יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך מה ידידות » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:12 pm

... די שיך צוגעבינדן.
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:13 pm

eller האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט די לייטס ??
איין טאג האט עס געארבעט. און פון איין מינוט צום צווייטען האט זיך עס אויסגעלאשן און זייט דעמאלטס איז עס פארלאשן..

דוכט זיך אז עס שיינט שווארץ אין עהרע פון די BLM באוועגונג...

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re:

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:15 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אפשר פרעג איך א נארישע שאלה, אבער וואס מיינט דאס אז "ס'האט געטוישט די וועלט אויף אייביג?"

וואו אלט זענט איר אז איר פרעגט אזא קשיא?! אין אלע הינזיכטן פון לעבן האט זיך געטוישט. ווי הייבט מען אן? קודם פשוט פליען אויף אן ערעפלאן (ווען מען האט נאך געמעגט, פאר קאראנא), דראסטיש געהויבן די סעקיוריטי און רעדוצירט וואס ממעג ארויפנעמען מיט זיך. דערנאך די נאכאנאנדע טעראר שרעק ארום די וועלט וואס איז אנגעגאנגען פאר יאאאררן וואס האט פשוט אוועקגענומען די ביסל מנוחת הנפש.

אסאך אידישע אנעליסטן ווייזן אן אז דאס וואס מינאריטעטן און רעגליעזע גרופעס אריינגערעכנט להבדיל אידן מוטשען זיך מיט חינוך איז צו פארדאנקן די אטאקעס וואס איז געקומען פון איסלאמישע גרופע, און די אמעריקאנע גאוו. האט געלייגט א אויג אויף די גאנצע פריוואטע חינוך סיסטעם און געטוישט פאדעמענטאלע אנגענומענע מיינונגען אז פון רעליגיע שטייט מען ווייט.

און צום לעצט, די אינדעווידשואלע פרייוועסי פון יעדן אמעריקאנער בירגער - און בירגער פון ארום די וועלט - וואס איז טאטאל פארניכטעט געווארן מיט די פארברייטערונג פון די אינטעליגענץ אגענטורן צו מעגן וויסן און טוען כל מה שלבם חפץ פאר זיכערהייט און אלעס מיט'ן טעראר טיקעט.

וואס נאך?

--
האקט שיק
לעצט פאראכטן דורך טעם וריח אום דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:16 pm

קארן האט געשריבן:נישט צום גלייבן וואו די צייט פליט אזוי פארביי..... האמיר דעמאלטס געלערנט און סאטמאר אויף טרופ עוו. פון וואו מהאט געקענט זעהן יעדן טאג די שטאלצע בנינים מיט זייערע פולן פראכט, און דאן איין טאג אינמיטן דאווענען.... איז א יונגל געקומען צו לויפן אז איינע פון די בנינים ברענט, אפאר מינוט שפעטער איז א אנדערע יונגל געקומען צו לויפן און געשריגן אז ער האט געזעהן אן עראפלאן אריינקראכן און די צווייטע בילדונג. ( מיין מנהל איז געווען משה מנהל, און די לאנטש רום וואו מהאט יעדן טאג געדאווענט, האט זיך געפונען גראד אויפן גראונד פלאר שטאק, די קינדער וואס זענען געקומען דערציילן, האבן געלערנט ביי ר‘ מאיר אברהם ליבערמאן, און זיין בית מדרש איז געווען איין שטאק ארויף, קען זיין וועגן דעם האבן זיי עס מיטגעהאלטן לייוו. ) בקיצור א מעשה, ביי אשרי ובא לציון איז שוין כמעט נישט געווען קיין מנין.... און די גאנצע טאג איז געגאנגען כאדאראם, הענרי ( ער לעבט נאך? ....) האט געברענגט די נייעס פון די ראדיא עפעס וועגן אפגאניסטאן, בין לאדין... און אונז קינדער האבן נישט געקענט ארויסזאגן די אונטערסאנטע נעמען.... אסאך ציינער זענען יענע טאג געגאנגען שפאצירן..... און אויפאמאל זעהט מען ווי איין בילדונג לייגט זיך צוזאם ווי שטויב, און אפאר מינוט שפעטער די אנדערע בילדונג, קינדער האבן געוויינט און געשריגן ווייל מאיז געווען דערשראקן און מהאט נישט געוואוסט וואס קומט נעקסט ח“ו, און צו אלע צרות האט מען נישט געקענט אנרופן די עלטערן אויף זייערע סעלפאונס, ווייל איינע פון די בנינים האט געהאט א סעלפאון טאוער, און סאיז פשוט געגאנגען שלאפן די סערוויס, אזוי האט מען דעמאלטס געשמועסט. שפעטער נאכמיטאג איז מען אהיים געגאנגען צופיס און באגלייטונג פון פאליציי און שומרים, צוליב דעם ווייל סאיז געקומען צו פארן/פליען דאקטורים פון איבער גאנץ אמעריקע, און די שטאטישע באאמטע האבן נישט געהאט גענוג טראנספארטעישן מיטלן, און יו טי עי, האט דעמאלטס געגעבן זייערע באסעס צו טראגן ברענגן דאקטורים, פייער לעשער, פוירסט ריספאנדערס, וכו', בקיצור, סאיז א מחזה וואס וועט קיינמאל נישט ארויס גיין פון זכרון, און סהאט דעמאלטס געטוישט די וועלט אויף אייביג. און ווער געדענקט נאך די אמעריקאנער פאן וואס האט געהאנגען אויף יעדע קאר,באס,טראק און הייזער....

