ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג מאי 17, 2016 3:11 am

זעהט אויס װי די עבודה זרה׳ס װאס זיי האבען ארויסגעװארפען פון יונה הנביא׳ס שוף נאכדעם װי זיי האבען אנערקענט אינעם איין איינציגער...

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג מאי 19, 2016 11:58 pm

געפונען געווארען א מיצרישער זיגעל ביי די ארכילאגישע גראבינגען אין טל דור, וואס איז נעבן חופי כרמל.

[דר ווערט דערמאנט אין יהושע, אלס איינע פון פינעף כנענישע שטעט, וואס האבן זיך צוזאמגענומען מלחמה האלטן אז די אידן זאלן נישט קענען אריין קומען אין ארץ ישראל.]

דער זיגעל איז אין פארעם פון א קריכעדיגע חיה(Scarab), וואס די מצריים האבן געמאכט פאר עבודה זרה.

מען געפונט כסדר ענליכע מיצרישע זיגלען. וואס מאכט דאס ספעציעל, איז אז דאס ליגט אין א גאלדענער רינג. וואס צייגט אז דאס האט באלאנגט צי א הויכראנגיקער אפיציר. עס שטייט דארט אז ער איז דער שר האוצר. דער נאמען פון דעם אפיציר האט מען דערווייל נישט געקענט דעשיפרירן.
צוגעלייגטע
egyptian-scarab-seal-dor.jpg

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג מאי 20, 2016 12:37 am

א שטיקעל פון א קייטל געפונען געווארען אין ירושלים. עס האט אויף זיך די נאמען 'טאטמאוס דער דריטער'.

' טאטמאוס דער דריטער' איז געווען דער זעקסטער פרעה אין די 18טע דינאסטיע. ער האט אנגעפירט א שטארקע אפענסיווע אויף כנען. און עווענטועל איר איינגענומען אינטער די מיצרישער הערשאפט פאר די קומענדיגע 200 יאר. וואס גיט די מעגליכקייט צו פארשטיין ווי דאס קומט אן אין ירושלים.
צוגעלייגטע
tmsp-amulet-thutmose-iii-416x277.jpg

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג מאי 23, 2016 5:31 pm

בענקעל האט געשריבן:א שטיקעל פון א קייטל געפונען געווארען אין ירושלים. עס האט אויף זיך די נאמען 'טאטמאוס דער דריטער'.

' טאטמאוס דער דריטער' איז געווען דער זעקסטער פרעה אין די 18טע דינאסטיע. ער האט אנגעפירט א שטארקע אפענסיווע אויף כנען. און עווענטועל איר איינגענומען אינטער די מיצרישער הערשאפט פאר די קומענדיגע 200 יאר. וואס גיט די מעגליכקייט צו פארשטיין ווי דאס קומט אן אין ירושלים.

לויט איין מהלך און די מצרישע כרונלאגיע איז תחותמס השלישי שישק פון תנ"ך וואס האט איינגענומען ירושלים און בארויבט דעם בית המקדש בימי רחבעם בן שלמה.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך יוני 08, 2016 11:38 pm

נחל צאלים - 800 פיס העכער די ערד פלאך, אונטער שווערע געדוכטע פארשטויבטע לופט, דרייען זיי זיך ארום אין די טיפע היילן, מיט כרורגישע מאסקעס אויף די געזיכטער, צוליב די שטארק פארשטויבטע דערשטיקענדע לופט. מיט פארשמירטע פענימער, ווי מינע גרובער.   כאטש עס הערשט א שטארקע זומערדיגע היץ אינדרויסן , זענען די היילן קיל.   אן אומעטיגע גרוך איז פארשפרייט אין די פארצווייגטע היילן פון מדבר יהודה. זיי האפן צו אנדעקן עפעס שפירן פון די לאנג פארלאזטע, וואס האבן זיך אויפגעהאלטען דא. און אפשר, אויך טרעפן דאס ענטגילטיגע: פארצייטישע שריפטן. 


