שוידערליכע פרשת "לייבי קלעצקי" אין בארא פארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

שוידערליכע פרשת "לייבי קלעצקי" אין בארא פארק

תגובהדורך ארעסטאנט » דינסטאג יולי 12, 2011 5:04 am

מיט געמישטע געפילן עפן איך דעם אשכול אצינד האלב פינעווע דינסטאג פארטאגס, נאכן זיך אומקערן פון די זוך אקציע אין בארא פארק נאך הילד יהודה בן אסתר קלעצקי.

פון איין זייט איז דער ווייטאג און פיין, דער אנגסט און שרעק אומבאשרייבליך. פון די אנדערע זייט שטעלט זיך ווידעראמאל ארויס דער מי כעמך כישראל מיטן גאנצן פראכט.

די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן היינט מיטאג ווען דער קינד האט געברויכט זיך טרעפן מיט די מאמע אויף א באשטימע ארט, אבער איז נישט אנגעקומען. נאך א שטיק צייט האט די מאמע גערופן די חברה שומרים וועלכע האבן איבערגענומען די זוך אקציע מיט גרויס פארזיכטיקייט און געניטשאפט. אפאר שעה זענען פארביי, און קיין שפיר פונעם קינד איז נישטא האבן די חברת שומרים אויפגעשטעלט א מעכטיגער קאמענד סענטער אויף די פופצענטע גאס, און געבעטן ווער עס קען זאל קומען העלפן מיט די זוך אקציע.

דער אויג האט זיך נישט גענוג געקענט זעטיגן פון דעם בילד וואס האט זיך אנטפלעקט; הונדערטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, אינג און אלט האבן זיך אנגעשלאסן מיט א מסירת נפש אין די זוך אקציע, טראץ די אומבאנומענע שווערע היצן און גאר קלעבעדיגער וועטער.

פון דעם קאמענד סענטער זענען צוגעטיילט געווארן מיסיע'ס פאר אלע וואס האבן זיך פרייוויליג געמאלדן אז זיי ווילן העלפן מיט די אקציע, און יעצט 4 אזייגער איז נאך דער גאס שווארץ מיט אידן וואס קומען און גייען, פרובירן צו העלפן מיט וואס אימער. דער קערט זיך צוריק פון די גאס וואס מ'האט אים צוגעטיילט צו זוכן, א אנדערער דרייט זיך ארום מיט צעטליך וואס זענען אויסגעגעבן געווארן צו הענגן אין אלע בתי מדרשים און אידישע צענטערן מיט א בילד פונעם קינד, א דריטער שטייט סתם אויף די גאס און געבט איבער פאר די נייגעריגע זיין מיינוג און אפשאצונג אויפן קריזיס (אויך א חסד אונטער די דאזיגע אומשטענדן פון אומוואוסענשאפט און נעפל פון אינפארמאציע..). אין איין ווארט: יעדער העלפט! פארוואס? ווייל א אידיש קינד איז פארלוירן געגאנגן, און מיר אידן זענען אנטשלאסן אים צו טרעפן!

הוי רבוש"ע! איך ווייס דו האסט א נחת רוח צו זען וויאזוי דיינע קינדער האבן זיך ליעב איינער די צווייטע, און מ'העלפט זיך ארויס אין פאל פון נויט. איך זאג דיר אבער אז ס'גענוג! יעדער ווייסט דאס שוין און זעט דאס מיט די פליישיגע אויגן, טא זיי אזוי גוט און ברענג אפיר דעם קינד צו זיינע עלטערן, ושבו בנים לגבולם.

אקעי, איך בין אינגאנצן פארפארן פונעם נושא. בעק טו יו צייטליך לייוו אויף צענע, ביטע האלט אונז געשפאנט מיט די כסדר'דיגע באריכטן.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

תגובהדורך זיידענע בעקיטשע » דינסטאג יולי 12, 2011 5:07 am

ווייסט מען שוין מער פרטים?
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דינסטאג יולי 12, 2011 5:14 am

ניין ליידער. יעצט באקומען א מעסעדזש אז די זוך אקציע האט זיך אין די מינוטן קאנצעטרירט אויף די 44'ציגסטע גאס, צווישן 12 און 13, וואו מען וועט אונטערזיכן הייזער, דעכער, עלעוועיטאר'ס, בעקיארד'ס און גארטן'ס.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

יודא בן יוטא אסתר

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג יולי 12, 2011 5:48 am

וואס איז די נאמען פונעם טאטען?
קרייז?
זאל שוין דער באשעפער צוזען די געטריישאפט פון זיינע טייערע קינדער'לעך און עס זאל זיין א לימוד זכות פאר אונז אז דער רבוש"ע זאל אונז שוין אויך אויפזוכן און אהיימנעמען לציון ברננה בב"א
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » דינסטאג יולי 12, 2011 8:10 am

