שוידערליכע פרשת "לייבי קלעצקי" אין בארא פארק

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

האניג האט געשריבן:המודיע האט יעצט ארויסגעשיקט א קאמיונעטי אלערט, זיי בעטן יעדער איינער זאל זאפארט אויפהערן וואס מ'טוט און זוכן ארום די אייגענע פראפערטי און זאגן תהלים.

זיי קאנטראדיקטן שומרים? מען האט געבעטן מען זאל קומען צו די קאממענד צענטער! ניין?

זיי בעטן זיך אז זיי דארפן העלף!
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובה דורך מאנסיאנער »

נאך 10,000 דאללער צוגעלייגט דורך א נדבן פון פלעטבוש אין עס האלט יעצט ביי 50,000 דאללער פאר דער וואס ברענגט אינפארמאציע וואס וועט פירן צום טרעפן דאס קינד
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובה דורך צים פינטעל »

וואס טוט זיך מיט די גוי וואס האט געהאט א פייט מיטן טאטן, האט מען שוין אים געפארשט?
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

ארעסטאנט האט געשריבן:קוקו, ס'שוין געווען אזא זאך אין די היסטאריע בכלל? וואס דרייסטו מיט לומדות דא?

זאל זיין די טשעפע "קוקו" לטובת ולזכות הענין...

יא ליידער האט מען אין היסטאריע אסאך געליטן פון פארלוירענע קינדער, און מהאט דן געווען בכובד ראש וויפיל מזאל געבן, ווייל סרייצט זיי אן, אויסער אויב דא איז עס צו שטיפן אז מען זאל אים טרעפן, וואס איך מיין אז א יעדע איד וועט טון וואס מעגליך אן די געלט באלוינונג
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובה דורך יגרסהדותא »

[קליקו; לערנען דף היומי לישועתו, קען אויך צוהעלפן]
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

תגובה דורך ללמוד וללמד »

מאנסיאנער האט געשריבן:נאך 15,000 דאללער איז יעצט צוגעלייגט געווארן צו די 25,000 דאללער וואס צוזאמען איז עס 40,000 דאללער פאר ווער עס וועט העלפן מיט אינפארמאציע

מיין מחשבה לויפט אין פארשידענע ריכטונגען בנוגע די באלוינונג וואס עס איז ארויסגעשטעלט געווארן.
מיר ווייסן אז דורך די נאכט האבן זיך הונדערטער יודען אויפגעהאלטן און ארומגעגאנען מיט די זוכענישטן נאך איידער מען האט ארויסגעשטעלט א באלוינונג. דער "מי כעמך ישראל" האט זיך אפגשפיגעלט אין אלע גאסן און אין אלע נייעס קוואטירן מיט א געוואלדיגען קידוש השם. איך זאג נאר די פאלגענדע אלץ א ביילויפנדער געדאנק נישט אז איך האלט דווקא אזוי, איך בין מסופק. און אדרבא וויאזוי קוקן אנדערע דערויף?
מיר ווייסן דאך זייער גוט אז עשו שונא ליעקב. און דער הויכפונקט פון דעם עשו שונא ליעקב דא אין אמעריקע ווייסן מיר אלע איז, אז די יודען זענען געלטגייציגער מענטשן, ביי זיי איז דא די געלט, און ממילא האבן זיי די דעה אויף די פירערשאפט פון לאנד, וכו' וכו', עפ"ל.
עס איז ביז יעצט ערווענט געווארן אין די נייעס (חאטש נישט אויף גענוג א דראמאטישן אופן כלפי ווי איבערגעגעבן די ציבור איז טאקע) ווי מען זעהט א וואונדערבארער פאראייניגונג פון א קאמיוניטי פון הונדערטער הונדערטער יודן וואס שפענדן זייער נאכט שעה'ן אדער ביזנעס שעה'ן צו זיכן א פארלוירן קינד פון זייער קאמיוניטי.
יעצט אבער ווען עס קומט ארויס א באלוינונג, בין איך מסופק, וויאזוי וועלן עס די גוישע יודען האסערישע נייעס אגענטורן אנקוקן. וועלן זיי דאס ח"ו נישט שלעכט אויסטייטשן אז אט דא זעהט מען ח"ו די געלטגייציגקייט פון אונזער געמיינדע? זיי וועלן נישט קוקן אויף די אנדערע זייט אז אן עסקן האט מנדב געוועהן די פאנטאסטישער סכום נאר פאר דעם צוועק פון זיין יודישער ברודער.
מיר ווייסן ביט א בהירות אז די פלייס און ברען פאר די מצוה איז בכלל נישט אפהענגיג אין די באלוינונג. מהיכי תיתי איז דאס א שיין פארדינטער מתן שכרה בצדה פאר דער וואס וועט בעזהשי"ת זיין בייהילפיג און די טרעפונג, והא ראיי' וואס עס האט זיך אפגעטוהן די פארגאנגענע נאכט. אבער די שאלה איז צו די מידיע וועט מאכן די חשבונות.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובה דורך למעלה משבעים »

