יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 6:03 pm

באקאנטער ביכל.
צוגעלייגטע
6996369.jpg
6996369.jpg (201.97 KiB) געזעהן 1446 מאל
כאפט אפ !! שרייבט אראפ !! למען ידעו !!
באוויינט נישט שפעטער!
שיקט אריין אלטע בילדער:
OldpicturesMonroe@gmail.com

להבא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:47 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך להבא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 6:08 pm

ס'נאך דא צובאקומען?

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 6:15 pm

להבא האט געשריבן:ס'נאך דא צובאקומען?

מסתמא.
געווארן איבערגעדריקט בערך צוויי יאר צוריק .
כאפט אפ !! שרייבט אראפ !! למען ידעו !!
באוויינט נישט שפעטער!
שיקט אריין אלטע בילדער:
OldpicturesMonroe@gmail.com

להבא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:47 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך להבא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 6:31 pm

ok thanks will check

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 6:41 pm

קהילת יקנה''ז האט געשריבן:אן אלט בילד.

יישר כח. ברענג נאך

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 6:52 pm

קהילת יקנה''ז האט געשריבן:קופקעס ביי אנ'אלטן קאר אנאלעזירען ס'מצב......


איינער כאפט אויף וועלכע גאס דאס איז? ערגעץ אויף דיוויזשאן?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
KEWL
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ...Searching
פארבינד זיך:

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך KEWL » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:19 pm

קארן האט געשריבן:נישט צום גלייבן וואו די צייט פליט אזוי פארביי..... האמיר דעמאלטס געלערנט און סאטמאר אויף טרופ עוו. פון וואו מהאט געקענט זעהן יעדן טאג די שטאלצע בנינים מיט זייערע פולן פראכט, און דאן איין טאג אינמיטן דאווענען.... איז א יונגל געקומען צו לויפן אז איינע פון די בנינים ברענט, אפאר מינוט שפעטער איז א אנדערע יונגל געקומען צו לויפן און געשריגן אז ער האט געזעהן אן עראפלאן אריינקראכן און די צווייטע בילדונג. ( מיין מנהל איז געווען משה מנהל, און די לאנטש רום וואו מהאט יעדן טאג געדאווענט, האט זיך געפונען גראד אויפן גראונד פלאר שטאק, די קינדער וואס זענען געקומען דערציילן, האבן געלערנט ביי ר‘ מאיר אברהם ליבערמאן, און זיין בית מדרש איז געווען איין שטאק ארויף, קען זיין וועגן דעם האבן זיי עס מיטגעהאלטן לייוו. ) בקיצור א מעשה, ביי אשרי ובא לציון איז שוין כמעט נישט געווען קיין מנין.... און די גאנצע טאג איז געגאנגען כאדאראם, הענרי ( ער לעבט נאך? ....) האט געברענגט די נייעס פון די ראדיא עפעס וועגן אפגאניסטאן, בין לאדין... און אונז קינדער האבן נישט געקענט ארויסזאגן די אונטערסאנטע נעמען.... אסאך ציינער זענען יענע טאג געגאנגען שפאצירן..... און אויפאמאל זעהט מען ווי איין בילדונג לייגט זיך צוזאם ווי שטויב, און אפאר מינוט שפעטער די אנדערע בילדונג, קינדער האבן געוויינט און געשריגן ווייל מאיז געווען דערשראקן און מהאט נישט געוואוסט וואס קומט נעקסט ח“ו, און צו אלע צרות האט מען נישט געקענט אנרופן די עלטערן אויף זייערע סעלפאונס, ווייל איינע פון די בנינים האט געהאט א סעלפאון טאוער, און סאיז פשוט געגאנגען שלאפן די סערוויס, אזוי האט מען דעמאלטס געשמועסט. שפעטער נאכמיטאג איז מען אהיים געגאנגען צופיס און באגלייטונג פון פאליציי און שומרים, צוליב דעם ווייל סאיז געקומען צו פארן/פליען דאקטורים פון איבער גאנץ אמעריקע, און די שטאטישע באאמטע האבן נישט געהאט גענוג טראנספארטעישן מיטלן, און יו טי עי, האט דעמאלטס געגעבן זייערע באסעס צו טראגן ברענגן דאקטורים, פייער לעשער, פוירסט ריספאנדערס, וכו', בקיצור, סאיז א מחזה וואס וועט קיינמאל נישט ארויס גיין פון זכרון, און סהאט דעמאלטס געטוישט די וועלט אויף אייביג. און ווער געדענקט נאך די אמעריקאנער פאן וואס האט געהאנגען אויף יעדע קאר,באס,טראק און הייזער....

