פרשת פאלארד

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » מיטוואך מארטש 26, 2014 12:57 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:הייסט אמעריקא האט אפיציעל אויפגעגעבן אויף די שלום געשפרעכן......!?

hehe...
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג מארטש 31, 2014 2:50 pm

נייעס אגענטורן באריכטן היינט אז מדינת ישראל איז אין געשפרעכן מיט אמעריקא איבער באפרייען פאלארד.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג מארטש 31, 2014 3:27 pm

אינעם אמי מאגאזין איז עטליכע וואכן צוריק געווען א לענגערע באשרייבונג אז אריק שרון און ביבי נתניהו זענען שולדיג איבער'ן ארעסט פון פאלארד.
נאך איינער האט עס געליינט, איך בין נייגעריג צי עס איז טאקע ממש אזוי ווי דער זשאן לאפטוס לייגט דאס אראפ.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 31, 2014 3:34 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:אינעם אמי מאגאזין איז עטליכע וואכן צוריק געווען א לענגערע באשרייבונג אז אריק שרון און ביבי נתניהו זענען שולדיג איבער'ן ארעסט פון פאלארד.
נאך איינער האט עס געליינט, איך בין נייגעריג צי עס איז טאקע ממש אזוי ווי דער זשאן לאפטוס לייגט דאס אראפ.

כ'האב נישט געליינט די ארטיקל, אבער לידעה בעלמה, לאפטעס איז א פיינער בעל דמיון, ער רעדט זיך איין אז ער ווייסט די "אינסייד סטארי" פון יעדע געשעניש א שטייגער ווי "דעפקע" און "אהרן קליין", און ער מיינט די גענצע וועלט שטייט און טוט נישט גארנישט, נאר קוקט ארויס אויף זיין מיינונג, און דאן וועט מען באשליסען, א שטייגער ווי עס פלעגט זיין די .......... רבי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג מארטש 31, 2014 3:41 pm

לכתחילה, אז דו ביסט שוין יא דא, איז פארהאן עפעס א לאגישע הסבר וואס באפרייען פאלארד וועט ברענגען די שלום דארט?
לאמיר זאגן אז מדינת ישראל וועט לכבוד דעם באפרייען נאך ארעסטאנטן, נישט דא אבער האט זיך פארהאנקערט די געשפרעכן יעדע מאל, לוינט זיך דען אים צו באפרייען בלויז צו פאראויסשטופן די געשפרעכן א טראפעלע פאראויס??

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 31, 2014 3:44 pm

ווארשיינליך איז פארהאן איין פונקט וואס אמעריקע טרייבט אז מד"י זאל אויפגעבן/נאכגעבן, א זאך וואס זיי האבן ביז היינט בשו"א נישט געוואלט רעדן דערפון, און באפרייען פאלאראד וועט מעגליך ברעכן די ישראלים דאס צו טוען.

וואס איז שווער צו פארשטיין?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג מארטש 31, 2014 3:46 pm

ס'הייסט דאך אז די פוינט איז באפרייען נאך טעראריסטן, ניין?
און דאס איז שוין געווען מער ווי איינמאל און נישט געברענגט למעשה צום ערוואטעטן שלום.
לעצט פאראכטן דורך derech eretz אום מאנטאג מארטש 31, 2014 3:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג מארטש 31, 2014 3:46 pm

אבער פארוואס זאל אמעריקא באפרייען א שפיאן אז מדינת ישראל זאל ווייטער גיין מיט די שלום געשפרען, איך וואלט פארשטאנען אז די פאליסטינער - -למשל זאלן דאס טון אבער פארוואס דארף אמעריקא באפרייען פאר מדינת ישראל?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 31, 2014 3:47 pm

derech eretz האט געשריבן:לכתחילה, אז דו ביסט שוין יא דא, איז פארהאן עפעס א לאגישע הסבר וואס באפרייען פאלארד וועט ברענגען די שלום דארט?
לאמיר זאגן אז מדינת ישראל וועט לכבוד דעם באפרייען נאך ארעסטאנטן, נישט דא אבער האט זיך פארהאנקערט די געשפרעכן יעדע מאל, לוינט זיך דען אים צו באפרייען בלויז צו פאראויסשטופן די געשפרעכן א טראפעלע פאראויס??

אמעריקע דארף פטור ווערן פון דעם "פאלארד" סעמאטוכע, בעסער פריער ווי שפעטער. ריזיגע געלטער פרעשער, פראטעסטען וכ' וכו' גייען כסדר פאר מיט די פרשה.

און אצינד איז דא געפערליכע פרעשור פון די עיפאק און זייערע שטיצער, היתכן אמעריקע לייגט דרוק אויף מד"י איבער שלום. האט אמעריקע באשלאסען זיי צו געבן די ארמערי...... סארי כ'מיין דעם פאלארד (באט יו געט דע פוינט...), אזוי וועלן די "הייסע ציעניסטען" נישט לייגען אזא דרוק, און די אמעריקאנע פאליטיקאנטען וועלן קענען אביסעל אפאטעמען, וועט אבאמא קענען לייגען מער דרוק אויף ביבי'ן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 31, 2014 3:53 pm

און פארשטייט זיך די זעלבע וועט ביבי קענען אפאטעמען אינדערהיים, ווייל ער וועט זיין א הירא.

און נאכמער.

ער וועט זאגען אינדערהיים אז ער האט נשיט קיין ברירה פאר געוויסע זאכען ווייל אבאמא לייגט דרוק. און די חברה אינדערהיים וועלן נישט האבן קיין טולס צו לייגען דרוק אויף אבאמא ער זאל איינציען די פרעשור.

אגב האלט איך פערזענדליך אז ביבי וויל א שלום. ער זעהט זיך ווי שרון. ער הייסט א מילעטאנט, אבער ער וויל זיין אין די היסטאריע אלס א "שלום מאכער". נאר ער האט גרויס דרוק פון זיינע ראדיקאלע חברה. און אזוי וועט ער קענען שרייען "אין לי ברירה".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מאנטאג מארטש 31, 2014 4:43 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
און אצינד איז דא געפערליכע פרעשור פון די עיפאק און זייערע שטיצער, היתכן אמעריקע לייגט דרוק אויף מד"י איבער שלום. האט אמעריקע באשלאסען זיי צו געבן די ארמערי...... סארי כ'מיין דעם פאלארד


;l;p-

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 31, 2014 10:12 pm

והא ראיה צו מיינע ווערטער, אז דער כח'ניק דוב הייקינד פארפיקט קעגן דעם פלאן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

תגובהדורך Shiala » מאנטאג מארטש 31, 2014 11:46 pm

אז מרעדט צו מען האט אים איינגעזעצט פאר אזוי לאנג מיט יוסטיץ וויל איך קוואטן דריי נקודות פון וויקי (נישט דו וויכי, די וועבזייטל)

1) עס איז אין די היסטארי נישט געגעבן געווארן אזא לאנגע סענטענס פאר איינער וואס האט שפיאנירט פאר אן אליאירטן מדינה.

2) מען האט נאך אין די היסטארי נישט געגעבן אזא לאנגע טערם פארן אן אמעריקאנער סיטיזען פאר אזא מין פארברעכן.

3) מען קען נישט ליגעלי געבן אזא לאנגע טערם פאר דער פארברעכן

מאכן זיי גאנצע מעשות אז ער איז שולדיג אין די טויט פין אמאריקאנע אגענטן וואס מען ווייסט שוין היינט אז עס איז ליגנט, הכלל יוסטיץ איז עס נישט, און איך בין נישט קיין ציוניסטישער סימפאטיקער איך בין אין א פייט פאר יוסטיץ. אבער אז מען קען געבן פאר אן אמעריקאנער ווייסע קאלער פארברעכער 100 יאר און פאר אומשילדיגע מענטשן די תליה אידאך גארנישט שווער.....

פאוינט איז מיר לעבן אין א מדינה של חסד מיט א צובראכענע יוסטיץ סיסטעם, וואס כאגעזאגט צובראכן כאגעמיינט א נישט עקזיסטירענדע יוסטיץ......

נאך איין נקודה, אויב איז נישט גענוג די עבסטענס אוו יוסטיץ ליידן נאך אלא אידן פאלארד בכללם פון שנאת ישראל וואס דריי פערטל יוסטיץ דעפארטמענט איז אינגאנצן אינפעקטירט מיט....