קליקו האט געשריבן:סנישט פשוט צו שיסן צופיהל געלט, אין היסטאריע זענען רבנים געזעצן און מחליט געווען איבער אזא האקעלע נושא.

איר זאלט מיר מוחל זיין, דאכט זיך דאס וואס רבנים זענען געזיצן צו מען מעג שיסן אזויפיל געלט איז געווען צוויי זאכן, איינס אויב עס איז געווען א פארכאפטע איד, מיטן פראבלעם אז מארגן גייט דער גוי פארכאפן א צווייטן, והשנית, די געלט פלעגט מען בעטן פון קהל, עס איז נישט געווען א איד וואס איז געקומען און צוגעזאגט אזעלכע ריזן סכומים, וואס דא כמדומה גייט נישט זיין קיין געלט אקציע צו פארשאפן די געלט...
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

למעלה משבעים האט געשריבן:

מסתבר אז די ביסט גערעכט, איך האב עס נאר ארויפגעברענט.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובה דורך האניג »

קליקו האט געשריבן:
האניג האט געשריבן:המודיע האט יעצט ארויסגעשיקט א קאמיונעטי אלערט, זיי בעטן יעדער איינער זאל זאפארט אויפהערן וואס מ'טוט און זוכן ארום די אייגענע פראפערטי און זאגן תהלים.

זיי קאנטראדיקטן שומרים? מען האט געבעטן מען זאל קומען צו די קאממענד צענטער! ניין?

זיי בעטן זיך אז זיי דארפן העלף!

ווער האט געבעטן מען זאל קומען צום קאממענד צעטנער?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ידידי חביבי ר' ללמוד, קודם שלום עליכם, שוין זייער לאאאנג נישט געזעהן, כ'האף אלעס איז אין ארדענונג.

ס'איז נארמאל אין די גאס אז ווען איינער ווערט ל"ע פארלוירן אז מ'זאגט צו געלט, נאר אז פרעמדע אידן וואס האבן גארנישט מיט'ן באטראפענעם געבן פריוואט געלט, דאס איז שוין עפעס וואס מ'וועט הערן נאר ביי אידן, יא, מי כעמך ישראל.

און טייערע אידן, לאמיר רעדן אין אידיש צום הייליגן באשעפער. יעדער זאל ביטע יעצט זאגן: הייליגע באשעפער, טאטע זיסער, ברענג צוריק אהיים יהודה בן איטא אסתר צו זיינע עלטערן שנעל און געזונט! זאגט עס נאכאמאל און נאכאמאל!

לאמיר באמבעדירן אויב'ן אין הימל ביז מ'וועט אונז אויסהערן!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

תגובה דורך גראדער »

צוזאגן געלט קען זיין גאר א גוטער וועג צו באקומען אינפארמאציע, אבער ארויפברענגען דעם פרייז יעדע פופצן מינוט איז א קלארער שטער, אויב ס'איז דא א שחור וואס האלט די אינפארמאציע ביי זיך און ער זעהט ווי דער פרייז האלט אין איין שטייגן, פארוואס זאל ער נישט ווארטן נאך א טאג און באקומען הונדערט אלפים? לדעתי העני' דארף מען זיך פאראייניגן אויף א פרייז, ביז דאן זיין שטיל, איינמאל דער פרייז איז אינדרויסן עס נישט הייבן! אויב דער יעניגער קומט נישט זאגן פאר פופציג טויזנט וועט ער נישט רעדוועדיג ווערן פאר זעכציג אלפים...

