ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

איז דא דארט די ך און ף?
#בשיטה נישט
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

זייער אינטערסאנט, דא לייג איך ביי דער ארגינעלער ריסוירטש פאפירן פון די גרופע פארשער וואס האבן עס אנטדעקט ווי מען קען ליינען פונקטליך וויאזוי זיי האבן עס צוריק געברענגט

עין גדי - תורה

ביז יעצט איז געווען די עלטסטע די מגילות ים המלח, וואס אין זיי איז דא געוויסע שינויים פון אונזער מסורה'דיגע ספרי תורה, יעצט האט מען געטראפן צום ערשטן מאל א מסורה'דיגע ספר תורה אזוי פרי ווי אין די צייטן פונעם חורבן בית שני אדער לכל היותר א 300 יאר נאכדעם.

אויך איז גאר אינטערסאנט אז זיי האבן צוריקגעברענגט אזוי קלאר אפילו ס'איז שוין געווען שטארק פארברענגט, די טעכנעלאגיע וועט גענוצט ווערן אויף נאך אסאך אנדערע זאכן
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נו שוין האט געשריבן:איז דא דארט די ך און ף?


ענדע מ"ם קען מען קלאר זען ביי "קרבנכם", ענדע ך קען איך נישט קלאר שטעלן, פון זייער איבערזעצונג קוקט אויס אז ביי "וסמך" זעט מען דעם ענדע ך אפילו רוב ווארט איז פארברעענט

בילד

ביטע אינאכט נעמען אז אין די בילד איז דא א שם
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

1289099549.jpg
וואסער טויכער, טוענדיג פארש ארבייט ביי די בארטן פון טל דר. האבן אנדעקט א גרויסע שטיין געשאצט צו זיין 1900 יאר אלט. אין די אפגרונד פונעם ים התיכון. די שטיין איז געווארן אויפגעדעקט, נאך א אונטער-וואסער שטורעם וואס האט צעשאקלט די ים פלאך ארום פונעף פוס טיף.

די שטיין איז אריינגעקריצט מיט ווערטער אין די גריכישע שפראך. נאכ'ן אפרייניגן דעם שטיין, האט זיך אנטפלעקט א פון פאראויס אומבאקאנטע נאמען פון איינע פון די פירער'ס פון יהודה אין די צייטן פון פאר די בר כוכבא רעוואלט.

גארגיליוס אנטיקוואס

עס ליינט בערך אזוי:
"די שטאט פון דר, באעהרט מארקוס פאקסיוס, זון פון פובליוס, סילוואנוס קווינטוס קארעדיוס גאללוס גארגיליוס אנטיקוואס, גענעראל פון דער פראווינץ פון יהודה, ווי אויך  [...] פון דער פראווינץ פון סיריע, און פאטראן פון די שטאט פון דר ".

די שטיין איז אנטדעקט געווארן אין יאנואר 2016 אנגעקלעבט מיט ים אינסעקטן. עס קוקט אויס ווי דאס איז געווען א גרונד- און האט זיך אפגעבראכן - פון א גרעסערע סטאטוע. עס וועגט ארום 1300 פונט. עס געפונט זיך אין די חיפה אינעווערסיטעט לייברערי.
rps20170104_101942.jpg
rps20170104_101925.jpg
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אן אומגעווענטליכע געפונס אין תל סירן, וואס איז איטליכע מייל צפון-מעריב, פון עמון ירדן. אין 1972 האט מען דארט געפונען ביי די ארכעאלאגישע גרובינגן, א פיר אינטשיגער בראנדז פלעשל, איינגעקריצט אין די עמונ'ישע שפראך:

מעבד עמינדב מלך בנ עמן- עבודת עמינדב מלך בני עמון
בנ הצלאל מלך בנ עמן- בן חצלאל מלך בני עמון
בנ עמנדב מלך בנ עמן- בן עמינדב מלך בני עמון
הכרם והגנת והאתר- הכרם והגינות והמקדש
והעשת- והתעלה
יגל וישמח
ביומי רבם ובסנת בימים רבים ובשנים
רחקת- רחוקות

עס איז געשאצט צו זיין פון 6 אדער 7 יאר-הונדערט bce. תחילת אלף השלישי.

פלאש עמון.jpg
כתב עמונית.jpg
כתב עמונית.jpg (45.45 KiB) געזען 5111 מאל
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

כתב העברי רגיל
לעב און לאך א גוטס
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

שעמעדיגער האט געשריבן:כתב העברי רגיל

הכתב כתב עברי, והלשון לשון-עמון. וקרובם.
כתב בלשון עמון.jpg

מַעְבָּדֵ עַמִנָדָב מֶלֶךְ בְּנֵעַמֹן
בֶּן הִצִלְאֵל מֶלֶךְ בְּנֵעַמֹן
בֶּן עַמִנָדָב מֶלֶךְ בְּנֵעַמֹן
הַכֶּרֶם. וְהַגִנָת. וְהָאֶתְחָר
וְאָשֻחָת
יָגִל וְיִשֹמַח
בְּיוֹמֹת רַבִּם וְשָנֹת
רְחֹקֹת

"מעבד": די ארבייט פון...
"והאתחר" "ואשחת": ביידע מיינען א זאמלונג פון וואסער.
"יגיל וישמח בימים רבים ושנים רחוקות"

***
עס איז דא א שטיין וואס איז אויך אריינגעקריצט אין די עמונ'ישע שפראך. די צוויי געפונסן איז אלעס וואס מען האט געטראפן בלשון עמון.

