פרשת פאלארד

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

פרשת פאלארד

תגובהדורך אלף בית » זונטאג אוקטובער 09, 2011 5:28 pm

די אשכול איז געווארן אפגעטיילט פון די רובאשקין אשכול. הנהלה

כ'זעה אז די ציונים האבן גע'עפענט א פעטיציע אז מ'זאל באפרייען פאלארד.
איך ציטער אז דאס זאל נישט קאליע לייגן דאס וואס מ'וויל אויפטוען ביי רובאשקין.
און דא קען אויסזעהן ווי די אידן האבן באשלאסן צו בעטן אבאמא אז מ'זאל באפרייען זייערע פארברעכער.

פאלארד איז דאך געווען א פארברעכער און שפיאנירט קעגן אמעריקע אנדשערש איז רובאשקין וועמען מ'האט ב'עוולה'ט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » זונטאג אוקטובער 09, 2011 5:31 pm

יאפס אין זיי ריקן זיך גראדע גאנץ שנעל היינט געפענט און זיי האלטן שוין איבער 400 (דאכצעך מיר אז זיי האבן געפענט 2 אויפאמאל)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 7:17 am

ס'דאך א חילוק זיי ווילן אז מען זאל אים באפרייען און אונז ווילן אז מען זאל אויספארשן די אומרעכטיקייט פונעם פסק

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 12:17 pm

איז נישט וואס מיר פאלאנגען -יוסטיץ? אויב אזוי וואס איז א נפקא מינה צווישן רובאשקין און פאלארד? זיי ווערן ביידע בא'עוול'ט אונטער א שלייער פון יוסטיץ, און זיי דארפן אייניג זיין אין אונזער פארלאנג. איי ציונות? רובאשקין איז לשיטת הרה"ק מסאטמאר דער זעלבער ציוניסט! און ווען מ'וועט איהם ארויס נעמען פון תפיסה וועט ער זיך אפגעבן מיט לייגן תפלין אויף פיפט עוועניו און שאקלען לולב אויפן טרעין וכדומה זאכן וועלכע זענען "פאר'מיאוס'ט" אין סאטמאר. אבער וויבאלד ער איז אין א צרה פארקוקט מען דערויף און מען פראבירט אלסדינג וואס מ'קען איהם צו העלפן און ראטעווען. הוא הדין מיט פאלארד עס איז אבסורד צו פארקוקן אויף זיין צרה וויבאלד ער האט שפיאנירט פאר די ציונים. מיר אלע ווייסן און אזוי אויך דער פרעזידענט און זיינע באהעלפער אז פאלארד ווערט בא'עוול'ט, און זיי פארקוקן דערויף צוליב געוואוסע שפיאנאזש סיבות וכדומה און נישט דערפאר וואס ער איז א פארברעכער.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 1:29 pm

סאטמאר און ציונית קומט לגמרי נישט אריין דא. דער חילוק צווישן די צוויי שרייט קליפ און קלאר. וואס פאר א פארגלייך איז דאס אפילו?

אויף פאלארד'ס יוסטיץ איז נישט דא קיין חולקים. דער פארלאנג איז בלויז אז טראץ וואס עס איז אמת אז יוסטיץ פארלאנגט פאר א שפיאן, קיין חילוק פאר וועלכע מדינה, לעבנס לענגליכע תפיסה (און עס איז אן אנגענומענע זאך אין דער גאנצער וועלט אז פאר שפיאן קומט זיך גאר א הארבע שטראף. אין אלטן אמאל, אין דער תקופה פון מיטל אלטער, איז א שפיאן נידון געווארן למיתה), עם כל זה בעט מען אבער דעם פרעזידענט ער זאל זיין א גוטער און באגאנאדיגן דעם פאלארד'ן למעלה מן היוסטיץ.

