ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג מארטש 14, 2017 5:14 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:עגיפטישע ארכעאלאגן זענען נאך אלס ערשטוינט פון די העכסט אינטרעסאנטע אויפדעקונג וואס איז געפונען געווארן אין א פארלאזטע געגענט אין קאירא, נעמליך א מאסיווע סטאטוע פון פרעה רעמסס, דער פרעה וואס ווערט דערמאנט אין די תורה. וועלכער ווערט אנגערופן אין די היסטאריע בוכער ״רעמסס דער גרויסער״ די סטאטוע איז טויזנטער יאר אלט, און געפונט זיך אין גאנץ א גוטן צושטאנד, עס ווערט באצייכנט אלס ״דער גרעסטער ארכעאלאגישע געפונס אין עגיפטן די לעצטע הונדערטער יארן״

קרעדיט: yiddishnews@jpupdates.com

בילד ביטע?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 14, 2017 5:19 pm

מיט 3329 יאר צוריק וואלט מען אים נישט געוואלט אנקוקען...
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג מארטש 14, 2017 5:26 pm

קען זיך מעגליך פארדינען אן עקסטערע אשכול, איז רעמסס דער צווייטער, דער פרעה פון וועם אונז האבן געליטן? ר' שומר, איך האב לעצטענס באגעגנט א הערליכן שנירל איבער אנטונינוס וואס איר האט געשריבן מיט עטליכע יאר צוריק.

אגב זענען די ארכיגלאגן דארטן זייער צוריקגעשטאנען, לאקאלע מענטשן האבן זיך געשטעלט כאפן בילדער נעבן די שטיקער פסל, גדרים און זיכערהייט איז נישט צום געפינען.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג מארטש 14, 2017 5:45 pm

עטליכע פרעה'ס ווערן דערמאנט אין די תורה ונ"ך, וועלכע איז דער?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג מארטש 14, 2017 5:52 pm

רעמסס דער צווייטער

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג מארטש 14, 2017 5:57 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:רעמסס דער צווייטער

אזוי שאצט מען, ווייל די פסל איז געפינען געווארן נעבן א געביידע פון אים, גארנישט איז הונדערט פראצענט זיכער.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 14, 2017 5:58 pm

מומחה עצום האט געשריבן:קען זיך מעגליך פארדינען אן עקסטערע אשכול, איז רעמסס דער צווייטער, דער פרעה פון וועם אונז האבן געליטן? ר' שומר, איך האב לעצטענס באגעגנט א הערליכן שנירל איבער אנטונינוס וואס איר האט געשריבן מיט עטליכע יאר צוריק.

אגב זענען די ארכיגלאגן דארטן זייער צוריקגעשטאנען, לאקאלע מענטשן האבן זיך געשטעלט כאפן בילדער נעבן די שטיקער פסל, גדרים און זיכערהייט איז נישט צום געפינען.

עס ליגט מיר אין זכרון אז רבי חיים פסח פעטמאן האט מיט איבער 30 יאר צוריק געשריבען א סעריע ארטיקעלען אין דער איד וועגען דעם.

עס איז בכלל נישט פשוט; ווענט זיך אין וועליכע פשט אין ויקם מלך חדש. אויך, האלטען די חכמי ישראל אז די תקופה פון די מלכי מצרים (אן אויך דער גאנצע תקופה דענמאלט) איז בערך 163 יאר ווייניגער ווי די סעקולארע היסטאריקער טראכטען.

נאכדעם דארף מען נעמען אין באטראכט ווי פארלעסליך די אינפארמאציע איבער די מצרישע דיינעסטיס זענען. פארשטייט זיך אז אלע אינפארמאציע (אפילו וואס איז יא זיכער) איז רעלאטיוו; און אויב שטיפט מען פאראויס א דיינעסטי מיט 200 יאר, שטיפט מען אויך דער נעקסטע דיינעסטי די זעלבע 200 יאר.

דבר בעיתו (בעיטו) איז מער ריסענט. האט ער דאס באשריבען אמאל?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג מארטש 14, 2017 6:03 pm

און דאס איז אן די מדרשים אז פון גאנץ מצרים איז נאר פרעה געבליבן און ער איז שפעטער געווארן מלך אין נינוה (ילקוט שמעוני ופרקי דרבי אליעזר).

זיי זאגן דאך אז זיי האבן א מומיע פון דעם רעמסס...

