בלאט 1 פון 11

וואל סטריט: ביזנעס און פינאנציעלע נייעס (אייוועלט מאני)

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 11:38 am
דורך סמארט
איך זעה נאכנישט אז אזא אשכול זאל עקזיסטירן, אויב יא ביטע אנווייזען


היינט איז (דערווייל) גאר א אומגעהוירע שווערע טאג אויף וואל סטריט מיט די דריי גרויס מארקעטס נידריגער צווישן צוויי און צוויי אהאלב פראצענט יעדעס איינע

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 12:11 pm
דורך סמארט
ערשטע אפלאקעישענס פאר אנעפלוימענט בענעפיטן איז אריינגעקומען דער וואך ביי 400,000, נישט אזא שלעכטע נאמבער, און נידריגער ווי די עטליכע פארגאנגענע וואכן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 12:22 pm
דורך סמארט
היינט איז די חובות פון אמעריקע אריבער דעם...... וואס? ניין, נישט דער דאך, נאר גאר עפעס אנדערש, ס'האט אריבער געשפרייזט מיט הונדערט (יא הונדערט מיט א ה'....) פראצענט דעם גרויס פון דעם גאנצען אמעריקאנע עקענאמיע
די גרויס פון די עקאנעמי אין די פאראייניגטע שטאטן איז אצינד ביי 14.53 טריליאן, און די חובות דאך האלט שוין יעצט ביי 14.58 טריליאן

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 9:16 am
דורך סמארט
אין די חודש'ליכע באריכט פון די לעבער דעפארטמענט זאגן זיי אז פאר די למספרם חודש יולי איז צוגעקומען א ס"ה פון 117,000 דזשאבס, דאס איז לייכט העכער ווי דאס וואס ס'געווען ערווארטעט

אזוי אויך זאגן זיי אז די אנעפלוימענט ראטע איז געפאלן מיט א צענטל פון א פראצענט, פון 9.2 אראפ צו 9.1

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 10:27 pm
דורך סמארט
צום ערשטען מאל אין היסטאריע:
די S&P איינע פון די גרויסע קרעדיט רעיטינג קאמפעניס האט אראפגענידערט די קרעדיט רעיטינג פון די מעכטיגע אמעריקע פון טריפל עי צו דאבל עי פלאס, קיין גרויסע חידוש איז דאס נישט צוליב די אומגעהוירע אויסגעבעריי פון די אמעריקאנע רעגירונג און די ריזן חובות דאך וואס וואקסט ווי אויף הייבן
(צווישן מיר און דיר, ווען איך פיר ווען די קרעדיט רעיטינג קאמפעני וואלט איך שוין א שטיק צייט צוריק געטוהן די זעלבע....)

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2011 2:14 pm
דורך סמארט
אויף CNN איז דא א באריכט פון 10 גרויסע קאמפעניס וואס האבן אין פלאן צו שניידן דזשאבס אין די קומענדיגע חדשים

כ'פארשטיי נאר נישט פארוואס די קעפל פון די נייעס איז Job killing companies מיט אזא שארפקייט, אפשר איז עס גאר דער גאווערמענט וואס האט גע'הרג'ט די קאמפעניס פון קענען ווייטער אנגיין און צוליב דעם שיקן זיי אוועק די ארבעטער

פאלגענד איז די ליסטע:

1) די בארדערס באק טשעין סטאר, וועלכע פארמאכט זיך אינגאנצען און זאגט אויף איבער 10,000 איינגעשטעלטע

2) גאלדמען סעקס גייט אפזאגן 1,000 ארבייטער

3) קיסקאו א ריזן סאפטוועיר קאמפעני זאגט אפ איבער 6,000 ארבייטער

4) Lockheed Martin א פעקטארי וואס שטעלט צו סופלייס פאר דעפענס, 3,300 ארבייטער גייען פארלאזן זייערע פאזיציעס

5) מערק א גרויסע העלט אינסורענס פירמע גייט שניידן אזויפיל ווי 13,000 דזשאבס

6) רים (בלעקבערי פראדעצירער) גייט שניידן 2,000 איינגעשטעלטע

7) HSBC די באנק וועלכע פיגערירט אלטוועלטליך פלאנט צו שניידן אזוי פיל ווי 25,000 דשזאבס, א גרויסע חלק דערפון אין אמעריקע, אזוי אויכעט פלאנען זיי צו שליסן הונדערטע ברענשטעס דורך אויס אמעריקע

8) Boston Scientific גייט שניידן 1,400 ארבייטער

9) Credit Suisse א ריזיג אלטוועלטליכע פינאנציעלע אינסטעטוישען גייט שניידן 2,000 דזשאבס

10) Pfizer א פירמע וואס געט זיך אפ מיט ריסערטש פאר העלט קעיר צוועקן גייט שניידן איבער פינף אהאלב טויזענט איינגעשטעלטע


א חלק פון די פירמעס שניידן דזשאבס אין די פאראייניגטע שטאטן און פירן אריבער זייערע דזשאבס צו לענדער ווי ס'קומט זיי אויס ביליגער א ביישפיל ווי טשיינע אדער אינדיע

היוצא לנו: אז די דזשאב מארקעט איז היפש אפגעשוואכט מיט אזוינע ריזיגע פירמעס וואס שניידן גרויסע פראצענטען פון זייער ארבעטס קראפט, מיט אסאך הכל פון איבער 60,000 דזשאבס וואס גייען פארלוירען ווערן דורך זייערע שניטן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 12:49 am
דורך סמארט
די פארט אויטארעטי פון נ.י. און נ.דז. (pa of NY and NJ) איז אביסל שארט אין געלט, נא ווער דארף אנפילן די לאך, ס'קומט א העכערונג פון פיר דאללער אויף אלע זייערע בריקן און טונעלען, דאס הייסט אז די וועג אריין קיין נ.י. וועט ארויפגיין צו צוועלעף דאללער דורכ'ן טאג און צען דאללער ביינאכט, און אן איזי פעס וועט עס קאסטן פופצען דאללער דורכן טאג, אן אומגעהויערע ריזיגע העכערונג אויף אמאל

און נישט נאר דאס, נאר אין צוויי יאר וועט די פרייז ארויפגיין מיט נאך צוויי דאללער

די פלאן דארף נאך באשטעטיגט ווערען דורך די גאווענערס פון ביידע שטאטן


(אין איינע פון די קאמענטס אויף א געוויסע וועב סייט זעה איך ווי איינער שרייבט אז לכאורה בעטן זיי אסאך אזוי אז צום סוף זאלן זיי כאטש אביסל בייקומען)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 12:59 am
דורך זכר באנדל
יישר כח סמארט פאר די באריכטן, קיפיראפ!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 1:01 am
דורך ווינקל
א דאנק פאר די כסדר'דיגע אפדעיטס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 9:56 am
דורך גולם
דע דאו זשאונס איז שוין היינט געפאלן 220 פוינטס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 10:54 am
דורך שאלת_חכם
סמארט האט געשריבן:די פארט אויטארעטי פון נ.י. און נ.דז. (pa of NY and NJ) איז אביסל שארט אין געלט, נא ווער דארף אנפילן די לאך, ס'קומט א העכערונג פון פיר דאללער אויף אלע זייערע בריקן און טונעלען, דאס הייסט אז די וועג אריין קיין נ.י. וועט ארויפגיין צו צוועלעף דאללער דורכ'ן טאג און צען דאללער ביינאכט, און אן איזי פעס וועט עס קאסטן פופצען דאללער דורכן טאג, אן אומגעהויערע ריזיגע העכערונג אויף אמאל

און נישט נאר דאס, נאר אין צוויי יאר וועט די פרייז ארויפגיין מיט נאך צוויי דאללער

די פלאן דארף נאך באשטעטיגט ווערען דורך די גאווענערס פון ביידע שטאטן


(אין איינע פון די קאמענטס אויף א געוויסע וועב סייט זעה איך ווי איינער שרייבט אז לכאורה בעטן זיי אסאך אזוי אז צום סוף זאלן זיי כאטש אביסל בייקומען)

ביידע גאווערנארס האבן שוין אויסגעדריקט קעגנערשאפט צום פלאן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 11:17 am
דורך moshele11211
Dow Jones
11,159.54 -285.07 (-2.49%)

S&P 500
1,161.95 -37.43 (-3.12%)

Nasdaq
2,450.90 -81.51 (-3.22%)



דארט איז אויך ערב תשעה באב .....

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 11:19 am
דורך שאלת_חכם
זיי האלטן תשעה באב א טאג פריער

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 11:27 am
דורך moshele11211
מ'בעט די עולם זאל נישט שטיין היינט אין יענעם געגענט ווייל נישט עס פאלט נאר עס טראסקעט
אלעס איז רויט אדרבה כאפט'ס אליין א בליק דא

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:37 pm
דורך סמארט
פון די גיטע נייעס וואס איז היינט געווען אין די ביזנעס וועלט איז אז אויל האלט יעצט ביי 82 דאללער א פעסל פאלענדיג די לעצטע פאר טעג מיט איבער 10 פראצענט

ס'וועט ווארשיינליך זיין צום דערקענען אויף די געז פרייזן גאנץ בקרוב דעם טראסק

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 4:18 pm
דורך סמארט
פאלגענד איז א ליסטע פון די לענדער וואס האבן נאך יא א טריפל עי רעיטינג דורך S&P

Australia
Austria
Canada
Denmark
Finland
France
Germany
Guernsey
Hong Kong
Isle of Man
Liechtenstein
Luxembourg
Netherlands
Norway
Singapore
Sweden
Switzerland
United Kingdom


ביי דעי וועי: ווייסט אפשר איינער ווי די צווי לענדער Isle of Man און Liechtenstein געפונען זיך?
כ'האב נאכקיינמאל נישט געהערט פון זיי

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 4:20 pm
דורך קרעמער
ביידע געפונען זיך אין אייראפע

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 4:21 pm
דורך מאנסיאנער
ביי די וועי האט קענעדע אויך געהאט א דאונגרעיד עטליכע יאר צוריק אין זיי האבן זיך צוריקגעכאפט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 4:24 pm
דורך צום זאך
ליכטענשטיין מיין שכן, ער האט א טריפל עי בעטערי.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 4:24 pm
דורך שאלת_חכם
מאנסיאנער האט געשריבן:ביי די וועי האט קענעדע אויך געהאט א דאונגרעיד עטליכע יאר צוריק אין זיי האבן זיך צוריקגעכאפט

נאכדעם וואס די קאנסערוואטיוון האבן געוואונען די וואלן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 4:45 pm
דורך סמארט
מאנסיאנער האט געשריבן:ביי די וועי האט קענעדע אויך געהאט א דאונגרעיד עטליכע יאר צוריק אין זיי האבן זיך צוריקגעכאפט


אבער דא ביי דעם פאל אין אמעריקע זאגן מערערע אנאליסטן אז דאס וועט ווארשיינליך אנהאלטן פאר א לענגערע צייט
עטליסט ווי לאנג די חובות יערען אויף הייבען זיכער


נ.ב. מזל טוב צו דיין שר חמש מאות

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 4:47 pm
דורך מאנסיאנער
סמארט האט געשריבן:
מאנסיאנער האט געשריבן:


נ.ב. מזל טוב צו דיין שר חמש מאות

אה איך האב ניטאמאל באמערקט ייש''כ

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 4:48 pm
דורך מאנסיאנער
שאלת_חכם האט געשריבן:
מאנסיאנער האט געשריבן:ביי די וועי האט קענעדע אויך געהאט א דאונגרעיד עטליכע יאר צוריק אין זיי האבן זיך צוריקגעכאפט

נאכדעם וואס די קאנסערוואטיוון האבן געוואונען די וואלן

איך מיין אז די ליבעראלן דא קענען זיך פארשטעקן פאר יענע קאנסעוואטיוון

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 11:07 pm
דורך סמארט
די פעדראלע רעזערוו האט היינט געמאלדען אז זיי גייען אנהאלטן די ביז יעצטיגע נידריגע אינטרעסט ראטעס פאר נאך א קנאפע צוויי יאר, דאס קומט צוליב דעם וואס די עקענאמיע איז נאך היפש אפגעשוואכט (לויט אנדערע גאר אויפן וועגן אריין אין א פרישע רעסעסיע) און זיי ווילן אז ס'זאל ווייטער זיין גרינג צו באקומען געלט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 11:16 pm
דורך סמארט
נאכן האבן א גרויסע נפילה מאנטאג, האט זיך אויל היינט עטוואס צוריק אויפגעהויבן שליסענדיג זיך ביי איבער 80 דאללער א פעסעל
(דערווייל איז נאך ביים פאמפ די זעלבע)