היסטאריע: ליביע באפרייט!!!

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויך קאטאר האט שוין אנערקענט די אפאזיציע אלס אפיציעלע רעגירונג פון ליביע (אין צוגאב צו 'איזעי' פון אייוועלט און 'פראנקרייך' פון די וועלט)

---
עס איז דא א פרישע אנאליז פון אונזער פריינט ר' יצחק קלאר אויף קול מבשר. נומער 3 פון די מעין מעניו, דאן 8, דאן 24# (קוים אנגעהויבן הערן, גוט ווי שטענדיג)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מדברי ר' יצחק קלאר: ווי זאגט נאר קרעמער;
קרעמער האט געשריבן:ליביע ליביע על חלליהם

גוט גוט, ר' יצחק דא האסטו ;l;p- נעם נאך פון קעלער און צוטייל זיך מיט קרעמער.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יעצט גענדיגט זעהן און הערן פרעזידענט אבאמא'ס דרשה וואס ער האט געהאלטן נעכטן נאכט אין יונעווערסיטי אוו דיפענס אין וואשינגטאן די.סי בעפאר א גרויסער עולם פון מיליטערישע אפיצירן.

דער פרעזידענט האט מסביר געווען די סיבה פארוואס אמעריקע האט זיך אריינגעמישט אין ליביע און פארוואס עס איז פאר די אינטעררעסן פון די פאראייניגטע שטאטן. אזוי אויך האט ער עטליכע מאל שטארק ארויסגעברענגט אז די פאראייניגטע שטאטן האבן נישט געטוען קיין שריט אויף די אייגענע הענט און נאר נאך א היסטארישע יו.ען רעוועלוציע און מיט א גרויסע קאאליציע פון אסאך לענדער און נאכדעם וואס די ליביע אפאזיציע און ציוועלע איינווינער האבן געבעטן פאר הילף האט מען גענומען די פארלאנגטע מיליטערישע שריט.

דער פרעזידענט האט אין די ערשטע העלפט פון זיין רעדע גאר שטארק ארויסגעברענגט וואס עס איז פארגעקומען אין ליביע די לעצטע חודש. ווי בארבאריש קאדאפי האט זיך אויפגעפירט צו זיינע בירגער און גע'הרג'עט ציווילע און אפאזיציע קרעפטן אין די מאסן. אויך האט ער ארויסגעברענגט די היסטאריע פון קאדאפי אנצייכענעדיג אז קאדאפי האט שוין געברענגט אסאך צרות פאר די מערב וועלט און טערארזירט און גע'הרג'ט אויך אמעריקאנער אין די פארגאנגענהייט.

ער האט דערמאנט די ערשטע שריט וואס מ'האט געטוען דערקעגן מיטן לייגן סאנקציע'ס אויף ליביע און פרירן קאדאפי'ס פריוואטע געלטער. אבער נאכדעם וואס די יו.ען. האט דורכגעפירט די רעזעלוציע און זיי האבן געזעהן אז די קאדאפי לאזט נישט נאך פון זיינע אטאקע'ס און זיינע קרעפטן דערנענטערן זיך צו א שטאט מיט אירע זיבן הונדערט טויזענט איינוואוינער, האבן ער געזאגט אז מ'קען שוין מער נישט ווארטן און פארלאנגט באלדיגע מיליטערישע שריט. ער האט ארויסגעברענגט אז דאס וואס עס האט גענומען פאר די אינטערנאצינאלע געמיינדע אין די ניינציגער יארן אין באסניע צו באשיצן די ציווילע איינוואוינער האט דא גענומען 31 טאג.

אין די זעלבע צייט וואס אבאמא האט אזוי שטארק גערעדט איבער די פאראייניגטע שטאטן און איבער אירע מיליטערישע כוחות האט מען באמערקט זיין אויסטערלישע שוואכקייט צו די פרעשור פון געוויסע אונעם אמעריקאנעם פאלק ווען ער האט עטליכע מאל איבערגעזאגט און איבערגע'חזר'ט און פארזיכערט אז אמעריקע וועט נישט אריינשטעלן קיין טרופן אויף די ערד פאר קיין געלט נישט, אמעריקע וועט נישט פירן גארנישט, אמעריקע וועט נאר צושטעלן הילף, סוירטש און רעסקיו, מעדעצינישע סופליי וכדו' אבער מיליטערישע אפעראציע'ס וועט ער איבערלאזן פאר די אנדערע חברי הקאאליצע ב'נאט"א.

