Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

קעלי: ניו יארק האט אנטי-עירקרעפט עקוויפמענט

זונטאג ספטמבר 25, 2011 6:29 pm

ניו יארק - פאליציי קאמישאנער רעי קעלי האט היינט אין א אינטערוויו מיט "סיקסטי מינוטס" געבראכן די נייעס אז די ניו יארקער פאליציי דעפארטמענט האט עקוויפמענט אראפצושיסן אן עראפלאן אויב עס שטעלט "אן ערנסטן" געפאר פאר די ניו יארקער איינוואוינער,

דאס קומט נאך צענדליגער ארטיקלען פון די פרעסטידזשפולע עי פי נייעס אגענטור אין די לעצטערע וואכן וואס דעקן אויף אז די ניו יאקער פאליציי האט זיך באנוצט מיט שפיאנען אין די געדיכט-באוואוינטע אראבישע געגענטער וואס זענען מושטירט געווארן דורך די סי איי עי צו שפיאנירן אויף די אראבער צו זיי האבן נישט קיין שלעכטע מחשבות ח"ו,

קעלי האט קודם נישט געוואלט ענטפערן וואס די פאליציי פלאנט צו טאן אויב עס קומט פאר א ערנסעט אינצידענט מיט אן עראפלאן, אבער ווען דער אינטערוויוער האט אים צוגעדריקט צו די וואנט אויב די פאליציי האט די מעגליכקייט אראפצושיסן אן עראפלאן האט ער גענטפערט "יא", און געזאגט ער וויל נישט אריינגיין אין קיין דעטאלן, אבער די מעגליכקייט אז די פאליציי זאל זיך באנוצן דערמיט איז נאר אין א גאר געפארפולע סיטיואציע,

קעלי האט אויך געזאגט אז די דעפארטמענט פארמאגט אגענטן אין צענדליגער ערטער איבער די וועלט, אריינגערעכענט דובאי און ירדן און נאך פלעצער, וואס דרייען זיך ארום און פרובירן אויפצוכאפן אינפארמאציע, ווי אויך זאגט ער אז די פאליציי האט צענדליגער ראדיאציע דעטעקטארס, און בערך 2000 קעמרעס אויף די ניו יארקער גאסן און די נומער וועט ווארשיינליך וואקסן צו 3000 אין די קומענדיגע חדשים,

קעלי זאגט, ניו יארק איז די נומער איינס ציהל פאר טעראריסטן, איז אמעריקא'ס פינאנציעלע הויפטשטאט, און האט געהאט 13 טעראריסטישע דראונגען זייט סעפטעמבער דעם עלעפטן, מיר מוזן טון אלעס וואס איז מעגליך צו אפהיטן די שטאט,

ווען ער איז געפרעגט געווארן וואסערע מעסעדזש ער וויל איבערלאזן איז די ענטפער געווען צוויי ווערטער: סטעי אוועי (אין אידיש: Stay Away)

Advertisement

זונטאג ספטמבר 25, 2011 6:35 pm

אין המלך נושע ברב חיל וכו' הנה עין ה' אל יריאיו וגו' דאס איבריגע איז פלעין געפלאפעלט.

מאנטאג ספטמבר 26, 2011 6:32 am

אדער, אם ה' לא ישמר עיר וכו'

מאנטאג ספטמבר 26, 2011 11:37 am

עס איז באקאנט אז די ניו יארק סיטי פאליציי האט א אייגענע מיליטער מיט טאנקן און אלע צוגעהערן. גאר לעצטענס איז געווען באריכטעט אז די פאליציי דעפט. גייט יעצט באקומען א קליינטשיגער סומבמארין שיפל.

יישר כח שנאפס פאר די נייעס און באשרייבונג.

אם השם לא ישמור וגו'

מאנטאג ספטמבר 26, 2011 3:08 pm

איך וועל גענצליך נישט זיין סורפרייזד געוואר צו ווערן אז דאס וואס מיין חבר האט געזען ווען ער איז געווען צוזאמען מיט מיר, ביי איינע פין די 9/11 צערמאוניעס יענע יאר לאמיר זאגן א חודש נאכן פאסירונג, איז טאקע געווען דיזע אנטי עירקרעפט מיסילס, איך האב אים געוויזען ווי פאליציי קריכען אראפ פין א גאר הויכע דאך ווען דער צערמאוניע האט זיך גענדיגט, איך האב שוין געוואלט אהיים גיין ווייל דער צערמאוניע איז דאך שוין פארטיג געווען אבער ער בלייבט פארגאפט אויף די פאליציי וואס קריכען אראפ, פרעג איך אים וואס קוקסטי אזויפיל, וואס איז אינטערעסאנטער דער צוואנציגסטער פאליציימאן ווי די ערשטע פינעף לאמיר אהיים גיין און פארטיג, זאגט ער האסט נישט געזען? געציילטע פאליציי אראפקומעניג פין דארט האבן מיטגעשלעפט מיט זיך גרויסע זאכן אויף די ריקען בערך פין די קני ביז היפש העכערן קאפ, ער האט מיר געזאגט ער קען זיך נישט פארשטעלן סזאל זיין עפעס אנדערש ווי אנטי עירקרעפט מיסילס...

מאנטאג ספטמבר 26, 2011 9:09 pm

ען בי סי באריכטעט אז די וועג די פאליציי וואלט זיך באנוצט אראפצושיסן אן עראפלאן איז דורך א רייפל אויף א העליקאפטער

א ספאקסמען פאר די ען ווי פי די זאגט זיי פלאנען עס נישט צו נוצן אויב ח"ו עס פאסירט א היידזשעקינג אויף א פאסאדזשיר עראפלאן אד"ג, וואס דאן איז עס די פאראנטווארטליכקייט פון די פעדעראלע רעגירונג, נאר פאר קליינע עראפלאנען אדער שיפלעך
שרייב א תגובה

Advertisement