"כתב מצודות עמון". עס איז פון די 9'טע אדער אנהייב 8'טע יאר-הונדערט. דער מלך עמון שרייבט אז זיין אפגאט האט אים באפוילן צו בויען "מבואות סובבות".
ammcit.jpg

  ]לכם. בנה. לך. מבאת. סבבת[
  ]. ככל. מסבב. לך. מתימתן[
  ]כחד. אכחדם. וכל. מערב[
  ]ובכל. סדרת ילנן צדק[
  ]ל. תדלת. בדלת. בטן כרה[
  ]נה. תשתע. בבן. אלם.[
  ]וש[] ]ה. ונ[
  ].שלם. לך ושל[ם
כתב מצודות רבת עמון.jpg

וַיֹאמֶר לִי מִ]לְכֹּם. בְּנֵה. לְךָ. מְבֹאֹת. סֹבְבֹת[
]. כִּכָל. מְסֹבֵב. לְךָ. מֹת יְמֻתֻן[
הַ]כְּחֵד. אַכְּחִדֵם. וְכָל. מַעֲרִב[
]ובְכֹל. סְדֵרֹת יְלֹנֵן צֶדֶק[
תִנְעַ]ל. תַדֶלֶת. בְּדֶלֶת. בֶּטֶן כרה[
הִ]נֵה. תִשְתַע. בְּבֶן. אֵלִם.[
]וש[] ]ה. ונ[
].שָלֹם. לְךָ וְשָלֹ[ם לְבֵיתְךָ
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

עס קען זיין אז עס שטייט אין דער צווייטע שורה "עלך" און נישט "לך"

עס קען זיין אז עס שטייט איןדער פינפטע שורה "כבה" נישט "כרה"

און דער לעצטע (אכטע שורה) זעהט אויס ווי ס'טזי דא א "ו" פאר דער ווארט "שלם"

דער ערשטע שורה זעהט מען קוים א "כם", איז מהיכי תיתי אז עס שטייט "מלכם" און אפילו אויב עס שטייט מלכם קען עס דאך מיינען "ענקער קעניג" איז פון וואנעט נעמען זיי צו זאגען אז עס מיינט אז דער אפגאט האט באפוילען, אפשר הא טדער קעניג באפוילען ווי דער אפטייטש פון מלכם איז?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

די שריפט פון די כתב השילוֹחַ איז פון די זעלבע סארט אויתיות. עס איז געווארן אריינגעקריצט אין די וואנט פונעם שילוח טונעל. עס טוט אנדייטן די פלאץ וואו די גרובערס האבן זיך געטראפן ביים גרובן די טונעל, וואָס פירט וואסער פונעם מי גיחון פון מזרח אינדרויסן פון עיר דוד, צום שילוח קוואל, וואס איז דרומית-מערבית פון עיר דוד.
250px-Shiloach.jpg
250px-Shiloach.jpg (12.08 KiB) געזען 4916 מאל

עס איז מעגליך אז עס איז פון די מלחמה מיט סנחריב, ווען חזקיהו המלך האט אוועקגעדרייט די וואסער פון אנקומען צו סנחריב'ס מיליטער.

די טונעל איז אנדעקט געווארן אין 1838. אבער די שטיין איז הערשט אנטדעקט געווארן אין 1880, און ארויס געשניטן פון איר פלאץ אין 1891.
750px-Siloam_script22.jpg

תמה הנקבה. וזה היה דבר הנקבה: בעוד החוצבים מניפים את
הגרזן אלה לקראת אלה, וכשנשארו רק שלוש אמות להינקב, נשמע קול איש
קורא אל רעו מקבוצה לקבוצה, כי הייתה זדה בסלע מימין ומשמאל. וביום
שבו הושלמה הנקבה, הכו החוצבים איש לקראת רעו גרזן לקראת גרזן. ויזרמו
המים מן המוצא אל הבריכה לאורך 1,200 אמה,
ומאה אמה היה עומק הסלע מפני השטח מעל ראש החוצבים.

מלכים ב כ: כ
ויתר דברי חזקיהו וכל גבורתו ואשר עשה את הברכה ואת התעלה ויבא את המים העירה הלא הם כתובים על ספר דברי הימים למלכי יהודה

דברי הימים ב
ג: ויועץ עם שריו וגבריו לסתום את מימי העינות אשר מחוץ לעיר ויעזרוהו 
ד: ויקבצו עם רב ויסתמו את כל המעינות ואת הנחל השוטף בתוך הארץ לאמר למה יבואו מלכי אשור ומצאו מים רבים 

נקבת השילוֹחַ
נקבת השילוֹחַ
250px-Siloam81.jpg (34.94 KiB) געזען 4913 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

SPUSMN האט געשריבן:. . . .

דער ערשטע שורה זעהט מען קוים א "כם", איז מהיכי תיתי אז עס שטייט "מלכם" און אפילו אויב עס שטייט מלכם קען עס דאך מיינען "ענקער קעניג" איז פון וואנעט נעמען זיי צו זאגען אז עס מיינט אז דער אפגאט האט באפוילען, אפשר הא טדער קעניג באפוילען ווי דער אפטייטש פון מלכם איז?

דו ביסט גערעכט. עס איז דא פארשידענע ווערסיעס אויף די ווערטער. די ח' ט' און ע' זענען צווייפעלדיג. דאס וואס מיר ברענגן דא איז לויט איין ווערסיע. און אויף יעדע ווארט איז דא מקורות פון אנדערע פלעצער.

אויף "מלכם" איז דא פסוקים אין תנ"ך. ספעציעל די צוויי פסוקים פון מלאכים א' יא:

ה וַיֵּ֣לֶךְ שְׁלֹמֹ֔ה אַחֲרֵ֣י עַשְׁתֹּ֔רֶת אֱלֹהֵ֖י צִדֹנִ֑ים וְאַחֲרֵ֣י מִלְכֹּ֔ם שִׁקֻּ֖ץ עַמֹּנִֽים:

לג יַ֣עַן | אֲשֶׁ֣ר עֲזָב֗וּנִי וַיִּֽשְׁתַּחֲווּ֘ לְעַשְׁתֹּרֶת֘ אֱלֹהֵ֣י צִֽדֹנִין֒ לִכְמוֹשׁ֙ אֱלֹהֵ֣י מוֹאָ֔ב וּלְמִלְכֹּ֖ם אֱלֹהֵ֣י בְנֵֽי־עַמּ֑וֹן וְלֹֽא־הָלְכ֣וּ בִדְרָכַ֗י לַעֲשֹ֨וֹת הַיָּשָׁ֧ר בְּעֵינַ֛י וְחֻקֹּתַ֥י וּמִשְׁפָּטַ֖י כְּדָוִ֥ד אָבִֽיו:
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א יישר כח בענקעל

