בלאט 1 פון 1

ניו יארקער פאליציי אפיצירן אנגעקלאגט פארן שמוגלען געווער

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 8:22 pm
דורך שנאפס
ניו יארק - פינעף אקטיווע, דריי רעטייערטע ניו יארקער פאליציי אפיצירן, איין ניו דזשערסי קארעקשאן אפיציר און דריי ציווילע זענען אנגעקלאגט געווארן היינט אין פעדעראלן געריכט פאר שמוגלען א מיליאן דאלאר ווערט פון געווער און ציגארעטלעך אין א סטינג אפעראציע דורך די עף בי איי,

די געשיכטע האט זיך אנגעפאנגען אין 2009 ווען א אינפארמאנט האט איבערגעגעבן אז א פאליציי אפיציר איז גרייט צו שמוגלען זאכן פאר געלט, די עף בי איי האט אים געאאפערט ציגארעטלעך וואס איז מכלומרשט געווען געגאנבעט, און קליידער, שפעטער איז עס אריבער צו ערענסטערע פאזעס ווען זיי האבן אים אריינגעדרייט מיט געווער, וואס איז געשמוגעלט געווארן פון ניו דזשערסי קיין ניו יארק אין געדונגענע מיני ווענס,

די פאליציי אפיצירן קומען פון די 71 פריסינקט וואס נעמט אריין קרוינהייטס און פון די 68 פריסינקט אין ברוקלין

פאר וויפיל מיינט איר האבן די פאליציי אפיצירן זיך פארקויפט? פאר די נישטיגע סומע פון $6,000

דער אפיציר וואס האט דאס אנגעפירט איז א 18 יעריגער וועטעראן פון די ען ווי פי די!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 9:17 pm
דורך מצטט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 7:43 pm
דורך leiby
נאך אלעם זעה איך זענען רוב פראבלעמען וואס אונז ווער מיר געשלאגן שטיקלעך וואס די עף בי איי האט אינטערגשטעלט...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 9:35 pm
דורך שוועמל
leiby האט געשריבן:נאך אלעם זעה איך זענען רוב פראבלעמען וואס אונז ווער מיר געשלאגן שטיקלעך וואס די יצר הרע האט אינטערגשטעלט...

א שטארקע סניגוריה.

און יישר כח שנאפס פאר די שיינע באריכט.