די "הדרת נשים" סומאטאכע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג ינואר 15, 2012 4:02 pm

די מצב איז שרעקליך.

פון איין זייט שטייען די רשעי ישראל און ארבעטן מיט קאפ און מח צו באשמוצן די חרדים, און נאכמער די עדה החרדית.

און פון די צווייטע זייט? כווייס נישט.

http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%A7%D ... D7%92.html
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » זונטאג ינואר 15, 2012 4:04 pm

מפי השמועה: ר' עמרם שפירא איז יעצט באפרייט געווארן

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » זונטאג ינואר 15, 2012 4:04 pm

אויף ק''מ איז דא א אינטערוויא אויף 1-1-4 ווי דרעזנער רופט דעם גאב''ד ירושלים שליט''א דער גאב''ד "העדה החרידית", ווארשיינליך א טעות ווייל די טיטול גאב''ד "העדה החרידית" האבן די פרומע ציונים א נאמען געגעבן כדי צו מינימיזירן דעם גאב''ד שליט''א
אפשר איז כדאי ווער עס קען זאל אים אויפמערקזאם מאכן
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » זונטאג ינואר 15, 2012 4:14 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:די מצב איז שרעקליך.

פון איין זייט שטייען די רשעי ישראל און ארבעטן מיט קאפ און מח צו באשמוצן די חרדים, און נאכמער די עדה החרדית.

און פון די צווייטע זייט? כווייס נישט.

http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%A7%D ... D7%92.html

וואס ווייסטו נישט?????????..
דאס איז קיין ציוויליזירטע מדינה א מדינה וואס יעדער קען טוהן וואס ער וויל
פונקט ווי די פרייע פרעסע קענען אפן העצן געוואלדטאטן קעגן די פרומע אין עס איז פארגעקומען 100טער איבערפעלער די לעצטע וואך אין פון די אזויגערופענע מעטשען רעכט רעגירונג הערט מען נישט קיין פיפס קיין איין ארעסטירטער מצד די פרייע
איז נישטא קיין שום באגרעניצונג יעדע אקציע מצד די פרומע איז בארעכטיגט
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » זונטאג ינואר 15, 2012 4:36 pm

הרב תהלים איד, שרייען "איני מכיר" אין א קארט ראום אין פארענט פונעם שופט וואס דאס גייט שוין אן איבער זעכציג יאר פארשטייסטו יא?
אין מיינע אויגן זעהט עס בכלל נישט אויס ווי א ציווילעזירטע מדינה
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג ינואר 15, 2012 4:39 pm

איר פארשטייט מיר לכאורה נישט, וועט שוין גוט זיין אזוי אויך.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג ינואר 15, 2012 4:44 pm

נאכן ליינען אביסל אין די אלגעמיינע איזראעלישע פרעסע איבער דעם מערכה, בין איך צעמישט געווארן וואס מיינט "פרייע".

עס זענען דא עטליכע שיכטן דארט אין אר"י, פארהאן אזוינע וואס היטן שבת כפי מדרגתם, טהרת המשפ' כנראה, און פאסטן יו"כ מסתמא, טייל גייען יא קאפלעך טייל נישט, אבער איבריגע זאכן ווייסן זיי נישט צו זאגן פון, למשל צניעות איז בכלל נישטא דארטן.
נאכדעם איז פארהאן אזוינע חילונים וואס היטן נישט גארנישט און זענען נישט אינטערעסירט בכלל אין קיין שום אידישקייט, א מיעוט פון זיי פאסטן יו"כ אפשר.
וועלכע הייסן די "פרייע" די ערשטע צי די צווייטע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » זונטאג ינואר 15, 2012 4:49 pm

שוועמעל ברענגסט ארויף א וויכטיגע פונקט
די גאנצע מערכה ווערט געפירט דורך אזויגערופענע וואס גייען מיט קליינע קאפעלעך אין מער פון דעם האבן זיי גארנישט מיט אידישקייט אחוץ פון העצן אויף די פרומע
די ווערן גערופן מזרחיסטן זיי פאסטן יו''כ
נאכדעם איז די ריכטיגע פרייע וואס זיי ווייסן ניטאמאל וואס א פרומער איד מיינט זיי פאסטן ניטאמאל יו''כ זיי אינטרעסירט די חרדים ווי די פאריעריגע שניי
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

תגובהדורך כ'שעם מיך » זונטאג ינואר 15, 2012 4:55 pm

http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4175994,00.html

דער שופט זאגט אז אין שמץ ראי' אויף הרב שפירא, סתם א בלבול פון די משטרה.
אגב,זעהט מען אויך א געשמאקע קליפ וואו מ'ווארפט זיך פאר די באסעס.

כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

תגובהדורך כ'שעם מיך » זונטאג ינואר 15, 2012 5:20 pm

א קליפ פון די מהומות.
http://www.yideotube.com/#3477

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג ינואר 15, 2012 5:22 pm

א נחת צו זעהן ..... די חרדי-ציוניסטישע וועב זייטלעך, ווייסן נישט ווי אזוי עס צי עסן .... אזא דורכפאל....
די מישטעראאה הציוני דערזעהט זיך פלוצים מיט אראפ געלאזטע מכנסיים...... כא כא

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג ינואר 15, 2012 5:29 pm

מיין דיקשאנערי טייטשט נישט איבער דאס ווארט הלבנת כספים אין אזא אויסדרוק "אנשי 'הוועד הארצי למשפחות במצוקה' מימנו את הסיקריקים".

וועמענס יא?

תהלים איד האט נאך א קשיא?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג ינואר 15, 2012 5:35 pm

נאך אזאנע טיפע ענטפערס, האב איך קיינמאל קיין קושיא נישט געהאט.

(בין איך נאר נייגעריג צו עס זענען טאקע נישט פארהאן אזעלכע וואס פארשטייען יא וואס איך רעד.)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג ינואר 15, 2012 5:36 pm

יהיה כן האט געשריבן:א נחת צו זעהן ..... די חרדי-ציוניסטישע וועב זייטלעך, ווייסן נישט ווי אזוי עס צי עסן .... אזא דורכפאל....
די מישטעראאה הציוני דערזעהט זיך פלוצים מיט אראפ געלאזטע מכנסיים...... כא כא



;l;p- די וועב זייטליך האבן נאך מער פיינט די פרומע ווי די חילונים

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג ינואר 15, 2012 5:41 pm

תהלים יוד
וואס איז דיר אזוי שווער??
האסט נאך נישט געהערט אזוינס??
שוין געווען אזוינס (און נאך פיל ערגערס) ביי די חסידים (אלע הויפן, וואו נישט?...), ליטוואקן (פרשת פונוביז ועוד ועוד), מזרחי'ניקעס (פרשת גוש קטיף), פרייע חילונים (מעשים בכל יום...)
סאו וואס ביזטו אזוי דיסעפוינטעט
א ודאי איז איבעראל דא ווילדע חברה וואס טוען אומאויסגעהאלטענע מעשים, אבער מאידך גיסא, קומט דאס נישט צו צו די זינלאזע העצע פון די מידיע און די פרייע (וועלכע מעלדן נישט קיין מילה אחת וואס זייערע 'צדיקים' טוען אלס אפ א דאנק זייער דירעקטע העצע...) וועלכע שפילן אויף וואס זיי קענען נאר, (ובתוכם די 'חרדי'שע ציוניסטישע וועב זייטליך, וואס ווערן געפיטערט פון אזוילכע ליב האבער און פריינד ווי גור בעלזא וכו' וכו'..... וועלכע האבן ליב די קנאים אזוי אויף צוריק צי וועגס...) ודוק כי קצרתי

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג ינואר 15, 2012 5:54 pm

מאנסיאנער האט געשריבן:אויף ק''מ איז דא א אינטערוויא אויף 1-1-4 ווי דרעזנער רופט דעם גאב''ד ירושלים שליט''א דער גאב''ד "העדה החרידית", ווארשיינליך א טעות ווייל די טיטול גאב''ד "העדה החרידית" האבן די פרומע ציונים א נאמען געגעבן כדי צו מינימיזירן דעם גאב''ד שליט''א
אפשר איז כדאי ווער עס קען זאל אים אויפמערקזאם מאכן


מאנסיאער,די עדה החרדית איז אזוי בעה"ב אויף ירושלים ווי התאחדות הרבנים איז בעה"ב אויף יהדות אמעריקא....עס איז שוין צייט אויפצוהערען צו אפקויפען די באבקעס וואס די פארטייאישע צייטונגען און שנור קאמפיינען פארקויפען.

איך זעה נישט וואס וואס דער דרעזנער האט דא עפעס שלעכט געטוהן.

און ניין עס פארמינערט נישט כהוא זה דעם כבוד פון הגרי"ט ווייס שליט"א עס איז ס"ה זיין קארעקטאר טיטל.
לעצט פאראכטן דורך יוסף שרייבער אום זונטאג ינואר 15, 2012 6:08 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

תגובהדורך נאר נייעס » זונטאג ינואר 15, 2012 6:01 pm

כ'שעם מיך האט געשריבן:א קליפ פון די מהומות.
http://www.yideotube.com/#3477

א זאלעכע רשעים ???
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
onlynews11206@gmail.com

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » זונטאג ינואר 15, 2012 6:06 pm

דא קומט נישט אריין די ווארט בעל הבית, ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל איז אויך נישט געווען בעה"ב
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג ינואר 15, 2012 6:13 pm

אין הכי נמי,כאטש עס איז ווייט נישט די זעלבע.