אז מען איז דאס משוה צו פסוקים איז דאך א אנדערע זאך. איך האב געמיינט אז מען האט דאס געטראפען אין עמון (היינטיגע ירדן); דערווייל זעהט אויס אז מען האט עס געטראפען אין ארץ ישראל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ניין מען האט עס געטראפן אין 1961 ביי די "חורבות מצודת עמון" amman Citadel.
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

בענקל טייערע קודם שקויעך אבער כבין גאנצע צומישט.. די עמונישע אימפעריע האט זיך באנוצט מיט לשון הקודש ווי ויאמר וכדו'? זיי האבן גענוצט אידישע אותיות? זיי האבן נישט געהאט אן אייגען שפראך
לעב און לאך א גוטס
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

שעמעדיגער האט געשריבן:בענקל טייערע קודם שקויעך אבער כבין גאנצע צומישט.. די עמונישע אימפעריע האט זיך באנוצט מיט לשון הקודש ווי ויאמר וכדו'? זיי האבן גענוצט אידישע אותיות? זיי האבן נישט געהאט אן אייגען שפראך
וואס איז די וואונדער. עמון האט פון די עלטסטע היסטאריע מיט אידן.
ערשטנס. עמון, לאמיר נישט פארגעסן שטאמט פון פעטער לוט. מן הסתם האט ער גערעדט די שפראך פון אברהם אבינו.

שנית. די אידן האבן פאר יארן געפירט גרויסע מלחמות און געוועלטיגט איבער עמון. אנגעהויבן פון שאול המלך.
— ספר שמואל א', פרק י"א, פסוק י"א
וַיְהִי מִמָּחֳרָת, וַיָּשֶׂם שָׁאוּל אֶת-הָעָם שְׁלֹשָׁה רָאשִׁים, וַיָּבֹאוּ בְתוֹךְ-הַמַּחֲנֶה בְּאַשְׁמֹרֶת הַבֹּקֶר, וַיַּכּוּ אֶת-עַמּוֹן עַד-חֹם הַיּוֹם; וַיְהִי הַנִּשְׁאָרִים וַיָּפֻצוּ, וְלֹא נִשְׁאֲרוּ-בָם שְׁנַיִם יָחַד..

דוד המלך האט איינגענומען מואב. עוזיה און זיין זוהן יותם המלך, האבן געוועלטיגט אויף עמון . און עמון האט זיי פאר יארן געצאלט שווערע שטייערן. די כנענים האבן אויך געהאט אן ענליכע שפראך.


mesha stele.JPG

די "מצבת מישע" שריפט איז זייער ענליך צו עמון אדער מעגליך די זעלבע.
עס איז באקאנט געווארן דורך א דייטשער גלח אין 1868. עס איז געגאסן געווארן אלס א מכתב זכרון פאר כמוש די אפגאט פון מוֹאָב פאר מישע מלך מוֹאָב, אין די שטאט דיבון, ווי ער גרויסט זיך אויף די נצחונות וואס ער האט געהאט קעגן די מלכי ישראל. נאך דעם וואס אַחְאָב איז געשטארבן, האט מוֹאָב(מהדבא) זיך געוואלט באפרייען פון זיין אינטערדרוקט אינטער די מלכי ישראל. ווי עס שטייט אין מלאכים ב פרק ג: ד
"וּמֵישַׁע מֶלֶךְ מוֹאָב הָיָה נֹקֵד וְהֵשִׁיב לְמֶלֶךְ יִשְׂרָאֵל מֵאָה אֶלֶף כָּרִים וּמֵאָה אֶלֶף אֵילִים צָמֶר. וַיְהִי כְּמוֹת אַחְאָב וַיִּפְשַׁע מֶלֶךְ מוֹאָב בְּמֶלֶךְ יִשְׂרָאֵל"
מצבת מישע.jpg
1.      אנך. משע. בן. כמש.. . מלך. מאב. הד
2.      יבני | אבי. מלך. על. מאב. שלשן. שת. ואנך. מלך
3.      תי. אחר. אבי | ואעש. הבמת. זאת. לכמש. בקרחה | במ[ת. י]
4.      שע. כי. השעני. מכל. המלכנ. וכי. הראני. בכל. שנאי | עמר
5.      י. מלך. ישראל. ויענו. את. מאב. ימן. רבן. כי. יאנף. כמש. באר
6.      צה | ויחלפה. בנה. ויאמר. גמ. הא. אענו. את. מאב | בימי. אמר. כ[...]
7.      וארא. בה. ובבתה | וישראל. אבד. אבד. עלמ. וירש. עמרי. את א[ר]
8.      צ. מהדבא | וישב. בה. ימה. וחצי. ימי. בנה. ארבענ. שת. ויש
9.      בה. כמש. בימי | ואבן. את. בעלמען. ואעש. בה. האשוח. ואבן
10.     את. קריתן | ואש. גד. ישב. בארץ. עטרת. מעלם. ויבן. לה. מלך. י
11.     שראל. את. עטרת | ואלתחם. בקר. ואחזה | ואהרג. את. כל. העם.
12.     הקר. רית. לכמש. ולמאב | ואשב. משמ. את. אראל. דודה. ואס
13.     חבה. לפני. כמש. בקרית | ואשב. בה. את. אש. שרן. ואת. אש
14.     מחרת | ויאמר. לי. כמש. לכ. אחז. את. נבה. על. ישראל | וא
15.     הלך. הללה. ואלתחם. בה. מבקע. השחרת. עד. הצהרם | ואח
16.     זה. ואהרג. כלה. שבעת. אלפן. גברן. ו[גר]ן | וגברת. וגר
17.     ת. ורחמת | כי. לעשתר. כמש. החרמתה | ואקח. משם. א[ת. כ]
18.     לי. יהוה. ואסחב. המ. לפני. כמש | ומלך. ישראל. בנה. את
19.     יהצ. וישב. בה. בהלתחמה. בי | ויגרשה. כמש. מפני | ו
20.     אקח. ממאב. מאתן. אש. כל. רשה | ואשאה. ביהץ. ואחזה.
21.     לספת. על. דיבן | אנך. בנתי. קרחה. חמת. היערן. וחמת
22.     העפל | ואנך. בנתי. שעריה. ואנך. בנתי. מגדלתה | וא
23.     נך. בנתי. בת. מלך. ואנך. עשתי. כלאי. האש[וח למי]ן. בקרב
24.     הקר | ובר. אן. בקרב. הקר. בקרחה. ואמר. לכל. העם. עשו. ל
25.     כם. אש. בר. בביתה | ואנך. כרתי. המכרתת. לקרחה. באסר
26.     [י]. ישראל | אנך. בנתי. ערער. ואנך. עשתי. המסלת. בארנן.
27.     אנך. בנתי. בת. במת. כי. הרס. הא | אנך. בנתי. בצר. כי. עין
28.     ----- ש. דיבן. חמשן. כי. כל. דיבן. משמעת | ואנך. מלך
29.     ת[י] ----- מאת. בקרן. אשר. יספתי. על. הארץ | ואנך. בנת
30.     [י. את. מה]דבא. ובת. דבלתן | ובת. בעלמען. ואשא. שמ. את. [...]
31.     --------- צאן. הארץ | וחורנן. ישב. בה. ב
32.     --------- אמר. לי. כמש. רד. הלתחם. בחורנן | וארד
33.     ---------[ויש]בה. כמש. בימי. ועל[...]. משמ. עש
34.     -------------- שת. שדק | וא


