באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 2:28 pm
וואס איז געווען די הויעכפונקט פון די נארוואס פארלאפענע יאהר? אין די היימישע גאס, וועלטליכע נייעס, וכדו'
לענ"ד איז אין די היימישע גאס די גרויסע אסיפה נעכטן, ס'איז נאך למעשה קיינמאל נישט געווען אזאנס.
אין די וועלטליכע נייעס לכאורה דאס כאפן בין לאדין געווען די שפיץ נייעס דאס יאהר.
נאך עפעס?, זאגטס אייער מיינונג.
Advertisement
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 2:30 pm
העי די כאפסט אויס קרעמער'ס סויף יאר איבערבליק...
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 2:31 pm
לענ"ד איז אין די היימישע גאס געווען די הויכפונקט פון די נייעס פון יאר די 'שוידערליכע לייבי קלעצקי פרשה'.
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 2:31 pm
קלעצקי
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 2:33 pm
באמבאסטיש האט געשריבן:לענ"ד איז אין די היימישע גאס געווען די הויכפונקט פון די נייעס פון יאר די 'שוידערליכע לייבי קלעצקי פרשה'.
ליידער גערעכט
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 2:33 pm
לייבי קלעצקי
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 2:38 pm
קעכער האט געשריבן:העי די כאפסט אויס קרעמער'ס סויף יאר איבערבליק...
איך האב נישט געוויסט אז קרעמער מאכט יעדע סוף יאר א סך הכל, כ'האב יעצט איבערגעקוקט פון אמאל און טאקע געזעהן אז ער מאכט דאס, אבער ס'דא למעשה א שטיקל חיליק ווייל ער מאכט א סך הכל פון אלע נייעס און דא איז נאר די הויעכפונקט.
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 3:06 pm
באמבאסטיש האט געשריבן:לענ"ד איז אין די היימישע גאס געווען די הויכפונקט פון די נייעס פון יאר די 'שוידערליכע לייבי קלעצקי פרשה'.
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 3:08 pm
אין די וועלטליכע נייעס
די רעוואלוציע אין עגיפטן, ליביע,
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 3:49 pm
אידישע - קלעצקי
וועלטליכע - בין לאדין
ניו יארק - האריקען איירין
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 4:15 pm
אנאליזירער האט געשריבן:ניו יארק - האריקען איירין
וי"א די בליזארד פארגאנגענעם דעצעמבער. ויש שעושין פשרה, דהיינו ניו יארק סיטי - בליזארד, וניו יארק סטעיט - האריקען איירין.
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 6:10 pm
און וואס איז מיט די ערד ציטערניש? זעהט אויס נישט געפערליך.
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 6:53 pm
איין זאך, ס'איז געווען א שווער יאר, אבער מיט א שמיץ אריבער.... האחרונות משכחות את הראשונות ליידער...
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 11:50 pm
באמבאסטיש איר מיינט ווארשיינדליך צו זאגן די וועג וויזוי די סיטי האט געהאנדעלט דעם בליזערד ולא דוקא הבליזערד עצמו, ווייל הויכע שנייען האט די סטעיט אויך געזען נישט נאר די סיטי.
פרייטאג ספטמבר 23, 2011 10:02 am
און וואס איז מיט די ערדציטערניש, און די צינאמי און יאפאן,
און די אופרייס ביי די נוקלעארע איינריכטונג און יאפאן ?
פרייטאג ספטמבר 23, 2011 11:01 am
קיין ספק אז "קלעצקי" האט כובש געווען לבבות ישראל לשעה ולדורות.
באותה שעה האב איך נישט געגלייבט אז ס'וועט אריבער גיין א טאג וואס כ'וועל נישט טראכטן דערפון, וכן הוה.
איך זעה די באיאן'ע באס, אדער כ'פאהר אדורך 18 ביי דעהילל כאפט מיר א ציטער יעדעס מאהל.
אבינו מלכינו!
שבת ספטמבר 24, 2011 8:54 pm
יודישקייט - חוקי תועבה
שבת ספטמבר 24, 2011 9:02 pm
לפענ"ד:
קרעטשמע:וויכי'ס אינדארסירונג פאר ריק פערי(נישט די ניק)... די נייע סייט(וואס נאך?...)די גרויסע קראך.
וועלטליכע: רעוואלוציע גייסט. פארלאנגען פאר פאלעסטינער לאנד. בין לאדין. יאפאן צונאמי
יודישע: פטירה פון די 3 גדולי תורה. לייבי קלעצקי. הרב אבוחצירא. באפרייאונג פון די 2 בחורים. די היסטארישע חתונה בחצר _______(פיל אין די בלענקס)
זונטאג ספטמבר 25, 2011 10:32 am
פלוני האט געשריבן:יודישקייט - חוקי תועבה
צ"ל: גוישקייט - חוקי תועבה
עס ב"ה גארנישט מיט אידן
זונטאג ספטמבר 25, 2011 10:55 am
דזשעב 012 האט געשריבן:פלוני האט געשריבן:יודישקייט - חוקי תועבה
צ"ל: גוישקייט - חוקי תועבה
עס ב"ה גארנישט מיט אידן
עס האט ליידער יא א ווירקונג, דירעקט און אומדירעקט. אז די גוי'אישע גאס ווערט מער אויסגעלאסן, האט דאס א דירעקטע השפעה אויף די אידישע גאס.
אגב, דא איז אפשר נישט דאס פלאץ דערצו, אבער איך האב דיר געוואלט פרעגן (אויב קיינער האט נאכנישט געפרעגט): וואס איז געבליבן מיט דזשעב בוש 2012? האסט אים נאכנישט געקענט איבערצייגן? אפשר וועט ער נאך אריינטאנצן אין דעם פארמעסט?
זונטאג ספטמבר 25, 2011 11:13 am
שוואכע טשאנסן, ווי עס קוקט אויס וועל איך שוין דא פארבלייבען ווי א טיטול אן א מיטל...
זונטאג ספטמבר 25, 2011 11:03 pm
איך האב הנאה אז מען כאפט מיך אויס, ווי נישט ווי געדויערט מיר א געקליבענע צאל שטונדן צוזאמצושטעלן מיין יערליכע איבערבליק אויפן פארלאפענעם יאר, א זאך אין וואס איך מאנגל מיך לעת עתה. אבער איך געב עס נישט אינגאנצן אויף! איך האב שוין אפילו אנגעפאנגן א דרעפט (ציענדיג הוי אמינא'ס אויך פון דעם אשכול), איך קען נישט גאראנטירן אויף ראש השנה, אבער בא יבא ברנה אי"ה.
זונטאג ספטמבר 25, 2011 11:18 pm
קרעמער:
נאו!! מיר ווילן סיי פון פעררי און סיי פון קעררי..
העסטעך נישט אזוי ארויסדרייען ארום פלי פלאפן.. הערסטע...
מאנטאג ספטמבר 26, 2011 8:57 am
.אלץ א פלוצלונגע געשעניש קען מען אנווייזען אויף עטליכע אזוי קלעצקי ה"י, צו באבא אלעזר ה"י , אלץ א סך הכל איז וויזווי מדינת ישראל דערזעט זיך , דער אייבישטער זאל האלטען די רעכטע היינט.
מאנטאג ספטמבר 26, 2011 2:30 pm
אנאליזירער האט געשריבן:אידישע - קלעצקי
וועלטליכע - בין לאדין
ניו יארק - האריקען איירין
מער ווייניגער.