מזל טוב!!!! להולדות הבנים והבנות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך אפריל 24, 2013 1:39 pm

ווינקל האט געשריבן:מזל טוב! יואל ברא"ד גליק להולדת הבת!


ברא"דער רב האט נעכטן ארויסגעשיקט א זענדונג מיט א לאדענונג צום גרויסן קידוש

איש בשורה אנכי היום, פרייליכע נייעס לאמיר דיר דערציילן, אז עס הייבט אן צו וואקסן פירות אויף מיין בוים, וויל איך דיר מיט מיין גרויסע שמחה מיטטיילן.
מיט גרויס פרייד אצינד, טו איך דעם אייבירשטן דאנקען און לויבן, וואס האט מיר געגעבן דעם ערשטן קינד, מיט א גוטע התחלה האט מען אנגעהויבן.
חדו השתא בהאי שעתא, שריי איך אויס א צוקאכטער, השי"ת האט מיר געמאכט פאר א טאטע, און ער האט מיר געבענטשט מיט א חשובע טאכטער.
לאמיר געבן שבח יקר וגדולה, דאנקן מיט א לעכטיג פנים, געהאלפן געווארן מיט א בת תחילה, איז דאך סימן יפה לבנים.
מיט נחת און פרייד, אנגעהויבן צו פלעכטן, דאס ערשטע רינגעלע אינעם קייט, מיטן פיס דעם רעכטן.
פענע פאפיר טינט און שפראך, רוקט אייך ביטע אין א זייט, איר וועט מיר נישט העלפן קיין סאך, אין אזא פרייליכע צייט.
ווען אזא שמחה דערגרייכט עדי מרום, פארשטייט דאך יעדער בעל דעת, אז די פעדער איז צו ארעם, און די פאפיר איז צו בלאס.
קיין ווערטער איז נישטא, די שמחה צו באשרייבן, ברוך ה' מען האלט שוין דא, ווער וואלט זיך דאס געקענט גלייבן.
נישט פאראן פאר דעם קיין אויסדרוקן, אינעם ווערטער בוך, אבער איך קען די שמחה נישט דערשטיקן, און האלטן עס ביי זיך.
דו טוסט זיך אוודאי מיטפרייען, די שמחה איז דאך אויסערגעווענליך, מזל טוב טוסטו זיכער אויסשרייען, פארדעם לאדן איך דיר פערזענליך.
דו ביזט דאך מיר א טייערער ידיד, דו ווייסט דאך יא ווי נאנט מ'זעמיר, גיב מיר אוועק אפאר טריט, דעם קומענדיגן שב"ק פ' אמור.
איך בעט דיר מיט הארץ און געפיל, איך וויל דיר זען לייוו, איך ערווארט דיר צו זען אין שול, אויפן אדרעס נומ. פייוו פייוו פייוו פייוו.
אויף האטשיסאן קארנער סענט וויעטאר, זיי מוחל דו און נעם דיר די מי, אליין קומען נישט שיקן א פארטרעטער, בערך צוועלף אזייגער אינדערפרי.
נאכן ליינען און געבן דעם נאמען, דעם גרויסן קידוש פראווענען, גיין אין חדר שמואל בנימין, תיכף ומיד נאכן דאווענען.
קומען ווינטשן ברכות רבות, עד אין שיעור וערך, זאגן דעם ושמרו בני ישראל את השבת, און דערנאך על כן ברך.
קידוש מאכן אויף א גלאז, מאכן א בורא מיני מזונות, זיך אנטרינקן מיט גרעיפ דזשוס, והשתי' כדת אין אונס.
עס וועט זיין גרייט פון אלעם גוטס, ביי די געדעקטע טישן, בראנפן וואדקע און שליוואוויץ, מען קען פון אלעם מישן.
ספאנדזש קעיק און קאקאש קוכן, נארהאפטיג געשמאק און פריש, אביסל פון זיי צו פארזוכן, און אראפרוימען זיי פון טיש.
אויסליידיגן די טעצער, עסן א שיעור כהלכה, זיך אויפשטעלן פון די פלעצער, און איבערלאזן א הייסע ברכה.
קומען געבן לחיים, מיט נאך ברכות הייסע, ווינטשן א בעל תורה ויראת שמים, זרעא די לא יפסוק מפתגמי אורייתא.
נאך אסאך שמחות ונחת, איינס נאכן צווייטן אין איין צי, כל שישנו בבת אחת, ישנו בזו אחר זו.
זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, דורות ישרים ומבורכים, דאס קינד זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל, וווערן א בת תלמיד חכם.
שטענדיג מיט איר שטאלצירן, די שמחה זאל זיין אינגאנצן, צו די חופה זאלסטו איר פירן, ביי איר חתונה זאלסטו טאנצן.
א שיינעם שידוך שליסן, מיט א חשובער מחותן, פון הימל זאל זיך גיסן, השפעות פון אלעם גוטן.
עס זאל זיין די בעסטע תלמידה, פון גאנץ בית אסתר, עס זאל ווערן א כלה נאה וחסודה, מיטן בחור דער בעסטער.
אויסוועלן א בחור א כלי, א מצוין אבער נישט קיין ציוני, מען האט שוין אויסגערופן ממילא, בת פלוני לפלוני.
ווינטשן נחת פון די פרינצעסן, אידיש נחת ביי די טאכטער תחי', א נאך ברכה נישט פארגעסן, און מאכן א על המחי'.
דערנאך קענסטו גיין דיין וועג, צו די סעודה אדער צו אנדערע קדישים, איך וועל דיר מגלה זיין אויב איך מעג, וואס וועט זיין דיינע הרגשים.
דער מוסר השכל אזוי גרויס, דאס זעט מען דאך קלאר, מאת ה' היתה זאת, געווארט צוויי און דרייסיג יאר.
עס שטעלט זיך ארויס א קלארער בילד, אז קיינמאל איז נישט צו שפעט, מען דארף נאר האבן אביסעלע געדולד, איטס נעווער טו לעיט.
דער ערווארטעטער טאג איז אנגעקומען, לחיים ולשמחה ולשלום, די אלטע צייטן אדורכגעשווימען, אוועק ווי א פארגעסענער חלום.
השי"ת טוט נישט פארלאזן, און ער איז פול מיט רחמנות, רחמים וחסדים א גאנצע דאזן, ער וועט געבן נאך בנים ובנות.
עס שטורעמט מיט פרייד און התרגשות צוזאמען, אזויווי עס האט אויסגעזען, די כוואליעס פון די ברויזנדע ימ'ען, ביי די צונאמי און די האריקעין.
א שמחה פארן טאטן זכרונו לברכה, נשמתו בגנזי מרומים, א שמחה פאר די גאנצע משפחה, א טרייסט פאר אלע יתומים.
ב"ה געלייגט דעם גרונד שטיין, דער הנחת אבן הפינה. צום קידוש קום צו גיין, בא יבא ברינה.
עס וועט מיר זיין א כבוד און זכי', אז דו וועסט קומען זיך באווייזן, אפילו עס קומט אן מיט א מניעה, געדענק אז רצון ברעכט אייזן.
איך האף אז דו פארשטייסט אידיש, איך האף אז איך רעד נישט צו די וואנט, ווייל אן דיר וועט דער קידוש, נישט זיין אזוי אינטערעסאנט.
וואס פאר א פנים וועט עס טראגן, אז דו וועסט נישט זיין דא אינמיטן, וואס וועלן מענטשן זאגן, עס האט געפעלט דער הויפט מחותן.
דיין אפוועזנהייט וועט זיך גרינג דערקענען, יעדער וועט עס גלייך זען, די פראגע וועט פלאקערן און ברענען, וואו ביזטו געווען.
טו מיט מיר א גענאדע, אביסל כוחות אפשפארן, אהער קיין קאנאדע, זאלסטו קומען צו פארן.
טו דיך אנשטרענגען, אויף שבת צו זיין א היגער, אלע חברים קענסטו מיטברענגען, און אנפולן א פליגער.
די רייזע וועט אי"ה זיין א געשמאקע, דו מעגסט מיר טראסטן, האב נישט מורא פאר א טעראר אטאקע, דו פליסט יעצט נישט קיין באסטאן.
מיט ניו יארק זיך געזעגענען, בלויז פאר א קורצע צייט, נאר אויף שמחות זאל מען זיך באגעגענען, שרייט אלע ער גייט ער גייט.
איך וועל זיך פרייען אן א שיעור, אז דו וועסט קומען זאגן מזל טוב, השי"ת זאל העלפן אויך ביי דיר, אסאך נחת ושמחות לרוב!
אין זכות פון פראווען שמחות פרייליך, וועלן מיר זוכה זיין אינגיכן, בבנינו ובבנותינו נלך, גיין אקעגן משיח'ן.


