נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPB
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:39 am

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך SPB » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:42 pm

יש בו האט געשריבן:קוקטס אהער למעשה איז דא די דינא דמלכותא דינא, מיר זענען אין גלות, מ׳דארף מיר זיך צושטעלן, נישט מאכן א חילול השם,
חוץ פון דעם וואס די גאווערמענט מיינט אונזער טובה, אונז צו באשיצען פון די וויירוס, וואס ליידער האבן אונז נישט גענוג שכל צו פארשטיין אליין,

חוץ פון דעם איז דאך דא די הלכה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, א מענטש איז מחיוב זיך צו היטן, נישט צו אנשטעקן אנדערע און נישט זיך אליין׳ס וואס אין אנדערע ווערטער מיינט דאס זיך כסדר טעסטן און נישט פארן אריבער די גרעניץ,

ווי אויך איז א חילול השם ווען די גאווערנמענט פראבירט אזוי שטארק צו קאנטראלירן דעם פאנדעמיק טוען מיר פונקט די פארקערטע,

יעדער וואלט געדארפט אליין האבן שכל אז אפילו די געזעץ קען נישט אפהאלטן בתי מדרשים זאל זיך יעדער איינער כאטשיק זיין מער נזהר צו אפהיטן סאושיל דיסטענסינג, און גיי מיט דאבל מאסק,

PLEASE






איים דואינג דיס רייט?

פראקטיש
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך פראקטיש » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:55 pm

יש בו האט געשריבן:קוקטס אהער למעשה איז דא די דינא דמלכותא דינא, מיר זענען אין גלות, מ׳דארף מיר זיך צושטעלן, נישט מאכן א חילול השם,
חוץ פון דעם וואס די גאווערמענט מיינט אונזער טובה, אונז צו באשיצען פון די וויירוס, וואס ליידער האבן אונז נישט גענוג שכל צו פארשטיין אליין,

חוץ פון דעם איז דאך דא די הלכה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, א מענטש איז מחיוב זיך צו היטן, נישט צו אנשטעקן אנדערע און נישט זיך אליין׳ס וואס אין אנדערע ווערטער מיינט דאס זיך כסדר טעסטן און נישט פארן אריבער די גרעניץ,

ווי אויך איז א חילול השם ווען די גאווערנמענט פראבירט אזוי שטארק צו קאנטראלירן דעם פאנדעמיק טוען מיר פונקט די פארקערטע,

יעדער וואלט געדארפט אליין האבן שכל אז אפילו די געזעץ קען נישט אפהאלטן בתי מדרשים זאל זיך יעדער איינער כאטשיק זיין מער נזהר צו אפהיטן סאושיל דיסטענסינג, און גיי מיט דאבל מאסק,








איים דואינג דיס רייט?


איך פארשטיי דיין געפיל פון זיין סארקאסטיש אבער איך מיין ס'איז נישט שיין צו טוהן אין די אשכול.

איך האב משפחה אין מאנטריעל, דער עולם דארטן איז נישט אינעם בעסטן מצב.

די פאל נעכטן איז נישט נאר אז די רעגירונג האט געמאכט צודרייטע געזעצן, נישט נאר אז די געזעצן זענען לכאורה נישט אויסגעהאלטן לויט די ארטיגע קאנסטיטוציע נאר אז די גרענעץ וועכטער האט איינגעשפארט עימיצן קעגן זייערע אייגענע געזעצן.

דעא אינגערמאן האט נישט געהאט קיין שום סיבה שבעולם דארט צו זיין לויט די איצטיגע געזעצן פון קאנאדא. דאס טייטש אז די רעגירונג דארט האט זיך צעפירט די הענט אוואו אין די דריטע וועלט לענדער.

באלאנגט נישט קיין וויצן דא.

איך בין מתפלל פאר אחב"י דארט. און אז ס'קען פאסירן אין קאנאדע, מי יודע וואס קען פאסירן ביי אונז?

