תגובהדורך בעל תוקע » פרייטאג ינואר 06, 2012 10:58 am
באקומען אויף אימעיל:
בס"ד
נוצבארע אינפארמאציע פאר אחב"י וועלכע פארן אפט צווישן מאנטריאל-טאהש און ניו יארק
דער ציבור וועלכע באנוצן זיך מיט'ן טראוועי צווישן מאנטריאל-טאהש און ניו יארק, זענען באקאנט מיט'ן לאנג וועג, וואס צומאל ווען מען איז גאר מיעד נאך א שמחה א.ד.ג. אדער אין שווערע וועטערס, מוטשעט מען זיך זייער צו אנציען דעם גאנצן וועג, און ס'האט שוין לאנג אויסגעפעלט א פאסיג ארט וואו מען זאל קענען זיך אפשטעלן ערגעץ אינמיטן וועג, זיך אפרוען אביסל, אדער איבערשלאפן, און אנשעפן מיט פרישע כוח צו פארן ווייטער.
אבער נישט האבענדיג דאס פאסיג פלאץ, אן ארענטליך צוגעשטעלט האטעל, פאר א צוגענגליכן פרייז, וואס זאל זיך רעכענען מיט די געברויכן פון היימישע אידן, איז מען געצווינגען צו דרייווען ווייטער, טראץ די שוועריגקייט - און פיל מאל חשש סכנה ח"ו - דערפון.
איז דעריבער אויפגענומען געווארן מיט גרויס צופרידענהייט די נייעס אז עס איז אין די טעג ב"ה געלונגן פאר עסקנים - נאך גרויס מיה און שתדלנות - צו ארלעדיגן פאר דעם צוועק אן אפמאך מיט א באקוועמע הערליכע האטעל, וואס איז זייער געאייגענט פאר'ן באנוץ פון היימישן ציבור.
דער קאמפארט-אין האטעל געפונט זיך אין סאראטאגע ספרינגס, פונקט האלב וועג צווישן מאנטריאל און ניו יארק, הארט אראפ פונעם הייוועי ביי עקזיט 15.די עסקנים האבן ארלעדיגט מיט זיי א ספעציעלע פרייז פאר'ן היימישן ציבור, פון בלויז 75$ א נאכט, פאר הערליכע ריינע פרישע האטעל שטובער, וואס זיי רעכענען געווענליך אין הויכן סעזאן אזויפיל ווי 250$ א נאכט.
צו באקומען דעם ספעציעלן פרייז דארף מען מען פארלאנגן דעם ספעציעלן קאוד, Code # LJTS - וואס דערמיט באשטימט זיייער קאמפיוטער דעם ספעציעלן פרייז.דער אדרעס און טעלעפאן נומער פון דעם האטעל איז ווי פאלגענד: Comfort Inn & Suites
17 Old Gick Road, Saratoga Springs, NY, US, 12866Phone:
(518) 587-6244Just off I-87 Exit 15 - in front of Wal-Mart
די ספעציעלע ביליגע פרייז איז דערווייל אויף א דריי חדשים פראבע, צו מעסטן דעם פארלאנג און אפרוף פונעם ציבור, אויב דער אפרוף וועט זיין גענוג גרויס, קען די פרייז ווערן נאך ביליגער, אויב ס'וועט נישט זיין גענוג א גרויסער פארלאנג וועלן זיי נישט געבן מער דעם ביליגן פרייז.די האטעל האט א שטארק מעלה אז עס געפונט זיך ממש אראפ פון דעם הייוועי, ווי אויך שטייט דאס הארט קעגן איבער א גרויסע וואלמארט געשעעפט וואס איז אפען 24 שעה, וואס עס האלט א גרויסע פרוכט און גרינצייג אפטיילונג, פון וואס מען קען האבן נוצן ווען מען וויל עפעס איבערבייסן און מען האט זיך נישט מיטגענומען קיין כשר'ע מאכלים.עס מוז באטאנט ווערן אז די אונטערנעמונג איז גענצליך לשם מצוה, צו ארויסהעלפן דעם ציבור וואס מוטשעט זיך צומאל שטארק דורך צו מאכן דעם לאנגן וועג ווען מען איז שטארק מיעד נאך א שמחה א.ד.ג. אדער אין שווערע וועטערס א.ד.ג. ווי דערמאנט, אן קיין שום אנדערע חשבונות - אצינד קען מען זיך אפשטעלן און פארזעצן די נסיעה ווען מען שפירט זיך מער בכוח.[ברם יזכר לטוב - עס מוז דערמאנט ווערן די פעולות כבירות פונעם איש האשכולות בנן של קדושים הרב ר' אלימלך לייפער שליט"א בן הרה"צ אדמו"ר מפרימישלאן ז"ל, וועלכער האט במשך א לענגערע צייט אויפגעהאלטן א הכנסת אורחים אכסניא אונטערוועגענס אין גלען-פאלס ניו יארק, פון וואס טויזענטער רייזענדע האבן זיך מחי' געווען, זיך אפשטעלענדיג פאר א ווארעמע קאווע מיט אנבייס, דאווענען מנחה-מעריב און שעפן כח צו פארזעצן דעם לאנגן וועג.