יא יא!
זייער שיין אראפ געלייגט.
איך האב געלערנט טאקע ביי ר' מאיר אברהם.
איך האב נאך ערגעץ-ווי אוועק געלייגט א צעטל פון מיין חבר וואס איז פונקט געווען אינדרויסן בשעת'ן קראך האט מיר געשריבען (נישט געוואלט אויסרעדן מיט די תפילין) אז אן עראפלאן האט אריין געקראכט אין די טווין טאואר.
איך ווייס גארנישט. איך ווייס נאר איין זאך, אז איך ווייס גארנישט.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:37 pm

אדם הראשון האט געשריבן:בין איך נייגעריג אויב די אידן פון יענע בילד דערקענען זיך דורכן ריקן..

עטליכע אידן דערקען איך דארט, גאנץ רעכט איז ר' מיכאל אלטמאן, אויך זעט מען ר' מענדי קאהן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:09 pm

קהילת יקנה''ז האט געשריבן:באקאנטער ביכל.

אזוי ווי ביים חורבן ירושלים איז די דאטום נישט מדוייק..
(וא"ש להמ"ד שלניו יורק יש קדושת ירושלים...)
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:31 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:
קהילת יקנה''ז האט געשריבן:באקאנטער ביכל.

אזוי ווי ביים חורבן ירושלים איז די דאטום נישט מדוייק..
(וא"ש להמ"ד שלניו יורק יש קדושת ירושלים...)

וואס מיינסטו?
כאפט אפ !! שרייבט אראפ !! למען ידעו !!
באוויינט נישט שפעטער!
שיקט אריין אלטע בילדער:
OldpicturesMonroe@gmail.com

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:43 pm

לכאורה באציט ער זיך צו די דאטום פון כ"א אלול אויפן בוך

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך אייער_קיכל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:13 pm

נא_שכל האט געשריבן:
קהילת יקנה''ז האט געשריבן:קופקעס ביי אנ'אלטן קאר אנאלעזירען ס'מצב......


איינער כאפט אויף וועלכע גאס דאס איז? ערגעץ אויף דיוויזשאן?


אפשר סאוט 11 צווישן בערי און ווייט? ביים ערשטן בנין פון קארנער ווייט נעבן די פארקינג לאט

מערקט דער וואס לאנט זיך אן אויפן קאר טיר צו קענען מיטהאלטן די ראדיא מיט איין אויער און דעם דיסקאסיע מיטן צווייטן...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14851
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:33 pm

דער ערשטער אינגערמאן רעכטס, נאך די קאר, א רויטליכער, איז ר' אברהם יודא מנחם הכהן שווארץ שליט"א, פון די מייסדים פון ישראל ואורייתא און דער מייסד פון תורה שבכתב
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך blue moon » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:26 am

דער אינגערמאן ביי די קאר איז מעגליך מר. קרויס דער בלומען סוחר. זוהן פון די ארטאמייער הענד טראק. ריכטיג?

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 7:50 am

נאך א קרישקעלע, בערך א חודש-צוויי נאכדעם האט א פליגער אראפגעקראכט אויף הייזער אין קווינס, וואס האט ביי יעדן געגעבן א שאק אין הארצן, אז "שוין ווידער"...