ירחם המרחם

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:08 pm

איך מיין אז יעדער פארשטייט אז איך מאך פשוט חוזק פון די וואס רעדן אדער האבן גערעדט אזוי,
The Divided States Of America

לאנטשבאקס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 21, 2021 9:22 am

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך לאנטשבאקס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:57 pm

בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:אליכם טייערע לעכטיגע ברודער אין קאנאדא מאנטריאל טאהש קודש וכו'
לא איש דברים אנוכי, וכ"ש מגיד ומחזק, רק דבר אחד אני יכול לומר לכם, צר לי מאוד מאוד על המצב שם, איך מיין עס זייער ערענסט, איך פיעל מיט ענקער קלעם צער פיין, פיזיש גייסטיש, אונז האמער געהאט דא אפאר נערישע נעכט פון האלבע אזוי גערופענע קערפיו, חוץ גיין דאווענען, שוהל, גראסערי, שומר שבת, ראדני, סופער 13, הצלחה, בקיצור א געלעכטער, אין ענק פלאגן זיך שוין אזוי לאנג מיט די גזירה,
אונז היגע - דארפן מיר זיך עכט משער זיין און מצער זיין בצרתן של ישראל, לאמיר זיך טראכן, אנפאנגען, שוין לאמיר זאגן די קליינע קוינדער גייען שלאפן אום 8 אהר, לאז זיין, אבער:
- א ישיבה קטנה בחור אהן נאכט סדר.
- א גרויסע בחור פארשפארט אינדערהיים
- שוין א גרויס מיידל, נו נו כל כבודה.....
אבער רבותי מן הקל אל הכבד
- א שנה ראשונה יונגערמאן אונדערהיים פון 8? נעבעך נעבעך, אהן כולל ערב (אדער אויסליפטרן..)
- א יונגע ווייבל קען נישט גיין צו איר מאמע?
- א יוד וואס לערנט שוין 100 יאר אין ביהמ"ד
- חתונות, בר מצוות, נעבעך
- רבי'ס טישן,
- נישט אלעס קען מען שרייבן אבער מקען עס טראכטן


איך מיין אז אונז טריי סטעיט (אין אינדיאנא) יודן מוזן זאגן תהילים פאר אונזערע ברודער דארט אין קאנאדע, להעביר את הגזירה
מהאט געזאגט היינטנאך תחנון ביים שטיקל אין כמוך: "והסר ממנו מכת המגיפה" דאס איז די עצם ווירוס, אבער מאיז ממשיך "וגזירה קשה" דאס מיינט די אומ-נארמאלע אומשטענדן, שלא יהא ח"ו צרה ויגון ואנחה, שלום בית, חינוך, נערוון, ועוד ועוד ועוד

לענ"ד כתבתי


הערליך הארצלעך א סימן פון יוד וואס טראכט אביסל ארויס פון זיך . כל הכבוד
יעצט געזאגט קאפיטל קמ"ב - הוציאה ממסגר נפשי וכו

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13032
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:58 pm

שכח פאר אלע מיטפילנדע.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 4:45 pm

אזוי גאר! האט געשריבן:אבער וויאזוי זאגט דריידל, ס'גארנישט

שקרן!

אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך מיאושדיגער » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 4:54 pm

@דריידל, זאלסט וויסן אז איך האב דיר ליב אהבת נפש. איך בין זיכער אז דו האסט פשוט נישט געכאפט דאן אין וואס דו קריכסט אריין.. האסט זיכער נישט געמיינט קיין שלעכטס. איך האב נישט קיין שום תרעומות אויף דיר.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' דערמיט.

בעל מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך בעל מנוחה » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 4:56 pm

דריידל האט געשריבן:
אזוי גאר! האט געשריבן:אבער וויאזוי זאגט דריידל, ס'גארנישט

שקרן!

דריידל האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
פעפערקארן האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:זאגטס אים בשמי אז ער איז א רשע מרושע

זאל ער האבן א מפלה צוזאמען מיט לאגאו זיי זאלן פארפוילט ווערן אין די ערד

וואס וועט העלפן אז ער וועט פארפוילט ווערן, ווער וועט וויסן דערפון?