ליינטס און האטס הנאה!

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך אפריל 24, 2013 1:40 pm

אדאנק פאר פעיסטן.

דו דערמאנסט מיר פון די זיסע ישיבה יארן מיט רבי יואל!
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אפריל 24, 2013 1:42 pm

איבערמעכטיג! דאס מיינט א ריכטיגער "בעל שמחה", עס גיסט זיך אריבער אויף אלע באקן.

איך בין נייגעריג אויף א בילד פון דעם איד...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך אפריל 24, 2013 2:27 pm

לכאורה האט געשריבן:איבערמעכטיג! דאס מיינט א ריכטיגער "בעל שמחה", עס גיסט זיך אריבער אויף אלע באקן.

איך בין נייגעריג אויף א בילד פון דעם איד...
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך אפריל 24, 2013 3:10 pm

באלד וועסטו נאך בעטן זיין ניק אויך... הא?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך אפריל 24, 2013 3:33 pm

שנאפס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איבערמעכטיג! דאס מיינט א ריכטיגער "בעל שמחה", עס גיסט זיך אריבער אויף אלע באקן.

איך בין נייגעריג אויף א בילד פון דעם איד...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14071
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך אפריל 24, 2013 3:42 pm

איך בין נייגעריג צו דער איד איז מסכים אז זיינס א בילד זאל זיך דרייען אויפן געוועב.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4038
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך אפריל 24, 2013 4:12 pm

מזל טוב ר' יואל, כ'פריי זיך זייער שטארק צי הערן אזא בשורה, דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט זען אסאך אידיש נחת פון איר, גרינג ערציען זאלסט זוכה זיין איר מגדל זיין לחופה ולבעל תורה ויראת שמים.

ר' קנא, נע, ר' יואל איז לכאורה מקפיד אויף בילדער בכלל.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » דאנארשטאג אפריל 25, 2013 12:43 am

הערליך ר' יואל!!
אומגלויבליך הערליכע גראמען.
אזוי שיין זאל זיין דיין נחת פון דיין נייעם קינד, און אלע נאכפאלגענדע בעז"ה.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:44 pm

יהיה כן האט געשריבן:מזל טוב לה'ניק' הוותיק מו"ה ר' 'זיס' שליט"א (מהרה יגלה) להולדת בנו, יזכה לגדלו לתורה ולחופה ולמעש"ט מתוך נחת ושמחות וטוב לבב אמן


תרנגול האט געשריבן:מזל טוב זיס! זאלסט האבן הויפענעס פון נחת פון דעם קינד און פון אלע געזונטערהייט!


ברוכים תהיו, אי"ה ביי אייך אויף שמחות 'געזונטערהייט', מתוך טוב לבב - צו קענען מאכן שמחות מיט שמחה.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג אפריל 26, 2013 1:24 pm

מזל טוב יואלי אסאך אסאך אידיש נחת געזונטערהייט מיט אסאך געלט אין השי"ת זאל העלפן עס זאל זיין א שלימות'דיגע שמחה
לכאורה האט געשריבן:איבערמעכטיג! דאס מיינט א ריכטיגער "בעל שמחה", עס גיסט זיך אריבער אויף אלע באקן.

איך בין נייגעריג אויף א בילד פון דעם איד...

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו דער איד איז מסכים אז זיינס א בילד זאל זיך דרייען אויפן געוועב.

