ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 9:02 am

קען זיין עס שרייבט זיך - לְכֹּה הֵתָיִת, כדמצינו בדניאל ו יח.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 10:01 am

הרב טייבעלע, געוואלדיג!!! לכאורה ביסטו גערעכט. (די קשיא איז נאר, אז עס שטייט דא א וא"ו, נישט א יו"ד).

לגבי די נוצן מנצפך אותיות אינמיטן די ווערטער, שטימט עס זייער גוט מיט די גמרא (מגילה ועוד) אז מען האט במשך הימים פארגעסן ווען מען נוצט וועלכע אות, און די "צופים" (נביאים) האבן עס צוריקגעשטעלט אין פלאץ ביי די ספרי הקודש.

מעגליך זענען די שריפטן פון בעפאר יענע נביאים, אדער איז עס טאקע צוריקגעשטעלט געווארן ביי כתבי קודש און ספרי תורה, אבער דער המון עם האט ווייטער אביסל ארומגעמישט.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 12:00 pm

שואלכענין האט געשריבן:הרב טייבעלע, געוואלדיג!!! לכאורה ביסטו גערעכט. (די קשיא איז נאר, אז עס שטייט דא א וא"ו, נישט א יו"ד).


צו מיר זעהט דאס יא אויס ווי א יו"ד וויבאלד די פיסל איז שיף, משא"כ די פיסל פונעם וא"ו איז גראד.

שואלכענין האט געשריבן:לגבי די נוצן מנצפך אותיות אינמיטן די ווערטער, שטימט עס זייער גוט מיט די גמרא (מגילה ועוד) אז מען האט במשך הימים פארגעסן ווען מען נוצט וועלכע אות, און די "צופים" (נביאים) האבן עס צוריקגעשטעלט אין פלאץ ביי די ספרי הקודש.

מעגליך זענען די שריפטן פון בעפאר יענע נביאים, אדער איז עס טאקע צוריקגעשטעלט געווארן ביי כתבי קודש און ספרי תורה, אבער דער המון עם האט ווייטער אביסל ארומגעמישט.

ס'קען זיין אז זייער חשבון איז געווען אז די אותיות פתוחות נוצט מען נאר אנהייב פון א ווארט (אזויווי ביי 'מלך'), און די אותיות סתומות ביים סוף און אינמיטן פונעם ווארט.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 1:39 pm

הרב טריסקער, א שיינער געדאנק.

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 2:51 pm

טייבעלע האט געשריבן:קען זיין עס שרייבט זיך - לְכֹּה הֵתָיִת, כדמצינו בדניאל ו יח.

גרויסן דאנק אייך, כ'האב מיר נישט געקענט דערמאנען פון וואו איך קען די ווארט.
ס'איז טאקע מיט א יו"ד

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 2:56 pm

ענליך שטייט אין די תורה (ברכה) "ויתא" ראשי עם. און אין תהלים (סח) "יאתיו" חשמנים מני מצרים

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 10:48 am

הערליך שיין און העכסט אינטערסאנטע תגובות!
א דאנק פאר אלע מגיבים. ממש קילורין לעינים! :grin:

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

תגובהדורך גיכער » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:16 pm

איך ליין די אשכול מיט דארשט, ווען מען קימט אריין אין קרעטשמע געבט מען גלייך א בליק ביי די טיש פון אונזער ארכעלאגישע מייסטער צי ער האט עפעס חדשות

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:27 pm

 א גאנץ אינטערעסאנטע געפינס אין 'תל אביל על-קאמעה', וואס איז דערמאנט אין נ"ך אלץ *"אבל-בית-מעכה". וואס געפינט זיך ביי צפון ארץ ישראל ביי די גרעניץ צווישן ארם און פניציה.

א באהעלטעניש פון 12 שטיקלעך זילבער אין א ערד'ענע קריגל אנגעפולט מיט ערד. די זילבער זענען אין א פארום פון אויער צירינגן. 
1471969467094323962988.jpg
1471969467094323962988.jpg (6.31 KiB) געזעהן 2944 מאל
rps20160823_132132.jpg

ווי אויך האט מען געפונען אין דעם קריגל א "אינגאט". דאס איז רויע שטיק זילבער. און אויך שטיקלעך האק-זילבער - רויע זילבער, וואס איז גענוצט געווארן נאך פאר מען האט געהאנדעלט מיט מטבעות, וואס די ווערט האט זיך געוואנדען אין וואג. 

די קריגל איז געפונען געווארן זיצענדיג אויף דער ערד ביי א ווינקל, ווי איינער וואלט עס דארט איבערגעלאזט. עס איז געשאצט צו זיין פון די 1300 יאר-הינדערט BCE. ארום 3200 יאר צוריק. 