רוב קינדער האבן נישט געקענט ריפן די עלטערן אויף דח סעלפאנס ויייל זיי האבן פשוט נישט פארמאגט אזא כלי

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re:

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:20 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אפשר פרעג איך א נארישע שאלה, אבער וואס מיינט דאס אז "ס'האט געטוישט די וועלט אויף אייביג?"

איי איי בניכם אשר יקומו מאחריכם, איך רעפער צו די יונגעלייט: א דור וואס האט שוין נישט געקענט די טווין טאוערס
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר ששת אלפים
תגובות: 6145
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:22 pm

קרייסלער האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אפשר פרעג איך א נארישע שאלה, אבער וואס מיינט דאס אז "ס'האט געטוישט די וועלט אויף אייביג?"

איי איי בניכם אשר יקומו מאחריכם, איך רעפער צו די יונגעלייט: א דור וואס האט שוין נישט געקענט די טווין טאוערס

וואס ווילט עטץ פון מיר? כ'בין געווען דעמאלץ 3 יאר.

באנאנא
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך באנאנא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:22 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
eller האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט די לייטס ??
איין טאג האט עס געארבעט. און פון איין מינוט צום צווייטען האט זיך עס אויסגעלאשן און זייט דעמאלטס איז עס פארלאשן..

דוכט זיך אז עס שיינט שווארץ אין עהרע פון די BLM באוועגונג...

שמעקט מיר עפעס מיט דעמאקראטען אין ערע פון קאראנא וואס זיי קענען זיך ממש נישט געזעגענען פון איר...

באנאנא
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am

Re:

תגובהדורך באנאנא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:24 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אפשר פרעג איך א נארישע שאלה, אבער וואס מיינט דאס אז "ס'האט געטוישט די וועלט אויף אייביג?"

וואס נישט? די ווערטער פון 'טעראר' 'סקיורעטי' וכדו' האט דעמאלסט באלאנגט צו א דריטע וועלט קאנטרי

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך קארן » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:32 pm

דריידל האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:נישט צום גלייבן וואו די צייט פליט אזוי פארביי..... האמיר דעמאלטס געלערנט און סאטמאר אויף טרופ עוו. פון וואו מהאט געקענט זעהן יעדן טאג די שטאלצע בנינים מיט זייערע פולן פראכט, און דאן איין טאג אינמיטן דאווענען.... איז א יונגל געקומען צו לויפן אז איינע פון די בנינים ברענט, אפאר מינוט שפעטער איז א אנדערע יונגל געקומען צו לויפן און געשריגן אז ער האט געזעהן אן עראפלאן אריינקראכן און די צווייטע בילדונג. ( מיין מנהל איז געווען משה מנהל, און די לאנטש רום וואו מהאט יעדן טאג געדאווענט, האט זיך געפונען גראד אויפן גראונד פלאר שטאק, די קינדער וואס זענען געקומען דערציילן, האבן געלערנט ביי ר‘ מאיר אברהם ליבערמאן, און זיין בית מדרש איז געווען איין שטאק ארויף, קען זיין וועגן דעם האבן זיי עס מיטגעהאלטן לייוו. ) בקיצור א מעשה, ביי אשרי ובא לציון איז שוין כמעט נישט געווען קיין מנין.... און די גאנצע טאג איז געגאנגען כאדאראם, הענרי ( ער לעבט נאך? ....) האט געברענגט די נייעס פון די ראדיא עפעס וועגן אפגאניסטאן, בין לאדין... און אונז קינדער האבן נישט געקענט ארויסזאגן די אונטערסאנטע נעמען.... אסאך ציינער זענען יענע טאג געגאנגען שפאצירן..... און אויפאמאל זעהט מען ווי איין בילדונג לייגט זיך צוזאם ווי שטויב, און אפאר מינוט שפעטער די אנדערע בילדונג, קינדער האבן געוויינט און געשריגן ווייל מאיז געווען דערשראקן און מהאט נישט געוואוסט וואס קומט נעקסט ח“ו, און צו אלע צרות האט מען נישט געקענט אנרופן די עלטערן אויף זייערע סעלפאונס, ווייל איינע פון די בנינים האט געהאט א סעלפאון טאוער, און סאיז פשוט געגאנגען שלאפן די סערוויס, אזוי האט מען דעמאלטס געשמועסט. שפעטער נאכמיטאג איז מען אהיים געגאנגען צופיס און באגלייטונג פון פאליציי און שומרים, צוליב דעם ווייל סאיז געקומען צו פארן/פליען דאקטורים פון איבער גאנץ אמעריקע, און די שטאטישע באאמטע האבן נישט געהאט גענוג טראנספארטעישן מיטלן, און יו טי עי, האט דעמאלטס געגעבן זייערע באסעס צו טראגן ברענגן דאקטורים, פייער לעשער, פוירסט ריספאנדערס, וכו', בקיצור, סאיז א מחזה וואס וועט קיינמאל נישט ארויס גיין פון זכרון, און סהאט דעמאלטס געטוישט די וועלט אויף אייביג. און ווער געדענקט נאך די אמעריקאנער פאן וואס האט געהאנגען אויף יעדע קאר,באס,טראק און הייזער....

