בלאט 1 פון 368

נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 25, 2011 2:49 pm
דורך לאקשען ברעט
אשכול פאר נייעס פין מאנטריאל אין ארומיגע געגענטער,

- סאטמאר (מהר״א) האט אפגעקויפט א בנין אויף פארק עוו, צי בויען א שול [בייגעלייגט סקיצע פין נייע בנין]

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 26, 2011 7:32 pm
דורך לאז געמאכט
א הערליכע מעלעריי..

אגב דער שול איז שוין דארט איבער א יאר, יעצט האט מען נאר צוגעקויפט נאך א דערנעבנ'דיגע בנין אויסצוברייטערן דעם שול.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 12:51 pm
דורך שמערי בערי
פארגעס נישט איבער צו געבן די נייעס אז דארט איז שוין פעסט פאר'שניי'ט...

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 12:58 pm
דורך ניק ניק
אין אנדערער נייעס האט דער בעהוץ'ע רבי שליט"א געוויילט אין מאנטריאל פארגאנגענעם שבת פר' תולדות, תפילות אעריכות השלחנות איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית אסתר אויף ווען הארן

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:02 pm
דורך שמן למאור
ניק ניק, נישט גוט געספעלט די נאמען, ער הייסט בוהוש, נישט בעהוץ

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:04 pm
דורך שמן למאור
ניק ניק, נאך א טעות, די תפלות איז נישט געווען אין בית אסתר, די תפלות איז געווען אינעם גרויסן היכל אויף בערנארד קאר. האטשיסען

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
דורך לאקשען ברעט
שמערי בערי האט געשריבן:פארגעס נישט איבער צו געבן די נייעס אז דארט איז שוין פעסט פאר'שניי'ט...


נא ס'שוין מער ווייניגער צילאזט
דעי וואך גייך מייניך זיין ווארים

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:09 pm
דורך בדיל ויעבור
די אריינגאנג איז אויף פארק עוועניו?
זומער אויך?
אדער וועט זיין א אריינגאנג אויך פון די לעין
איך פרעג ווייל ווי באקאנט איז זוממער אדורכצוגיין פארק עוו. ממש געפערליך

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:10 pm
דורך ניק ניק
בדיל אז מ'וויל זיך היטן די אויגן איז די עצה אז מ'געט אזא לויף אדורך די גאס בדיל ויעבור

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:18 pm
דורך בדיל ויעבור
אויף פארק עוו. איז דאס אויך זייער שווער ווייל די גאס איז אזוי אנגעפילט אז עס איז באמת שווער
נאר אויב דער ביהמ"ד איז נעבן א קארנער איז גרינגער

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:21 pm
דורך שמן למאור
ר' בדיל קוקט אויס איר זענט געווען אין מאנטריאל א שטאק מיט יאהרן צורוק, שוין דא היינט נאך א בית המדרש אינמיטן צענטער פון פארק עוועניו, אזוי אויך וואונען שוין היינט אידן אויף פארק עוועניו צוליב דאס ביליגע רענט דארטן, צוביסלעך וועט פארק עוועניו פארלירן דעם גאנצן גויאישן עקל, און עס וועט פארוואנדלט ווערן אין א הערליכע אידישע פראכטפולע געגענט

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:22 pm
דורך בדיל ויעבור
אמת דאס לעצטע מאל איך בין געווען אין מאנטריאל איז געווען שוין גאר א לאנגע צייט צוריק

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:34 pm
דורך לאקשען ברעט
ס'וועט לכאורה אויך זיין א ענטרענס פין די לעין, בעלזא וואס איז א פאר הייזער אוועק האט אויך א ענטרענס פין די לעין,

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:36 pm
דורך בדיל ויעבור
בעלזא איז נישט אויף דזשימענס? (איך האף איך ספעל עס גוט)

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:38 pm
דורך שמן למאור
בעלזא איז אויף דיזמענס טאקע, און די גאנצע דזשימענס ווערט אנגערופן על שמם די בעלזא גאס, אבער זיי האבן געפענט נאך א לאקאציע אויף פארק עוועניו ספעציעל געווידמעט פאר די יוגעלייט.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:38 pm
דורך שמן למאור
לאקשען ברעט האט געשריבן:ס'וועט לכאורה אויך זיין א ענטרענס פין די לעין, בעלזא וואס איז א פאר הייזער אוועק האט אויך א ענטרענס פין די לעין,

נישט ס'וועט זיין, נאר ס'האט שוין.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:50 pm
דורך ניק ניק
שמן קענסטיך שוין אויס דארט בעסער ווי מיר הא הא

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:55 pm
דורך שמן למאור
ניק ניק האט געשריבן:שמן קענסטיך שוין אויס דארט בעסער ווי מיר הא הא

נישט קיין קינץ

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 2:01 pm
דורך לאקשען ברעט
שמן למאור האט געשריבן:
לאקשען ברעט האט געשריבן:ס'וועט לכאורה אויך זיין א ענטרענס פין די לעין, בעלזא וואס איז א פאר הייזער אוועק האט אויך א ענטרענס פין די לעין,

נישט ס'וועט זיין, נאר ס'האט שוין.


כ'ווייס כ'האב געמיינט צי זאגען אז די נייע גייט לכאורה אויך האבען

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 9:42 pm
דורך שנאפס
וואסי די מעשה מיט די מונקאטשער שוהל? ישיבה וועלט באריכטעט היינט אז די סיטי וויל אפשפארן די שוהל צוליב וואס עס געפינט זיך אין א רעזידענטשעל הויז

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 9:59 pm
דורך פייוול הנקרא 5'איש
קול מבשר איז דא ביי 1-1-4 א אינטערויא

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 10:11 pm
דורך שנאפס
איך הער נישט קול מבשר

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2011 10:13 am
דורך בעל תוקע
די זאונינג פין די פראפערטי איז רעזידענטעל, דערפאר טענה'ן זיי אז ס'איז נישט לעגאל צי מאכען א שול דארט, איי וואס האבען זיי זיך יעצט דערמאנט ? ... יארען צירוק איז שוין עפעס געווען דערוועגען אבער ס'האט זיך יעצט אויפגעוועקט, זייט די מרשעת זיצט אין סיטי האל איז דא פראבלעמען,
די שול איז שוין דארט איבער דרייסיג יאר, סאו לאמיר האפען אז זיי וועלען געווינען די קאורט,

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2011 10:38 am
דורך ניק ניק
איניש די שיל דארט נאך פון פאר די זאנינג?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 5:37 pm
דורך בעל תוקע