אָנֹךִ (=אנוכי) מֵשַע בֶּן כּמֹשִ[ית] מֶלֶך מֹאָב הַדִ
יבֹנִי. אָבִי מָלַך עַל מֹאָב שְלֹשִן שָת (=שלושים שנה) וְאָנֹךִ מָלַכְ
תִי אַחַר אָבִי. וָאַעַש אֶת הַבָּמָת(הבמה) זֹאת לִכְמֹש בַּקִרְחֹה (מצודת העיר) בָּמַ[ת יֵ]
שַע כִּי הֹשִעַנִי מִכָּל הַמְלָכִן וְכִי הֶרְאַנִי בְּכָל שׂנְאַי (במפלת שונאי). עָמְרִ
י מֶלֶך יִשְרָאֵל, וַיְעַנוּ אֶת מֹאָב יָמִן רַבִּן (=ימים רבים), כִּי יֶאֱנַף כּמֹש בְּאַרְ
צֹה. וַיַחֲלִיפֹה בּנֹה (הוא אחאב) וַיֹאמֶר גַם הֻא: אֲעַנֵו אֶת מֹאָב. בְּיָמַי אָמַר כֵּ[ן].
וַאֵרֶא בֹּה (=במפלתו) וֻבְּבֵתֹה. וְיִשְרָאֵל אָבֹד אָבַד עֹלָם (=לְעולמים). וַיִרַש עֹמְרִי אֶת אֶרֶ
ץ מְהֵדְבָא, וַיֵשֶב בָּה יָמֵהֻ וַחֲצִי יְמֵי בּנֹה אַרְבָּעִן שָת, וַיְשִ
בֶהָ כּמֹש בְּיָמַי. וָאֵבֶן אֶת בָּעַלְמְעֹן וַאַעַש בָּה הָאָשוּח (=מאגר מים). וַאֵבֶן
אֶת קִרְיָתֵן. וְאִש גָד יָשַב בְּאֶרֶץ עֲטָרֹת מֵעֹלָם. וַיִבֶן לֹה מֶלֶך יִ
שְרָאֵל אֶת עֲטָרֹת. וַאֶלְתָחֵם (ואלחם) בַּקִר (=בעיר) וַאֹחֲזֶהָ (ואחזתי בה), וַאֶהֱרֹג אֶת כָּל הָעָם [..מ
הַקִרְיָת לִכְמֹש וּלְמֹאָב. וָאֵשְבְּ (=שביתי) מִשָם אֶת אֲרִאֵל (גיבור במואבית, ראה שמואל ב', כ"ג, כ') דָוִדֹה (אולי גבור מלכות יהודה מבית דוד שבא לסייע לישראלים), וַאֶסְ
חֲבֵהֻ לִפְנֵי כּמֹש בַּקִריָת. וָאֹשִב בָּה אֶת אִש שָרֹן וְאֶת אִש
מָחֳרָת (שם מקום). וַיֹאמֶר לִי כְּמֹש: לֵךְ אֱחֹז אֶת נְבֹה (נבו, משבט ראובן) עַל יִשְרָאֵל. וַאֶ
הֱלֹך בַּלֵּלָה וַאֶלְתָחֵם בָּה מִבְּקֹעַ הַשַחֲרִת עַד הַצָהֳרָם וַאֹחֲ
זֶהָ, וַאֶהֱרֹג כֻּלָה, שִבְעַת אֲלָפִן גְבָרִן וְגֻרִן (=גורים, ילדים) וּגְבָרֹת וְגֻרֹ
ת (=גורות, ילדות) וּרְחָמֹת (=עלמות בתולות), כִּי לְעַשְתָר כְּמֹש (האלה אשת כמוש) הֶחֱרַמְתִהָ. וַאֶקַח מִשָם אֶ[ת כְּ]
לֵי יהוה וַאֶסְחַבהֵם לִפְנֵי כְּמֹש. וּמֶלֶךְ יִשְרָאֵל בָּנָה אֶת
יַהַץ וַיֵשֶב בָּה בְּהִלְתָחֲמֹה (בהלחמו) בִּי, וַיְגַרְשֵהֻ כְּמֹש מִפָּנַי. וָ
אֶקַח מִמֹאָב מָאתֵן (מאתיים) אִש כָּל רָשֵהֻ (=ראשיה או העניים שלה-רשיה) וָאֶשָאֵהֻ בְּיַהַץ וַאֹחֲזֶ הָ
לָסֶפֶת (בנוסף) עַל דִיבֹן. אָנֹךִ בָּנִתִי (את) קִרְחֹה (=העיר), (את) חֹמַת הַיַעֲרֵן (מביצורי העיר), וְחֹמַת
הָעֹפֶל (=המצודה). וְאָנֹךִ בָּנִתִי (את) שְעָרֵיהָ וְאָנֹךִ בָּנִתִי (את) מִגְדְלֹתֶהָ (המגדלים שלה), וְאָ
נֹךִ בָּנִתִי בֵּת מֶלֶךְ (בית המלך), וְאָנֹךִ עָשִתִי (את) כִּלֵאי הָאָש[וּחַ לְמַ]יִן (סכר למאגר מים) בְּקֶרֶב
הַקִר (העיר). וּבֹר אֵן בְּקֶרֶב הַקִר בּקִרְחֹה. וַאֹמַר לְכָל הָעָם: עֲשוּ לָ
כֶם אִש בֹּר בְּבֵתֹה. וְאָנֹךִ כָּרִתִי הַמִכְרְתָת (מפעל מים) לַקִרְחֹה (לעיר) בְּ(עזרת) אַסִרֵ
י יִשְרָאֵל. אָנֹךִ בָּנִתִי (את) עֲרֹעֵר, וְאָנֹךִ עַשִתִי (את) הַמְסִלָת (הדרך) בְּאַרְנֹן.
אָנֹךִ בָּנִתִי בֵּת בָּמֹת (בית במות) כִּי הָרֻס הֻא. אָנֹךִ בָּנִתִי (את) בֶּצֶר כִּי עִיִן (עיים=הרוסים)
[הִא בְּאִ]ש דִיבֹן חֲמִשִן (הושיב בדיבון חמשים משפחות), כִּי כָל דִיבֹן מִשְמַעַת (נשמעת לי). וְאָנֹךִ מָלַכְ
תִ[י ..] מְאַת בַּקִרִן אֲשֶר יָסַפְתִי (=סיפחתי) עַל הָאָרֶץ. וְאָנֹךִ בָּנִתִ
[י (את) מְהֵ]דְבָא, וְדִבְלָתֵן (דבלתיים) וּבֵת בַּעַלְמְעֹן, וָאֶשָא שָם אֶת
...] צֹאן הָאָרֶץ. וְחוֹרֹנֵן (חורֹנים) יָשַב בָּה ב[...
...וַיֹ]אמֶר לִי כְּמֹש: רֵד הִלְתָחֵם בְחוֹרֹנֵן. וַאֵרֵד [וַאֶלְתָחֵ
ם בַּקִר וַאֹחֲזֶהָ וַיְשִבֶ]הָ כְּמֹש בְּיָמַי. ועל [ ] משם עש[
...]שת שדק וא[
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