צוויי טויזנט יאר פריער:

די פארצווייגטע היילן האבן געדינד אלץ מיליטערישע שיץ , פאר בר כוכבא מיט זיין מעכטיגע מיליטער פון ווידערשטענדלער. וואס האבן געפירט א שטארקע ווידערשטאנד, קעגען די רומישע אימפעריע. אין א הייל נישט ווייט פון די אקסקעוואציע קומט יעצט פאר, האבן ארכילאגען אין 1960 געפונען שריפטן פון די בר כוכבא ריוואלט. 


יעצט קומט פאר העפטיגע סייענטיפישע און ארכילאגישע אויספארשונגען, צו לערנען און פארשטיין איבער די מענטשן וואס האבן אינהאביטירט די היילן, דורכאויס די צייטן פון בר כוכבא'ס ווידערשטאנד. וואס האט ריזאלטירט אין די גלות פון די אידן. און קיסר אנדריונוס רופען ירושלים, איליה קפיטוליניה. און יהודה, פאליסטינע. 


די וויכטיגקייט צו פראזאווירן די היילן איז געקומען נאכדעם וואס מען האט פאר צוויי יאר צוריק  געכאפט זעקס פאלעסטינער פראבירן צו ארויסשווערצן היסטארישע כלים פון די היילן. איינזעהנדיג אז עס ווערט א אינטערנאציאנאלע געיעג נאך די היסטארישע שריפטן.


 די פאליסטינע האבן אנגעמאכט אומגעהויערע שאדן, מיטן צושטערן די היילן . אין איינע פון די שריפטן וואס מען האט געפונען ביי די פאלעסטינע רויבערס שטייט אז עס איז געשריבען געווארען "פיר יאר נאך חורבן ישראל". 


אויספארשער שפעקולירן אז עטליכע צענליגער מלחמה אנטלאפענע האבן זיך אויפגעהאלטען אין די היילן פאר עטליכע חדשים דורכאויס די צייט ווען אנדריונוס האט אפגעשלאגן דעם אויפשטאנד. וואס זענען געקומען פון דערנעבענדיגען היינטיגן חברון, וואס איז עטליכע קילאמיטער צפון פון די היילן, ברענגענדיג עסן און וואסער מיט זיך. מען קען אויך זעהן א קוואל אונטען פונעם בארג. 
צוגעלייגטע
IMG_20160601_141030-635x357.jpg
IMG_20160601_140114.jpg
DSCN3770.jpg

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך יוני 08, 2016 11:48 pm

.
צוגעלייגטע
rps20160608_234759.jpg
IMG_20160601_135516.jpg
IMG_20150325_154206.jpg
נחל צאלים. איבערקוקענדיג די ים המלח, אין מדבר יהודה

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג יוני 09, 2016 12:14 am

בענקעל, איך שעם מיך פון מיר אליין, איך האב זייער הנאה פון דיינע ארכעלאגישע ווערק, אבער איך האב מיר נאך קיינמאל נישט באדאנקט. א חרפה.

א הערצליכע יישר כח. גיי אן.
חוקי רציחה איז אויך ראסיזם. מען זאגט דעם וולד, גיי צוריק פון וואו דו ביסט געקומען.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג יוני 09, 2016 12:40 am

בוידעם האט געשריבן:א הערצליכע יישר כח. גיי אן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג יוני 09, 2016 8:19 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:א הערצליכע יישר כח. גיי אן.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג יוני 09, 2016 10:23 am

ירושלים -  א באהעלטעניש פון זילבערנע און קופערנע מטבעות, וואס טראגען אויף זיך די נעמען פון מלכי חשמונאים. איז געפונען געווארן, ביי  ארכילאגישע גראבינגען נעבן די שטאט מודיעין. די קופערנע מטבעות האבן אויף זיך די נעמען פון יהוחנן, יהודה, יונתן, און מתתיהו.


בילדער פון סעלוסיד selucid, יווני המלך דער פערדער אנטיוכוס, זעהט מען אויף דע זילבערנע מטבעות. 


מען האט עס געפונען באהאלטן אונטער א שטיין אין א גאר אלטע געביידע, וואס האט באלאנגט צו א אידישע פאמיליע. צוליב וואס מען האט געפונען אין דעם הויז אידישע ארטיקלען. ווי אויך א מקוה. 