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג מארטש 14, 2017 6:19 pm

SPUSMN האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:קען זיך מעגליך פארדינען אן עקסטערע אשכול, איז רעמסס דער צווייטער, דער פרעה פון וועם אונז האבן געליטן? ר' שומר, איך האב לעצטענס באגעגנט א הערליכן שנירל איבער אנטונינוס וואס איר האט געשריבן מיט עטליכע יאר צוריק.

אגב זענען די ארכיגלאגן דארטן זייער צוריקגעשטאנען, לאקאלע מענטשן האבן זיך געשטעלט כאפן בילדער נעבן די שטיקער פסל, גדרים און זיכערהייט איז נישט צום געפינען.

עס ליגט מיר אין זכרון אז רבי חיים פסח פעטמאן האט מיט איבער 30 יאר צוריק געשריבען א סעריע ארטיקעלען אין דער איד וועגען דעם.

עס איז בכלל נישט פשוט; ווענט זיך אין וועליכע פשט אין ויקם מלך חדש. אויך, האלטען די חכמי ישראל אז די תקופה פון די מלכי מצרים (אן אויך דער גאנצע תקופה דענמאלט) איז בערך 163 יאר ווייניגער ווי די סעקולארע היסטאריקער טראכטען.


די 168 דיפערענץ צווישן אידישע היסטאריע און סעקולערע היסטאריקער, האט זיך אנגעהויבן סך שפעטער, הערשט ביים סוף גלות בבל

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 14, 2017 6:22 pm

אבער אלעס ווערט צוריק געריקט לויט זיי מיט 168 יאר (א טויזענט יאר פריער איז לויט זיי מיט 1168 יאר פריער).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

רַעְמְסֵס און רַעַמְסֵס

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 14, 2017 6:23 pm

אז מען רעדט שוין פון רעמסס איז כדי צו וויסען אז ס'דא רַעְמְסֵס און ס'דא רַעַמְסֵס.

רַעְ מְסֵס (מיט א שו"א אינטער דער עי"ן שטייט אין פסוק (פרשת ויגש) במיטב הארץ בארץ רַעְמְסֵס. אזוי אויך אין פרשת בא שטייט ויסעו בני ישראל מרַעְמְסֵס סכתה און מען ליינט עס רַעְ מְסֵס.

אבער אין פרשת שמות ווי עס שטייט ויבן ערי מסכנות לפרעה את פתם ואת רַעַמְסֵס, שטייט א פת"ח אינטער דער עי"ן, און מען ליינט עס רַ-עַמ-סֵס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג מארטש 14, 2017 6:29 pm

דער אבן עזרא ברענגט דאס ארויס אז איינס איז א געגנט און איינס א שטאט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 14, 2017 6:31 pm

און דער פרעה ווי אזוי האט ער געהייסען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דינסטאג מארטש 14, 2017 7:53 pm

דער פרעה ביי יוסף הצדיק איז פרעה ״סעטי״.
דער פרעה נאך אים איז פרעה רעמסס.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מארטש 14, 2017 8:24 pm

rps20170314_201349.jpg
rps20170314_201444.jpg
2017-03-14_20.21.55.jpg

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » פרייטאג מארטש 17, 2017 12:33 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:רעמסס דער צווייטער

אזוי שאצט מען, ווייל די פסל איז געפינען געווארן נעבן א געביידע פון אים, גארנישט איז הונדערט פראצענט זיכער.

שטעלט זיך ארויס אז די סטאטוע איז גארנישט רעמסס דער צווייטער, עס איז ווארשיינליך א מצרישן קעניג וואס האט געקעניגט מיט הונדערטער יארן שפעטער, Psammeticus. מען האט געטראפן זיין נאמען אויסגעקריצט אויפן פסל.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » זונטאג מארטש 19, 2017 12:35 pm

פון וואו ווייסט מען, אז נישט עטליכע פיפיגע ביזנעסלייט האבן געלאזט מאכן אזא פסל, און עס אריינגעגראבן אין דער ערד, און געלאזט ליגן 10-20 יאר, און דאן נעמט מען עס ארויס?

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג מארטש 19, 2017 12:38 pm

זיי האבן פארגעשריטענע טעכנעלאגיע דאס צו פראוון, מען קען עס שווער אויסנארן
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

מיטל-אלטער ביה"ח אנדעקט אין רוים

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג אפריל 03, 2017 1:12 pm

איטאליע'נישע ארכולאגן האבן אנטדעקט - ווי עס ווייזט אויס א אידישע ביה"ח און איבערבלייבענישן פון אכט און דרייסיג 'קערפער'.