Wow!
לעב און לאך א גוטס
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

דאס איז א מומחיות מפענח צו זיין!
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

אבנארמאל אינטרעסאנט. יישר כח. זיבעצן לייקס מינימום.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

שואלכענין האט געשריבן:דאס איז א מומחיות מפענח צו זיין!


עס איז נישט געווען אזוי איינפאך. אין 1868 איז דער דייטשער גלח און מיסיאנער 'פרידריק אוגוסטוס קליין' געווען אויף א רייזע אין ירדן. ער האט זיך דארט באפריינדעט מיט די בעדאינער. און זיי האבן איהם אנטפלעקט א געהיימעניס, וואס מען האט קיינמאל נישט פארציילט פאר פרעמדע באזוכער. זיי האבן איהם פארציילט אז עס איז דא אן אלטער שטיין מיט א פארהוילענע שריפט וואס קיינער קען עס נישט ליינען.

זיי האבן איהם געפיהרט צו אן ארט נעבן דעם דערפעל דיבון. דארט האט ער געזעהן א גלאנציגע דענקמאל באסאלט-שטיין. וואס טראץ שטייענדיג אונטערן בלויזן הימל, איז עס געווען א געהיימעניס פאר אלע פרעמדע באזוכער אין די געגנט. די אנטדעקונג איז אנגעקומען צו די אויערן פונעם פראנצויזישן ארכולאג שארל קלערמאנט-גאננעאו.

גאננעאו האט זייער געוואלט באקומען א קאפי פון די שריפט פונעם שטיין. ער האט אבער מורא געהאט אליינס צו פארן. האט ער געשיקט אן אראבישער שליח יאַקאָוב קאַראַוואַקקאַ, אין די באגלייטונג פון צוויי רייטער אים צו היטן, ער זאל מיט ספעציעלע מאטריאל ארויף גיסן אויף די איינקריצונג (papier-mâché), כדי צו קאפירן די שריפט.

בשעת די קאפירן פראצעדור האט אויסגעבראכן א שטורמישער געשלעג צווישן די בעדאינער און איינע פון די רייטער איז פארוואונדעט געווארן. זיי זענען שנעל אנטלאפן פון דארט, און נאך עספייעט צו אראפ כאפן די נאך פייכטע קאפיר מאטריאל, ווען עס ווערט אויך צושטיקעלט.

דערנאך האט גאננעאו אינטערווענירט ביי די אטאמענער זיי זאלן לייגן דרוק אויף די בעדאינער, זיי זאלן איהם פארקויפן די שטיין. די בעדאינער פאר גרויס כעס - אז די אטאמאן רעגירונג מישט זיך אריין - אונטער געצונדן דעם שטיין און דערנאך ארויף געגאסן אויף דעם קאלט וואסער און צעשמעטערט די שטיין.

מען האט שפעטער צוזאם געקליבן די שטיינער וואס איז פארבליבן גאנץ, און צוזאמען מיט די ארגינעלע שטיינער און וואס מען האט קאפירט, צוריק אויף געבויט א נייע שטיין מיט די גאנצע שריפט. אויפ'ן בילד קען מען זעהן די חילוק. די ארגינעלע שטיין איז מער ברוין. און די נייע איז מער שווארץ, די קאליר וואס עס איז געווען ארגינעל.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

שעמעדיגער האט געשריבן:כתב העברי רגיל

נישט ממש, אלע שריפטן שטאמען און ענדלן צום כתב עברי.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

באטראכט'ענדיג די ווערטער פונעם "מצבת מישע" כאפט א געדאנק. וויפיל מאל עס שטייט "אנוך". וויפיל דארף מען רעדן פון זיך, צולאזן וויסן אז מען איז עפעס. וואס אנכי'ט ער אזויפיל דער "בעל גאה".

מיר האבן יעצט געליינט אין די פרשה, וואו דער מלך מלכי המלכים הקב"ה, האט געזאגט איינמאל "אנכי", און דאס האט אפגעדינערט אין די גאנצע וועלט, אז יעדע בריה איז דערציטערט געווארן.

