נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

משהלע
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך משהלע » מאנטאג מאי 18, 2020 11:52 am

כ'לאך האט געשריבן:טייערע יודן לאמיר זאגן א קאפיטל תהלים צום טאטן אין הימל וואס די לב מלכים ושרים זענען בידו אז דער פריים מיניסטער זאל שוין עפענען די גרעניצן און משפחות זאלן זיך קענען פארהייניגן און צענדליגע יודן וואס ציען זייער פרנסה פון די וועגן זאלן קענען צוריקגיין צו זייער ארבעט


די אייבישטער זאל אוועקנעמען די מחלה. די עולם אין מאנטריאל האט נישט קיין אנטיבאדיס ווייל רוב עולם האט עס ב"ה נישט געהאט.

כ'לאך
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:40 am

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך כ'לאך » מאנטאג מאי 18, 2020 11:53 am

התבונני האט געשריבן:
כ'לאך האט געשריבן:טייערע יודן לאמיר זאגן א קאפיטל תהלים צום טאטן אין הימל וואס די לב מלכים ושרים זענען בידו אז דער פריים מיניסטער זאל שוין עפענען די גרעניצן און משפחות זאלן זיך קענען פארהייניגן און צענדליגע יודן וואס ציען זייער פרנסה פון די וועגן זאלן קענען צוריקגיין צו זייער ארבעט

און קענען חתונה מאכן די קינדער...

יא גערעכט ס׳קומט יעצט די סיון חתונה סיזן און ס׳דארפן פארקומען היפש אפאר חתונות וואס איינע פון די צדדים קענען נישט אריבער פארן ס׳איז זייער ווייטאגליך צו דארפן אפשטופן א חתונה

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך משה צימערינג » מאנטאג מאי 18, 2020 12:51 pm

וואס זאל איך אייך זאגן:
די אויגן גייען מיר אויס פאר קנאה ליינענדיג דא אויף אייוועלט פון די נוא יארקער אידן ווי זיי גייען צוריק צו די מקוואות און די בתי מדרשים

לאמיר צוזאמען שרייען: עד מתי עד מתי עד מתי
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג מאי 18, 2020 1:53 pm

zugurnish האט געשריבן:קאן איינער זאגן אויב מען ווייסט עפעס ווען דער גרעניץ צווישון קנדה און אמעריקה וועט זיך עפענען?


תיקון טעות: די פריים מינסטער דארף מודיע זיין דערוועגען מאי 21 - דעם דאנערשטאג

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג מאי 18, 2020 1:58 pm

ישר כח

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג מאי 18, 2020 5:41 pm

איינער ווייסט צו אויב פארט מען ארום אין טאהש/מאנטריאל/ (קאנאדא) מיט ניו יארק לייסענס פלעיט
צו פאליציי קען לאגאל געבן א טיקעט?

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך משה צימערינג » מאנטאג מאי 18, 2020 5:51 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:איינער ווייסט צו אויב פארט מען ארום אין טאהש/מאנטריאל/ (קאנאדא) מיט ניו יארק לייסענס פלעיט
צו פאליציי קען לאגאל געבן א טיקעט?

טיקעט פאר וואס?
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג מאי 18, 2020 6:05 pm

משה צימערינג האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:איינער ווייסט צו אויב פארט מען ארום אין טאהש/מאנטריאל/ (קאנאדא) מיט ניו יארק לייסענס פלעיט
צו פאליציי קען לאגאל געבן א טיקעט?

טיקעט פאר וואס?


מעג מען ארום פארן מיט ניו יארק לייסענס פלעיט אין קאנאדא אין די איצטיגע תקופה?
מען טאר דאך נישט קומען וויזיטען

אוועטאר
גרשון
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך גרשון » מאנטאג מאי 18, 2020 6:21 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:איינער ווייסט צו אויב פארט מען ארום אין טאהש/מאנטריאל/ (קאנאדא) מיט ניו יארק לייסענס פלעיט
צו פאליציי קען לאגאל געבן א טיקעט?

יא טיקעט אדער נישט טיקעט, ס'איז די בעסטע סגולה פאר שנאת ישראל דאס צו טון אין די יעצטיגע טעג.

כ'זאג נישט מסברא, נאר מידיעה.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מאי 18, 2020 7:09 pm

גרשון האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:איינער ווייסט צו אויב פארט מען ארום אין טאהש/מאנטריאל/ (קאנאדא) מיט ניו יארק לייסענס פלעיט
צו פאליציי קען לאגאל געבן א טיקעט?

יא טיקעט אדער נישט טיקעט, ס'איז די בעסטע סגולה פאר שנאת ישראל דאס צו טון אין די יעצטיגע טעג.

כ'זאג נישט מסברא, נאר מידיעה.