אויך האט מען געפונען מטבעות מיט אויפשריפטן 'על החופש של ציון' און 'לשנתיים המרד'  וואס איז לכאורה פון די צייטן פון דע רומישע אויפשטאנד. 


נאך איבער מטבעות חשמונאים קוקט דא. 

קרעדיט ספוסמן 


viewtopic.php?f=63&t=20006&hilit=מטבעות+חשמונאים
צוגעלייגטע
3-725x543.jpg

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דאנארשטאג יוני 09, 2016 10:59 am

טריסקער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:א הערצליכע יישר כח. גיי אן.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דאנארשטאג יוני 09, 2016 11:09 am

בוידעם האט געשריבן:בענקעל, איך שעם מיך פון מיר אליין, איך האב זייער הנאה פון דיינע ארכעלאגישע ווערק, אבער איך האב מיר נאך קיינמאל נישט באדאנקט. א חרפה.

א הערצליכע יישר כח. גיי אן.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג יוני 09, 2016 3:24 pm

וויאזוי ׳טרעפט׳ מען?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 09, 2016 3:26 pm

אז מען גראבט טרעפט מען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג יוני 09, 2016 3:30 pm

בן נון האט געשריבן:וויאזוי ׳טרעפט׳ מען?


געשמאקער ווייסט

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג יוני 09, 2016 3:56 pm

בוידעם האט געשריבן: איך שעם מיך פון מיר אליין,


דארף מען זעהן וויאזוי מ'קען ארבעטן אויסצורייסן די בושה, ס'איז זייער נישט געזונט זיך ארוםצודרייען אזוי, אויב מ'נעמט נישט קער באצייטענ'ס קען עס אנווערשאפטן ערענסטע דיפרעסיע, און כל שאר מרעין בישין.

עניוועי האט נישט קיין שייכות צו וואס בענקל ברענגט דא אראפ, אזוי געשמאק און אינפארמאטיוו, שכויעח
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג יוני 30, 2016 9:29 am

ארכעאלאגן און היסטאריקער האבן נעכטן געמאלדן איינס פון די סאמע גרעסטע אנטדעקונגען איבער'ן צווייטן וועלט קריג פון די לעצטערע יארם, זאגנדיג אז זיי האבן אנטדעקט א 100-פוס לאנגן טונעל אין פּונאר, נישט ווייט פון ווילנא, ליטע, וואס דער טונעל איז געגראבן געווארן דורך אידן ביים צווייטן וועלט קריג, וועלכע האבן געזוכט צו אנטלויפן פון די ברוטאלע נאציס ימ"ש.

אזויפיל ווי 70 טויזנט אידן זענען אומגעברענגט געווארן דורכן דערשאסן ווערן אין די וועלדער פון פּונאר, נאכ׳ן געהאלטן ווערן אין דערנעבנדיגע לאגערן. די אידן זענען באהאנדלט געווארן אויף א גאר ברוטאלן פארנעם דורך די נאציס אין ווילנא און די לאקאלע גוים וועלכע האבן קאלאבארירט און ארויסגעהאלפן די נאציס. די אידן פלעגן ווערן געצווינגען צו גראבן ריזיגע גריבער, וועלכע זענען שפעטער גענוצט געווארן מאסן קברים פאר די צענדליגער טויזנטער אידן וועלכע זענען קאלטבלוטיג געשאסן געווארן שטייענדיג אויסגע'שורה'ט ביים עפענונג פון די מאסן קברים.

די געשיכטע איבער'ן געטראפענעם טונעל גייט אז א גרופע פון 80 אידן האבן צוזאמגעשטעלט א פלאן אז זיי וועלן גראבן אן אונטערערדישן טונעל און דורכדעם אנטלויפן. שטילערהייט יעדע נאכט האבן זיי געגראבן דעם אונטערערדישן טונעל, נאך אן אינטש און נאך אן אינטש, מיט אייזענע לעפלעך. למעשה האבן בלויז 11 אידן באוויזן זיך סוקסעספול צו באפרייען און זענען אנגעקומען אין איינס פון די דערנעבנדיגע וועלדער, וואו זיי האבן זיך אנגעשלאסן מיט די פּארטיזאנער און געקעמפט קעגן די נאציס.