א בילד פון זיין פאטער ע"ה קען מען טרעפן אין די בד"ה אשכול אין די עפל'ע איז נישט געפאלן צו ווייט פונ'ם בוים
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » זונטאג אפריל 28, 2013 1:38 pm

מזל טוב !!!!!!!!!! ר' יואל איך האב נישט געוויסט דו האסט אזויפיהל גוטע פריינט, איך פריי מיר באמת מיט מיט דיין שמחה

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מיטוואך מאי 08, 2013 12:19 pm

מזל טוב MK Studious לרגל הולדת הבת
זאלסט זעהן אסאך יודישע און מוזיקאלישע נחת..

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך מאי 08, 2013 3:04 pm

מזל טוב!
kraitchmah עט גימעיל

שלעפער נומבער 1
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2012 12:01 pm
לאקאציע: געווענליך אין בעט...

תגובהדורך שלעפער נומבער 1 » מיטוואך מאי 08, 2013 3:11 pm

אה מזל טוב מושי, אסאך נחת געזונטערהייט.
שלעפער שלעפער וואס וועט זיין מיט דיר....

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג יולי 08, 2013 12:05 pm

מזל טוב צום געבורט פון בני בכורי למזל טוב
א בעל שמחה האט א כח צו וואונטשען, וואונטש איך פאר יעדעם ברכות עד בלי די, מען זאל זעהן אסאך נחת ביי די אייגענע קינדער
אזוי אויך וויל איך וואונטשען פאר די אלע המצפים לישועת ה' בקרוב בזש"ק, אז זיי זאלן אויפגעראכטען ווערן בקרוב מיט בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות, גרינג און שנעל.

אמן

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג יולי 08, 2013 12:31 pm

מזל טוב גוגל! אסאך נחת געזונטערהייט!

(דאס קינד גייט א גרויסע הוט? אדער וואס איז דאס וואס גוגל צייגט היינט)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג יולי 08, 2013 12:35 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:מזל טוב גוגל! אסאך נחת געזונטערהייט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יולי 08, 2013 2:07 pm

שוין געוואונטשן אויפן אימעיל גרופע, אבער דאפעלט איז שטארקער. מזל טוב מזל טוב!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » מאנטאג יולי 08, 2013 2:12 pm

מזל טוב גוגל! תזכה להכניסו בבריתו שאאע"ה בעתו ובזמנו! ותזכה לגדלו ולחנכו לתורה ולמצוות ולמעשים טובים גרינגערהייט און געזונטערהייט מיט אסאך נחת און פרייד עד זקנה ושיבה!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יולי 08, 2013 2:16 pm

הורוויץ האט געשריבן:מזל טוב גוגל! תזכה להכניסו בבריתו שאאע"ה בעתו ובזמנו! ותזכה לגדלו ולחנכו לתורה ולמצוות ולמעשים טובים גרינגערהייט און געזונטערהייט מיט אסאך נחת און פרייד עד זקנה ושיבה!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג יולי 08, 2013 2:22 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
הורוויץ האט געשריבן:מזל טוב גוגל! תזכה להכניסו בבריתו שאאע"ה בעתו ובזמנו! ותזכה לגדלו ולחנכו לתורה ולמצוות ולמעשים טובים גרינגערהייט און געזונטערהייט מיט אסאך נחת און פרייד עד זקנה ושיבה!

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג יולי 08, 2013 2:27 pm

מזל טוב!! מזל טוב!! אסאך אסאך אידיש נחת!

זאלסטע זוכה זיין אים מכניס זיין בבריתו של אברהם אבינו ע"ה בעתו ובזמנו, לגדלו בניקל לתורה ולחופה ולמעשים טובים ויראת שמים מתוך הרחבה.
זאל תמיד זיין נאר שמחות ביי דיר און דיין גאנצע משפחה.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג יולי 08, 2013 2:36 pm

לכאורה האט געשריבן:שוין געוואונטשן אויפן אימעיל גרופע, אבער דאפעלט איז שטארקער. מזל טוב מזל טוב!
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יולי 08, 2013 2:37 pm

שנאפס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:שוין געוואונטשן אויפן אימעיל גרופע, אבער דאפעלט איז שטארקער. מזל טוב מזל טוב!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אברך, בארג, וימאןX3, מה ידידות, נאך פונדערהיים, נו גוט נו שוין, פיליבאסטער, קהל עדתינו, ר' זעקל און 74 געסט