דאס ניין יעריג אינגל לייבי קרעצקי לערנט אין די ביאנע חדר, ער האט זיך אפגעשמוסט זיך צו טרעפן מיט זיין מאמע נאך דעי קעמפ, אבער ער איז נישט אנגעקומען.
ביטע זייט מתפלל פאר יהודה בן אסתר
צוגעלייגטע
post.jpg

אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

תגובהדורך חלפתא » דינסטאג יולי 12, 2011 9:24 am

די פאליציי האט געמאלדן אז ער איז דאס לעצטע מאהל געזעהן געווארן נעכטן אום 17:23
על סמך די פאלגענדע ווידאו
http://***********/watch?v=GHI8X9O7 ... r_embedded

ישעי
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2011 10:52 am

תגובהדורך ישעי » דינסטאג יולי 12, 2011 9:28 am

דאס ווידאו מאכט זיך עפעס נישט אויף, קען איינער ארויף לייגן א קליפ ווי מען זיכט דאס פארלוירן קינד.

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יולי 12, 2011 9:29 am

זעהט אויס אז די פאליציי פארמאגן ספעציעלע אויגן עהם צו קענען אינדעפיצירן, ווייל עס איז מורא'דיג אומקלאר.

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יולי 12, 2011 9:30 am

ישעי האט געשריבן:דאס ווידאו מאכט זיך עפעס נישט אויף, קען איינער ארויף לייגן א קליפ ווי מען זיכט דאס פארלוירן קינד.

אנשטאט די שטערנדלעך ברויך מען אריינלייגן אנדערע ווערטער, עפעס אזוי ווי "יום טוב".

ישעי
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2011 10:52 am

תגובהדורך ישעי » דינסטאג יולי 12, 2011 9:31 am

ווי אזוי מאך איך עס.
און ווי האלט יעצט דאס זיכעריי?

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » דינסטאג יולי 12, 2011 10:24 am

עסעמבלי מען דוב הייקינד זאגט צו געבן 5 אלפים פאר דער וואס וועט ברענגען אינפארמעישאן וועגען דאס קינד
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » דינסטאג יולי 12, 2011 10:32 am

א קידוש השם אין די מידיא
http://newyork.cbslocal.com/2011/07/12/ ... y-kletzky/
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דינסטאג יולי 12, 2011 10:37 am

שמעקט ווי א קידנעפינג

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יולי 12, 2011 10:43 am

יישר כח ארעסטאנט פארן עפענען דעם אשכול און פאר דיין שיינע באשרייבונג. ס'איז אמת פון ביידע זייטן. די אלע דמיונות און חלומות וואס קומען און געדאנק ווען מ'זעהט ווי עס ריקט זיך א שעה נאך א שעה און דאס קינד ווערט נישט אפגעפינען. עס ווערט טינקל, ס'פאלט צו דער נאכט אבער נאך אלץ נישט. פון ניין אזייגער ווערט צוועלף אזייגער, איינס אזייגער, צוויי אזייגער, און די געמיטער ווערן מער און מער אנגעצויגן. דאס שרעק און אגענסט וואס נעמט יעדעם ארום איז אומבאשרייבליך.

ווידער פון די אנדערע זייט זעהט מען וואס עס מיינט די אידישע פאלק! די ניו יארקער פאליציי האט א עמטליכע פאליסי אז זיי הייבן אן זיכן נאר נאך 24 שעה וואס דאס קינד איז באריכטעט אלץ "פארלוירן". אנדערש איז עס איז דא ווי נאך עטליכע שעה איז שוין חברה שומרים געשטאנען אויפגעשטעלט מיט א פולקאם אויסשטאפירטע קאמענד צענטער מיט הונדערטער וואלאנטירן גרייט. פארשטייט זיך אז מיט די דריק פון די היימישע בארא פארק האט די פאליציי שוין אונטערגענומען נעכטן נאכט שריט און זיי נעמען העפטיג אנטייל אין די באמיאונגען אים צו טרעפן.

ווי עס האט זיך היינט אויסגעדריקט א CBS רעפארטער אויף איר פעיסבוק סטאטוס: "איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אזעלעכע קומיונעטי באמיאונגען צו טרעפן א פארלוירענע קינד". אין איר לשון: I’ve never seen such a community effort to find a missing child. א קידוש השם!