אויך האט ער געזאגט אז די פאראייניגטע שטאטן וועט זיך נישט אריינמישן אין די רעגירונגס אריבערגאנג - ווען און אויב דאס וועט געשעהן - דערמאנענדיג איראק דערביי און געזאגט אז ער וויל נישט מאכן די זעלבע טעות ווי מ'האט געמאכט אין איראק ווי עס האט גענומען א מלחמה פון אכט יאר מיט די טויט פון טויזענטער מיליטער לייט און ציווילע. ער האט געמאלדן אז רעבעצין קלינטאן וועט היינט דינסטאג אפפארן קיין לאנדאן ווי זי וועט זיך טרעפן מיט אפאזיציע פירער פון ליביע און מיט אנדערע קאאליציע לענדער צו הערן און זעהן וואס זענען זייערע פארלאנגען און וואס מ'קען אויפטוען אויפן פאליטישן פראנט.


צייטליך, ק.נ.א. - וויליאמסבורג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

טענקס צייטליך, וואס זאל איך דיר זאגן, ס'בענקט זיך צו די צייטן וואס מ'האט געקענט דא עפעס ליינען.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

קרעמער האט געשריבן:עס איז דא א פרישע אנאליז פון אונזער פריינט ר' יצחק קלאר אויף קול מבשר. נומער 3 פון די מעין מעניו, דאן 8, דאן 24# (קוים אנגעהויבן הערן, גוט ווי שטענדיג)

דער גרויזאמער תגובה..
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

ישר כח צייטליך.
את בוויליאמסבורג ומצודתך פרוסה ביוניווערסיטי אוו דעפענס.

קרעמער האט געשריבן:אויך קאטאר האט שוין אנערקענט די אפאזיציע אלס אפיציעלע רעגירונג פון ליביע (אין צוגאב צו 'איזעי' פון אייוועלט און 'פראנקרייך' פון די וועלט)

יואל ווייס האט געשריבן: קאטאר אנערקענט די רעבעלן נאציאנאלער קאונסיל אלס איינציגסטער לעגיטימער פארטרעטער פון ליביע.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 28, 2011 6:36 am
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

כ'ווייס נישט צו עס קומט דא אריין אבער עפעס א שייכות האט עס דא זיכער.


פעיסבוק האט היינט אראפגערוקט א פראפייל פון זייער זייטל וואס האט גערופן פאלעסטינער פאר א דריטע אינטיפאדע רח"ל אנגעפאנגען מיט מארטשן אום מאי 15 צו באפרייען פאלעסטינע.

דאס קומט נאכדעם וואס פעיסבוק האט געזאגט אז זיי האלטן א אויג איבער די פראפיילן אבער וועלן נישט גענצליך אראפריקן קיין געפארפולע פראפיילן.



די אויבנדערמאנטע פראפייל האט שוין געהאט אסאך פענס, און ווי מ'קען נאך זעהן ביי א אנדערע ענליכע פראפייל וואס האט יעצט קרוב צו 3,500,000 (3 און א האלב מיליאן) נאכפאלגער, השם ישמרינו.


f.jpg
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

הופס...

סארי, נאכנישט אנגעקומען צו ליינען יענע אשכול.

יישר כח.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יואל ווייס האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:אויך קאטאר האט שוין אנערקענט די אפאזיציע אלס אפיציעלע רעגירונג פון ליביע (אין צוגאב צו 'איזעי' פון אייוועלט און 'פראנקרייך' פון די וועלט)

יואל ווייס האט געשריבן: קאטאר אנערקענט די רעבעלן נאציאנאלער קאונסיל אלס איינציגסטער לעגיטימער פארטרעטער פון ליביע.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 28, 2011 6:36 am

הכלל? איך וואלט דיך געדארפט קרעדיטירן? איך האב בעיקר געמיינט צו זאגען אז איזעי איז נישט קיין דעת יחידאה
נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 2:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאפאליאן »

אזוי צו אזוי, איז די מצב דארט אין ליביע זייער ווייט פון אונטער קאנטראל.

אובאמא מיט זיין שיינע רעדע נעכטן האט פארפאסט אנצוצייכענען א קלארע צוגאנג וואס אנבאלאנגט קאדאפי'ן זעלבסט, און ער האט נישט אנגעגעבן קיין שום רעאלן פלאן וויאזוי און ווען ער פלאנט פטור צו ווערן פון אים!!

און דערווייל שטארקט זיך די על-קאידא גרופע, און אינפילטרירן די רעבעלן לאגער מיט זייערע קעמפער!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מקור?

גראדע איז היינט געווען א היבש ערפאלגרייכע צוזאמטרעף אין לאנדאן פון הויפט דיפלאמאטן פון מערערע לענדער, וואו מען האט איינשטימיג געשטופט קאדאפי אפצופיצן פון טריפאלי באצייטנס.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די ראולער-קאוסטער מצב הייבט זיך אן צוריקצודרייען... אזוי שנעל ווי די רעבעלן האבן זונטאג און מאנטאג איינגענומען שטחים, אזוי שנעל אנטלויפן זיי דערפון אויפן יעצטיגן מאמענט

ראס-לאנוף איז שוין צוריקגעפאלן צו די קאדאפי קרעפטן (לויט בען וועדעמען פון סי ען ען) און די איינוואוינער פון על-ברעגא אנטלויפן קיין מזרח פון די אנקומענדע רעגירונגס זעלנער
נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 2:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאפאליאן »

קרעמער האט געשריבן:מקור?

גראדע איז היינט געווען א היבש ערפאלגרייכע צוזאמטרעף אין לאנדאן פון הויפט דיפלאמאטן פון מערערע לענדער, וואו מען האט איינשטימיג געשטופט קאדאפי אפצופיצן פון טריפאלי באצייטנס.


אדמיראל דשעימס סטאוורידיס, וואס איז די הויפט פון די נאט"א קאמענד וואס פירט אן מיט די אפעראציעס אין ליביע האט היינט דינסטאג אין זיין עדות פאר א סענאט זיצונג געזאגט; "מיר האבן גאר א נאנטן אבאכטונג איבער די אינהאלט, פארמונג, און פערסאנאליטיס וואס פירן אן מיט די רעבעלן לאגע אנקעגן קאדאפי" אנדייטענדיג מיט דעם אויף באריכטן וואס איז צו אים דערגאנגען איבער די אקטועלע על-קאידא ראלע אינערהאלב ליביע.

אבער, סוזען רייס, די אמעריקאנע אמבאסאדארין צו די יו-ען, צוזאמען מיט סעקרעטערי אף סטעיט הילערי ר, קלינטאן האבן ביידע געזאגט אז זיי האבן נישט קיינע שטארקע אינטעליגענטע באווייזן, אז עס זענען אין ליביע פארהאן א "ספעציפישע על-קאידא אנוועזהייט" אבער קלינטאן האט צוגעגעבן נאך די זיצונג אין לאנדאן, אז "אמעריקא האלט נאך אינמיטן געוואיר ווערן פונקטליך ווער די אפאזיציע פירער זענען"!!!

סי ען ען-אביסל סקעפטיש, און מודה אז עכ"פ א קליינע צאל

דער טעלעגראף, באריכט דאס זעלביגע

פאקס נייעס אגענטור, מאכט גאר א רעש און א טומל איבער על קאידא אפערעיטארס אין די רעבעלן לאגער

דע הילל, בשם דאנעלד טראמפ, וואס פארפירט אז מען שטעלט אריין איראן אין ליביע

רויטער'ס א לענגערע אפשאצונג
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

פונקטליך האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:עס איז דא א פרישע אנאליז פון אונזער פריינט ר' יצחק קלאר אויף קול מבשר. נומער 3 פון די מעין מעניו, דאן 8, דאן 24# (קוים אנגעהויבן הערן, גוט ווי שטענדיג)

דער גרויזאמער תגובה..

איך הער אויס דעם אנאליז אינמיטן הער איך די ווערטער. קוואוט: וויזוי זאגט קרעמער ליביע ליביע על חלליהם
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 2:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאפאליאן »

איך האב פריער געברענגט א ציטאט פון דעם אדמיראל פון נאט"א אין אייראפע, איך האב אבער פארזעהן איין וויטיגערע שטיקל וואס ער האט פאר דעם געזאגט, אט ברענג איך עס, מיט אנטשולדיגונג.

