ווינקל האט געשריבן:מזל טוב! יואל ברא"ד גליק להולדת הבת!
ברא"דער רב האט נעכטן ארויסגעשיקט א זענדונג מיט א לאדענונג צום גרויסן קידוש
איש בשורה אנכי היום, פרייליכע נייעס לאמיר דיר דערציילן, אז עס הייבט אן צו וואקסן פירות אויף מיין בוים, וויל איך דיר מיט מיין גרויסע שמחה מיטטיילן.
מיט גרויס פרייד אצינד, טו איך דעם אייבירשטן דאנקען און לויבן, וואס האט מיר געגעבן דעם ערשטן קינד, מיט א גוטע התחלה האט מען אנגעהויבן.
חדו השתא בהאי שעתא, שריי איך אויס א צוקאכטער, השי"ת האט מיר געמאכט פאר א טאטע, און ער האט מיר געבענטשט מיט א חשובע טאכטער.
לאמיר געבן שבח יקר וגדולה, דאנקן מיט א לעכטיג פנים, געהאלפן געווארן מיט א בת תחילה, איז דאך סימן יפה לבנים.
מיט נחת און פרייד, אנגעהויבן צו פלעכטן, דאס ערשטע רינגעלע אינעם קייט, מיטן פיס דעם רעכטן.
פענע פאפיר טינט און שפראך, רוקט אייך ביטע אין א זייט, איר וועט מיר נישט העלפן קיין סאך, אין אזא פרייליכע צייט.
ווען אזא שמחה דערגרייכט עדי מרום, פארשטייט דאך יעדער בעל דעת, אז די פעדער איז צו ארעם, און די פאפיר איז צו בלאס.
קיין ווערטער איז נישטא, די שמחה צו באשרייבן, ברוך ה' מען האלט שוין דא, ווער וואלט זיך דאס געקענט גלייבן.
נישט פאראן פאר דעם קיין אויסדרוקן, אינעם ווערטער בוך, אבער איך קען די שמחה נישט דערשטיקן, און האלטן עס ביי זיך.
דו טוסט זיך אוודאי מיטפרייען, די שמחה איז דאך אויסערגעווענליך, מזל טוב טוסטו זיכער אויסשרייען, פארדעם לאדן איך דיר פערזענליך.
דו ביזט דאך מיר א טייערער ידיד, דו ווייסט דאך יא ווי נאנט מ'זעמיר, גיב מיר אוועק אפאר טריט, דעם קומענדיגן שב"ק פ' אמור.
איך בעט דיר מיט הארץ און געפיל, איך וויל דיר זען לייוו, איך ערווארט דיר צו זען אין שול, אויפן אדרעס נומ. פייוו פייוו פייוו פייוו.
אויף האטשיסאן קארנער סענט וויעטאר, זיי מוחל דו און נעם דיר די מי, אליין קומען נישט שיקן א פארטרעטער, בערך צוועלף אזייגער אינדערפרי.
נאכן ליינען און געבן דעם נאמען, דעם גרויסן קידוש פראווענען, גיין אין חדר שמואל בנימין, תיכף ומיד נאכן דאווענען.
קומען ווינטשן ברכות רבות, עד אין שיעור וערך, זאגן דעם ושמרו בני ישראל את השבת, און דערנאך על כן ברך.
קידוש מאכן אויף א גלאז, מאכן א בורא מיני מזונות, זיך אנטרינקן מיט גרעיפ דזשוס, והשתי' כדת אין אונס.
עס וועט זיין גרייט פון אלעם גוטס, ביי די געדעקטע טישן, בראנפן וואדקע און שליוואוויץ, מען קען פון אלעם מישן.
ספאנדזש קעיק און קאקאש קוכן, נארהאפטיג געשמאק און פריש, אביסל פון זיי צו פארזוכן, און אראפרוימען זיי פון טיש.
אויסליידיגן די טעצער, עסן א שיעור כהלכה, זיך אויפשטעלן פון די פלעצער, און איבערלאזן א הייסע ברכה.
קומען געבן לחיים, מיט נאך ברכות הייסע, ווינטשן א בעל תורה ויראת שמים, זרעא די לא יפסוק מפתגמי אורייתא.
נאך אסאך שמחות ונחת, איינס נאכן צווייטן אין איין צי, כל שישנו בבת אחת, ישנו בזו אחר זו.
זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, דורות ישרים ומבורכים, דאס קינד זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל, וווערן א בת תלמיד חכם.