ביי רובאשקין אבער איז דאך די מעשה פונקט פארקערט. מ'שרייט מען דאך אז יוסטיץ איז דורכגעפאלן, און מ'פארלאנגט פשוט אז מ'זאל דעם יוסטיץ צוריק שטעלן אין פלאץ. די טענות זענען געבויט לויט לעגאלע עקספערטן אין פעלד פון יוסטיץ, וועלכע שרייען געוואלד אז דער פסק איז עפעס אבנארמאל איבערגעטריבן, און אזוי אויך אז דער גאנצער רובאשקין פראצעס, וויאזוי מ'איז זיך באגאנגען מיט אים פון אנפאנג אן, צייגט אז עפעס א דרויסנדיגע טרייב קראפט - א חוץ יוסטיץ - האט דא געטריבן די פראקורן און דעם גאנצן יוסטיץ דעפארטמענט.

(אגב, דער פאלארד איז בכלל א שותמ"צ? כ'ווייס אז הפנים אין דעם גאטונג ווי רובאשקין, לכאורה, זיכער נישט. מיין פראגע איז אבער, צי ער איז 'בכלל').

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 2:08 pm

ליפשיץ האט געשריבן:אויף פאלארד'ס יוסטיץ איז נישט דא קיין חולקים. דער פארלאנג איז בלויז אז טראץ וואס עס איז אמת אז יוסטיץ פארלאנגט פאר א שפיאן, קיין חילוק פאר וועלכע מדינה, לעבנס לענגליכע תפיסה (און עס איז אן אנגענומענע זאך אין דער גאנצער וועלט אז פאר שפיאן קומט זיך גאר א הארבע שטראף. אין אלטן אמאל, אין דער תקופה פון מיטל אלטער, איז א שפיאן נידון געווארן למיתה), עם כל זה בעט מען אבער דעם פרעזידענט ער זאל זיין א גוטער און באגאנאדיגן דעם פאלארד'ן למעלה מן היוסטיץ.


ביי רובאשקין אבער איז דאך די מעשה פונקט פארקערט. מ'שרייט מען דאך אז יוסטיץ איז דורכגעפאלן, און מ'פארלאנגט פשוט אז מ'זאל דעם יוסטיץ צוריק שטעלן אין פלאץ. די טענות זענען געבויט לויט לעגאלע עקספערטן אין פעלד פון יוסטיץ, וועלכע שרייען געוואלד אז דער פסק איז עפעס אבנארמאל איבערגעטריבן, און אזוי אויך אז דער גאנצער רובאשקין פראצעס, וויאזוי מ'איז זיך באגאנגען מיט אים פון אנפאנג אן, צייגט אז עפעס א דרויסנדיגע טרייב קראפט - א חוץ יוסטיץ - האט דא געטריבן די פראקורן און דעם גאנצן יוסטיץ דעפארטמענט.

הרב ליפשיץ, איהר זענט נישט באהאווענט אין פרשת פאלארד, חבל על הזמן.
ליפשיץ האט געשריבן:(אגב, דער פאלארד איז בכלל א שותמ"צ? כ'ווייס אז הפנים אין דעם גאטונג ווי רובאשקין, לכאורה, זיכער נישט. מיין פראגע איז אבער, צי ער איז 'בכלל').
[/quote]
יא, ער איז היינט צוטאג'ס 'בכלל ובפרט' א שותמ"צ.
לעצט פאראכטן דורך פרעגער אום מאנטאג אוקטובער 10, 2011 2:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 2:31 pm

פרעגער האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן:אויף פאלארד'ס יוסטיץ איז נישט דא קיין חולקים. דער פארלאנג איז בלויז אז טראץ וואס עס איז אמת אז יוסטיץ פארלאנגט פאר א שפיאן, קיין חילוק פאר וועלכע מדינה, לעבנס לענגליכע תפיסה (און עס איז אן אנגענומענע זאך אין דער גאנצער וועלט אז פאר שפיאן קומט זיך גאר א הארבע שטראף. אין אלטן אמאל, אין דער תקופה פון מיטל אלטער, איז א שפיאן נידון געווארן למיתה), עם כל זה בעט מען אבער דעם פרעזידענט ער זאל זיין א גוטער און באגאנאדיגן דעם פאלארד'ן למעלה מן היוסטיץ.