2017-04-03_12.45.16.jpg


די פארשער האבן אנטדעקט די אכט און דרייסיג קברים אין א שטעטל 'טרסטעווערע', גראבענדיג צוואנציג פיס אונטער א געביידע וואס גייט דורך רענאוואציעס פאר די לעצטע זעקס יאר, די פלאץ רופט זיך אין לאטיין "Campus Ludeorum" (פעלד פון אידן) דאס איז אין די געגנט פון די אלטע "רוימישע געטא". עס איז באטראכט צו זיין פון די מיטל-פערצענטע צו מיטל-זיבעצענטע יאר-הונדערט. ווען אידן האבן אסאך געליטן אונטער פויבסט'ליכע הערשאפט.

די קערפער זענען קענטליך געווען בעפאר באגראבן אין הילצערנע קאסטענס. און עס איז נישט דא קיין אויסערליכע צייכנס, אז דא איז א "באגרעבעניש פעלד". די קברים האבן נישט קיין מצבה'ס. וואס איז מעגליך א אנדייטונג אז דאס איז פון די צייטן פונעם פויפסט 'אורבאן דער אכטער' ימ"ש, וואס האט ארויסגעגעבן א גזירה אין אקטאבער 23, 1625[שמע"צ שפ"ו], אז די אידן וואס ווילן זיך נישט טויפן, טאר נישט בלייבן קיין זכר פון זיי רח"ל - אין גאנץ רוים טאר מען נישט לייגן קיין מצבה'ס אויף א אידישע קבר. אלע אידישע מצבה'ס זענען דאן פארניכטעט געווארן. אויך האט ער געהייסן מפנה זיין אידישע קברים ווען ער האט געוואלט אויסברייטערן די מויערן פון שטאט. די איינציג'סטע אידישע באווייז, וואס מען האט געפונען אויף דעם פלאץ איז א קליינע 'שארב' וואס האט אויף זיך איינגעקריצט די אותיות "פנ"

די אכט און דרייסיג קערפער ווערן איבערגעגעבן פאר די אידישע געמיינדע אין רוים וואס וועלן געבן דעם ריכטיגן כבוד און מפנה זיין די ביינער אין א אנדערע ביה"ח.

מען האט געפונען אין איינע פון קברים וואס קוקט אויס ווי א הענגל פון א וואג. אין אנדערע צוויי קברים האט מען באזונדער
געפונען א גאלדענע רינגל
636264745769701639-RNS-JEWISH-GRAVES1-032817.jpg
א הענגל פון א וואג


* * * *

דער רוימישער געטא"

די רוימישע געטא איז דירעקט געווען פלאצירט אויף די ערגסטע באדן-אומשטענדן ביי די בארטנס פון ביידע זייטן פונעם טיבעריע-טייך. וואו די ערד איז שטענדיג זומפיג און די טייך טוט שטענדיג איבערפלייצן די געגנט.די אידן האבן דערפאר געליטן פון הויעך היץ און פידעמיעס.

די "רוימישער געטא" איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר 1555. אין איינע פון די צאליגע גזירות פון יענע צייט. אין יולי 14, 1555.[כ"ה תמוז שט"ו] האט "פויבסט פאול דער פערטער" ארויסגעגעבן א גזירה אז "ווייל די אידן האבן געהרגעט זייער שמייליגער, קענען די זינדיגע נישט וואוינען ווי גלייכע בירגער צוזאמען מיט די קאטוילישע געמיינדע". די אידן זענען געווען געצוואונגען צו וואוינען אין די געטא פאר "צוויי הונדערט און צוויי און פערציג יאהר" ביז 1798, ווען נאפאליאן האט איינגענומען רוים און די געטא איז געווארן צייטווייליג אפגעשאפט.

די 'דעקרעט' האט געלויטעט אז ביז זעקס חדשים מוזן אלע אידן פארקויפן זייער פארמעגן און געשעפטן צו די גויים און פארלאזן זייערע הייזער, און וואוינען אין די פארמויערטע געטא. די טויערן פון די געטא איז געווארן פארשפארט יעדע נאכט. און די גויים האבן אפגעקויפט די אידישע פארמעגנס פאר א פיפטל פון איהר ריכטיגע ווערד.