די רעגירונג האט אויך נישט געהעכערט דעם פרייז אויף בין לאדן'ס קאפ במשך די אלע יארן, ווארשיינליך פאר די סיבה, אויב זאל דער רעווארד ווערן מער און מער וועלן מענטשן אלעמאל ווארטן וואס לענגער.

זאל השי''ת שוין שיקן די ישועה בקרוב און דאס געלט זאל גיין אויף העלפן בר מצוה און חתונה מאכן לייבעלען...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

תגובה דורך חלפתא »

למעלה משבעים האט געשריבן:
קליקו האט געשריבן:סנישט פשוט צו שיסן צופיהל געלט, אין היסטאריע זענען רבנים געזעצן און מחליט געווען איבער אזא האקעלע נושא.

איר זאלט מיר מוחל זיין, דאכט זיך דאס וואס רבנים זענען געזיצן צו מען מעג שיסן אזויפיל געלט איז געווען צוויי זאכן, איינס אויב עס איז געווען א פארכאפטע איד, מיטן פראבלעם אז מארגן גייט דער גוי פארכאפן א צווייטן, והשנית, די געלט פלעגט מען בעטן פון קהל, עס איז נישט געווען א איד וואס איז געקומען און צוגעזאגט אזעלכע ריזן סכומים, וואס דא כמדומה גייט נישט זיין קיין געלט אקציע צו פארשאפן די געלט...

דא רעדט מען נישט פון צאלן פאר די פארכאפערס אויסלייז געלט וואס איז די שאלה ?
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

האניג האט געשריבן:
קליקו האט געשריבן:
האניג האט געשריבן:המודיע האט יעצט ארויסגעשיקט א קאמיונעטי אלערט, זיי בעטן יעדער איינער זאל זאפארט אויפהערן וואס מ'טוט און זוכן ארום די אייגענע פראפערטי און זאגן תהלים.

זיי קאנטראדיקטן שומרים? מען האט געבעטן מען זאל קומען צו די קאממענד צענטער! ניין?

זיי בעטן זיך אז זיי דארפן העלף!

ווער האט געבעטן מען זאל קומען צום קאממענד צעטנער?

וואס הייסט? שומרים בעט זיך בתחנונים אז מען דארף נאך מענטשען מיט צו אן קארס און העלפן קאווערן נאך געגנטן איבער ברוקלין

פליז זייט נישט גלייכגילטיג
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובה דורך האניג »

נו, ליין דארט, זיי שרייבן וואו מ'קען קאנטעקטן דעם קאממענד צענטער.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובה דורך ארעסטאנט »

קליקו, אויף אזאלכע מענטשן ווי דיר זאגט מען: "א שאד דו בוסט נישט דער פארלוירענער". זיי זיכער אז דעמאלטס וואלט איך געפאלגט אלע דיינע אנווייזונגען, נישט געגעבן קיין געלט, געגאנגן זוכן נאר אויף די פלעצער ווי דו הייסט וכו'. נאר וואס זאל מען טון אז דער פארלוירענער איז א קליין שעפעלע פון ניין יאר אלט, און ער האט נאך נישט אזויפיל עצות ווי דיר, האבן זיך אידן נדבנים אונטערגענומען צוצוזאגן געלט פאר ווער ס'וועט ברענגן סיי וואספארא אינפארמאציע איבער דאס קינד, און לאמיר האפן אז אויב לייבעלע געפונט זיך ביי א גוי אין קעלער איינזאם און פארלוירן, זאל דער גוי - ווען ער הערט דעם באלוינונג פרייז - אראפגיין צו זיך אין קעלער און דארט טרעפן לייבעלע גאנץ אן א פעלער.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

די באלוינונג איז דאך בכלל נישט פארן פארכאפער (אויב עפעס) עס איז בלויז אויב יענער האט חברים וואס ווייסן עפעס זאל ווערן א רייץ ביי זיי ארויסצוגעבן דעם פאברעכער פאר די פאליציי. עס איז נישט קיין געלט וואס מ'פארהאנדלט מיט די פארכאפער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

האניג האט געשריבן:נו, ליין דארט, זיי שרייבן וואו מ'קען קאנטעקטן דעם קאממענד צענטער.