***
עכ"פ.

אין 2011 האט אין א קאנסטראקשען ארבייט געפונען א פעמון פון ריין גאלד. די גלעקל איז געפונען געווארן אין די הויפט אפלויף קאנאל פון ירושלים, וואס פירט די רעגן וואסער פון פארשידענע ריכטונגען צום שילוח.

golden bell.jpg
פעמון זהב.png


(קאמענטארן זענען איבעריג)
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

מגילת הנחושת - the copper scroll

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מגילת הנחושת קודם החתיכה.jpg


די וועלטס גרעסטע "גאלד געיעג" (gold Rush) אדער "טרעזשער האָנטערס" , איז נישט די "גאלדענע באן" אין פוילן. אדער די גאלד-ראָש  פון קאליפארניע. עס איז אומבאקאנטע אוצרות אויסגערעכנט אין א זעלטן טייערע "מגילה". די פארזוכן צו געפונען די אוצרות, ווערט שטארק נאכגעפאלגט דורך פארשידענע גרופעס מיט אנדערע אינטערעסן, און וועט פארבלייבן א פארזוך צו געפונען, עד ביאת גואל בב"א.
אנדערש ווי אלע שריפטן וואס מען האט געפונען אין מדבר-יהודה באקאנט אלץ דעד-סי-סקראולס, וואס זענען געשריבן געווארן אויף פארמעט אדער פאפירוס, איז די שריפט ארויסגעדרוקט אויף א בלעך וואס איז געמאכט פון טייערע ריינע קופפער, און איין פראצענט טין.

די "מגילה הנחושת" אדער "the copper scroll", איז פינף פיס לאנג, מיט אויתיות בולטות. עס איז געפונען געווארן צווישן מערץ 10 און 22 אין יאר 1952 אין קומראן, אין מערה 3, ווען א גרופע פארשער פון די "ראקעפעלער מוזיאם", האבן דארט געטון אונטערזוכונגען אין שליחות פון אמעריקאנע סייענטיסטן. די מגילה איז געפונען געווארן צוטיילט אויף צוויי טיילן, מיט נאך ארום 12 שריפטן, טייל פון כתב עברי. און א לוח חשבון היובלות.

עס איז געהאלטן געווארן אין די מוזיאם פון ארכעאלאגיע אין אמאן, צוליב וואס ירדן איז דאן געווען הערשער איבער קומראן. די מגילה איז געפונען געווארן ראסטיג און האט פון אלטקייט, פארלוירן איר נייטראלע ווייכקייט. פאר פיר יאר האט מען עס נישט געעפענט, אויס מורא אז עס וועט זיך צו ברעכן. איז עס געליגן אין די מוזיאם אזוי ווי מען האט עס געפונען אומבארירט.

"פראפ. קון" זייענדיג אין די מוזיאם,  האט פון אויסערליך דערקענט אז עס איז געדרוקט אין כתב עברי, און דאס באקאנט געמאכט פאר אנדערע דעד-סי-סקראולס פארשער. מען האט פרובירט אויף פארשידענע וועגן עס צו עפענען אנדעם וואס עס זאל פארלוירן גיין, אבער אן ערפאלג. יעדעס מאל מען האט עס פרובירט צו עפענען, האט עס אנגעהויבן זיך צו צוברעקלען.

נאך גרויסע אינטערווענץ פון בריטישע פראפעסארן, ביי די ירדן'ע רעגירונג, איז "פראפ. אלגראו" אפגעפלויגן מיט איינס פון די צוויי טיילן קיין מאנטשעסטער, צו "פראפ. רייט בעקער" פון די "יוניווערסיטי אף מאנטשעסטער".  פראפ. בעקער האט מיט ספעציעלע געצייג - פאבריצירט ספעציעל פאר דעם צוועק - צושניטן די מגילה אין די לענג אויף 24 טיילן. און אזוי איז עס געווארן מפוענח.
copper scroll.jpg

דער ריכטיגער אינהאלט פון די "מגילה הנחושת" האט פארשידענע ווערסיעס, יעדער לויט זיין פארשטאנד, מיט זיינע מקורות. און עס ווערן נאך געשריבן נאך, ביזן היינטיגן טאג. יעדע מאל ווען ארכולאגען טרעפן עפעס אן אלטע אוצר פון געלט אדער כלים, פרובירן אנדערע צו פארגלייכן די פלאץ פונעם געפינס מיט איינע פון די פלעצער אויסגערעכנט אין די מגילה. ווי עס האט פאסירט אין 2005. עס איז נישט די פלאץ דא צו דערמאנען אלע ווערסיעס. אבער איטליכע נאטיצן.

אין 2005 האט מען געפונען אן אוצר אינמיטן גרובן אין א דארף אין מזרח ירושלים, וואס שטימט מיט די אוצר דערמאנט אין די מגילה אלס "עמק עכור". צוליב דעם האט מען באשטימט צו אויספירן נאך זוכונגען ביי "מבצר הורקניה" וואס איז אין מדבר-יהודה, מיט די האפענונג צו געפונען אנדערע אוצרות. אבער מען האט גארנישט געטראפן. די מאסיווע מערות זענען ווייזט אויס געגרובן געווארן דורך די אסורים פון תקופת הורדוס.

די מגילה רעכענט אויס ארום פיר און זעכציג פלעצער פון ריזיגע זאפאסן פון גאלד, זילבער, קופפער, בשמים, מטבעות, און טייערע כלים. עס גיבט פונקטליכע אנווייזונגען ווי אזוי צו געפונען די באהאלטענע אוצרות. עס ווערט געשאצט לויט די היינטיגע וואג אויף אן אסטראנאמישער סכום פון "איבער 120 טאָן".

רוב פון די נעמען פון די מקומות דערמאנט אין די מגילה זענען ניטאמאל באקאנט. אויך ווייסט מען נישט פון וואו די אוצרות קומען און צו וועם עס האט באלאנגט. איז עס א פריוואטע אוצר. איז עס פון בית ראשון. אדער פון בית שני, וואס מען האט באהאלטן אז די רומאים זאלן עס נישט געפונען. אדער, איז דאס דער אוצר בית המקדש השלישי?!