די געטא איז צוריקגעשטעלט געווארן אין 1798 ווען עס איז דאן צוריקגעקומען די פויבסט'ליכע הערשאפט. אין 1848 איז עס צייטווייליג געווארן אפגעשאפט נאך א רעוואלט. און ענדגילטיג אפגעשאפט געווארן אין 1870.

------------------------------------------------------------------------------

אין צוגאב צו וואס מיר האבן געשריבן אויבן איבער די פילשפראכיג-מציבה פון "אננא", געפינט זיך א בוך פון די זעלבע תקופה אין די בריטיש לייברערי וואס קומט אויך פון "סיציליע, איטאליע" אין וואס עס איז פאראלעל געשריבן די הונדערט פופציג קאפיטלען פון "ספר תהלים" אויף דריי אלגעמיינע שפראכן. יוניש, לאטייניש און אראביש. עס איז געשריבן געווארן צווישן די יארן פון 1130 און 1154

דאס טוט אונטערשטרייכן דאס וואס היסטאריע פארציילט אויף קעניג ראדשזער דער צווייטער (1154-1095). אז ער האט פארמירט א געמיינזאמע קולטור צווישן אלע רעליגיעס. וואס האט אריינגענומען קאטוילן, אראבער און להבדיל אידן, צו לעבן אין טאלערירבארע געזעלשאפט. די "סאלם" - ווי זיי רופן דאס - איז א טייל פון די נוצר'ישע תיפלות. אין דעם פאל, האט נישט אויסגעפעלט קיין לה"ק. האט מען (דורך אידן) קודם איבערגעזעצט אויף 'לאטיין', און פון דעם אויף 'יוני', און דערנאך אויף 'אראביש'. אראבערס זענען דאן געווען א גרויסע ציהל פון טויפן ביי די קאטוילן.

2017-04-03_12.42.43.jpg

BL Harley MS 5786


http://www.bl.uk/manuscripts/Viewer.asp ... 5786_f001r

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » מאנטאג אפריל 03, 2017 2:18 pm

קיינמאל נישט געוואוסט פון דעם רוימישן געטא. זייער אינטערעסאנט. ישר כח.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך אפריל 19, 2017 1:46 pm

1.jpg
א זיגל געמאכט פון שווארצע שטיין. עס איז אויסגעקריצט מיט א בילד פון א מיליטערמאן מיט א פייל און בויגן, אין א שיס פאזיציע. נעבן דעם איז אויסגעקריצט די אותיות "לחגב" וואס קען מיינען "של חגב". עס איז געשאצט צו זיין פון צייטן פון סוף ביהמ"ק הראשון.

מען האט דאס געטראפן אין 2008 צווישן אנדערע זיגלן, גראבנדיג ביי אן אלטע געביידע, נישט ווייט פונעם כותל המערבי.
IAAWesternWall.JPG
IAAWesternWall.JPG (63.9 KiB) געזעהן 2332 מאל

די נאמען חגב ווערט בעיקר דערמאנט אין "עזרא" קאפיטל ב'. אויך ווערט עס דערמאנט אין די "מכתבי לכיש".

עזרא ב:
(א: וְאֵלֶּה בְּנֵי הַמְּדִינָה הָעֹלִים מִשְּׁבִי הַגּוֹלָה אֲשֶׁר הֶגְלָה נבוכדנצור [נְבוּכַדְנֶצַּר] מֶלֶךְ בָּבֶל לְבָבֶל וַיָּשׁוּבוּ לִירוּשָׁלַ‍ִם וִיהוּדָה אִישׁ לְעִירוֹ. ב: אֲשֶׁר בָּאוּ עִם זְרֻבָּבֶל יֵשׁוּעַ נְחֶמְיָה שְׂרָיָה רְעֵלָיָה מָרְדֳּכַי בִּלְשָׁן מִסְפָּר בִּגְוַי רְחוּם בַּעֲנָה מִסְפַּר אַנְשֵׁי עַם יִשְׂרָאֵל) - מה: בְּנֵי לְבָנָה בְנֵי חֲגָבָה בְּנֵי עַקּוּב. מו: בְּנֵי חָגָב בְּנֵי שמלי [שַׁלְמַי] בְּנֵי חָנָן.