קול העולם אידיש

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג יוני 30, 2016 4:58 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:למעשה האבן בלויז 11 אידן באוויזן זיך סוקסעספול צו באפרייען און זענען אנגעקומען אין איינס פון די דערנעבנדיגע וועלדער, וואו זיי האבן זיך אנגעשלאסן מיט די פּארטיזאנער און געקעמפט קעגן די נאציס.

כפי ששמעתי האבן 12 אידן מצליח געווען זיך צו ראטעווען.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג יולי 18, 2016 10:40 am

עס האט זיך אנגעזאמעלט אביסל ארכילאגישע נייעס, פון די לעצטע שטיק צייט. וואס יעדע פאר זיך פארדינט זיך א ברייטע ארטיקעל. אבער מען קומט נישט אן דערצו מחוסר הזמן. וועט מען עס מאכן בקיצור נמרץ.
ואתכם הסליחה.
צוגעלייגטע
1466002978202612383005.jpg
ריזיגער כנען'נישער בית הקברות, נעבן בית לחם. ווערט געשאצט 4200 יאר אלט.
1466002978202612383005.jpg (36.67 KiB) געזעהן 2076 מאל

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג יולי 18, 2016 10:43 am

קאלעקציע
צוגעלייגטע
1466003174076-267519441.jpg
14660031838281518903369.jpg
1466003195653594774154.jpg

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג יולי 18, 2016 10:49 am

א קאלעקציע פון טעפיכער פון די צייטן פון דוד און שלמה המלך. איז געפונען געווארן ביי א קופער מינע. אין עמק ערבה. וואס איז אין דרום ארץ ישראל.
צוגעלייגטע
1466003151361-1944361218.jpg

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג יולי 18, 2016 10:55 am

א שטיין איינגעקריצט מיט יוונישע אויתיות אז גוים זאלן נישט ארויף גיין אויפ'ן מקום המקדש.
צוגעלייגטע
14660027740621802311710.jpg
1466002802774-1844592352.jpg

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג יולי 18, 2016 11:00 am

שכח בענקל ברענג נאך,
בענקעל האט געשריבן:עס האט זיך אנגעזאמעלט אביסל ארכילאגישע נייעס, פון די לעצטע שטיק צייט. וואס יעדע פאר זיך פארדינט זיך א ברייטע ארטיקעל. אבער מען קומט נישט אן דערצו מחוסר הזמן. וועט מען עס מאכן בקיצור נמרץ. ואתכם הסליחה.
1466002978202612383005.jpg
ריזיגער כנען'נישער בית הקברות, נעבן בית לחם. ווערט געשאצט 4200 יאר אלט.
1466002978202612383005.jpg (36.67 KiB) געזעהן 2037 מאל


אגב
דאס מיינט ממש נאכן מבול... (אלף תרנ"ו איז געווען די מבול, דאס איז 4120 יאר צוריק)
אגב וויאזוי ווייסט מען אז עס איז א כנענישע בית הקברות?
דעמאלטס איז דאך געווען וַיְהִי כָל-הָאָרֶץ, שָׂפָה אֶחָת, וּדְבָרִים, אֲחָדִים.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג יולי 18, 2016 11:04 am

בענקעל האט געשריבן:א שטיין איינגעקריצט מיט יוונישע אויתיות אז גוים זאלן נישט ארויף גיין אויפ'ן מקום המקדש.

זייער אינטעסאנט, דאס מיינט אז עס איז געליגען אויפן הר הבית, אדער ס'זענען געווען נאך פלעצער ווי ס'זענען געווען א זעלכע טאוולען?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג יולי 18, 2016 11:15 am

מארמאור שטיינער מיט זיבן שורות פון אראמיש און לשון קודש, געפונען נעבן ים כנרת. איז געשאצט, א געוועזענע בית הכנסת פון די ביזענעטיען(?)(רוים) אימפעריע
צוגעלייגטע
IMG_20151211_112606-1-635x357.jpg
rps20160718_111406.jpg


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, Google [Bot], oh vei, Zeltzer, א גוטן, אחד מהחבורה, חטאת הקהל, כאניש וואס צו טון, משהלע, נחוניא, נעם אין אכט, שמעלץ טאפ און 45 געסט