פארוואס עפעס? מ'האט עפעס ארויסגעווארפן אלע אמעריקאנע פון דא? ממש אוממעגליך אז איינער וואס איז נישט קיין קאנאדישע סיטיזען זאל דא קומען 3 חדשים צוריק צו זיין דא פאר 6 חדשים?

בעל מנוחה
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך בעל מנוחה » מאנטאג מאי 18, 2020 7:13 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:איינער ווייסט צו אויב פארט מען ארום אין טאהש/מאנטריאל/ (קאנאדא) מיט ניו יארק לייסענס פלעיט
צו פאליציי קען לאגאל געבן א טיקעט?

יא טיקעט אדער נישט טיקעט, ס'איז די בעסטע סגולה פאר שנאת ישראל דאס צו טון אין די יעצטיגע טעג.

כ'זאג נישט מסברא, נאר מידיעה.

פארוואס עפעס? מ'האט עפעס ארויסגעווארפן אלע אמעריקאנע פון דא? ממש אוממעגליך אז איינער וואס איז נישט קיין קאנאדישע סיטיזען זאל דא קומען 3 חדשים צוריק צו זיין דא פאר 6 חדשים?


סאו לייג ארויס א גרויסע סיין אויפן קאר פינקטליך פארוואס און ווי לאנג ביזט און קאנאדע,
די לייסענס פלעט זעהט יעדער, יעצט גיי פארענפער זיך פאר יעדן שחור אויפן גאס,
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה

אוועטאר
גרשון
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך גרשון » מאנטאג מאי 18, 2020 7:14 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:איינער ווייסט צו אויב פארט מען ארום אין טאהש/מאנטריאל/ (קאנאדא) מיט ניו יארק לייסענס פלעיט
צו פאליציי קען לאגאל געבן א טיקעט?

יא טיקעט אדער נישט טיקעט, ס'איז די בעסטע סגולה פאר שנאת ישראל דאס צו טון אין די יעצטיגע טעג.

כ'זאג נישט מסברא, נאר מידיעה.

פארוואס עפעס? מ'האט עפעס ארויסגעווארפן אלע אמעריקאנע פון דא? ממש אוממעגליך אז איינער וואס איז נישט קיין קאנאדישע סיטיזען זאל דא קומען 3 חדשים צוריק צו זיין דא פאר 6 חדשים?

נישט אוממעגליך, אבער ווען א טיפישער קוויבעקער זעט א ניו יארקע פלעיט, טראכט ער אז די קאר קומט יעצט פון ניו יארק. און ווען ער זעט א חסיד'ישער איד ביים רעדל, שימפט ער אז מיר ברענגען דעם ווירוס פון דער כמעט ערגסט באטראפנסטער געגנט אין דער גאנצער וועלט! איבערהויפט אויב האט ער געהערט אז היימישע אידן פארן דורך דעם גרעניץ מער ווי אנדערע מענטשן.

מעשה שהיה אז א היזיגער איז ארומגעפארן מיט א ניו יארקער קאר, און פאליציי האט געזאגט אז זיי האבן באקומען עטליכע הונדערט רופן!
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

yid101
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:36 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך yid101 » מאנטאג מאי 18, 2020 8:33 pm

1
צוגעלייגטע
527D577C-87DB-4FFC-A708-DC61C5A31ED9.jpeg
527D577C-87DB-4FFC-A708-DC61C5A31ED9.jpeg (129.25 KiB) געזעהן 734 מאל

yid101
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:36 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך yid101 » מאנטאג מאי 18, 2020 8:33 pm

2
צוגעלייגטע
BA396A7D-9885-4D56-931D-FCA8FD0CB255.jpeg
BA396A7D-9885-4D56-931D-FCA8FD0CB255.jpeg (179.47 KiB) געזעהן 730 מאל

yid101
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:36 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך yid101 » מאנטאג מאי 18, 2020 8:34 pm

3
צוגעלייגטע
685F7B88-8028-4BC1-8AC1-A001A02944B9.jpeg
685F7B88-8028-4BC1-8AC1-A001A02944B9.jpeg (82.18 KiB) געזעהן 729 מאל

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך זינגער » מאנטאג מאי 18, 2020 9:44 pm

אגב, אז איינער דארף אנקומען קיין אמעריקע קען ער דרייוון א טראק פון א עסן קאמפעני
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
covfefe
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:39 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך covfefe » דינסטאג מאי 19, 2020 9:31 am

covfefe האט געשריבן:פעטיציע צו עפענען די בארדער נאך 5/21 און נישט פארלענגערן
https://www.change.org/openuscanadaborder

ערגעץ האלט עס שוין!
טוט א חסד אידן מאכן חתונה און מען קען נישט פארן, עלטערע אידן קינדער קענען נישט קומען
ביטע ארויפלייגן אויף סאשעל מידיא, שיקן פאר אייערע קאנטעקטס, ווי אויך אייערע נישט אידישע מיטארבעטער
לעצט פאראכטן דורך covfefe אום דינסטאג מאי 19, 2020 10:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מאי 19, 2020 9:40 am