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג ינואר 15, 2012 6:17 pm

שוועמל האט געשריבן:נאכן ליינען אביסל אין די אלגעמיינע איזראעלישע פרעסע איבער דעם מערכה, בין איך צעמישט געווארן וואס מיינט "פרייע".

עס זענען דא עטליכע שיכטן דארט אין אר"י, פארהאן אזוינע וואס היטן שבת כפי מדרגתם, טהרת המשפ' כנראה, און פאסטן יו"כ מסתמא, טייל גייען יא קאפלעך טייל נישט, אבער איבריגע זאכן ווייסן זיי נישט צו זאגן פון, למשל צניעות איז בכלל נישטא דארטן.
נאכדעם איז פארהאן אזוינע חילונים וואס היטן נישט גארנישט און זענען נישט אינטערעסירט בכלל אין קיין שום אידישקייט, א מיעוט פון זיי פאסטן יו"כ אפשר.
וועלכע הייסן די "פרייע" די ערשטע צי די צווייטע.

אה, א גוטן ר' שוועמל, דו ווערסט שוין צו אויפגעקלערט.

דאס איז א אלטע פראבלעם ביי א טייל פון יהדות אמעריקא, וואס ווילאנג מ'ליינט די אידיש-געשריבענע צייטונגען קען מען זיך נישט ארויסזעהן דערפון...
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג ינואר 15, 2012 6:18 pm

מאנסיאנער האט געשריבן:שוועמעל ברענגסט ארויף א וויכטיגע פונקט
די גאנצע מערכה ווערט געפירט דורך אזויגערופענע וואס גייען מיט קליינע קאפעלעך אין מער פון דעם האבן זיי גארנישט מיט אידישקייט אחוץ פון העצן אויף די פרומע
די ווערן גערופן מזרחיסטן זיי פאסטן יו''כ
נאכדעם איז די ריכטיגע פרייע וואס זיי ווייסן ניטאמאל וואס א פרומער איד מיינט זיי פאסטן ניטאמאל יו''כ זיי אינטרעסירט די חרדים ווי די פאריעריגע שניי

ביטע מישט נישט אויס געפיהלן מיט פאקטן.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג ינואר 15, 2012 6:26 pm

שוטה האט געשריבן:
מאנסיאנער האט געשריבן:שוועמעל ברענגסט ארויף א וויכטיגע פונקט
די גאנצע מערכה ווערט געפירט דורך אזויגערופענע וואס גייען מיט קליינע קאפעלעך אין מער פון דעם האבן זיי גארנישט מיט אידישקייט אחוץ פון העצן אויף די פרומע
די ווערן גערופן מזרחיסטן זיי פאסטן יו''כ
נאכדעם איז די ריכטיגע פרייע וואס זיי ווייסן ניטאמאל וואס א פרומער איד מיינט זיי פאסטן ניטאמאל יו''כ זיי אינטרעסירט די חרדים ווי די פאריעריגע שניי

ביטע מישט נישט אויס געפיהלן מיט פאקטן.


וואס זענען די פאקטן?
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג ינואר 15, 2012 6:29 pm

יהיה כן, איך האב הנאה פון דיר!

דו זעהסט איין אז עס זענען פארהאן אזעלכע וואס טוען מעשים אשר לא יעשו, און פארפאטשקען די זאך, אקוראט ווי ביי אונזערע חסידישע מחלוקות - ליידער.

אלזא, ערשטנס, בין איך בארעכטיגט צו זאגן אז דאס דארף זיך ענדיגן. איא? סיי דא און סיי דארט...

דערנאך ביטע פארשטיי די צווישנשייד.

דא שטייט מען אין א מלחמה מיט די פרייע חברה אינאיינעם מיט די משטרה, זיי ארבעטן מיט די פרעסע צו באשמוצן די חרדישע אידן, און אוודאי אזוי די קנאים - וואס דערצו האבן זיי ליידער די הילף פון די א"ג חרדישע וועבסייט'ס.

און וואס טוען מיר דערצו?

מיר גיבן זיי שטאף! נאך או נאך. טאג איין טאג אויס.

איך ווייס נישט צו עס איז שון געווען אין די היסטאריע אז דער "אולטרא-ארטאדאקסישער אידנטום" זאל האבן אזא שווארץ פנים אין די גאנצע גויאישע גאס. שווארץ איז נישט דאס ווארט.

און אז דו ווילסט פארשטיין ווי ווייט, קען איך דיר אנצייגן א גוטער דוגמה.

על דשאזירא, יא, די וועלכע האבן אינטערוויוס מיט נטורי קרתא, און דארפן שוין יא צו פארשטיין און זיין גענויגט צו די אנטי-זייאניסט אידן, וויאזוי קוקן זיי אונז יעצט אן?

