נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל תוקע »

בעט איינער זאל עס ערלעידיגען פאר די קומסט,
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

מיך שטערט די 5 דאלער א טאג מער ווי די טירחה אהין צופארן.

איר עקזעקט אדרעס האביך נישט כ'מיין זי וואוינט אקעגן איבער סקווירא שול דוראשער קאר לאשווא
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

גיב פאר בעל תוקע'ן דעם אדרעס, לויט ווי איך קאן אים וועט ער גלייך אהין גיין.
אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 10:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבערי פען »

בעל תוקע האט געשריבן:בעט איינער זאל עס ערלעידיגען פאר די קומסט,

דע איינוואוינער ברויך אראפ גיין
און נישט די גאסט
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

יהדות מאנטריאל גרייט זיך אויף צוויי גאר געהויבענע שבתים, שבת פרשת תזריע-טהרה מיט כ"ק מרן אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א, און שבת פרשת אחרי-קדושים מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
צהלי ורוני יושבת מאנטריאל!
אוועטאר
אין שטעטל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

טוטציך אן איבערקערעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין שטעטל »

וואס גייט שוין ווייטער פאר? הא? כ"ק אדמו"ר מסקווער קומט קיין מונטריאול אין די גאווערמונט
לאט בשום אויפן נישט קיין באגלייטן פארן רב'ן.. . שוין חאב שוין געמיינט עפעס ערגערס האט פאסירט, אבער פארוואס? וועמען שטערט א באגלייטן?
יהדות החרדית אין מונטריאול לייד שוין שרעקליכע רדיפות שוין די לעצטע 14 יאר, אויב נישט לענגער, הן בנושא לערנען זייערע שפראכן אין הן ווי לאנג מ'דארף לערנען, וכהנה וכהנה אבער די טאג טעגליכע לעבן גייט ב"ה אריבער רואיג,
אבער בכל דור ודור עומדים עלינו איז אויף געשטאנן א מרשעת מיטן נאמן פארז'עט ימ ש וואס זירע ציל איז איין זאך, אנזייען ווי מער צרות פאר חרדישע אידענטען, ווי זי קען נאר אריינלייגן א האנט איז זי דא, צו זאל זיין שריפת חמץ, צו זאל זיין ל"ג בעומר, צו זאל זיין צומאכן מונקאטשער בית המדרש, אין מיין נישט אז זי איז סתם א ציווילע פרוי, ניין זי איז אין די סיטי קאנסעל, אין א יעדע חודש נעמען זיך צוזאם כל מיני מענטשען אין די סיטי האל יעדער אויף זייערע צוועקן אין מ'שמוסט עס אדורך, אבער זי איז פארנומען חודש בחודשו צאם צוברענגן שונאי ישראלים אין זיי האקן אויף יודן פעך אין שוועבל.
עכ"פ וועט איר מיך אודאי פרעגן, פיינע נייעס אבער וואס איז יעצט געשעהן?
היי יאר פורים צופרי איז פארגעקומן עפעס וואס איז נאכנישט געשעהן אין מונטריאול קיינמאל בופאר, אויף די געסער ווי די היימישע יידען זענען באזעצט,פארשטייטציך אזווי אין יעדער פלאץ איז פורים צופרי אן איבערקערעניש, בחורים גייען אויף גראפס, מ'דיליווערט משלוח מנות, איז די מרשעת פין ערגעץ ווי ארויסגעוואקסן אין זיך גענומען חאפן בילדער רעכטס אין לינקס פין די אידישע "קריים", אזוי ווייט אז א אינגערמאן איז דורך געפארן מיט זיין קאר האט זי אריין געשטעקט איר קעמערע אין די אינגערמאן'ס קאר, פאר די אינגערמאן איז די בלוט ארויף, אזא חוצפה, איז ער ארויס פין קאר אין אנגעהויבן צו שרייען גיי דיר אוועק פין דאנעט, בקוצר ס'איז צאם געלאפן אן עולם ביז אפאר מינוט, די פאליציי איז אנגעקומען מ'האט איר אוועק געפירט פין דארט.
דא האבן זיך די צייטונגען אויף געוועקט, אזא זאך באשרייען א פרוי אינמיטן גאס, די אידען נעמען איבער אינזער שטאט, די קאמוטארן פין די בלאג'ס זענען געווען קאפי פעסט פין היטלער'ס ביכל, מ'האט אינז באוושען איבעראל ווי זיי האבן נאר דעגרייכט.
איז יעצט ווען סקווערע רבי קומט אין מ'האט געוואלט א פערמיט פאר א באגלייטן האט מען געזאגט בלא, נישט דא פין וואס צורעדן.
די היימישע יידען האבן זיך געחאפט וואס וועט מען האבן פין שווייגן, אינז דערלייגן פין דעם, האבן זיך צוזאם גענומען אפאר אינגערלייט אין גענפנט א בלאג מזביר זיין א ביסל די אנדערע זייט פין די מטבע.
מ'קען אריינשיקן הערות אין געדאנקן אויף http://www.outremonthassid.com
מ'דארף געדענקן אז מאנטריאל איז נישט קרית יואל, מ'לעבט דא מיט גוים טיר ביי טיר, די וועג פין אויפטוען איז נאר בדרכי נועם.
לעצט פארראכטן דורך אין שטעטל אום דינסטאג אפריל 17, 2012 6:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