ערנסט גערעדט איך פארשטיי נישט וואס איז די געפערליכע זאך דא? זאלן מענטשן טאקע ווייניגער פארן וועט זיך די וויירוס נישט אזוי שטארק פארשפרייטן. ווער ס'איז אים אזוי וויכטיג צו פארן קען פארן אבער ער זאל וויסן די פרייז וואס דאס קאסט און נאכדעם באשליסן טאמער דאס פארן איז טאקע אזוי וויכטיג.

פארן ווייניגער ווייל ס׳זאל זיך נישט פארשפרייטן
זאג, וואו וואוינסטו?
וואס זענען די אומשטענדן דארט?
דו האסט משפחה אין דיין שטאט?
דו קענסט דאווענען אין שול נארמאל?
דו קענסט ארום פארן אויף ביזנעס פון לעיקוואד קיין מאנסי און דערנאך קיין וויליאמסבורג?


גרויסע צילייגער דרייט אן זיין מיינונג

איך פארשטיי דיין ווייטאג אבער איך האלט נישט אז די פרעמיער טוט עפעס וואס נישט ריכטיג. דאס איז זיכער אז מ'מוז נעמען דראסטישע מאסנאמן אפצושטעלן די פארשפרייטונג פון די וויירוס. די צוימונגען וואס מ'לייגט אויף די איינוואינער איז שווער פאר יעדעם ובפרט פאר אונזער לעבנס שטייגער. איינע פון די זאכן ווטס מ'דארף טון איז קאנטראלירן די גרעניץ און מאכן זיכער אז ס'קומט נישט אריין פון דארט. די מערסט אפעקטיוו איז הערמאטיש צו פארשפארן די גרעניץ, וואס דאס האבן זיי נישט געטון איצט, אבער צו די סקארזשען טרעוועל הייסט מען נעמען א טעסט וואס קאסט געלט און מ'דארף זיך קוואראנטירן.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 5:03 pm

בעל מנוחה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אזוי גאר! האט געשריבן:אבער וויאזוי זאגט דריידל, ס'גארנישט

שקרן!

דריידל האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
פעפערקארן האט געשריבן:זאל ער האבן א מפלה צוזאמען מיט לאגאו זיי זאלן פארפוילט ווערן אין די ערד

וואס וועט העלפן אז ער וועט פארפוילט ווערן, ווער וועט וויסן דערפון?

ערנסט גערעדט איך פארשטיי נישט וואס איז די געפערליכע זאך דא? זאלן מענטשן טאקע ווייניגער פארן וועט זיך די וויירוס נישט אזוי שטארק פארשפרייטן. ווער ס'איז אים אזוי וויכטיג צו פארן קען פארן אבער ער זאל וויסן די פרייז וואס דאס קאסט און נאכדעם באשליסן טאמער דאס פארן איז טאקע אזוי וויכטיג.

פארן ווייניגער ווייל ס׳זאל זיך נישט פארשפרייטן
זאג, וואו וואוינסטו?
וואס זענען די אומשטענדן דארט?
דו האסט משפחה אין דיין שטאט?
דו קענסט דאווענען אין שול נארמאל?
דו קענסט ארום פארן אויף ביזנעס פון לעיקוואד קיין מאנסי און דערנאך קיין וויליאמסבורג?


גרויסע צילייגער דרייט אן זיין מיינונג

איך פארשטיי דיין ווייטאג אבער איך האלט נישט אז די פרעמיער טוט עפעס וואס נישט ריכטיג. דאס איז זיכער אז מ'מוז נעמען דראסטישע מאסנאמן אפצושטעלן די פארשפרייטונג פון די וויירוס. די צוימונגען וואס מ'לייגט אויף די איינוואינער איז שווער פאר יעדעם ובפרט פאר אונזער לעבנס שטייגער. איינע פון די זאכן ווטס מ'דארף טון איז קאנטראלירן די גרעניץ און מאכן זיכער אז ס'קומט נישט אריין פון דארט. די מערסט אפעקטיוו איז הערמאטיש צו פארשפארן די גרעניץ, וואס דאס האבן זיי נישט געטון איצט, אבער צו דיסקארזשען טרעוועל הייסט מען נעמען א טעסט וואס קאסט געלט און מ'דארף זיך קוואראנטירן.