רוב קינדער האבן נישט געקענט ריפן די עלטערן אויף דח סעלפאנס ויייל זיי האבן פשוט נישט פארמאגט אזא כלי

תשסא האבן עס רוב עולם שוין געהאט....

באנאנא
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך באנאנא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:34 pm

קארן האט געשריבן:

צוגעלייגטע
055275c0-2d9b-0133-5b26-0aecee5a8273.jpg
055275c0-2d9b-0133-5b26-0aecee5a8273.jpg (65.08 KiB) געזעהן 1337 מאל

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:35 pm

קארן האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:נישט צום גלייבן וואו די צייט פליט אזוי פארביי..... האמיר דעמאלטס געלערנט און סאטמאר אויף טרופ עוו. פון וואו מהאט געקענט זעהן יעדן טאג די שטאלצע בנינים מיט זייערע פולן פראכט, און דאן איין טאג אינמיטן דאווענען.... איז א יונגל געקומען צו לויפן אז איינע פון די בנינים ברענט, אפאר מינוט שפעטער איז א אנדערע יונגל געקומען צו לויפן און געשריגן אז ער האט געזעהן אן עראפלאן אריינקראכן און די צווייטע בילדונג. ( מיין מנהל איז געווען משה מנהל, און די לאנטש רום וואו מהאט יעדן טאג געדאווענט, האט זיך געפונען גראד אויפן גראונד פלאר שטאק, די קינדער וואס זענען געקומען דערציילן, האבן געלערנט ביי ר‘ מאיר אברהם ליבערמאן, און זיין בית מדרש איז געווען איין שטאק ארויף, קען זיין וועגן דעם האבן זיי עס מיטגעהאלטן לייוו. ) בקיצור א מעשה, ביי אשרי ובא לציון איז שוין כמעט נישט געווען קיין מנין.... און די גאנצע טאג איז געגאנגען כאדאראם, הענרי ( ער לעבט נאך? ....) האט געברענגט די נייעס פון די ראדיא עפעס וועגן אפגאניסטאן, בין לאדין... און אונז קינדער האבן נישט געקענט ארויסזאגן די אונטערסאנטע נעמען.... אסאך ציינער זענען יענע טאג געגאנגען שפאצירן..... און אויפאמאל זעהט מען ווי איין בילדונג לייגט זיך צוזאם ווי שטויב, און אפאר מינוט שפעטער די אנדערע בילדונג, קינדער האבן געוויינט און געשריגן ווייל מאיז געווען דערשראקן און מהאט נישט געוואוסט וואס קומט נעקסט ח“ו, און צו אלע צרות האט מען נישט געקענט אנרופן די עלטערן אויף זייערע סעלפאונס, ווייל איינע פון די בנינים האט געהאט א סעלפאון טאוער, און סאיז פשוט געגאנגען שלאפן די סערוויס, אזוי האט מען דעמאלטס געשמועסט. שפעטער נאכמיטאג איז מען אהיים געגאנגען צופיס און באגלייטונג פון פאליציי און שומרים, צוליב דעם ווייל סאיז געקומען צו פארן/פליען דאקטורים פון איבער גאנץ אמעריקע, און די שטאטישע באאמטע האבן נישט געהאט גענוג טראנספארטעישן מיטלן, און יו טי עי, האט דעמאלטס געגעבן זייערע באסעס צו טראגן ברענגן דאקטורים, פייער לעשער, פוירסט ריספאנדערס, וכו', בקיצור, סאיז א מחזה וואס וועט קיינמאל נישט ארויס גיין פון זכרון, און סהאט דעמאלטס געטוישט די וועלט אויף אייביג. און ווער געדענקט נאך די אמעריקאנער פאן וואס האט געהאנגען אויף יעדע קאר,באס,טראק און הייזער....