די גרעסטער און לענגסטער יעגער נאך די אוצרות פון די "מגילה הנחושת", איז "דזשים בארפיעלד". ער האט עס גענומען אלץ זיין לעבנס מיסיע, צו געפונען די באהאלטענע אוצרות. נאכ'ן שטודירן די מגילה אדורך און דורך איז ער געקומען צו די מסקנה, אז ער ווייסט פונקטלעך וואו די אוצרות זענען. נאר ער קען נישט אנהייבן גרובן אן "פערמיטן" פון די איזראעלישע רעגירונג. ער האט פארשידענע קאנספיראציעס פארוואס מען לאזט איהם נישט גרובן.

די און נאך פארשידענע טעאריעס זענען דא, יעדער מיט זיין מקור. און מיינונגען וואו יעדע פלאץ וואס איז אויסגערעכנט געפונט זיך.

עס איז דא א מעגליכע פארבינדונג מיט וואס עס ווערט געברענגט אין משניות מס' כלים, וואס איז געדרוקט אין ספר עמק המלך פונעם צדיק המקובל רבי נפתלי הכהן הערץ בכרך בן יעקב אלחנן זצ"ל פון פראנקפורט. עס איז געדרוקט געווארן אין אמסטערדאם אין יאר ת"ח. וואו ער איז מבאר קבלת האר"י על פי שיטת הרב ישראל סרוג. ר' נפתלי האט די משניות מעגליך געברענגט פון צפת, נאכ'ן וויילן דארט פאר א לאנגע צייט. ער דערמאנט דארט וועגן "אוצרות בית המקדש" וואס זענען געשריבן "על לוח נחושת"

"אלו כלי הקודש וכלי בית המקדש שהיו בירושלים ובכל מקום קודש כתבום שימור הלוי וחביריו על לוח נחושת"

(ווען די ספר איז צום ערשט ארויס פון דרוק, איז עס שטארק קריטיקירט געווארן דורך צדיקים פון יענע צייט. צווישן די, איז געווען א תלמיד פון ר' חיים וויטאל, "ר' חיים הכהן פון ארם צובא". ער האט דאן געשריבן: "ומי התיר לזולת להעלות אותם בדפוס להתעולל בהם ערלי לב... ומה לעשות דאתמסר עלמא לטפשאי...".)

אין 1952 איז באקאנט געווארן, אז אין די קעלער פון די נשענעל מוזיאם אין ביירוט לבנון, געפונט זיך צוויי ריזיגע מארמאור-שטיינער געקריצט מיט כתב-עברי, מיט בערך די ווערטער "זה דבר שימור הלוי עבד ד' שנת ג שלג לאדם" און עס איז איינגעקריצט די גאנצע "מסכת כלים" וואס וועט געברענגט אין "עמק המלך".

אויך אין די "קאירא גניזה" האט מען געטראפן כתבים פון "מסכת כלים" אויף די כלים פון במה"ק. עס איז געשאצט צו זיין 800 יאר אלט. אסאך פאר די דרוק פון עמק המלך.

עס איז כדי דורך צו ליינען וואס שוועמל האט געשריבן דא:
viewtopic.php?p=730299#p730299
עס גיבט א ברייטע ידיעה און א קלארערע פארשטאנד פון וואס מען רעדט.
מגילת הנחושת מפוענח.jpg

1 בחרובהא שבעמק עכור תחת המעלות הבואת למזרח אמות אריח ארבעין שדת כסף וכליה משקל ככרין שבעשרה KEN

2 בנפש בנדבך השלישי עשתות זהב 100

3 בבור הגדול בחצר הפרסטלון בירכ קרקעו סתומ בחוליא נגד הפתח העליון ככרין תשע מאת

4 בתל של כחלת כלי דמע בלגין ואפורין הכל של דמע והאוצר השבוע ומעסר שני בפי גל פתחו בשולי האמא מן הצפון אמות שש עד ניקרת הטבילה XAG

5 בשיא המסבא של מנס בירדא לסמל גבה מן הקרקע אמות שלוש [כ]סף אברעין בכד

6 בבור המלח שתחת המעלות ככרין HN 42

7 במערת בין חמדה הישן ברובד השלישי עשתות זהב ששין וחמש ThE

8 בצריח שבחצר בתי העצין ובתכו בור ב[ו] כלין וכסף ככרין שבעין

9 בבור שנגד השער המזרחי רחוק אמות תשעסרא בו כלין ובמזקא שבו ככרין עסר DI

10 בבור שתחת החומא מן המזרח בשן הסלע כדין של כסף שש ביאתו תחת הסף הגדול

11 בברכא שבמזרח כחלת במקצע הצפוני חפור אמת בא ארבע ככרין 22

12 בח[צר ...]ט תחת הפנא הדרומית אמות תשע כלי כספ וזהב של דמע מזרקות כוסות מנקיאות קסאות כל שש מאות ותשע

תחת הפנא האחרת המזרחית חפר אמות שש עסרה כספ ככ TP 40

13 בשית שבמלח מבצפונו כלי דמע ולבושין ביאתא תחת הפנא המערבית

14 בקבר שבמלח ממזרחו בצפון אמות תחת המדפ שלוש ככ 13

15 בבור הג[דול שבכ]חלת בעמוד בצפונו ככ [...] SK

16 באמא הבא[ה ל...] בבואתך אמות אברע[ין] כסף ככ 55

17 בין שני הבתין שבעמק עכון באמצענ חפון אמות שלוש שמ שני דודין מלאין כסף

18 בשית האדמא שבשולי העצלא כספ ככ מאתין

19 בשית המזרחית שבץפון כחלת כספ ככ שביענ

20 ביגר של גי הסככא חפור אמה כספ ככ 12

21 ברוש אמת המימ [הבאה ל]סככא מן הצפון ת[חת האבן] הגדולא חפור אמ[ות שלו]ש כספ ככ 7

22 בסדק שבסככא מזר[ח ל]אשווח שלומו כאלין של דמע ובתכן אצלמ

23 מעל החריצ של שלומו עד הרגמ הגדול אמות ששין חפור אמות שלוש כספ ככ 23

24 בקבר שבנחל הכפא בבואה מירחו לסככא חפון אמות שבע ככ 32

25 [במ]ערת העמוד של השני [ה]פתחין צפוא מזרח [ב]פתח הצפוני חפור [א]מות שלוש שמ קלל בו ספר אחד תחתו ככ 42

26 במערא של הבנא של הרגמ הצופא למזרח חפר בפתח אמות תשע ככ 21

27 במשכן המלכא בצד המערבי חפר אמות שתימ עסרה ככ 27

28 ביגר שבמגזת הכוהן הכדול ח[פור אמות] תשע ככ [...]

29 באמא של [המימ של] האשוח הצפו[ני ...] בארבע רוח[ות מש]ולו משח אמות עסרין ו[אר]בע ככרינ ארבע מאות

30 במערא שאצל המקר[א] של בית הקצ חפר אמות שש כדין של כסף שש

31 בדוק תחת פנת המשמרה המזרחית חפור אמות שמע ככ 22

32 על פי יציאת המימ של הכוזבא חפור אמות שלוש עד הסור ככ 60 זהב כרינ שתימ

33 [בא]מא שבדרך מזרח בית אווצר שבמזרח אחין כלי דמע וספרין אל הכלין

34 בגי החיצונא כתב חרת על האבן חפור אמות שבע עסרא תחתיה כספ וזהב ככ 17

35 ביגר של פי צוק הקדרון חפור אמות שלוש ככ 7

36 בשלף של השוא הצופא מערב בדרומ בצריח הצופא צפון חפור אמות עשרין וארבע ככ 67

37 בדון של השוא בצריח שבא חפון אמות אחת עסרה כסף ככ 70

38 בשובך שבשולי הנטף משח משולו אמות משלושרא שתין חפורות בשועה שבע כדין איסתרין ארבע

39 בחבלת השנית בצריח הצופא מזרח חפון אמות שמונא ומחצא ככ 23.5

40 בצריחי החורון ברוח הצופא ס ימ בירכ חפור אמות שש עסרה ככ 22

41 בקובעה כסף מנ החרמ

42 בקילח מימ הקרובין לכפ הביב מרחב לפיהמ חפור אמות שבע ככ 9

43 בשית שיבצפון פי הצוק של בית תמר בצחיאת גר פלע כל שבה חרמ

44 בשובך שבמצד נאבח ה[...] דרומ בעליאה השנית ירידתו מלמעלא ככ 9

45 בבור גר מזקות שרוי מהנחל הגדול בקרקעו ככ 12

46 באשוח שיבית הכרמ בבואך לסמולו אמות עסר כסף ככרין ששין ושנין/.

47 בימ של גיא זך בצדו המערבי אבן שחוריא אמות שתין הו הפתח ככרין שלש מאות זהב וכלין כופרין עסרה

48 תחת יד אבשלומ מן הצד המערבי חפוור אמות שתין עסרה ככ 80

49 בימ בית המימ של יהו לתחת השקת ככ 17

50 [בברכא העליונ]ה בארבעת מקצועותיה בכלי דמע בתכן אצלמ

51 מתחת פןת האסטאנ הדרומית בקבר צדוק תחת עמוד האכסדרנ כלי דמע סות דמע סנה בתכן אצלמ

52 בתבסת ראש הסלע הצופא מערב נגד גנת צדוק תחת המסמא הגדולא שבשולו הו חרמ כ 10

53 בקבר שתחת הסבין ככ 40

54 הקבר בני העבט הירחי בו כלי דמע או דמע סות בתכן אצלמ

55 בבית האשוחין באשוח בבואתך לימ אמות שלו{ש} כלי דמ{ע} לאח דמע סירא בתכן אצלן

56 במבא די[רת] בית המשכב המערבי טיף על מ[........] תשע מאות זהב ככ 5

ככרין ששין

תחת סף הכוך ככרין 42

58 בפי המבוע של בית שמ כל{י} כסף וכלי זהב של דמע וכסף הכל ככרין שש מאות

59 בביבא הגדולא של הבזך כל{י} בית הכוך הכל משקל ככרין 71 מנין עסרין

60 בשית שבינח בצפון כחלת פתחא צפון וקברין על פיה משנא הכתב הזה ופרושה ומשחותיהמ ופרוט כל אחד ואח{ד}


אז מען איז אביסל מעיין אין די מגילה זעהט מען אז דער שליסל צו די סוד פון די אוצרות איז מעגליך אין די לעצטע שורה.
"בשית שבינח בצפון כחלת פתחא צפון וקברין על פיה משנא הכתב הזה ופרושה ומשחותיהמ ופרוט כל אחד ואח{ד}"

ווייזט אויס אז עס איז דא ערגעץ נאך א מגילה באהאלטן, וואס דארט שטייט אנווייזונגען ווי צו ליינען די ערשטע מגילה.

לאמיר האפן אז די שפעקולאציעס זאלן בקרוב פארענטפערט ווערן בתוך שאר הקשיות בביאת גואל צדק ובא לציון גואל בב"א.
לעצט פארראכטן דורך בענקעל אום זונטאג פעברואר 19, 2017 2:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

בייקר חותך את המגילה הנחושת.jpg




ביים געפונען די מגילה
מבצר הורקניה (על שם יוחנן הורקנות)

זינט 2013 אין די נייע דזשארדן מיוזיאם אין אמאן

Kachelet %281%29.jpg
Kachelet %281%29.jpg (9.93 KiB) געזען 6739 מאל

א מאפע פון תל כחלת די איינציגסטע נאמען אין די מגילה, וואס מען ווייסט וואו דער פלאץ איז.

אויף די לוחות פון לבנון און די מסכת כלים פון די גניזה, האבן מיר 'דערווייל' נישט געפונען קיין בילדער אדער איר אטענטישקייט.
לעצט פארראכטן דורך בענקעל אום זונטאג פעברואר 19, 2017 2:40 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

גיימיר זיך ארויסלאזן אויף א געיעג...!
נישט נארמאל וואס דא גייט פאר...
;l;p- שכח בענקל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

אין די ענין מעגעזין (יתרו) האט ג"א הערציג א זייער אינטערסאנטע שמועס לגבי כתב עברי.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פשיהא !
ישר כח בענקעל פאר די לענגערע אפהאנדלונג און פארן דערמאנען מיין ארטיקל איבער די אוצרות בית השם.

אגב איז יענע וואך געווען אין די נייעס איבער א נייע, צוועלפטע הייל וואס מ'האט געטראפן אין קומראן מערה י"ב מיט פרישע אנטדעקונגען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”