וואס דרייסטי א שמיטשיק? דא שרייב איך אז ס'איז גארנישט?

חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך חסידישער מבין » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 5:25 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:שכח פאר אלע מיטפילנדע.

אזוי גוט
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך אזוי גוט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 6:12 pm

איין זאך איז זיכער אז אין נ.י. שנייט יעצט, אין מאנטריאל נישט, פיינע נייעס...
רבותי איך מיין פארדעם געפיל אליין, וואס מאכט זיך איינמאל אין דריי יאר, לוינט זיך צי בלייבען דא וואוינען!!!!!!!!!!!!!
לעצט פאראכטן דורך אזוי גוט אום דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 6:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך חסידישער מבין » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 6:16 pm

אזוי גוט האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז אין נ.י. שנייט אין מאנטריאל נישט, פיינע נייעס...
רבותי איך מיין פארדעם געפיל אליין, וואס מאכט זיך איינמאל אין דריי יאר, לוינט זיך צי בלייבען דא וואוינען!!!!!!!!!!!!!


:lol: :lol: :lol:
מיר האבן גראדע יא באקומען שניי די וואך אבער דא באמערקט מען עס קוים. אזא שניי אין נוי יארק און די שטאט שטעלט זיך אפ...

Jhon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2009 7:57 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך Jhon » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 6:20 pm

מאנטריאל און קאנאדע דרייט זיך איבער, איבער א שווארצער וואס איז אימזינסט פארטוישט געווארן מיט א צווייטער פארברעכער און געווארן ארעסטירט על לא עוול בכפו, וויל איך זעהן וויאזוי דעי ליבעראלער מידעי באוויסט אלס גרויסע אוהבי ישראל בה’ הידוע....., וועלן באשרייבן דעם גרעניץ אינצידענט!

אזוי גוט
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך אזוי גוט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 6:22 pm

Jhon האט געשריבן:מאנטריאל און קאנאדע דרייט זיך איבער, איבער א שווארצער וואס איז אימזינסט פארטוישט געווארן מיט א צווייטער פארברעכער און געווארן ארעסטירט על לא עוול בכפו, וויל איך זעהן וויאזוי דעי ליבעראלער מידעי באוויסט אלס גרויסע אוהבי ישראל בה’ הידוע....., וועלן באשרייבן דעם גרעניץ אינצידענט!

אז מען רעדט שוין יא פון דעם, איינער ווייסט מער פונקלעך די מעשה מיט דעם הצלה מעמבער וואס געווארן אריינגעלייגט אין די אושוויץ האטעלן????

אזוי גוט
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך אזוי גוט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 6:35 pm

אזוי גוט האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:מאנטריאל און קאנאדע דרייט זיך איבער, איבער א שווארצער וואס איז אימזינסט פארטוישט געווארן מיט א צווייטער פארברעכער און געווארן ארעסטירט על לא עוול בכפו, וויל איך זעהן וויאזוי דעי ליבעראלער מידעי באוויסט אלס גרויסע אוהבי ישראל בה’ הידוע....., וועלן באשרייבן דעם גרעניץ אינצידענט!

אז מען רעדט שוין יא פון דעם, איינער ווייסט מער פונקלעך די מעשה מיט דעם הצלה מעמבער וואס געווארן אריינגעלייגט אין די אושוויץ האטעלן????

יעצט באמערקט אז מען רעדט פריער דערפון...

נעם אין אכט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך נעם אין אכט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 7:53 pm

אושוויץ האטעל???

גראדע מיר איינער געזאגט פריער אז ער איז די וואך דורך געפארן (ער ארבייט אין נ״י אפאר מאל א חודש) אן א טעסט און נאו פראבלעם.