קודם כל ברוכים הבאים 'אין שטעטל' וועלקאם טו די קלאב.
צווייטנס א גרויסן יישר כח פאר'ן צו לינקען דעם זייטל, גאנץ א גוטע איידיע. האפנטליך וועט עס עושה רושם זיין לטובה בעזהשי"ת.
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

אונטערסאנט ווי די מאנטריאל-גאזעט - א פרעסטיזפולע צייטונג - האט געמאכט א לאנגע נייעס באריכט פון דעם בלאג אונטערן קעפל 'מאנטריאל חסידים פייט בעק'.

די ארטיקל קעמען זעהן דא: http://www.montrealgazette.com/touch/li ... id=6419464
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

איינער האט עפעס פרישע נייעס צום בעפארשטייענדען געהויבענעם שבת קודש בעירינו ? א חוץ דעם פון די נאכנאנדע טעלעפאן רופן צו מ'האט פלאץ פאר געסט.
בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה היא הדרה......
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

האט היינט געשנייט אין מאנטריאל? די וועטער האט מיר אזוי דערציילט... האט מען דאס ווירקליך געזען?
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

מוצאי שבת האט ווירקליך געשנייעט, איך בין געווען ביי א מלוה דמלכא פאר צוויי שעה און דענאך ווען כ'האב געוואלט נעמען מיין קאר איז דער ווינדאו שיעלד געווען א שטיק שניי.
היינט אבער איז געווען שרעקליכע ווינטן מיט אביסל רעגן, אבער שניי האב איך נישט געזעהן פאר די אויגן.
אוועטאר
thruway
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אונטערוועגענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thruway »

שלו' עליכם צו די מאנטרעאל'ער חבריא, איך האף זיך צו מאכן היימיש דא.

אכטונג, איך קען אמאל זיין אביסל א נודניק, און ענק באפאלן מיט א זאק פראגעס, בעט איך פליעז נעמטס מיר אויף מיט געדולד, און פרובירט מיר צו העלפן.

איך זיך אינפארמאציע אויף א גוטע לאנג דיסטענדס טעלעפאן קאמפאניס סערוויס אין מאנטריאל, וועמען נוצט מען היינט, ווער איז ביליג מיט גוטע סערוויס.

ווי אויך ווי קען מען באקומען א גוטע פרייז צו דינגן א קאר אין מאנטריאל, מיט אונלימיטעטעד מיילידזש,

א דאנק פון פאראויס.
אוועטאר
thruway
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אונטערוועגענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thruway »

בעל תוקע האט געשריבן:‫​
​‪Comfort Inn‬ &‪ Suites‬
‬‬‫‫​17‪ Old Gick Road, Saratoga Springs, NY, US, 12866‬‬‬‫‫​Phone:
(518) 587-6244‬‬‫‫​Just off I-87 Exit 15 - in front of Wal-Mart
. בלויז 75$ א נאכט.. מיט'ן ספעציעלן קאוד,‪ Code # LJTS‬
‬‬‫‫​‬‬‬

איך האב דאס שוין גענוצט, - מיין ניק זאגט דאך אז איך טרעוול אפט אויפ'ן טראוועי - די פרייז איז שוין אראפ צו $70, וועגן די ציבור נוצט דאס טאקע, און אז מ'פארט מיט קינדער און מ'וויל נאך א שטוב, קען מען האבן א סוויעט פאר בלויז 90$
און אויב ווערט מען א מעמבער אין זייער choice hotel גרופע, באקומט מען פרייע אפגרעידס וכדומה,

די מנינים צום דאווענען אין אלבעני זענען אויך זייער פיין, עס איז נאר א שאד, עס איז נישט נעבן די האטעל, עס איז בערך א שעה וועג, ווען עס איז נענטער, קען מען גיין דאווענען לאזן די משפחה שלאפן, אזוי מוז מען זיך שוין ארויסלאזן ווייטער אין וועג אינאיינעם.

זימער איז זיכער דא נאך מנינים ערגעץ אונטערוועגענס, למשל בעלזא ישיבה אין אלבאני, ווער ס'ווייסט אינפארמאציע קען מזכה זיין דעם רבים און מיטטיילן

וה' ישמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלו' מעתה ועד עולם
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

שלו' וברכה טרו-וועי צו דיר מאכט דיר דא באקוועם
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

סביב העולם האט געשריבן:שלו' וברכה טרו-וועי צו דיר מאכט דיר דא באקוועם
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

thruway האט געשריבן:למשל בעלזא ישיבה אין אלבאני, ט


די מיינסט מן הסתם בעלזא ישיבה אין סאראטאגא.
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

thruway האט געשריבן:איך זיך אינפארמאציע אויף א גוטע לאנג דיסטענדס טעלעפאן קאמפאניס סערוויס אין מאנטריאל, וועמען נוצט מען היינט, ווער איז ביליג מיט גוטע סערוויס.