*(שמואל ב *כ-יד: ויעבר בכל שבטי ישראל אבילה ובית מעכה...;  מלכים א טו-כ: וישמע בן הדד... ויך את עיון ואת דן ואת אבל בית מעכה...; מלכים ב טו-כ: בימי פקח מלך ישראל... ויקח את עיון ואת אבל בית מעכה...[מצודת ציון: כן שם העיר]

*עיין שם סיפור מפסוק יד-כב. אם אשה חכמה, מאבל בית מעכה. 
צוגעלייגטע
1471969545876-1379480057.jpg

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 9:02 pm

בענקעל האט געשריבן:די 'עוזיהו טאבלעט' איז געפונען געווארן אין 1931, אין א רוסישע קירכע'ס קאלעקציע פון הר הזיתים. די אפיציעלע פלאץ וואו מען האט עס געטראפן איז נישט דאקומענטירט.
 
בילד

אליעזר סוקניק דער וואס האט אנטדעקט דעם 'עוזיהו טאבלעט', באשרייבט און ערקלערט זיין געפינס אין ירחון 'תרביץ' שנת תרצ"א.

tarbitz_1_001.jpg


tarbitz_1_002.jpg


tarbitz_1_003.jpg
שכל קומט מיט די יארן...

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 9:04 pm

פארזעצונג א. סוקניק

tarbitz_2_001.jpg


tarbitz_2_002.jpg
שכל קומט מיט די יארן...

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 9:07 pm

פארזעצונג א. סוקניק

tarbitz_3_001.jpg


tarbitz_3_002.jpg


tarbitz_3_003.jpg
שכל קומט מיט די יארן...

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 9:10 pm

פארזעצונג א. סוקניק

tarbitz_3_004.jpg


tarbitz_4_001.jpg
שכל קומט מיט די יארן...

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 9:55 pm

זייער א שיינע באשרייבונג, מיט אסאך ידיעות דערין. א שיינעם דאנק.

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 10:35 pm

איך קלער אז עס איז "ולא-ל מפתח", ע"ש די גמרא שלשה מפתחות ביד הקב"ה וכו' תחיית המתים.
עס איז אזא בחינה וואס מען שרייבט היינט תנצב"ה א.ד.ג.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 4:38 am

שכוח זושאלע פארן אראפברענגן די באשרייבונג! ס'איז גאר אינטערסאנט און שיין.

שתוקא בתרין האט געשריבן:איך קלער אז עס איז "ולא-ל מפתח", ע"ש די גמרא שלשה מפתחות ביד הקב"ה וכו' תחיית המתים.
עס איז אזא בחינה וואס מען שרייבט היינט תנצב"ה א.ד.ג.

א שיינער געדאנק!

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 9:52 am

שתוקא בתרין האט געשריבן:איך קלער אז עס איז "ולא-ל מפתח", ע"ש די גמרא שלשה מפתחות ביד הקב"ה וכו' תחיית המתים.
עס איז אזא בחינה וואס מען שרייבט היינט תנצב"ה א.ד.ג.


לעניית דעתי, איז דאס א ווייטער געדאנק, און נישט מסתבר.

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 8:25 am




ארכעאלאגן אין ירושלים האבן געמאלדן אז זיי האבן געטראפן שטיקער פון באלאטעס (טיילס) וועלכע זענען געווען טייל פון די דעקאראציעס פונעם צווייטן בית המקדש. די באלאטעס זענען שוין אויסגעגראבן געווארן אין די 1990'ער יארן ווען די אראבער וועלכע הערשן אויפן הר הבית האבן אויסגעגראבן אונטערערדיש צו בויען א נייעם מעטשעט, און האבן בשעת'ן גראבן, אוועקגעשטעלט הויפענעס אויסגעגראבענע זאמד און שטיינער פאר אויספארשונגען. צווישן די הויפענעס, האבן ארכעאלאגן באוויזן צו אידענטיפיצירן שטיקער באלאטעס וואס לויט פארשידענע טעסטס, זענען די שטיקער ארום 2 טויזנט יאר אלט און קומט פונעם צווייטן בית המקדש.
קרעדיט: קול העולם
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:34 am

ווער זענען זיי די פרייע ארכילאגן צו זאגן מיינונגען אויפן בית המקדש?

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:41 am

מומחה עצום האט געשריבן:ווער זענען זיי די פרייע ארכילאגן צו זאגן מיינונגען אויפן בית המקדש?