ביי רובאשקין אבער איז דאך די מעשה פונקט פארקערט. מ'שרייט מען דאך אז יוסטיץ איז דורכגעפאלן, און מ'פארלאנגט פשוט אז מ'זאל דעם יוסטיץ צוריק שטעלן אין פלאץ. די טענות זענען געבויט לויט לעגאלע עקספערטן אין פעלד פון יוסטיץ, וועלכע שרייען געוואלד אז דער פסק איז עפעס אבנארמאל איבערגעטריבן, און אזוי אויך אז דער גאנצער רובאשקין פראצעס, וויאזוי מ'איז זיך באגאנגען מיט אים פון אנפאנג אן, צייגט אז עפעס א דרויסנדיגע טרייב קראפט - א חוץ יוסטיץ - האט דא געטריבן די פראקורן און דעם גאנצן יוסטיץ דעפארטמענט.

הרב ליפשיץ, איהר זענט נישט באהאווענט אין פרשת פאלארד, חבל על הזמן.
ליפשיץ האט געשריבן:(אגב, דער פאלארד איז בכלל א שותמ"צ? כ'ווייס אז הפנים אין דעם גאטונג ווי רובאשקין, לכאורה, זיכער נישט. מיין פראגע איז אבער, צי ער איז 'בכלל').

יא, ער איז היינט צוטאג'ס 'בכלל ובפרט' א שותמ"צ.[/quote]

הרב פרעגער, שתי תשובות בדבר. 1. ווער זאגט אייך אז איך בין נישט באקאנט אין פרשת פאלארד? היינט צוטאגס איז אן אפענע וועלט, און מ'קען אלעס ליינען. איך האב גראדע אביסל יא געליינט וועגן די פרשה, און איך שטיי נאך אלס אונטער מיינע ווערטער. און 2. פארוואס איז חבל על הזמן? אדרבה, עפן אן אשכול און דערצייל וואס דארט איז פארגעקומען. לאמיר זיך אביסל נענטער באקענען מיט די פרשה, און זען צי ס'איז טאקע אזוי מ'מיינט. אדרבה, ווי עס ליינט זיך פון צווישן אייערע שורות קוקט עפעס אויס ווי איר זענט עפעס מער באהאווענט אין די פרשה, איז אדרבה, טיילט אביסל מיט פאר די אידן דא אייערע ידיעות איבער די היסטארישע פראצעס און די דעטאלן ארום דעם. אל תמנע טוב כתיב.

וועגן זיין שותמ"צ. איז ער כהיום טאקע ממש א שותמ"צ א שטייגער ווי רובאשקין? א שומר שבת ומניח תפילין בכל יום. נישט אז ס'כאפט מיר א חילוק, איך פרעג פשוט למען הנייגעריגקייט והידיעה.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 2:39 pm

ליפשיץ האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן:
הרב פרעגער, שתי תשובות בדבר. 1. ווער זאגט אייך אז איך בין נישט באקאנט אין פרשת פאלארד? היינט צוטאגס איז אן אפענע וועלט, און מ'קען אלעס ליינען. איך האב גראדע אביסל יא געליינט וועגן די פרשה, און איך שטיי נאך אלס אונטער מיינע ווערטער. און 2. פארוואס איז חבל על הזמן? אדרבה, עפן אן אשכול און דערצייל וואס דארט איז פארגעקומען. לאמיר זיך אביסל נענטער באקענען מיט די פרשה, און זען צי ס'איז טאקע אזוי מ'מיינט. אדרבה, ווי עס ליינט זיך פון צווישן אייערע שורות קוקט עפעס אויס ווי איר זענט עפעס מער באהאווענט אין די פרשה, איז אדרבה, טיילט אביסל מיט פאר די אידן דא אייערע ידיעות איבער די היסטארישע פראצעס און די דעטאלן ארום דעם. אל תמנע טוב כתיב.

וועגן זיין שותמ"צ. איז ער כהיום טאקע ממש א שותמ"צ א שטייגער ווי רובאשקין? א שומר שבת ומניח תפילין בכל יום. נישט אז ס'כאפט מיר א חילוק, איך פרעג פשוט למען הנייגעריגקייט והידיעה.