"די אינטעליגענץ וואס איך האב ערהאלטן ביז היינט, מאכט מיך שפורן אז די פירערשאפט וואס איך זעה אין ליביע, זיינען פאראנטווארטליכע מענטשן, וואס זענען שלאגן זיך אפצושלאגן קאלאנעל קאדאפי, מיר האבן [אבער, פארט] געזעהן א געוויסע שפירונג אין די אינטעליגענץ פון א פאטענציאלע אנוועזהייט פון על-קאידא, און כיזבאללא....אבער, פאר איצט האב איך נישט קיין דעטאלירטע שטארקע אנדייטונג אז איך זאל קענען זאגן אז זיי זענען דארט זייער פעסט, אדער קיין שום אנדערע טעראריסטישע אנוועזהייט. מיר וועלן אבער אנהאלטן צו מאניטערן די סיטואציע פון די נאנט, דאס איז דאך א חלק פון אונזער ארבעט, גוט צו האלטן אויג".....!
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

דער שטיקל וואס דו האסט אויסגעלאזט טוישט דעם בילד.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מאנסיאנער, איך האב דאס שוין אויבן צוגעצייכנט...
---
כבוד הרב נתן דוב, קיינער האט אייך נישט געבעטן ליינען דא, אויב איז דאס נער'יש זייט מוחל כאפט אריין א בלאט גמרא אנשטאט, און לאזט אונז במנוחה....
אההה עס איז נאר א הלצה פון נתן דוב? שוין איז ווערט צו לאכן, לאמיר לאכן פון די הלצה און פון די וועלט.....
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טענקס יואלי ווייס פאר דיינע שיינע ריפארטס כסדר. און נאפאוליען פאר דיי לעצטיגע באריכטן. דו האסט א רייכע פעדער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

האט אבאמא זיך סותר געווען אין זיין רעדע?

קודם האט ער געזאגט "איך האב געזאגט קאדאפי מוז אפטרעטן."

“I made it clear that Gaddafi had lost the confidence of his people and the legitimacy to lead, and I said that he needed to step down from power.”


נאכדעם זאגט ער: "צו פארברייטערן אונזער מיליטערישע מיסיע אריינצורעכענען אויך רעזשים טויש וואלט געווען א טעות."

“Broadening our military mission to include regime change would be a mistake.”


נאכדעם זאגט ער אז אמעריקע וועט טוהן פארשידענע זאכן און "ארבעטן מיט אנדערע לענדער צו פארשנעלערן דעם טאג ווען קאדאפי פארלאזט דעם מאכט."

“We will deny the regime arms, cut off its supply of cash, assist the opposition, and work with other nations to hasten the day when Gaddafi leaves power.”


קאדאפי מוז אפטרעטן, מיר וועלן העלפן די אפאזיציע און ארבעטן מיט אנדערע לענדער פאר דעם צוועק, אבער רעזשים טויש איז א טעות? וואס איז אונזער מיסיע נאכאמאל?
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

נאפאליאן האט געשריבן:אבער, סוזען רייס, די אמעריקאנע אמבאסאדארין צו די יו-ען, צוזאמען מיט סעקרעטערי אף סטעיט הילערי ר, קלינטאן האבן ביידע געזאגט אז זיי האבן נישט קיינע שטארקע אינטעליגענטע באווייזן, אז עס זענען אין ליביע פארהאן א "ספעציפישע על-קאידא אנוועזהייט" אבער קלינטאן האט צוגעגעבן נאך די זיצונג אין לאנדאן, אז "אמעריקא האלט נאך אינמיטן געוואיר ווערן פונקטליך ווער די אפאזיציע פירער זענען"!!!


פארהאן א שטארקע מעגליכקייט פון על-קאידא צווישן די רעבעלן, אבער סוזען רייס זאגט אז ס'איז נישט אויסגעשלאסן אמעריקע זאל זיי געבן וואפן.

WASHINGTON (Reuters) - U.S. Ambassador to the United Nations Susan Rice said on Tuesday that the Obama administration has not ruled out arming Libya's rebels as an option for trying to end Muammar Gaddafi's 41-year rule.


און דאס איז טראץ די ברייטע יו.ען. וואפן עמבארגא אויף ליביע וואס מאכט נישט קיין אויסנאם פאר די אפאזיציע.

Paragraph 9 of Resolution 1970 required all U.N. members to "immediately take the necessary measures" to bar the sale, supply or transfer of weapons, mercenaries, or other supplies to Libya. The arms embargo, which was adopted before the rebels had emerged as a potential threat to the regime, included no exemptions for Qaddafi's foes.


ס'איז נישט אויסגעהאלטן געזעצליך זיי צוצושטעלן קיין וואפן, פארהאן א גרויסע מעגליכקייט אז מ'רעדט דא פון געפערליכע עלעמענטן צווישן די רעבעלן, טא וואס איז די געאייל זיי צו געבן וואפן? פארוואס?
האט דען די זעלבע פאליסי נישט גע'בעקפייער'ט קעגן אמעריקע אין אפגאניסטאן און נאך מקומות?
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:האט אבאמא זיך סותר געווען אין זיין רעדע?