מיר רעדן די זעלבע שפראך?
דו פרעגסט ווי בעט מען מען זאל קומען, ענטפער איך דיר אז די שומרים, זאגסטו מיר אז המודיע געט א נומער, אבער המודיע זאגט מען זאל "גארנישט" טוהן נאר זאגן תהלים, ב"ה אז קליקו איז די משוגענער מטורף דא אלזא לגבי קליקו ביסטו סייוי גערעכט
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובה דורך האניג »

קליקו האט געשריבן:
האניג האט געשריבן:נו, ליין דארט, זיי שרייבן וואו מ'קען קאנטעקטן דעם קאממענד צענטער.

מיר רעדן די זעלבע שפראך?
דו פרעגסט ווי בעט מען מען זאל קומען, ענטפער איך דיר אז די שומרים, זאגסטו מיר אז המודיע געט א נומער, אבער המודיע זאגט מען זאל "גארנישט" טוהן נאר זאגן תהלים, ב"ה אז קליקו איז די משוגענער מטורף דא אלזא לגבי קליקו ביסטו סייוי גערעכט

איך האב מורא מיר רעדן נישט די זעלבער שפראך. ליין איבער המודיע'ס אלערט ביטע.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובה דורך האניג »

צו כאפן דער היימישער עולם צו העלפן זוכן זאל מען צו זאגן א געשמאקער לחיים ווען מ'טרעפט אים בעז"ה...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
היפש
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2011 6:02 pm

תגובה דורך היפש »

איך בין סתם נייגעריג, איז דאס א ליגאלע פראבלעם צו לאזן א 9 יעריג קינד אליין?
היפש!!! איז פיינעלי הער... (קרעדיט יוסי גרין)
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובה דורך בשמים »

344568075.jpg
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

תגובה דורך גרויזאמער »

איך וויל בעטן די הנהלה דא א שטיקל חוצפה'דיגע בקשה, וואס איז בעצם נוגע אין יעדע אזא פאל ווען די אנגעצויגנקייט איבער א ערווארטעטע נייעס איז אויף די העכסטע שטאפלן.

מען דארף צעטיילן די נושא אין צווייען, "דיסקאסיעס ארום די גאנצע זאך", און דאן די "טרוקענע נייעס" ווי קיין שום דיסקאסיעס, דזשאוקס, איז נישט ערלויבט, ווער עס האט א נייעס, א בילד, זאל עס ארויפלייגן.

פארוואס דארף איך אריינקומען דא ווען איך ווארט צו הערן אז מען האט געטראפן דעם קינד, און ביי יעדע פרישע תגובה טראכטן "אה אפשר יעצט", ווען למעשה באגעגן איך זיך מיט טענה'רייען צו מען האט יא אדער נישט געמעגט העכערן די סכום?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובה דורך ארעסטאנט »

גם אני מצטרף לגרויזאמער. און ס'גארנישט אזא חוצפה'דיגע בקשה, ס'איז העכסט נארמאל.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

תגובה דורך גרויזאמער »

ייש"כ אריסטו.

איך וויל צולייגן אז דיסקאסיעס זענען אויך העכסט אינטערסאנט, אבער איך וועל עס ליינען מיט מער רואיגקייט, עס באלאנגט נישט אין די אנגעצויגענע אשכול.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובה דורך jkup50 »

כגרויזאמער
און נאך אסאך מער פון דעם און אזא צייט וואס מען דארף אזוי סאך רחמי שמים איז בכלל נישט קיין פאסיגע צייט פאר די קריגעריי דא
יאנקעל די פופציגער
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”