נחמיה ז
(ו: אֵלֶּה בְּנֵי הַמְּדִינָה הָעֹלִים מִשְּׁבִי הַגּוֹלָה אֲשֶׁר הֶגְלָה נְבוּכַדְנֶצַּר מֶלֶךְ בָּבֶל וַיָּשׁוּבוּ לִירוּשָׁלַ‍ִם וְלִיהוּדָה אִישׁ לְעִירוֹ. ז: הַבָּאִים עִם זְרֻבָּבֶל יֵשׁוּעַ נְחֶמְיָה עֲזַרְיָה רַעַמְיָה נַחֲמָנִי מָרְדֳּכַי בִּלְשָׁן מִסְפֶּרֶת בִּגְוַי נְחוּם בַּעֲנָה מִסְפַּר אַנְשֵׁי עַם יִשְׂרָאֵל:)
מו: הַנְּתִינִים בְּנֵי צִחָא בְנֵי חֲשֻׂפָא בְּנֵי טַבָּעוֹת: מז: בְּנֵי קֵירֹס בְּנֵי סִיעָא בְּנֵי פָדוֹן: מה: בְּנֵי לְבָנָה בְנֵי חֲגָבָה בְּנֵי שַׁלְמָי:


מכתבי לכיש חרס א'
גמריהו בן הצליהו
יאזניהו בּן טבשלם
חגב בּן יאזניהו
מבטחיהו בּן ירמיהו
מתניהו בּן נריהו

ArcherSeal.jpg
א קלארע קאָפי

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

כתובת "שבא"

תגובהדורך בענקעל » זונטאג יולי 02, 2017 5:13 pm

seba_inscroption1.jpg
seba_inscroption1.jpg (115.17 KiB) געזעהן 1989 מאל

אין 2008 איז אפיהר געקומען אויף די אנטיק-מארק, א צובראכענע קופפער'נע טאוול, געשריבן אין די שאבא'ינישע שפראך. עס קומט מעגליך פון די פארצייטישע שטאט - אינעם אראבישן דרום האלב-אינזל - 'נאשק', היינטיגע 'אל-ביידע', וואס איז היינט אין 'תימן'.

עס באשרייבט א מאן מיטן נאמען "שאבאהומו בן אממשפאק" פון א שבט 'ראשוואן' אין די שטאט 'נשאק'. אז ער איז געווען א שליח פון "ידעיל בא'ין בן יתאעמר" דער קעניג פון 'שבא'. און אז ער האט מלחמה געהאלטן צוזאמען מיט די מיליטער פון 'שבא', קעגן די מיליטער פון 'מע'ין' (כהיום תימן) ביז 'חצרמוות' (כהיום תימן).

'שאבאהומו' טוט לויבן די שאבא'מע הויפט אפגאט 'אלמאקה', פארן אים היטן פון אלע שטרויכלונגען, ספעציעל דורכאויס מלחמות. און גיבט צוליב דעם אוועק זיין גאנצע פאמיליע און פארמעגן פאר די אפגאט.

וואס איז באזונדער אויסערגעווענדליך פונעם טאוול, איז וואס שטייט אין שורה דרייצן און פערצן. אז ער האט אנגעפירט קאראוואנען מיט האנדל רייזעס צווישן 'שבא' און 'דדן' און 'עזה' און אין די שטעט פון 'יהודה'. און אויך א שליחות פון 'עזה' צו 'כיתיון' (קפריסין) ביי די מלחמה פון 'כשדים' (chaldea) און יוניה (Ionia) [יון].

seba_inscription2.jpg
- די נאמען יהודה צירקולירט
seba_inscription2.jpg (54.03 KiB) געזעהן 1989 מאל


עס איז דא פארשידענע ווערסיעס פון וועלכע צייט די טאוול איז. די כראנאלאגיע פון דרום אראביע פון "פאר'ן ציילונג" - אין די B.C.E. יארן, איז אומקלאר. די קעניג "ידעיל בא'ין בן יתאעמר" דערמאנט אינעם טאוול, ווערט דערמאנט אין אנדערע אנטיק אויסקריצונגן אלס דער וואס האט געבויט די מויער פון די שטאט 'נשאק'. איז צוליב דעם דא וואס שטעלן די באשרייבונג אין 350 BCE. אנדערע אבער שטעלן עס אין 590 אדער 394 פון פארן ציילונג.

עס איז זיך מער מסתבר צושטעלן די צייט פונעם טאוול, דורך נאכגיין ווען די מלחמה צווישן כשדים און יוניה - וואס שטייט אינעם טאוול - איז געווען, ווייל 'נעמען' קען זיין אויף מער ווי איין מענטש. די כשדים אימפעריע איז געווען צווישן B.C.E. 610 [ג'קנ"א], און 539 .B.C.E [ג'רכ"ב]. וואס איז אין די צייט פון חורבן בית ראשון, ג'קע"ד/ה. עס איז אבער נישט דאקומענטירט אין די היסטאריע א מלחמה צווישן כשדים און יוניה.

