהן שטיגן אראפציגיין

איך מיין אז איר זענט זיך טועה. דער גן הארכעלאגי איז אויף די רעכטע זייט פון כותל המערבי (=דרום), און דאס געפינט זיך ביי די לינקע זייט (צפון) דארט איז קשת ווילסאן.

גערעכט גערעכט דאס איז ביי וילסון צומישט מיט רובינסון

דא קען מען זעהן א שטיקל מאפע פון די מנהרות הכותל.

חשיפת אמת המים העליונה לירושלים ליד טיילת ארמון הנציב

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 23, 2017 10:14 am
דורך בענקעל
אמת המים.jpg
אמת המים.jpg (128.29 KiB) געזעהן 2530 מאל

קומענדיגע וואך גייט מען אנהייבן א פראיעקט צו אויפגראבן און פרובירן צו דערגיין וואס מען האט אנטדעקט דורכאויס א גרויסע קאנסטראקשן פראיעקט צווישן טיילת ארמון הנציב און רחוב אלבק אין ארנונה, וואו מען שוין געטראפן באווייזן פון די רוימישע און ביזאנטין תקופה, ווי אויך א וואסער קאנאל פון די צייט פון בית שני וואס ציהט זיך מעגליך ביז ירושלים, וואס א חלק דערפון האט מען שוין געפונען אין א אנדערע געגענט.

קומענדיגע זונטאג וועט די 'איזראעלי אנטיק אטאריטעט' עפענען דאס פלאץ פאר ארכעאלאגיע, ווער עס וויל קען זיך רעגיסטרירן צו וואלונטירן צו ארויסהעלפן מיט די גרובינגן.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 23, 2017 8:23 pm
דורך שעמעדיגער
און עס וועט בטעות קענען אריין פאלן אין מיין טאש אפאר אלטע מטבעות?