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 8:00 am

קהילת יקנה''ז האט געשריבן:אן אלט בילד.

דאס איז לכאורה אויפן ניו זשערזי זייט

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך פעטער משה » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:25 am

blue moon האט געשריבן:דער אינגערמאן ביי די קאר איז מעגליך מר. קרויס דער בלומען סוחר. זוהן פון די ארטאמייער הענד טראק. ריכטיג?

מיר האט זיך אויך אזוי געדאכטען

אינטערסאנטע בריאה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2019 3:14 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך אינטערסאנטע בריאה » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:58 am

איינער וויסט וועלכע נומער אינטערוויא אויף קולמע וואס מען קען הערן די הצלה דיספעטשינג פון 911?

להבא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:47 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך להבא » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 6:00 pm

אינטערסאנטע בריאה האט געשריבן:איינער וויסט וועלכע נומער אינטערוויא אויף קולמע וואס מען קען הערן די הצלה דיספעטשינג פון 911?


138- ר' יודל דייטש - הצלה 9/11 - ריקארדינג (הערשל פריעדמאן)

1454 - פערזענליכע איבערלעבענישן פון יענעם ביטערן סעפטעמבער 11 (דרעזדנער) - ר' מתתי' סאמפאלינסקי פון פלעטבוש, געבליבן שטעקן אין די אונטערערדישע באן - ר' מענדל מאנדלבוים און ר' יודל גוטמאן פון חברה הצלה, געווען דער ערשטער הצלה מעמבער אויף די שרעקליכע סצענע - ר' חיים מרדכי פערלמוטער און ר' מאיר שטיינבערג, מיטגעהאלטן פון וויליאמסבורג מיט די אייגענע אויגן - דער פיילאט ר' שמואל יודקאוויטש, איבער וואס די טעראריסטן האבן געטוהן אין די קאקפיט - ר' יעקב איידעלשטיין, געווען אויפן טעלעפאן מיט ר' שמעון דוד ביגעלאייזן הי"ד, און געזאגט מיט איהם לדוד מזמור פאר זיין אומקום רח"ל - ר' יואל וואגשאהל, איבער זיין שווער קאזניצער רבי וואס איז געווען פארכאפט אין די ברוכווארג - ר' אברהם יצחק אבראהאם, געטראגן עסן פאר די פארוואנדעטע אין שפיטעלער טעג דערנאך - ר' חיים ברוך גלאק, וואס איז זעלבסט פארכאפט געווארן אין די ברוכווארג און געברויכט צוקומען צו מעדיצינישע הילף - ר' יונתן שווארץ, איבער זיין ניגון וואס ער האט פארפאסט איבער די מאורע - ר' בערל לורינג, געראטעוועט געווארן 3 מאל יענעם טאג - הרב משה מארגען, איבער א בחור מרדכי ראזענבערג הי"ד וואס איז אומגעקומען יענעם טאג רח"ל - ר' בערל איגל, זיין שמועס מיט רב אילאוויטש הי"ד א טאג פריער

530 - משפחה און נאנטע פון סעפט. 11 אומגעקומענע (יצחק שלמה דרעזנער)
531 - ר' יודל דייטש פון הצלה, אויכעט רעקארדערינג פון הצלה דיספעטש. (איבערגעלייגט)
532 - עסקנים וועגן סעפט. 11 (יוסי געשטעטנער)
533 - אלגעמיינע יודען וועגן סעפט. 11
534 - פרעזענליכקייטן וועגן סעפט. 11

געטרייער חסיד
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2020 10:04 pm

Re: Re:

תגובהדורך געטרייער חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:04 am

farshlufen האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אפשר פרעג איך א נארישע שאלה, אבער וואס מיינט דאס אז "ס'האט געטוישט די וועלט אויף אייביג?"