קודם האט ער געזאגט "איך האב געזאגט קאדאפי מוז אפטרעטן."

“I made it clear that Gaddafi had lost the confidence of his people and the legitimacy to lead, and I said that he needed to step down from power.”


נאכדעם זאגט ער: "צו פארברייטערן אונזער מיליטערישע מיסיע אריינצורעכענען אויך רעזשים טויש וואלט געווען א טעות."

“Broadening our military mission to include regime change would be a mistake.”


נאכדעם זאגט ער אז אמעריקע וועט טוהן פארשידענע זאכן און "ארבעטן מיט אנדערע לענדער צו פארשנעלערן דעם טאג ווען קאדאפי פארלאזט דעם מאכט."

“We will deny the regime arms, cut off its supply of cash, assist the opposition, and work with other nations to hasten the day when Gaddafi leaves power.”


קאדאפי מוז אפטרעטן, מיר וועלן העלפן די אפאזיציע און ארבעטן מיט אנדערע לענדער פאר דעם צוועק, אבער רעזשים טויש איז א טעות? וואס איז אונזער מיסיע נאכאמאל?

אז דו פארשטייסט נישט וועל איך דיר מסביר זיין וואס די שטעלונג פונעם פרעזידענט איז
די יעצטיגע מיסיע איז געצילט בלויז צו אינפאסירן אן אינטערנאצניאלע נאו פליי זאון פארבאט אין איינוועגס פרובירן ענג צו מאכן פאר קאדאפי. דעס איז די אינטערנאצניאלע שטעלונג
אבאמא'ס שטעלונג איז אז קאדאפי מוז גיין אויף סיי וועלעכע אויפן צו מיטן אייגענעם ווילן אדער אז די רעבעלן וועלן אים אראפשטויסן. אבער אמעריקא זאל נישט זיין דירעקט פארמישט אין ארויסשטויסן קאדאפי
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

מען רעדט ארום אז די רעבעלן זענען אינפילטירט מיט אל קאידא קעמפער. פון נעמט מען דאס?

בכלל איז מיך שווער וויאזוי קען זיין אזא זאך. נאכדעם וואס ליביע איז פאר די לעצטע דריי צענדליג יארן געווען פארמאכט ווי ס'דארף צו זיין, אויב אזוי ווי קען זיין אז על קאידא האט אהינגעלייגט א פיסל?
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע: מאנסי נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקות שלמה »

יודל, די אישו מיט די שרעקעדיגע סתירה פון אבאמא רעגט מיר אויף. (נישט פון יעצט, נאר זייט עס האט זיך אנגעהויבן די העצע דא און אזוי אויך אויף קול מבשר עקסט. 115 און 116...).

אבאמא האט אויך געזאגט אז מובאראק מוז אפטרעטן, שטימט?

האט אמעריקא אים אראפגעווארפן? ניין. אבאמא זאגט בלויז א "מיינונג" און אפשר אויך א רעקאמאנדאציע.

אט די זעלבע איז אין ליביע. אמעריקא וויל קאדאפי זאל גיין, און האלטן אז דאס מוז פאסירן, אבער זיי גייען נישט אריינשיקן טרופן דאס אויסצופירן. וואס זיי טוען יא, איז אויסצופירן די יו ען אפמאך איבער די נאו פליי זאנע, און זיכער מאכן אויף נאך אופנים אז קאדאפי זאל נישט קענען אונטערדורקן די רעבעלן.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מאנסיאנער האט געשריבן:אז דו פארשטייסט נישט וועל איך דיר מסביר זיין וואס די שטעלונג פונעם פרעזידענט איז
די יעצטיגע מיסיע איז געצילט בלויז צו אינפאסירן אן אינטערנאצניאלע נאו פליי זאון פארבאט אין איינוועגס פרובירן ענג צו מאכן פאר קאדאפי. דעס איז די אינטערנאצניאלע שטעלונג
אבאמא'ס שטעלונג איז אז קאדאפי מוז גיין אויף סיי וועלעכע אויפן צו מיטן אייגענעם ווילן אדער אז די רעבעלן וועלן אים אראפשטויסן. אבער אמעריקא זאל נישט זיין דירעקט פארמישט אין ארויסשטויסן קאדאפי

אויפן פרעזידענטס שטעלע האב איך א שטיקל מהלך, אבער וואס זאגסטו?

יא אדער ניין?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”