תגובהדורך מאנטריאלע'ר » מיטוואך אפריל 04, 2012 10:05 pm
בנוגע דעם וויזשניצע ביהמ"ד אין מאנטריאל, איז א שטיקל פארצווייגטע פרשה איך וועל עס אנרירן בקצה המזלג אויפן שפיץ גאפל.
קהל אהבת ישראל וואס באלאנגט צו וויזשניץ מאנסי פלאגט זיך שוין יאהרן צו קענען סטאנצירן זייער ביהמ"ד במקום הראוי, פאר אפאר יאהר צורוק האבן זיי אפגעקויפט א בנין ראוי דערצו, מ'האט אריינגעלייגט דמים תרתי משמע, אסאך געלט און שווייץ, אפאהר מיליאן דאללער, אלעס איז געפירט געווארן דורכ'ן היגען רב דער הגה"צ רבי אהרן האגער בן האדמו"ר מוויזשניץ מאנסי שליט"א, וואס האט אוועק געגעבן דערפאר טעג און נעכט פאר איבער א יאהר אדער צוויי צייט. מ'האט אין דעם בנין אויך ארויפגעבויעט דירות צום וואונען, פאר א שטארקער אינקאם פאר די קהלה.
ווען די בנין איז פארטיג געווארן כדבעי למיהוי כראוי וכיאות, הערליך שיין א כלילת יופי, האט מען געמאכט א שיינעם חנוכת הבית לכבוד דעם פארענדיגן דעם בנין, און לרגל דעם מעמד איז געקומען צו פארן כ"ק אדמו"ר שליט"א פון מאנסי קיין מאנטריאל, ס'געווען א הערליכע שבת, געפראוועט אין נייעם בית המדרש, אויך איז געווען א הערליכע הכנסת ספר תורה מוצאי שבת. ביי יענע שבת האט מען געברויכט דינגען טישן און בענק און אלע צרכים פאר אזא גרויסן שבת, זענען די עסקנים געגאנגן ביי א געוויסע גוי'אישע קאמפעני, און אפגעדינגען חפצים פאר די ווערד פון 20 אלפים, און דער גוי האט פארלאנגט א משכון דערויף, איז מען געגאנגן, בשאט נפש, און ממשכן געווען דעם אויסגעהארעוועטער בנין הבית המדרש.
ס'איז אדורך דעם שבת זייער אנגענעם ב"ה, אבער נאך אפאר חדשים וואס מ'האט נישט באצאלט דעם גוי, איז ער געגאנגן און פארקויפט דעם בנין פאר איין מעלאנע אדער ווינציגער פאר א צווייטער גוי, און יענער האט אנגעהויבן צו בעטן רענט פון די אלע איינוואונער אין דעם בנין און פון דעם הנהלת הבית המדרש פארן בית המדרש, דעמאלטס איז מען געלאפן אין קארט, און ס'האט זיך אנגעהויבן לעבעדיג, עס האט אנגעהאלטן געריכטן על גבי געריכטן, אינדערצווישן ברויך מען באצאלן רענט פאר א רענטל בארד.
איז דאס וואס שמן למאור שרייבט דא אויבן אז מ'האט פארלוירן, איז דעם געריכט מיט דעם גוי, אבער לפי ידיעתי האט מען דאס אפיעלט און מ'ווארט און מ'האפט אויף רחמי שמים.