לאנג דיסטענס קיין ניו יארק ?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך האב פארשטאנען זיין שאלה איז אויף א "טעלעפאן קאמפאני" וואס גיבט גוטע לאנג דיסטענס פלען'ס.
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

עס איז דא אסאך פירמעס דא אין קאנאדא וואס פארמאגן סלעפאן פלענער מיט קאנטראקטן און אן קאנטראקטן פריפעיד און מאנטלי סמארט פאון'ס און פשוטע טעלעפאן'ס וכו' וכו'

פיידאו
ראדזשער'ס
טעלוס
בעל
קאדאו
ווערגין מאובייל
ווידיאטאון
פאבליק מאובייל

דאס ביליגסטע לאנג דיסטענס קיין ניו יארק וועט זיין פאבליק מאובייל, אבער ער פונקציאנירט נאר ווען דער טרייבל זעלבסט געפינט זיך אין מאנטריאל דייקא, נישט אין ניו יארק און נישט און די לארענשענס, און אפילו נישט אויפן פיפטין פון גרעניץ ביז מאנטריאל.
אוועטאר
thruway
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אונטערוועגענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thruway »

יישר כוח ענק אלע, סביב, ווינקל, בונדל, למעלה משבעים,
און אחרון חביב מאנטריאל'ער, שכח פאר די אינפארמאציע, אזא אויפנאמע מאכט מיר פילן אינדערהיים,
איך האב געמיינט צו פרעגן וועגן לאנג דיסטענס טעלעפאן קאלינג קארד וואס מ'קען נוצן פון דערהיים און פון סעלפאון, צו רופן מערסטענס קיין נו יארק,
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

ווער איז דיין פראוויידער אויף דיין האום טעלעפאן ?
אויב האסטו בעל, דאן מאך א לאנג דיסטענס פלען מיט זיי פאר 50 דאללער א חודש, אנלימיטעד, עס איז א שטיקל אויסגעבעטענע פלאן וואס דו קענסט באקומען גרינג לכאורה. און דערנאך פארלאנג א קאלינג קארד דערויף, דאס איז א קלאינג קארד מיט א פין וואס זיי געבן דיר אומזינסט, וואס דו קענסט רופן אומזינסט פון דיין סעלפאן מיט דעי קאלינג קארד לאנג דיסטענס קיין ניו יארק דייקא.
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

thruway האט געשריבן:ווי אויך ווי קען מען באקומען א גוטע פרייז צו דינגן א קאר אין מאנטריאל, מיט אונלימיטעטעד מיילידזש,


פארוואס נישט גיין צום איד, הרב ר' דוד גרויז D&G Communications & Car Rental ער פארמאגט קאר'ס און ווען'ס פאר ביליגע פרייזן מיט אנלימיטעד מיילעדזש

http://www.dgcar.ca/
זיין זייטל איז נאך אינטער קאנסטארקציע
קענסט אנרופן אויף
514-278-8360

אזוי אויך האט ער פילע קאלינג קארדס וואס קען זיין א הילף פאר דיין ערשטע שאלה

גיי נאר אריין אין זיין לאקאציע אויף פארק עוועניו קארנער בערנארד ווי א שטאב פון היימישע אינגעלייט וועלן דיר אפווארטן צו סערווירן
אוועטאר
thruway
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אונטערוועגענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thruway »

איז די עד פון "מעגעהערץ אנלימיטעד אנג דיסטענס" גרויז'ס קאמאפני?

מסתמא ווארטסטו מיך שוין אפ ביים טויער פון געשעפט צו זעהן ווער איז אט דער פרישער מאדנער טאדזשיק "טראוועי".
:)
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

thruway האט געשריבן:איז די עד פון "מעגעהערץ אנלימיטעד אנג דיסטענס" גרויז'ס קאמאפני?


איך מיין אזוי
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

thruway האט געשריבן:מסתמא ווארטסטו מיך שוין אפ ביים טויער פון געשעפט צו זעהן ווער איז אט דער פרישער מאדנער טאדזשיק "טראוועי".
:)


כ'האב געווארט נעכטן א גאנצן טאג, ס'האט שוין געשנייעט און גערעגנט אינצווישן, כ'האב מיר מיט גענומען א שירעם, אבער ס'האט זיך אויסגעבויגן פונעם ווינט, און איך האב מיר געפינען ווי א נער אינמיטן פארק עוועניו מיט א אויפגעבויגגענע שירעם אויסגעדרייעט צום הימל.

נעקסטיים זאג מיר ווען דו קומסט לאז מיר נישט שטיין א גאנצן טאג ווי א נער'לע אויף עוועניו די פארק...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”