גיב א קוק אריין אין די לינק. ברענגען זיי א בילד פון וואס? פון אידן מיט זעק פראטעסטירן! די אידן מיט וועמען זיי דארפן זיין אין גוטן... און? זיי מאכן א טשולנט קוגל אז עס גייט א רויעך.

זיי ברענגען ארויס עפעס אזוי: די חרדישע אידן זענען גע'טריט' דורך די ציונים צו זיין דיקטאטוריש, די ציונים טוען עס מיט די אראבער, און די ארטאדאקסן מיט די פרויען.

דאס מיינט: יארן הארעוואניע - פון אויפקלערן די גויים אז די ערליכע אידן זענען נישט קיין רייצערישע ציונים - איז אריין אין א שווארצע גארבידש קאנע.

און ענטפער מיר נישט אז דאס וואלט עניוועי געווען, ווייל עס איז נישט אמת. ווילאנג די הדרת נשים מערכה איז נישט געקומען באגלייט מיט קליפס פון מאה שערים און בית שמש, האט עס נישט געמאכט קיין טומל. פינטעלע.

איך שרייב נישט דא קיין אפיציעלע סטעיטמענטס צו די גאס אז דו זאלסט מיר זאגן אז אין אזא צייט דארף מען שווייגן. איך שרייב נישט דא פאר די עמי מאגאזין... איך שרייב אזוי "צווישן אונז גערעדט"... און מען מעג איינזעהן דעם אמת.

די ירושלימער מערכות די לעצטע יארן זענען א חורבן!
רבינו שאג בקול גדול וגו'

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » זונטאג ינואר 15, 2012 6:31 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:
מאנסיאנער האט געשריבן:אויף ק''מ איז דא א אינטערוויא אויף 1-1-4 ווי דרעזנער רופט דעם גאב''ד ירושלים שליט''א דער גאב''ד "העדה החרידית", ווארשיינליך א טעות ווייל די טיטול גאב''ד "העדה החרידית" האבן די פרומע ציונים א נאמען געגעבן כדי צו מינימיזירן דעם גאב''ד שליט''א
אפשר איז כדאי ווער עס קען זאל אים אויפמערקזאם מאכן


מאנסיאער,די עדה החרדית איז אזוי בעה"ב אויף ירושלים ווי התאחדות הרבנים איז בעה"ב אויף יהדות אמעריקא....עס איז שוין צייט אויפצוהערען צו אפקויפען די באבקעס וואס די פארטייאישע צייטונגען און שנור קאמפיינען פארקויפען.

איך זעה נישט וואס וואס דער דרעזנער האט דא עפעס שלעכט געטוהן.

און ניין עס פארמינערט נישט כהוא זה דעם כבוד פון הגרי"ט ווייס שליט"א עס איז ס"ה זיין קארעקטאר טיטל.

די עדה החרידית איז ''קיינמאל'' געווען בעל הבית אין ירושלים אין אלס האט מען גערופן ביי די קנאישע קרייזן "ירושלימער רב" אין נישט עדה החרידית רב
די טיטול גאב''ד עדה החרידית איז פריש פאריצירט די לעצטע פאר יאר כדי צו מינימיזרן דעם כח אין השפעה וואס די עדה האט טאקע אויף ירושלים! פארשטאנטא?
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג ינואר 15, 2012 6:33 pm

יאפין האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן:
מאנסיאנער האט געשריבן:שוועמעל ברענגסט ארויף א וויכטיגע פונקט
די גאנצע מערכה ווערט געפירט דורך אזויגערופענע וואס גייען מיט קליינע קאפעלעך אין מער פון דעם האבן זיי גארנישט מיט אידישקייט אחוץ פון העצן אויף די פרומע
די ווערן גערופן מזרחיסטן זיי פאסטן יו''כ
נאכדעם איז די ריכטיגע פרייע וואס זיי ווייסן ניטאמאל וואס א פרומער איד מיינט זיי פאסטן ניטאמאל יו''כ זיי אינטרעסירט די חרדים ווי די פאריעריגע שניי

ביטע מישט נישט אויס געפיהלן מיט פאקטן.


וואס זענען די פאקטן?

אז מזרחיסטן האבן מער מיט אידישקייט ווי קליינע קאפלעך, העצן אויף פרומע, און פאסטן יו"כ.

שלא להשאיר הנייר חלק: דאס איז מיין לעצטע תגובה בל"נ אין דעם שמועס.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], dovidal, Goodmorning, yid101, הויעך, הולך בדרכי אבות, והיתם נקיים, זזה, יוד אלף, יש ברירה, כאפצעם, להודיע, מים שלנו, משהלע, קרייסלער, שירה פען, שליו ודגים און 115 געסט