סך הכל איז דא געשען עפעס א מיסטעיק לכאו׳.

איז נאכנישט קיין אושוויץ!

להוי ידיעה אז די גאנצע מעשה דא גייט מיר שוין אויך אויף די געהירן. אבער ביז אושוויץ אדער אנטעסמיטיזעם איז א גאנג

Jhon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2009 7:57 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך Jhon » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 8:43 pm

נישט קיין מיסטעיק, עס איז דא אפאר אנטיסעמיטעשע גארדס ביין גרעניץ, אדער סתם שלעכטע מענטשן

כ'לאך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:40 am

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך כ'לאך » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 9:08 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:אושוויץ האטעל???

גראדע מיר איינער געזאגט פריער אז ער איז די וואך דורך געפארן (ער ארבייט אין נ״י אפאר מאל א חודש) אן א טעסט און נאו פראבלעם.

סך הכל איז דא געשען עפעס א מיסטעיק לכאו׳.

איז נאכנישט קיין אושוויץ!

להוי ידיעה אז די גאנצע מעשה דא גייט מיר שוין אויך אויף די געהירן. אבער ביז אושוויץ אדער אנטעסמיטיזעם איז א גאנג

איך מיין אז קאמערשל דארף נישט קיין טעסט און עסענשל יא
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט

נעם אין אכט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך נעם אין אכט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 9:36 pm

כ'לאך האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:אושוויץ האטעל???

גראדע מיר איינער געזאגט פריער אז ער איז די וואך דורך געפארן (ער ארבייט אין נ״י אפאר מאל א חודש) אן א טעסט און נאו פראבלעם.

סך הכל איז דא געשען עפעס א מיסטעיק לכאו׳.

איז נאכנישט קיין אושוויץ!

להוי ידיעה אז די גאנצע מעשה דא גייט מיר שוין אויך אויף די געהירן. אבער ביז אושוויץ אדער אנטעסמיטיזעם איז א גאנג

איך מיין אז קאמערשל דארף נישט קיין טעסט און עסענשל יא

דער פום וועם איך ווייס איז נישט קאמערשיל נאר אסענטשיל

נעם אין אכט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך נעם אין אכט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 9:37 pm

Jhon האט געשריבן:נישט קיין מיסטעיק, עס איז דא אפאר אנטיסעמיטעשע גארדס ביין גרעניץ, אדער סתם שלעכטע מענטשן

אהה דאס איז עס, פלעינע שלעכטע מענטשן, קענעדע האט בה נישט קיין שונאי ישראלים.

שונאי האדם איז דא אסאך...!

אוועטאר
יליד טאהש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2020 11:14 am

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך יליד טאהש » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:18 pm

מיין חבר א יליד מאנטריאל וואס איז שוין יארן נישט געווען פורים ביי זיינע עלטערן זאגט אז דאס יאר פארט ער קיין מאנטריאל אויף פורים פרעג איך ביסט משוגע אינגאנצן זאגט ער מיר אז אזא יאר ווען קיינער קען נישט ארויפקומען אין ארומגיין דארף זיין קינדער ביי זיינע עלטערן וממנו ילמדו וכן יעשו ווי נישט וואו איז כיבוד אב ואם א דאורייתא

Jhon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2009 7:57 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך Jhon » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:42 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:נישט קיין מיסטעיק, עס איז דא אפאר אנטיסעמיטעשע גארדס ביין גרעניץ, אדער סתם שלעכטע מענטשן

אהה דאס איז עס, פלעינע שלעכטע מענטשן, קענעדע האט בה נישט קיין שונאי ישראלים.

שונאי האדם איז דא אסאך...!

קענעדע האט בה נישט קיין שונאי ישראלים, אבער אין קוויבעקער פאליטיק, כל המרבה להיות שונאי ישראל הרי זה משובח, און דער טיפישער קוויבעקער גוי זענען גרויסע שונאי ישראלים, אה ווי, כמעט ווי אין מיטל אלטער

נעם אין אכט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך נעם אין אכט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:43 pm

Jhon האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:נישט קיין מיסטעיק, עס איז דא אפאר אנטיסעמיטעשע גארדס ביין גרעניץ, אדער סתם שלעכטע מענטשן

אהה דאס איז עס, פלעינע שלעכטע מענטשן, קענעדע האט בה נישט קיין שונאי ישראלים.