דערמאנענדיג די לאנד 'שבא' אין ג' אלפים קומט ארויף אין זכרון פסוקי תנ"ך אין מלאכים א' קאפיטל י: א' - י'
א: וּמַלְכַּת-שְׁבָא, שֹׁמַעַת אֶת-שֵׁמַע שְׁלֹמֹה...
(דברי הימים ב. ט: א'-י"ב) ווען די "מלכת שבא" איז געקומען מנסה שלמה'ס חכמה.

שלמה המלך האט געקעניגט פון ב'תשצ"א ביז ב'תת"ל, וואס איז ארום 400 יאהר פריער. 'שבא' ביז 'יהודה' איז א מהלך פון 1200 מייל. פון די טאוול זעהט מען, אז עס איז געווען סוחרים וואס האבן שוין אין יענע צייטן גערייזט דעם לאנגן וועג אהין און צוריק. וואס איז למעשה נישט אזא חידוש, קוקנדיג אין עטליכע פסוקים פריער, סוף קאפיטל ח', וואו שלמה המלך איז געגאנגען צו די בארטנס פון "עציון-גבר", און חירם האט אים געגעבן שיפן וואס האבן געפירט ריזיגע אוצרות אויף ווייטע שטרעקעס איבערן ים.

bsba360105625l.jpg
bsba360105625l.jpg (37.59 KiB) געזעהן 1989 מאל


עס איז אפשר נישט געשמאק צו צו-ווארפן די אלע אינטערעסאנטע חשבונות. און די אייגענטומער פון דעם טאוול וועלן עס אפשר נישט גלייכן, אבער עס מוז נישט זיין אז דער טאוול רעדט פונעם זעלבן פלאץ 'שבא' פון די "מלכת שבא". עס איז געווען נאך א לאנד אין דעם געגנט מיט א ענליכ'ן נאמען. "סבא".
אדער קען זיין אז די שפראך אויפ'ן טאוול, האט מען נאר זיך באנוצט אין די לאנד 'שבא'.

אין חומש בראשית ביי די "תולדות נח", שטייט אין איין פסוק די נעמען פון די צוויי שטעט 'שבא' און 'סבא'.
בראשית י:
ד' ובני יון אלישה ותרשיש כתים ודדנים׃:
ה' מאלה נפרדו איי הגוים בארצתם איש ללשנו למשפחתם בגויהם׃:
ו' ובני חם כוש ומצרים ופוט וכנען׃:
ז' ובני כוש סבא וחוילה וסבתה ורעמה וסבתכא ובני רעמה שבא ודדן׃:

אדער אין תהלים קאפיטל ע"ב: וואו דוד המלך בעט אויף זיין זוהן שלמה.
ט' לפניו יכרעו ציים ואיביו עפר ילחכו:
י' מלכי תרשיש ואיים מנחה ישיבו מלכי שבא וסבא אשכר יקריבו:
יא' וישתחוו לו כל מלכים כל גוים יעבדוהו:

(אויסער וואס מען זעהט דא אז 'שבא' און 'סבא' זענען אנדערע מלוכות, זעהט מען דא אז דוד המלך האט געבעטן אז 'חירם' זאל גיבן פאר שלמה המלך שיפן [מנחה]. און אז מלכת שבא וועט זיך בוקן פאר איהם.)
לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום מאנטאג יולי 03, 2017 8:40 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » זונטאג יולי 02, 2017 5:16 pm

העכסט אינטערסאנט. שכ'ח בענקעל.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג יולי 02, 2017 5:25 pm

map_on_bible_sheba_seba.jpg
map_on_bible_sheba_seba.jpg (302.72 KiB) געזעהן 1969 מאל

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » מאנטאג יולי 03, 2017 12:40 am

בענקל טייערע
די דאטום פון שלמה המלך שטימט עפעס נישט
אדערווייס דאנקען מיר דיר פאר דיין רייכע אפדעיטס
די פראפעסארן אויף אנטיקס למיניהם קאנען זיך פארשטעקן פאר דיין וויסנשאפט
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איש האשכולות, חפץ לב, יישר כח, משה צימערינג, קנעטענע קיגעל, שמערעל און 58 געסט