שטענדיג מיט איר שטאלצירן, די שמחה זאל זיין אינגאנצן, צו די חופה זאלסטו איר פירן, ביי איר חתונה זאלסטו טאנצן.
א שיינעם שידוך שליסן, מיט א חשובער מחותן, פון הימל זאל זיך גיסן, השפעות פון אלעם גוטן.
עס זאל זיין די בעסטע תלמידה, פון גאנץ בית אסתר, עס זאל ווערן א כלה נאה וחסודה, מיטן בחור דער בעסטער.
אויסוועלן א בחור א כלי, א מצוין אבער נישט קיין ציוני, מען האט שוין אויסגערופן ממילא, בת פלוני לפלוני.
ווינטשן נחת פון די פרינצעסן, אידיש נחת ביי די טאכטער תחי', א נאך ברכה נישט פארגעסן, און מאכן א על המחי'.
דערנאך קענסטו גיין דיין וועג, צו די סעודה אדער צו אנדערע קדישים, איך וועל דיר מגלה זיין אויב איך מעג, וואס וועט זיין דיינע הרגשים.
דער מוסר השכל אזוי גרויס, דאס זעט מען דאך קלאר, מאת ה' היתה זאת, געווארט צוויי און דרייסיג יאר.
עס שטעלט זיך ארויס א קלארער בילד, אז קיינמאל איז נישט צו שפעט, מען דארף נאר האבן אביסעלע געדולד, איטס נעווער טו לעיט.
דער ערווארטעטער טאג איז אנגעקומען, לחיים ולשמחה ולשלום, די אלטע צייטן אדורכגעשווימען, אוועק ווי א פארגעסענער חלום.
השי"ת טוט נישט פארלאזן, און ער איז פול מיט רחמנות, רחמים וחסדים א גאנצע דאזן, ער וועט געבן נאך בנים ובנות.
עס שטורעמט מיט פרייד און התרגשות צוזאמען, אזויווי עס האט אויסגעזען, די כוואליעס פון די ברויזנדע ימ'ען, ביי די צונאמי און די האריקעין.
א שמחה פארן טאטן זכרונו לברכה, נשמתו בגנזי מרומים, א שמחה פאר די גאנצע משפחה, א טרייסט פאר אלע יתומים.
ב"ה געלייגט דעם גרונד שטיין, דער הנחת אבן הפינה. צום קידוש קום צו גיין, בא יבא ברינה.
עס וועט מיר זיין א כבוד און זכי', אז דו וועסט קומען זיך באווייזן, אפילו עס קומט אן מיט א מניעה, געדענק אז רצון ברעכט אייזן.
איך האף אז דו פארשטייסט אידיש, איך האף אז איך רעד נישט צו די וואנט, ווייל אן דיר וועט דער קידוש, נישט זיין אזוי אינטערעסאנט.
וואס פאר א פנים וועט עס טראגן, אז דו וועסט נישט זיין דא אינמיטן, וואס וועלן מענטשן זאגן, עס האט געפעלט דער הויפט מחותן.
דיין אפוועזנהייט וועט זיך גרינג דערקענען, יעדער וועט עס גלייך זען, די פראגע וועט פלאקערן און ברענען, וואו ביזטו געווען.
טו מיט מיר א גענאדע, אביסל כוחות אפשפארן, אהער קיין קאנאדע, זאלסטו קומען צו פארן.
טו דיך אנשטרענגען, אויף שבת צו זיין א היגער, אלע חברים קענסטו מיטברענגען, און אנפולן א פליגער.
די רייזע וועט אי"ה זיין א געשמאקע, דו מעגסט מיר טראסטן, האב נישט מורא פאר א טעראר אטאקע, דו פליסט יעצט נישט קיין באסטאן.
מיט ניו יארק זיך געזעגענען, בלויז פאר א קורצע צייט, נאר אויף שמחות זאל מען זיך באגעגענען, שרייט אלע ער גייט ער גייט.
איך וועל זיך פרייען אן א שיעור, אז דו וועסט קומען זאגן מזל טוב, השי"ת זאל העלפן אויך ביי דיר, אסאך נחת ושמחות לרוב!
אין זכות פון פראווען שמחות פרייליך, וועלן מיר זוכה זיין אינגיכן, בבנינו ובבנותינו נלך, גיין אקעגן משיח'ן.
ליינטס און האטס הנאה!