שרייבן שרייבסטו 'שתי תשובות בדבר' און גייסט גלייך מיט 'שלשה פירכות'...
ראשית, ווער עס קען אפילו נאר אביסל פרשת פאלארד, ווייסט אז עס איז נישט געווען קיין שום ישרות (דזאסטעס), קודם כל, ווייל ווען יא וואלט כאטש געהאט א משפט, און שנית אויב האסטו טאקע אביסל יא געליינט ווייסטו וויאזוי מען האט איהם באהאנדלט פונעם ערשטן מינוט אהן, ס'נישט געווען קיין שום ישרות מצד עם ריק"ה און זיכער נישט מצד המדינה הציונית.
שנית, צו ער לייגט תפילין בכל יום? איך ווייס נישט אפשר נאר יומא דפגרא ווי שבת און יום טוב, אדער נאר 6 טעג א וואך, כ'ווייסט נישט, אבער ער פרובירט (ער איז לכולי עלמא א תינוק שנשבה).
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 2:49 pm

פרעגער, וואס זענט איר אזוי אגרעסיוו? איך רעד דאך נישט דא וועגן סאטמעריזים אדער להבדיל ציוניזים. דער שמועס דא פארט דאך זייער געמיטליך איבער א טעמע פון א 'שפיאן' וואס אמעריקע האט געכאפט און אים בא'קנס'ט, און מ'וויל אים צושטעלן צו פרשת רובאשקין. לאמיר דאס אנקוקן למשל אז ער איז געווען א שפיאן פאר ענגלאנד. און יעצט פרעגט זיך צו די צוויי פרשות זענען אפילו א פארגלייך?

(אלס אן אנהויב לאמיר צוצייכענען קודם דעם וועקיפידיע פון פאלארד און ליין דארט אביסל די פרטים).

isolated
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 03, 2011 10:52 am
לאקאציע: אין גלות צווישען אידן

תגובהדורך isolated » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 3:45 pm

א פלא אז די בשמים-יו"כ-פארטיילער האט נישט געבעהטן מ'זאל שמעקן (און אהיים נעמען) לזכות ר' יונתן.
אין הדבר תלוי אלא בי. / ס'איז מיין אייגען שולד.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 4:15 pm

פרעגער האט רעכט אז די רשים אנשי מדינה הציונות האבן אים געווארפן איבערן דראנג (קרעדיט: מ.ב.ד.) אבער אויף דעם דארף מען מאכן א פעטיציע צו די ציונים. נישט צו אמעריקע. און אגב, אז מען עדט שוין, בערני מעידאף האט דען יא באקומען א יושר'דיגן פראצעס? די גאנצע לופט איז דאך געווען אנגעפיקעוועט מיט האס און אויפברויז אקעגן אים.

אז די פאלארד חברה וועלן זיך נעמען ארבעטן פאר מעידאפן אויך, וועט מען זען וואס מען קען טון פאר פאלארד.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 8:57 pm

isolated האט געשריבן:א פלא אז די בשמים-יו"כ-פארטיילער האט נישט געבעהטן מ'זאל שמעקן (און אהיים נעמען) לזכות ר' יונתן.

וואס איז אייער דיאגנאז?

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 9:46 pm

בן בוזי האט געשריבן: איי ציונות? רובאשקין איז לשיטת הרה"ק מסאטמאר דער זעלבער ציוניסט! און ווען מ'וועט איהם ארויס נעמען פון תפיסה וועט ער זיך אפגעבן מיט לייגן תפלין אויף פיפט עוועניו און שאקלען לולב אויפן טרעין וכדומה זאכן וועלכע זענען "פאר'מיאוס'ט" אין סאטמאר.

איים סארי באט דיס איז נאן סענס!

isolated
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 03, 2011 10:52 am
לאקאציע: אין גלות צווישען אידן

תגובהדורך isolated » דינסטאג אוקטובער 11, 2011 12:14 pm

קרעמער האט געשריבן:
isolated האט געשריבן:א פלא אז די בשמים-יו"כ-פארטיילער האט נישט געבעהטן מ'זאל שמעקן (און אהיים נעמען) לזכות ר' יונתן.

וואס איז אייער דיאגנאז?

וואס איז אייער פראגע? זיי מסביר
אין הדבר תלוי אלא בי. / ס'איז מיין אייגען שולד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 11, 2011 3:35 pm

isolated האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
isolated האט געשריבן:א פלא אז די בשמים-יו"כ-פארטיילער האט נישט געבעהטן מ'זאל שמעקן (און אהיים נעמען) לזכות ר' יונתן.