רוב קינדער האבן נישט געקענט ריפן די עלטערן אויף דח סעלפאנס ויייל זיי האבן פשוט נישט פארמאגט אזא כלי

תשסא האבן עס רוב עולם שוין געהאט....

קארן, שיינע מעמאריס...
...
רוב עולם האט נאך תשס״א נישט געהאט קיין סעלפאונס, ס׳האט דעמאלסט אנגעהויבן אריינצוקומען ביים ציבור.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר ששת אלפים
תגובות: 6145
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:38 pm

האו אבאויט איבערשפילן דא אויף אייוועלט וויאזוי א שמועס וואלט אויסגעזעהן תשס"א איבער די נושא פון האבן א סעלפאון?

באנאנא
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am

Re:

תגובהדורך באנאנא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:40 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:האו אבאויט איבערשפילן דא אויף אייוועלט וויאזוי א שמועס וואלט אויסגעזעהן תשס"א איבער די נושא פון האבן א סעלפאון?

וואס מיינט א סעלפאון? (#תשס"א).
אה, כ'הער וואס ס'איז...אבער וואס איז שלעכט מיט די פובליק טעלעפאונס? א מחיה!

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר ששת אלפים
תגובות: 6145
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:42 pm

אויב מערערע זענען אינטערעסירט, קען מען עפענען א באזונדערע אשכול דערפאר.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 11:25 am

מיין פערזענדליכע איבערלעבעניש פון יענעם טאג, תקופה, עד היום הזה.

פון דעם טאג וואס איך געדענק מיר נאר, אלטס 3 יעריג יונגל, האב איך פון מיין שלאף צימער געקענט זעהן די צווילינג געביידעס אין לאוער מאנהעטאן מיט איר גאנצע שטאלצקייט און פראכט. איינס פון די סימנים אז ס׳איז צייט צו שלאפן גיין איז טאקע געווען ווען מ׳האט שוין געקענט זעהן דעם רויטן לעמפל אויפן שפיץ פונעם צפון טורעם.

פונקט ווי די חדר באס, בייק, שכנים, וכו׳.. זענען די טווין טאוער׳ס און עמפייער סטעיט בילדינג געווען א חלק פון מיין קינדערישע געדענקונגען מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן, וואס בלייבט שטעקן ביי יעדן אין זכרון אלע יארן צום גוטן.

ווען איך האב געהערט דעם טראגעדיע ארום 9:15 יענע אינדערפרי, הגם איך בין נאך געווען יונג צו פארשטיין די מצב אויפן נאציאנאלע שטאפל, ווי טעראר, מלחמה, נעשנאל סיקיורעטי וכו׳.. האט עס מיר זייער שווער באטראפן. כ׳בין געשטאנען צוגענוגלט צום צוים פון ווי איך האב געזעהן דעם ביטערן סצענע, מיטגעהאלטן ווי ״מיינע בילדינגס״.. לייגן זיך צוזאם ווי שפילצייג, לאזט איבער פייער, רויעך, הויפענעס פון שטאקן הויעך ברוכווארג און כאאס.

עס האט מיר אזוי באנומען, אז מיין מאמע זז״ג האט מיר געמיזט נעמען צו א טעראפיסט וואס זאל פראבירן מיר ארויסצונעמען פון מיין טראמא, היות פון דעמאלטס ביז נאך מיין בר מצוה.. איז מיין שפילצייג געווען לעגאוס מיט וואס כ׳האב געשפילט ״טווין טאוער׳ס״, אויפשפילנדיג די אטאקע׳ס און געביידעס צוזאמפאל.

איך געדענק ווי היינט וויזוי איך האב פארברענגט שעות יענע חוה״מ סוכות אויפן דאך פון אונזער היים ווי אונזער סוכה איז געשטאנען, קוקענדיג צו די ריכטונג ווי די טווין טאוערס זענען געווען, בשעת מלחמה ערעפלאנען זענען ארומגעפלויגן די געגענט מאכענדיג א הויעכע גרידער.

עס איז נישטא קיין היינטיגע פארגלייך צו וואס מ׳קען געבן איינעם וואס געדענקט נישט יענעם טאג, ער זאל פארשטיין וואספארא פחד עס האט ארומגענומען יעדעם איינעם, און וויזוי די וועלט האט זיך געטוישט פון איין רגע אויף די צווייטע.

די ווידיאוס וואס מ׳קען יא זעהן, איז אפשר עדות אויף די עצם אינהאלט וואס האט פאסירט, אבער די גאנצע ענווייראמענט פון געפילן, טרויער, פחד, און צומישעניש.. איז אוממעגליך אראפצומשלן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:31 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די גאנצע ענווייראמענט פון געפילן, טרויער, פחד, און צומישעניש.. איז אוממעגליך אראפצומשלן.

אן אמת'ע שורה.

די דעמאלטסדיגע געמישטע געפילן, וואס האט זיך גראדע געצויגן פאר א שיינע שטיק צייט - ביי מיר עכ"פ.

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 3:28 pm

קופקעס ביי אנ'אלטן קאר אנאלעזירען ס'מצב......
צוגעלייגטע
4690.jpeg
9.11.01
4690.jpeg (97.49 KiB) געזעהן 919 מאל
כאפט אפ !! שרייבט אראפ !! למען ידעו !!
באוויינט נישט שפעטער!
שיקט אריין אלטע בילדער:
OldpicturesMonroe@gmail.com

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 3:29 pm

דאס איז א וואצעפ גרופ אין יענע יארן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך קארן » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:36 am

מה זאת וואצעפ??? :lol:

און ווער געדענקט נאך די געפערליכע פייער גערוך וואס האט אנגעהאלטן פאר עטליכע וואכן, און לויט ווי כגעדענק, איז בארא פארק גאר שווער באטראפן געווארן פון די רויך, ווייל די ווינט האט אלעס אהינגעבלאזן.... און אויך האט מען דעמאלטס געשמועסט, אז מענטשן און בארא פארק האבן געטראפן געסיינטע טשעקס וואס איז אויך געקומען פון די טווין טאוערס....
וואס נאך? .....

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך אדם הראשון » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:45 am

בין איך נייגעריג אויב די אידן פון יענע בילד דערקענען זיך דורכן ריקן..

להבא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:47 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך להבא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:22 pm

א גוט בילד.
קענסט זיך פארשטעלן אז נישט מער ווי פאר 19 יאר צירוק האט מען נאך געכאפט פיקטשערס מיט א פילם קאדעק קעמערע. יארן לויפן. האסט נאך פיקטשערס פון דעלמאטס?

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:21 pm

להבא האט געשריבן:א גוט בילד.
קענסט זיך פארשטעלן אז נישט מער ווי פאר 19 יאר צירוק האט מען נאך געכאפט פיקטשערס מיט א פילם קאדעק קעמערע. יארן לויפן. האסט נאך פיקטשערס פון דעלמאטס?
צוגעלייגטע
255225.jpg
255225.jpg (63.05 KiB) געזעהן 504 מאל
כאפט אפ !! שרייבט אראפ !! למען ידעו !!
באוויינט נישט שפעטער!
שיקט אריין אלטע בילדער:
OldpicturesMonroe@gmail.com

KMW
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך KMW » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:40 pm

קהילת יקנה''ז האט געשריבן:קופקעס ביי אנ'אלטן קאר אנאלעזירען ס'מצב......

??Clymer St

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:44 pm

אן אלט בילד.
צוגעלייגטע
beccb2b433b991f5d6e0e87fd33c9da8.jpg
beccb2b433b991f5d6e0e87fd33c9da8.jpg (157.97 KiB) געזעהן 445 מאל
כאפט אפ !! שרייבט אראפ !! למען ידעו !!
באוויינט נישט שפעטער!
שיקט אריין אלטע בילדער:
OldpicturesMonroe@gmail.com

להבא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:47 pm

Re: יארטאג פון די אטאקעס אום סעפטעמבער 11 2001

תגובהדורך להבא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 5:18 pm

ש'כוח
אפשר איז טאקע א גוטע עצה צו עפענען א אשכול פון בילדער פון סעפטעמבער 11 סזאל בלייבן פאראייביגט, מבעט ווער סהאט גוטע בילדער זאל אריינשיקן צו @קהילת יקנה''ז, איינער זאל גיין פתיחה, אויב ס'שוין דא אזא אשכול ביטע מיר צוצייכענען.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, YandexBot און 4 געסט