מהו השאלה?
לעצט פאראכטן דורך קאזאבלאנקא אום מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:47 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:46 am

ס'איז א סטעיטמענט, נישט א שאלה

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:09 pm

פלעכטער האט געשריבן:


ארכעאלאגן אין ירושלים האבן געמאלדן אז זיי האבן געטראפן שטיקער פון באלאטעס (טיילס) וועלכע זענען געווען טייל פון די דעקאראציעס פונעם צווייטן בית המקדש. די באלאטעס זענען שוין אויסגעגראבן געווארן אין די 1990'ער יארן ווען די אראבער וועלכע הערשן אויפן הר הבית האבן אויסגעגראבן אונטערערדיש צו בויען א נייעם מעטשעט, און האבן בשעת'ן גראבן, אוועקגעשטעלט הויפענעס אויסגעגראבענע זאמד און שטיינער פאר אויספארשונגען. צווישן די הויפענעס, האבן ארכעאלאגן באוויזן צו אידענטיפיצירן שטיקער באלאטעס וואס לויט פארשידענע טעסטס, זענען די שטיקער ארום 2 טויזנט יאר אלט און קומט פונעם צווייטן בית המקדש.
קרעדיט: קול העולם


באלאטעס?, הייליגע שטיינער פון די הייליגע רצפה, וואס כהני ה' ועולי רגל האבן געטראטן דערויף

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:04 pm

די וועג ווי אזוי די בילד איז ארויפגעלייגט קען איך עס נישט זעהן, ס'איז געבלאקט ביי מיר
איז מעגליך ארויפלייגן די בילד פון די רצפה פון די בית המקדש
אויף א אנדערע וועג
יישר כח
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 11:53 am

קרבת (חורבת) קיאפה (אלה מבצר; חרבת קאיפעה) איז דער פּלאץ פון אן אלטע שטאט איבערקוקענדיג די עמק אלה. די חורבות פון די פעסטונג זענען אנדעקט געווארן אין 2007,  נעבן  בית שמש, 20 מייל פון ירושלים. און איז ארום גענומען מיט א 2,300 פיסיגע (700 מעטער) מויער, געבויט פון שטיינער וואס וועגן ביז אכט טאן יעדעס איינע. עס איז דא וואס האלטן אז דאס איז די שטאט שערים.(עס פארמאגט צוויי טויערן) און אז עס קען מעגליך אנטהאלטן די חורבות פון דוד המלך'ס פאלאץ. אנדער זאגן אז עס קען זיין אז עס איז געווען א מיליטערישע פעסטונג פאר יהודה אדער כנען. 
14720670710032132588884.jpg

די טייטש פון די אראביש נאמען פון די פלאץ, קירבעט קעייאפא, איז אומזיכער. געוויסע טוען פארשלאגן עס קען מיינען "די פּלאץ מיט א ברייט אויסקוק." די היינטיגע העברעישע נאמען, עמק אלה, קומט פון די פלאץ אויפ'ן צפון'דיגער ברעג פון נחל אלה, איינע פון זעקס טייכן וואס לויפן פון די הרי יהודה צום ים ברעג. 


* * * *


א זעלטן איינקריצונג פון די צייט פון דוד המלך איז געפונען געווארן ביי קרבת קיאפה אין די עמק האלה. א ערד'ענע סלוי וואס געשאצט צו זיין C. 3000 יאר אלט.


עס איז געווען צובראכען אין אסאך פיצינקע שטיקלעך  איז אפיציעל געפונען געווארן אין 2012 אין די אקסקעוואציע וואס ווערן אויסגעפירט דארט.

בוכשטאבן געשריבן אין פארצייטיש כנען'נישע שריפט זענען געזעהן געווארן אויף די צובראכענע שטיקלעך ציענדיג א נייגעריגקייט ביי די פארשער. 

אינטענסיווע ארבעט באגלייט אין די לאבאראטאריעס , אינדערצייט וואס הונדערטער פון  די קליינע שטיקלעך ווערן צוזאמען געקלעפט צו פארמירן א גאנצער סלוי. צוזאמגעשטעלטערהייט, די סלוי איז  געקריצט מיט די אינסקריפשען: אשבעל בן באדא'.
14720670613271217962619.jpg


ווער איז געווען אשבעל [עשהאל](איש-בושת). און וואס האט מיט אים פאסירט? 

שמואל ב'
ג-ד

דער נאמען אשבעל איז געשריבן אין  כנען' נישע שריפט. די אותיות ערשיינען פון רעכט צו לינקס: א', ש', ב',ע',ל'. 

די שטאט שערים דערמאנט אין נ"ך


פסוק לו: 

http://www.daat.ac.il/daat/olam_hatanah ... 6&perek=15


פסוק נב: 

http://www.daat.ac.il/daat/olam_hatanah ... 8&perek=17


פסוק לא: 

http://www.daat.ac.il/daat/olam_hatanah ... 27&perek=4
צוגעלייגטע
14720670535202061512606.jpg
לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:18 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 11:56 am

1472067044912264002477.jpg


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”