איך וועל פרובירן צו מסביר זיין אין איין שורה:

איידער 9/11 זעמיר געפלויגן דאמעסטיק מיט בלויז א קרעדיט קארד מיט א בילד אלס איי די, און צושפאצירט מיט אלע באגלייטער ביזן טיר פון פליגער.

און איידערן נסיעה איז מען אריין ס'גאנצע פאמיליע פון קליין ביז גרויס, אינעם קאקפיט, וואו דער גוט-הארציגער פיילאט האט אונז געוויזן די הונדערטער באטנס, וועלכע פולן אן די ווענט און דעם דאך, און נאכהער איז מען אריין אינעם אינעווייניגסטן טייל, און זיך באקוועם געמאכט אויפן זיץ...
נו גיי פארצייל דאס פאר די היינטיגע אינגווארג... ניטאמאל אין בעסטן חלום...

אוועטאר
פליפ פאון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:01 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך פליפ פאון » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 11:44 am

כאפצעם האט געשריבן:
קהילת יקנה''ז האט געשריבן:אן אלט בילד.

דאס איז לכאורה אויפן ניו זשערזי זייט


Kent and Division
https://www.google.com/maps/@40.7068831 ... 312!8i6656

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: Re:

תגובהדורך שלמה מולכו » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 11:50 am

געטרייער חסיד האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אפשר פרעג איך א נארישע שאלה, אבער וואס מיינט דאס אז "ס'האט געטוישט די וועלט אויף אייביג?"

איך וועל פרובירן צו מסביר זיין אין איין שורה:

איידער 9/11 זעמיר געפלויגן דאמעסטיק מיט בלויז א קרעדיט קארד מיט א בילד אלס איי די, און צושפאצירט מיט אלע באגלייטער ביזן טיר פון פליגער.

און איידערן נסיעה איז מען אריין ס'גאנצע פאמיליע פון קליין ביז גרויס, אינעם קאקפיט, וואו דער גוט-הארציגער פיילאט האט אונז געוויזן די הונדערטער באטנס, וועלכע פולן אן די ווענט און דעם דאך, און נאכהער איז מען אריין אינעם אינעווייניגסטן טייל, און זיך באקוועם געמאכט אויפן זיץ...
נו גיי פארצייל דאס פאר די היינטיגע אינגווארג... ניטאמאל אין בעסטן חלום...

גראדע פארן ארויספארן לאזן זיי נאך היינט אויך אריין אין די קאקפיט,
איך בין לעצטנס געזיצן אויפן פיילאט׳ס זיץ פאר א בילד,
נאר בשעת׳ן פליען פלעגט מען קענען אריינגיין אמאל, וואס היינט איז עס הערמעטיש פארשלאסן.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:12 pm

פליפ פאון האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
קהילת יקנה''ז האט געשריבן:אן אלט בילד.

דאס איז לכאורה אויפן ניו זשערזי זייט


Kent and Division
https://www.google.com/maps/@40.7068831 ... 312!8i6656

נישט די בילד, נאופ.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:48 pm

כאפצעם האט געשריבן:
פליפ פאון האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
קהילת יקנה''ז האט געשריבן:אן אלט בילד.

דאס איז לכאורה אויפן ניו זשערזי זייט


Kent and Division
https://www.google.com/maps/@40.7068831 ... 312!8i6656

נישט די בילד, נאופ.

מען זעט קלאר די שפיץ פונעם מענהעטען בריק, די בילד אויף די בלאט איז פון וומ"ס. איך האב מורא אז כאפצעם רעדט פון אן אנדערע בילד.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:54 pm

קהילת יקנה''ז האט געשריבן:אן אלט בילד.

דאס איז אויפן האדסאן זייט. זיי שטייען אדער אין עליס איילענד, ליבערטי איילענד, אדער ליבערטי סטעיט פארק אדער אויף א שיף.
צוגעלייגטע
beccb2b433b991f5d6e0e87fd33c9da8.jpg
beccb2b433b991f5d6e0e87fd33c9da8.jpg (157.97 KiB) געזעהן 219 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט