שוידערליכע פרשת "לייבי קלעצקי" אין בארא פארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג יולי 12, 2011 1:47 pm

מיטצוהאלטן אנקוויקעלונג פונ'ם נייעס אויף טוויטער. פרובירט דעם לינק: https://twitter.com/search/%23bpboy
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג יולי 12, 2011 1:54 pm

מיינסט אוודאי די לינק
http://twitter.com/#!/search?q=%23BPBoy

אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

תגובהדורך זעלבסטשטענדיגער » דינסטאג יולי 12, 2011 1:59 pm

זעהעך יעצט אז פאליציי זאגן אז דאס איז מעגליך א קידנעפינג אינצידענט
פאליציי טוען דאס אויספארשטן אין די איצטיגע מינוטן
שלמה דער זעלבסטשטענדיגער איז אלץ פריילעך

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג יולי 12, 2011 2:02 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:מיינסט אוודאי די לינק
http://twitter.com/#!/search?q=%23BPBoy

ביי מיר איז ביידע נישט קיין נפק"מ. ביידע ארבעטן.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג יולי 12, 2011 2:03 pm

דער א.ד. טוויטער מעלדט אז מען האט געפונען דאס קינד'ס קאפל... דאס איז נייעס!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יולי 12, 2011 2:04 pm

ס'שטייט די נאמען אויפן קאפל? פון וואנעט ווייסט מען אז ס'איז זיינס? (א כלב האט עס געשמעקט צו וואס?)

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דינסטאג יולי 12, 2011 2:04 pm

קליקו האט געשריבן:
משה פאלאפל האט געשריבן:די ערשטע מחזור אויסצוזאגן ספר תהלים דא בין כותלי אייוועלט הייבט זיך יעצט אהן...
איך נעם קאפיטל א' - י'

כדי צוצוגעבן פארשטייט זיך אז די גאנצע תהלים דא אויף איי וועלט איז פאר די וואס קענען נישט העלפן

מיר קעןמיר שוין ליידער גענוג פון די וואס האלטן אז אלעס איז תשובה ומעש"ט און העלפן למעשה זאל א דריטער... ה"י מהם ומהמונם, יא אלעס איז תשובה ומע"ט, אבער ווען סקומט למעשה דארף מען טוהן למעשה, [האסטו שוין גערופן דיינע באקאנטע זעהן אויב קען יענער העלפן?]


לאמיר זאגן אז איינער (איך וויל נישט זאגן קיין נאמען....) איז אויף געווען א גאנצע נאכט, און ארומגעפארן א האלבע שטאט, און אריינגעקלאפט צו הונדערטער טירן, און ארומגעזוכט אין צענדליגע גאסן, און דעם אנדערן צופרי איז ער ארויף אויף אייוועלט און אנגעהויבן צו ווילדעווען אז יעדער דארף ארויסגיין העלפן, און דערווייל פרובירט ער צו האלטן זיין אטעם און צו טרעפן נאך וואלונטירן וואס זאלן העלפן זוכן (אזוי האף איך.....)

דערווייל ליגט דאס קינד אין א הויז אין ווירדזשיניע (איך האף אז נישט, אבער אולי יא....), און דער ערל איז א יחיד בדורו, ער האט נישט קיין שותפים וואס קענען ברענגען אינפארמאציע, דארפן מיר יעצט האבן גרויס רחמי שמים, אז ער זאל זיך לאמיר זאגן אנטרינקען און ארויסגעבן דעם סוד פאר א חבר זיינעם וואס האט געהערט וועגן די זעכציג אלפים, און יענער זאל קומען פארקויפן די אינפארמאציע פאר די נויטיגע אינסטאנצן, און אזוי זאל מען קענען ראטעווען דאס קינד.

וואס קענען מיר טון דערצו, בלויז אפאר ווארעמע קאפיטלעך תהלים פאר הילד יהודה בן יוטא אסתר זאל געפונען ווערן געזונט און שטארק ממש שוין.
וזה החלי בעז"ה

-------

דער עולם האקט אין גרויסן

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דינסטאג יולי 12, 2011 2:18 pm

גרויזאמער האט געשריבן:דער א.ד. טוויטער מעלדט אז מען האט געפונען דאס קינד'ס קאפל... דאס איז נייעס!


קול מבשר זאגט אז עס איז נישט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יולי 12, 2011 2:20 pm

די באלוינונג האלט שוין ביי 60,000

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג יולי 12, 2011 2:21 pm

די אלע וואס האבן מורא אז נאך א גוי וועט פארכאפן א קינד וכד' האבן גאר שוואכע טענות, קיינער פארכאפט נישט קיין קינד פאר אפאר טאללער היינט צו טאגס, ווייל געווענליך ענדיגט זיך עס עניוועי אין קרימינעל קאורט ווי ער גייט אין דזשעיל פאר 15-20 יאר, דאס איז חוץ די פאקט אז מ'רעדט נישט דא פון געלט צו פארהאנדלען מיטן קידנעפער, מ'רעדט דא צו געבן געלט פאר עניבאדי וואס ברענגט אינפאו. (דאכצעך אז נאך איינער האטעס שוין געשריבן.)

אבער צו דיר ארעסטאנט... וואס דארף אלץ געשעהן אז דו זאלסט בלייבן שרייבן דא? דו ווערסט בעסער און בעסער יעדעס מאל וואס דו טרעסט אריין דא!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג יולי 12, 2011 2:22 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:דער א.ד. טוויטער מעלדט אז מען האט געפונען דאס קינד'ס קאפל... דאס איז נייעס!


קול מבשר זאגט אז עס איז נישט.


ק"מ זאגט אז מען האט געפינען א קאפל, מען האט געמיינט אז ס'זיינס, אבער ס'נישט. ווי אויך דער ווידיאו וואס מען האט געמיינט אז ס'איז דאס קינד איז נישט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג יולי 12, 2011 2:38 pm

המודיע האט יעצט געשיקט אן אלערט אפדעיט:
UPDATE ON EMERGENCY ALERT
REWARD RAISED TO $100,000


הונדערט טויזענט דאללער? נאך איינער זאגט דער אומגעהוירע סכום?
צוגעלייגטע
ALERT.jpg
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » דינסטאג יולי 12, 2011 2:41 pm

עס האלט שוין ביי 100 אלפים!
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דינסטאג יולי 12, 2011 2:42 pm

וואס נאך באשעפער דארפסטו פון אונז אז יודעלע זאל אהיימקומען בשלום?

דארפסטו וואסער? נעם די טויזענטער גאלאנען שווייץ וואס טראפן שוין פון אידישע קערפער זייט נעכטן אווענט ווען מ'האט אנגעהויבן די זוך אקציע; נעם די פעסער טרערן פון אידישע מאמע'ס וואס וויינען פארן וואוילזיין פון דאס קינד; נעם די טויזענטער וואסער באטלעך וואס גוט-הארציגע אידן האבן מנדב געווען פאר די וואס לאזן זיך ארויס אויף די מיסיע.

דארפסטו בלוט? נעם צוזאם די בלוט פון די עסקנים וואס זענען בלוט'יגע שונאים איבערן יאר, אבער יעצט אין דעם צושטאנד האבן זיי זיך אלע פאראייניגט ארויסצוהעלפן מיט די מאסיווע זוך אקציע.

דארפסטו שטיינער? נעם צוזאם יעדעס שטיינדל פון בארא פארק און ארום וואס איז שוין אויפגעהויבן געווארן דורכאויס די לעצטע כמעט 24 שעה.

דארפסטו הארץ? שטאט אפ א באזוך אין בארא פארק, אידישע הערצער וואלגערן זיך אין די גאסן, יעדער האט מיטלייד און פרובירט צו העלפן מי בגוף, מי בממון ומי בתפילה.

הייליגער באשעפער! א בית המקדש קענסטו דאך בויען פון די אלע דערמאנטע באשטאנדטיילן וואס מיר האבן דא אויסגערעכנט, טא וואס בעטן מיר שוין כל יכול? איין זאך! קער אהיים יודעלע פריש און געזונט, און קיינער זאל מער נישט דארפן קענען דעם יודעלע קלעצקי אזוי ווי עס איז געווען ביז נעכטן זעקס מיטאג.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » דינסטאג יולי 12, 2011 2:45 pm

ארעסטאנט, מורא'דיגע דיבורים. די רייט ווארדס, עט דע רייט טיים.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דינסטאג יולי 12, 2011 2:45 pm

איך מיין גראדע אויך אזוי ווי אנדערע האבן שוין דא דערמאנט, אז עס איז נישט כדאי צו הייבן כסדר דעם סכום, ווייל דאס רייצט אן דעם מעגליכן אינפארמאטאר צו ווארטן מיט די אינפארמאציע. אבער ווער פרעגט אונז דען?

ארעסטאנט, ער הייסט לייבעלע נישט יודעלע.

-----
משמש האקט

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג יולי 12, 2011 2:48 pm

איזעי, ער הייסט יהודה.

ארעסטאנט, זייער א שיינע אמתע תפילה.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג יולי 12, 2011 2:52 pm

כ'האב געהערט בשם קול מבשר אז ס'איז לכתחילה געווען דער פלאן אנצוקומען צו הונדערט אלפים.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יולי 12, 2011 2:53 pm

די תפלה שטאמט פון קאסאניער רב דער אור מלא הי"ד, ער פלעגט זאגן בערך אזא נוסח יעדן הושע"ר בדמעות שליש....

צוריק צום נושא

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דינסטאג יולי 12, 2011 2:55 pm

איך באקום יעצט א מעסעדזש אז אויף פינעף אזייגער ווערט אראנדזשירט א מאסיווער זוך אקציע וואס איז נאך קיינמאל בעפאר געווען. דער קאמענד סענטער געפונט זיך אויף די 61'טע דאס צווישן 15 און 16.

קומט ארויס אין די מאסן! און ווער עס האלט אז ער קען נישט העלפן זאל ביטע בלויז קומען צוקוקען מיט די אייגענע אויגן דעם "כל ישראל ערבים זה לזה" אויפן שטייגער וואס נאר מיר אידן קענען.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יולי 12, 2011 3:02 pm

געוויסע קוועלער געבן אן אז ס'איז ארויף צו 110,000

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יולי 12, 2011 3:03 pm

קול מבשר זאגט שוין אויך 110,000

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דינסטאג יולי 12, 2011 3:04 pm

און ווער סקען נישט גיין זאל כאטש זאגן תהלים און דער צייט
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג יולי 12, 2011 3:09 pm

הונדערט צען אלפים?? רבוש"ע, פארוואס האלט מען אינאיין ארויפגיין??
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דינסטאג יולי 12, 2011 3:10 pm

ס'איז א געפערליכער נארישקייט ארויפצוגיין מיט די פרייז יעדע 15 מינוט,
ממה נפשך א איד וואלט ווען געקומען מיט אינפארמאציע אן דאס געלט. און א גוי, פארוואס זאל ער יעצט קומען ווען ער קען מאכן טאפלט אין אפאר שעה ארום...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 26 געסט