וואס איז אייער דיאגנאז?

וואס איז אייער פראגע? זיי מסביר

עס האט מיר אויסגעזען אויף אייער תגובה ווי איר ליידט חלילה אויף עפעס, זייט מיר מוחל

isolated
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 03, 2011 10:52 am
לאקאציע: אין גלות צווישען אידן

תגובהדורך isolated » דינסטאג אוקטובער 11, 2011 6:05 pm

מחול לך,
ניין, ב"ה איך בין Ok
ס'האט מיר נאר געוואונדערט פארוואס דער בשמים פארטיילער האט נישט מעורר געווען מ'זאל אינזענען האבן יונתן פאלארד. איך גראדע האב אינזינען געהאט גלעד שליט, און לויט ווי ס'זעהט אויס בין איך געווען א פיין שמעקער... ס'האט געהאלפן.
ייש"כ פארן זיין דורש בשלומי.
אין הדבר תלוי אלא בי. / ס'איז מיין אייגען שולד.

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 5:34 pm

אבאמא האט היינט געזאגט פאר אן איזרעלי טעלעוויזשאן אז ער פלאנט נישט צו פארדאנען פאלארד. דאס קומט נאך א פעטיציע צו אבאמא'נען וועלכע 175,000 ישראלים האבן אונטערגעשריבן פאר פאלארדס באפרייאונג.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג מארטש 15, 2013 12:51 pm

עס קוקט אויס ווי איינע פון די זאכן וואס יעדער פרעזידענט גיט איבער פאר זיין נאכפאלגער איז אז מען זאל נישט באפרייען פאלארד פאר כל הון דעלמא
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

פארשטייטציך
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2013 6:37 pm

תגובהדורך פארשטייטציך » זונטאג מארטש 17, 2013 12:02 pm

פרעגער האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן:
הרב פרעגער, שתי תשובות בדבר. 1. ווער זאגט אייך אז איך בין נישט באקאנט אין פרשת פאלארד? היינט צוטאגס איז אן אפענע וועלט, און מ'קען אלעס ליינען. איך האב גראדע אביסל יא געליינט וועגן די פרשה, און איך שטיי נאך אלס אונטער מיינע ווערטער. און 2. פארוואס איז חבל על הזמן? אדרבה, עפן אן אשכול און דערצייל וואס דארט איז פארגעקומען. לאמיר זיך אביסל נענטער באקענען מיט די פרשה, און זען צי ס'איז טאקע אזוי מ'מיינט. אדרבה, ווי עס ליינט זיך פון צווישן אייערע שורות קוקט עפעס אויס ווי איר זענט עפעס מער באהאווענט אין די פרשה, איז אדרבה, טיילט אביסל מיט פאר די אידן דא אייערע ידיעות איבער די היסטארישע פראצעס און די דעטאלן ארום דעם. אל תמנע טוב כתיב.

וועגן זיין שותמ"צ. איז ער כהיום טאקע ממש א שותמ"צ א שטייגער ווי רובאשקין? א שומר שבת ומניח תפילין בכל יום. נישט אז ס'כאפט מיר א חילוק, איך פרעג פשוט למען הנייגעריגקייט והידיעה.


שרייבן שרייבסטו 'שתי תשובות בדבר' און גייסט גלייך מיט 'שלשה פירכות'...
ראשית, ווער עס קען אפילו נאר אביסל פרשת פאלארד, ווייסט אז עס איז נישט געווען קיין שום ישרות (דזאסטעס), קודם כל, ווייל ווען יא וואלט כאטש געהאט א משפט, און שנית אויב האסטו טאקע אביסל יא געליינט ווייסטו וויאזוי מען האט איהם באהאנדלט פונעם ערשטן מינוט אהן, ס'נישט געווען קיין שום ישרות מצד עם ריק"ה און זיכער נישט מצד המדינה הציונית.
שנית, צו ער לייגט תפילין בכל יום? איך ווייס נישט אפשר נאר יומא דפגרא ווי שבת און יום טוב, אדער נאר 6 טעג א וואך, כ'ווייסט נישט, אבער ער פרובירט (ער איז לכולי עלמא א תינוק שנשבה).

hey he never feel bad what he did and he would have a chance he would do it again this is as per the information i know what mr polard says

פארשטייטציך
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2013 6:37 pm

תגובהדורך פארשטייטציך » זונטאג מארטש 17, 2013 12:03 pm

hey he never feel bad what he did and if he would have a chance he would do it again this is as per the information i know what mr polard say
i'm an american citizen so i'm not on his site but i hope to g-d that he should be back home not because him because his family and because I don't trust the american justice like a lot of americans

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6504
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מארטש 17, 2013 2:04 pm

ווער עס האט אמאל נאר געטוהן אין די "קאלטע קריג״ היסטאריע, ווייס אז פרשת פאלארד איז זייער קאמפליצירט.

צו פאלארדן האט זיך די רעגירונג אויפגעפירט זייער אגרעסיוו, און כנהוג בעניני שפיאנאדזש, איז אלעס א סוד, און ווער רעדט נאך אין יענע תקופה. לכבוד דעם האט מען ניטאמאל געקענט פארלאנגן א געריכט.

למעשה איז געווען דער אפיציעלער/אומאפיציעלער ווערסיע מצד די רעגירונג, אז פאלארד האט איבערגעגעבן די נעמען פון פערציג אמעריקאנע שפיאנען צו די סאוויעטן, פאר זיין קאנטאקט מאן אין מדינת ישראל. וועלעכער זאל האבן געווען א דאפעלטע אגענט ארבעטענדיג באמת פאר די רוסן. און אזוי ארום האבן זיך די רוסן דערוויסט זייערע אידענטיטעטן. און די אלע שפיאנען זענען דערנאך גע׳הרג׳עט, געכאפט אדער סתם נעלם געווארן.

כמובן ביי א קלאגע פון דעם סארט, מוז זיך די רעגירונג אומגיין בכל החומר.

דער פראבלעם - לפי הבנתי - איז אבער צוויי פאכיג:
1) פאלארד האט נישט געהאט די פארלאנגטע ״סעקיוריטי קליערענס״ צו קענען האבן בכלל די אינפארמאציע וועלעכע ער האט אנגעבליך איבערגעגעבן.

2) היינט ציטאג איז שוין באוויסט אז ראבערט הענסאן וכת דיליה זענען די וואס האבן געליעקט די דאזיגע אינפארמאציע.

למעשה איז אבער אמת אז ער פאלארד האט איבערגעגעבן געהיימע אינפארמאציע, אבער באמת קלייניגקייטן וואס איז נישט מעלה או מוריד.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 17, 2013 2:20 pm

ער איז נעבעך א גרויס רחמנות. אבער עס איז וויי און ביטער די קאמפיין אים צו באפרייען. דאס מאכט עס אומעגליך כמעט. און אז מען וועט אים יא באפרייען, וועט עס זיין די ניגון פון די וועלט פאר 100 יאר, די "יו. עס. עס. ליבערטי" אינצידענט, וועט זיין א וויץ קעגען דעם.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

גדולי ישראל למען פולארד: "לעורר רחמים" • המכתב

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג מארטש 18, 2013 3:28 pm

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=5 ... =6&scat=40
פרסום ראשון • לרגל ביקור אובמה בישראל חתמו גדולי ישראל על מכתב למען יהונתן פולארד • "כל היכול ישתדל עבורו ברשויות השונות. אין לך מצווה גדולה כפדיון שבויים"
יואל קוריץ, בחדרי חרדים 15:38 18/03/2013

לקראת ביקורו של נשיא ארצות הברית ברק אובמה בישראל, גובר הלחץ לשחרר את המרגל היהודי, יהונתן פולארד.

'בחדרי חרדים' חושף בפרסום ראשון מכתב - עליו חתומים גדולי ישראל, אדמו"רים ורבנים, ובו הם קוראים לפעול בכל דרך לשחרור האסיר יהונתן פולארד.

בשבועות האחרונים עסקו פעילים ומתנדבים ב'ועד למען שחרור פולארד' על הפקת המכתב. חלקם עברו בין בתיהם של גדולי ישראל, והחתימו אותם בזה אחר זה על נוסח המכתב. "הננו בזה בדברי זעקה ובקשה לאחינו בני ישראל אודות ה"ה יהונתן בן מלכה פולארד הי"ו הנתון מאחורי סורג ובריח זה קרוב לשלושים שנה, על פעולות שונות שעשה מתוך רצון להיטיב עם נפשות רבות מישראל. בשהותו הארוכה מאחורי חומות הכלא - אף נפגע מצב בריאותו, וזקוק הוא לרפואה שלימה. וכבר כתב הרמב"ם כי 'אין לך מצווה גדולה כפדיון שבויים'.

"על כן עורו נא והתעוררו נא לעורר עבורו רחמים ותחנונים לקרב עת גאולתו. וכל היכול ישתדל עבורו ברשויות השונות לשים קץ למאסרו ולהוציאו מבית האסורים במהרה. ובזכות הערבות ההדדית של כלל ישראל נזכה לקיום הייעוד והחזון 'ופדויי ה' ישובון ובאו ציון ברינה', בגאולת עולמים ובביאת משיח צדקנו ובנין בית מקדשנו במהרה בימינו אמן".

על המכתב חתומים: הגראי"ל שטיינמן, הגר"ח קנייבסקי, הגר"ע יוסף, האדמו"ר מערלוי, הגר"י אדלשטיין, הגר"י זילברשטיין, הגרב"ד פוברסקי, הגר"ש כהן, האדמו"ר מלעלוב בית שמש, ועוד.

ל'בחדרי חרדים' נודע, כי במהלך סבב החתימות, כשהגיעו אל ביתו של הגראי"ל נרשמה אנקדוטה מעניינת: מיכאל לוין, נינו של רבי אריה לוין זצ"ל, שהיה אחד מהמעורבים בהחתמה, הגיש את נוסח המכתב בפני הרב שטיינמן, ואז נזכר הגראי"ל כי לפני 8 שנים חתם על מכתב דומה שהועבר לנשיא לשעבר, גורג' בוש. אחד המתנדבים סיפר: "הרב הרבה לדבר על הצרה הזו שיהונתן עדיין כלוא".

במקביל למכתב, מתנהל קמפיין מואץ למען שחרורו של פולארד, הכלוא כבר 28 שנים בארה"ב. בדף האינטרנט של הוועד למען שחרור פולארד נפתחה עצומה שתועבר לנשיא האמריקני, בה נקראו אזרחי ישראל לצרף את חתימתם. עד כה הצטרפו 184,740 חותמים, כאשר בשבוע שעבר הצטרף גם החייל גלעד שליט לקריאה.

בשבוע שעבר הבהיר נשיא ארה"ב את עמדתו בדבר הכוונה לשחרר את פולארד. בראיון שהעניק לערוץ 2 אמר: "אינני מתכוון לשחרר את יונתן פולארד מיד". והוסיף: "אבל אני אוודא שהוא, כמו כל אמריקני שנגזר עליו עונש מאסר, יזכה לבחינה מחודשת של העונש שנגזר עליו, ייהנה מאותן זכויות שכל אדם אחר נהנה מהן. אני מודע היטב לרגשות שהמקרה הזה מעורר אצל אזרחי ישראל".
צוגעלייגטע
orig_9A249CD023EE4C97B95499D6F6ED70C4.JPG

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך מארטש 26, 2014 12:12 pm

א באריכט זאגט אז אמעריקא האט שוין מסכים געווען צו באפרייען פאלארד צו שטופן פאר די שלום געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער

נעכטן האט אמעריקא געלייקנט די באריכטן אז מען פלאנט אים צו באפרייען, אבער דער באריכט זאגט אז אמעריקא האט שוין מסכים געווען
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10809
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 26, 2014 12:39 pm

הייסט אמעריקא האט אפיציעל אויפגעגעבן אויף די שלום געשפרעכן......!?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Tevye, דברים אלו, משהלע, נטה, פוילישער, צדק תרדוף, שטאפיק, שמחהלע קאפשטיק און 52 געסט