שונאי האדם איז דא אסאך...!

קענעדע האט בה נישט קיין שונאי ישראלים, אבער אין קוויבעקער פאליטיק, כל המרבה להיות שונאי ישראל הרי זה משובח, און דער טיפישער קוויבעקער גוי זענען גרויסע שונאי ישראלים, אה ווי, כמעט ווי אין מיטל אלטער

נישט וואס איך זע. זיי האבן פשוט פיינט די מענטשהייט, פשוט מער ליב פייגל...

אוועטאר
משה צימערינג
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך משה צימערינג » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:54 pm

סקווירא סקול דא אין מאנטריאל האט צוגעמאכט אנטיל פארדער נאוטעס.
אפאר פון די סטעף אין קינדער האבן געטעסט פאזיטיוו
זינט גילוי האט זיך גע'גילוי'ט האט זיך נאכנישט אפגעטון אזא ג'גילוי'עכץ... (קרעדיט לכו... וגו')

Jhon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2009 7:57 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך Jhon » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:01 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:נישט קיין מיסטעיק, עס איז דא אפאר אנטיסעמיטעשע גארדס ביין גרעניץ, אדער סתם שלעכטע מענטשן

אהה דאס איז עס, פלעינע שלעכטע מענטשן, קענעדע האט בה נישט קיין שונאי ישראלים.

שונאי האדם איז דא אסאך...!

קענעדע האט בה נישט קיין שונאי ישראלים, אבער אין קוויבעקער פאליטיק, כל המרבה להיות שונאי ישראל הרי זה משובח, און דער טיפישער קוויבעקער גוי זענען גרויסע שונאי ישראלים, אה ווי, כמעט ווי אין מיטל אלטער

נישט וואס איך זע. זיי האבן פשוט פיינט די מענטשהייט, פשוט מער ליב פייגל...

אנטשולדיגט איר לעבט אין דינייעל.... איך וועל נאר פוינטן אפאר קליינטשיגקייטן, האסט פארגעסן פון די פראנצויזישע פארטיי געזעצן פון גאר לעטטענס...!,
1. יודן דאקטירים אדער טיטשערס טארן נישט גיין מיט קאפלעך אין גאווערמענט בילדינגס..
2. דעים עקסטרים טויש פון פרייוועט סקולינג, נאכן אויסארבעטן א פלאן מיט די פריערדיגע אדמיניסטראציע
3. די נייע געזעץ אין היימישע מונטריאל אנקעגן פערמיטס צו בויען נייע שוהלן
4. די אלטע אנטיסעמיטעשע געזעץ אין מונטריאל אנטקעגן סוכות
5. לאגאלט האט עמטליך געזאגט אויף די ראדי’ אז אויפן דיסעמבער 25 וועט מען אראפנענען געוויסע צוימענגען לכבוד די גויעשע חגאות, אבער נישט פאר די אידישע חנוכה.... ואין פוצה פה.... ווייל סאיז קוויבעק

וכו וכו’ ווער סווייסט און האט שוין געהאט עקספיריענס צו האנדלען מיט זיי ווייסט, אפשר זענט איר נאך יונג און נישט מיטגעהאלטן

בכלל איז ידוע א יוד וואס גייט אין קורטה מיט א גוי רובה דרבה מאל וועט דער גוי בלייבן גערעכט אפילו טאג איז נאכט!
פאר 50 יאר צוריק האט א איד נישט געקענט באקומען א לייסענס צו זיין א לויער אין קוויבעק, די באר האט עס נישט ערלויבט, עמטליך!
אקעי, איצטער פריי דיך מיטן פראנצויז וואס גלייכט דיר זייער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], PetalBot, אדם ישר, מבית שמש און 9 געסט