צוליב פינאנציעלע שוועריגקייטן האט מען דאס געמוזט צייטווייליג אויפגעבן, טראץ וואס אונטער די קוליסן ארבייטן ווייטער חשוב'ע עסקנים און נגידים דאס צוריק עפענען אין דער צוקונפט אויף א גרעסערן פארנעם, וואס דער ציבור קוקט טאקע שטארק ארויס דערויף.]
*
ביי די געלגענהייט איז אויך כדאי צו וויסן אז עס זענען דא טעגליכע מנינים צום דאווענען אין אלבאני, ניו יארק, נישט ווייט פונעם טראוועי.
די דארטיגע אידן דערפרייען זיך און שעפן חיזוק ווען מען קומט אריין מחזק זיין זייער מנין.
אויב מען וויל אינפארמאציע, צ.ב.ש. א חיוב וואס וויל רעזערווירן דעם עמוד א.ד.ג. קען מען אנרופען דעם רב אויפ'ן סעל. און ער העלפט גערן ארויס.
די זמנים זענען ווי פאלגענד:
שחרית 6:40 יעדן אינדערפרי / מנחה מעריב יעדן אווענט 10 מינוט פאר די שקיעה, אין ביהמ"ד בית אברהם יעקב - אלבאניCong Beth Abraham-Jacob - Albany
380 Whitehall Rd. Albany, NY corner Manning Blvd.- Tel. (518) 489-5819. (2 blocks south of St. Peters Hospital, adjacent to SAAJCC).דער רב איז הרב באומזער שליט"א, מען קען איהם רופען אויפ'ן סעל. (518) 727-5566.ווי אויך איז דא א מנין שחרית טעגליך8:00 אין ביהמ"ד שומרי תורה, - וואס רופט זיך "די שטיבל".Cong. Shomray Torah - "The Shteeble" - Albany. 463 New Scotland Ave. Albany, NY (2 blocks east of St. Peter's Hospital,on same block as fire station). on the same street as the new Hilton Garden Inn at the Albany Medical Center (mention Chabad).דער רב איז הרב רובין שליט"א מען קען איהם רופען אויפ'ן סעל. (518) 482-5781אין חודש אוגוסט למספרם זומער וואקציע סעזאן איז דא מנין אויך אין לעיק-דזשארדזש, שחרית 8:00 - מנחה מעריב בערך 7:30.פאר אינפארמאציע איבער דעם לעיק-דזשארדזש מנין קען מען אויך רופען הרב רובין (518) 482-5781, אדער חב"ד פון סאראטאגע 584-7702מען קען טרעפן א גרויסע אויסוואהל כשר'ע פראדוקטן ביי, פרייס-טשאפערס אין אלבאניPrice Chopper,
1892 Central Ave. Albany, NY - Exit 2W
פאר די וואס באנוצן זיך מיט דעם וועג איז ראטזאם אריינצושטעלן די אינפארמאציע אינעם דזשי. פי. עס. דאס צו האבן אונטערוועגענס ווען מען זיכט דאס.די אינפארמאציע ווערט באקאנט געמאכט בלויז לשם מצוה, און די עסקנים בעטן דאס מפרסם צו זיין ווייטער לתועלת הרבים.וה' ישמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלו' מעתה ועד עולם