ווי איך פארשטיי פונעם ערשטן בלאט געברענגט דא, צייכנט ער אן צו דא https://cdn-contenu.quebec.ca/cdn-conte ... 1584827459 אז זיך צוזאמקומען אינדרויסן האט מען געמעגט די גאנצע צייט נאך פון מארטש 20 אויב האלט מען סאושעל דיסטענס. אבל מה אעשה אז די פאקט איז אז זיי האבן דאס נישט צוגעלאזט אפילו מיט סאושעל דיסטינס, און לויט ווי איינער האט פארציילט גאנץ אנפאנג האבן זיי גאר געגעבן טיקעט'ס ווען מען איז דורכגעפארן א שפילער'ס הויז און געפיפן, ווייל דאס הייסט אויך א צוזאמקום?

בקיצור וואס דער לויער זאגט איז, קומטס ענק צוזאם, - און ששש.. מען וועט ענק געבן טיקעט'ס, און דאן וועלן ענק מיר הייערן עס צו אויספייטן. סארי, איך בין נישט אינטרעסירט אינמיטן דאוונען צו באקומען א טיקעט...

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3537
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מאי 19, 2020 9:44 am

מנחם וועט עס צאלען...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך משה צימערינג » דינסטאג מאי 19, 2020 9:56 am

די סאטמארער מלמד ר׳ אמ״ס האט נעכטן גערופן די פאליס און באקומען פון זיי א קלארק צעטיל אז מ׳מעג זיך צוזאמקומען אויפן גאס
און ער האט טאקע אנגעהויבן נעכטן חדר אין זיין בעקיארד
היינט פאנגען אסאך אנדערע מוסדות אויך אן אויף דעם אופן
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

yid101
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:36 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך yid101 » דינסטאג מאי 19, 2020 11:43 am

covfefe האט געשריבן:
covfefe האט געשריבן:פעטיציע צו עפענען די בארדער נאך 5/21 און נישט פארלענגערן
https://www.change.org/openuscanadaborder

ערגעץ האלט עס שוין!
טוט א חסד אידן מאכן חתונה און מען קען נישט פארן, עלטערע אידן קינדער קענען נישט קומען
ביטע ארויפלייגן אויף סאשעל מידיא, שיקן פאר אייערע קאנטעקטס, ווי אויך אייערע נישט אידישע מיטארבעטער


Border closed to 06 21, 2020

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך נעם אין אכט » דינסטאג מאי 19, 2020 11:43 am

קדוש ונורא האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:קאן איינער זאגן אויב מען ווייסט עפעס ווען דער גרעניץ צווישון קנדה און אמעריקה וועט זיך עפענען?


תיקון טעות: די פריים מינסטער דארף מודיע זיין דערוועגען מאי 21 - דעם דאנערשטאג

היינט אנאונסט אז ס׳וועט זיין פארשלאסן ביז Jun 21

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך קדוש ונורא » דינסטאג מאי 19, 2020 2:19 pm

An agreement has been reached between Canada and the United States to keep the border closed to all non-essential travel for another month, Prime Minister Justin Trudeau has announced, calling it the “right thing” to do. He is cautioning that it could be months still before non-essential travel is allowed.

The extension on the existing agreement means that the border restrictions will stay in place until June 21, even as parts of both countries begin gradually reopening. The agreement, as it stands, exempts the flow of trade and commerce, as well as vital health-care workers such as nurses who live and work on opposite sides of the border. Tourists and cross-border visits remain prohibited.

“This is an important decision that will keep people in both of our countries safe,” Trudeau said on Tuesday. Facing questions about the cross-border decision, Trudeau said there was a clear desire from premiers to keep up the border closure.

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך קדוש ונורא » דינסטאג מאי 19, 2020 4:24 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:קאן איינער זאגן אויב מען ווייסט עפעס ווען דער גרעניץ צווישון קנדה און אמעריקה וועט זיך עפענען?


תיקון טעות: די פריים מינסטער דארף מודיע זיין דערוועגען מאי 21 - דעם דאנערשטאג

היינט אנאונסט אז ס׳וועט זיין פארשלאסן ביז Jun 21


נאך א חודש האלט ער יא ביים עפענען?

אוועטאר
לעבט אין לאכט
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 13, 2016 10:20 pm

Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

תגובהדורך לעבט אין לאכט » דינסטאג מאי 19, 2020 4:39 pm

זינגער האט געשריבן:אגב, אז איינער דארף אנקומען קיין אמעריקע קען ער דרייוון א טראק פון א עסן קאמפעני

מיז נישט זיין קיין טראק
איך וויס פון איינעם וואס האט דאס געטוען מיט א מיניווען אנגעפולט מיט קאקיעס
I am writing in English because i ahve yiddish only on my office computer.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, אביסל טיפער, דברים אלו, והוא פלאי, פרישע קוגל און 77 געסט