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אפריל 01, 2014 12:19 pm

אונזער שוועסטער אגענטור CNN ברענגט נאך בשם איזרעילי אפציעלן אז פאלאראד גייט נאך באפרייט ווערן בעפאר די יו"ט פסח פון דאס יאר (וועלעכע פאנגט זיך אן אפריל 14)

ווי באריכטעט איז ער סייווי אין פלאן באפרייט צו ווערן נאוועמבער פון קומענדיגען יאר 2015, דאס הייסט אז אבאמא קען דאס קורצער מאכן מיט 19 חדשים אינגאנצן. פאלאראד וועלעכע איז באשולדיגט געווארן אין איבערגעבן שפינאדזש סודות פאר מדינת ישראל האט געקריגן א אורטייל פון לעבענסלענגליכע תפיסה וועלעכע אין זיינער צייט האט געמיינט 30 יאר.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

תגובהדורך Shiala » דינסטאג אפריל 01, 2014 12:30 pm

ווי ווייט איך פארשטיי איז נאוועמבער 2015 א דאטום ווען ער איז עליגיבעל פאר פאראול, נישט קיין אויטאמאטישער באפרייאונג, לייף איז 30 יאר אן פאראול אבער אויב איז ער נישט וואויל קען ער בלייבן דארטן ביז זיין הויט שימלט אפ. דעט איז אויב ער ווערט נישט באפרייט אין די אפהאנדלוגען פונעם שלום

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אפריל 01, 2014 4:03 pm

עפ"י רוב האט פאראלל נשיט קיין שייכות מיט די גוט אדער שלעכטע אויפפירונג אין תפיסה נאר מיט די הארבקייט פון די אריגינעלע קלאגע, מען קען זיך אויפפירן זייער וואויל און פיין אויב אבער די אריגינעלע חטא איז געווען צו שטארק דאן קען מען טאקע אפזיצן ביז מען שימלט אפ.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

תגובהדורך Shiala » דינסטאג אפריל 01, 2014 4:23 pm

אמת אמת אבער די געדאנק פון פאראול איז אז וויבאלד תפיסה איז דאך מכלומרשט א ריהעב און א פלאץ וואו קרימינעלס זיצן זיך איבערצוטראכטן און תשובה טוהן אויף זייערע עבירות געט מען א טשענס פארן פריזינער צו ווייזן אז ער האט זיך שוין געלערנט פון זיינע מיסטעיקס און ער איז שוין גרייט צו פירן אן אנשטענדיגן לעבן אלס אן אמעריקאנער סיטיזען אין דער פריי, פארשטייט זיך אז דער הסבר איז נישט אזוי שטארק שייך אין א פאל פון א שפיאן וואס האט שפיאנירט פאר א צווייטע לאנד וכדו' אין אזא פאל וועט מען מער קוקן אויפן חומר הענין און איבערגיין צו יוסטיץ איז גוט געסערווט געווארן אנטקעגן דעם פערזאן און צו אפשר איז ער שוין געזיצן גענוג לאנג פאר זיינע חטאים, אויפפירונג וועט נאך אלס זיין א פאקטאר צו איבערצייגן פאר די סוטס אנע קעפ - וואס זענען דן דיני נפשות און יארן תפיסה ווי סוואלט געווען אפאר דאגיס און נאך ערגער - אז דער פערזאן קומט זיך א צווייטע טשענס, אין דעים פאל מיין איך אז א פארשטענדליכע פאראול באמטער וועט פארשטיין אז עס איז צייט צו פאררעכטן די אומרעכט וואס איז געטוהן געווארן אנטקעגן פאלארד אבער שוואכע טשאנסן ווייל ווי געשמועסט האבן זיי ערגעץ איבערגעלאזט זייערע מוחות אויפן וועג די איינציגע האפענונג איז די פארהאנדלונגען פון די צוויי מדינות אדער א פארדאן פון א פרעזידענט וואס האט נאך נישט פארלוירן זיין גאנצע זעהל צו פאליטיק...

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג אפריל 01, 2014 4:43 pm

פאלארד האט היינט צוריקגעוויזן א געפלאנטע פאראל הירינג וואס האט געדארפט פארקומען, ווייל ער איז נישט מסכים צו זיין פארמישט אין א אויסטויש וואס וועט ארויסלאזן טעראריסטן.

אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

תגובהדורך Shiala » דינסטאג אפריל 01, 2014 5:01 pm

איך אדמייער דאס, ער זיצט שוין באלד דרייסיג יאר אבער ער איז נאכאלס נישט גרייט ארויסצוגיין אויפען חשבון אז מען וועט ריליעסן א רוצח אנשטאט אים

פרי העץ
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2014 6:39 am

תגובהדורך פרי העץ » דינסטאג אפריל 01, 2014 5:19 pm

סי איז דא א גענוייע צייט פון זיין עונש וואס ביז יענע צייט דארף הער זיצע'ן?

אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

תגובהדורך Shiala » דינסטאג אפריל 01, 2014 5:29 pm

לייף מיט פאראול נאך דרייסיג יאר ליין די פריערדיגע תגובות

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דינסטאג אפריל 01, 2014 7:24 pm

בס"ד,

לעת עתה דינסטאג נאכמיטאג זעהט אויס ווי דער פלאן איז מיאוס דורכגעפאלן.

אמעריקע האט געדארפט באפרייען פאלארד אז די מדינה זאל באפרייען א גאנצע מחנה טעראריסטן אז די פאלעסטינער זאלן מסכים זיין צו זיצן ווייטער מיט די מדינה פארשטייער און פארהאנדלען ווייטער וועגן פליטים און שטחים און מזרח ירושלים.

דאס איז געווען דער פלאן, און קערי האט געזאלט פארן קיין מדינה רעדן מיט אבאס צו ענדיגן דעם פלאן און אלעס זאל פאלן אין פלאץ.

אבער קערי פארט נישט, ווייל אבאס בלאזט, ווייל די מדינה האט נישט באפרייט היינט דינסטאג א מחנה טעראריסטן ווי עס האט געלויטעט א פריערדדיגע פלאן.

פאלארד בלייבט אין טורמע. קערי אין בריסעל. אבאס אין כאמאס. די מדינה ביי די כופרים. די פאלעסטינער אין שכם. אבאמא אין פאנטאזיע-לאנד.

אקעי, א קאווע ביטע?

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג אפריל 01, 2014 8:19 pm

וואס איז שייך ער זאל בלאזען
ער האט טאקע געוואלט אז זיי זאלען באפרייען סתם אזוי טערראריסטען?

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » זונטאג אפריל 06, 2014 12:45 am

שווער צו טראכטן אז דער פאלארד וועט אמאל באפרייט ווערן. איך וואונטש אים ארויסצוקומען בקרוב ממש, אבער א שפיאן איז די גרעסטע עוולה וואס א מענטש קען באגיין קעגן א לאנד, און איך גלייב שווער אז דאס אמעריקאנער פאלק זאל אים מוחל זיין אויף דעם זינד וואס ער איז באגאנגען. און ווידער: איך וואונטש אים ער זאל ארויסקומען מאפילה לאורה נאך דעם יאר, געזונטערהייט. דער באשעפער איז א כל יכול.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אפריל 06, 2014 12:56 am

דע מה שתשיב האט געשריבן:שווער צו טראכטן אז דער פאלארד וועט אמאל באפרייט ווערן. איך וואונטש אים ארויסצוקומען בקרוב ממש, אבער א שפיאן איז די גרעסטע עוולה וואס א מענטש קען באגיין קעגן א לאנד, און איך גלייב שווער אז דאס אמעריקאנער פאלק זאל אים מוחל זיין אויף דעם זינד וואס ער איז באגאנגען. און ווידער: איך וואונטש אים ער זאל ארויסקומען מאפילה לאורה נאך דעם יאר, געזונטערהייט. דער באשעפער איז א כל יכול.

די פראבלעם איז אבער, אז אנדערע וואס האבן שפיאנירט פאר א פריינטליכע רעגירונג, האבן נישט באקומען אזא שווערע שטראוף ווי אים. און גראדע האלטעך אצינד, אז די ערענסטע געשפרעך איבער זיין באפרייען, גיט אים א עפענונג אפי' דאס מאל ארבייט זיך עס נישט אויס, ווייל אויב האט מען שוין אזוי ערענסט גערעדט דערפון, איז שוין גרינגער עס זאל געשען, אויב נישט יעצט, דעמאלס א צווייטע מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: משה בן יעקב און 11 געסט