די אפדעיט'ס דערווייל זענען... גארנישט. דאס קינד איז דאס לעצטע מאל געזעהן געווארן אויף די ווידיאו פון חדר. פון דארט און ווייטער זענען זיינע שפירן פארלוירן געגאנגען. א ווידיאו פון א געשעפט אויף 13טע עוו וועלעכע האט אויסגעקוקט ווי מ'זעהט דאס קינד דורכגיין איז פעסגעשטעלט געווארן דורך די עלטערען אלץ נישט זייער קינד לייבי. א זעקל מיט שווים וועש אויף דרייצענטע עוו איז פעסגעשטעלט געווארן דורך די פאליציי אז דאס באלאנגט נישט פאר דעם פארלוירענעם קינד.

די חברת שומרים פון די געגענטער פון בארא פארק, פלעטבוש און וויליאמסבורג ארבייטן האנט-ביי-האנט מיט די ניו יארקער פאליציי דעפט. מיט די הילף פון שמעק הונט און העליקאפטער'ס אין די לופט.

עטליכע מיני ווען'ס מיט הויכהילכער'ס אויפן דאך קארסירן דורכאויס די גאסן פון בארא פארק זינט די פריע פארטאגס שטונדען צו מעלדן פארן עולם איבער דעם פארלוירענעם קינד און בעטן פאר הילף.

יעצט אינדערפרי האט אסעמבלימאן דוב הייקינד געאפפערט $5000 פאר די וואס וועלן ברענגען אינפארמאציע וואס וועט פירן צו טרעפן דאס קינד. "איינער האט עפעס געמוזט זעהן" זאגט הייקינד "אפילו דאס קלענסטע שטיקל אינפארמאציע וואס קוקט נישט אויס אינטערסאנט קען זיין א וויכטיג שטיקל אינפארמאציע".

כלל ישראל איז ווייטער מתפלל צו טרעפן דאס פארלוירן ניין יעריג אינגעלע לייבי קלעצקי זיכערערהייט.


צייטליך פאר ק.נ.א. לעבעדיג פון די קאמענד צענטער. פופצן אין זיבן און פופציג'סטע גאס אין בארא פארק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דינסטאג יולי 12, 2011 10:54 am

אפגעמיטשעט, סאהיצן, נו ב"ה מקען עטוואס צוהעלפן, זאל שוין די אייבישטער טרעפן זיין פארלוירן קינד אויך אינאיינעם

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » דינסטאג יולי 12, 2011 11:06 am

@NYCGreenfield I gave my staff the day off to help search for the missing 9 year old Boro Park boy. If you can help please go to 15th Ave & 57th St #BPboy
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דינסטאג יולי 12, 2011 11:18 am

A asken now offers additional $10,000 reward for leading info on missing #BPboy Liby Kletzky, Search extended into Flatbush

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » דינסטאג יולי 12, 2011 11:22 am

search for kid in brooklyn
צוגעלייגטע
search1.jpg
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » דינסטאג יולי 12, 2011 11:22 am

search for kid in brooklyn
צוגעלייגטע
bssp2.jpg
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » דינסטאג יולי 12, 2011 11:23 am

search for kid in brooklyn
צוגעלייגטע
bssp3.jpg
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » דינסטאג יולי 12, 2011 11:23 am

search for kid in brooklyn
צוגעלייגטע
bssp5.jpg
bssp4.jpg
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » דינסטאג יולי 12, 2011 11:25 am

search for kid in brooklyn
צוגעלייגטע
bssp7.jpg
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דינסטאג יולי 12, 2011 11:27 am

More volunteers needed. Go to 15 & 57. Remember to drink a lot of water. #BPBoy

א יעדער האט א חבר, איינער וואס ער קען וואס מקען אים איבערוועגן צו גיין העלפן, די קידוש השם איז זייער גרויס, אבער מדארף נאך אסאך העלף, ביטע נעמט די קוראזש און פרעגט אייער באקאנטע צו זיי זענען שוין געגאנגען העלפן, סאיז טאקע הייס אינדרויסן אבער ווער סקען איז א חיוב רמיא צו גיין העלפן.

איך האב גערעדט צו אפאר חברים, זיי האבן געהערט די מעשה אבער זיי כאפן נישט אז זיי פעהלן אויס גאר וויכטיג, זיי וועלן אי"ה גיין. איעדע ביסל העלפט.
לעצט פאראכטן דורך קליקו אום דינסטאג יולי 12, 2011 11:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דינסטאג יולי 12, 2011 11:28 am

$25000 Reward Offered 4 info Leading To Safe Return of 9 Year Old Leiby Kletzky. If u have info PD: 718-851-5641 Shmrm: 718-871-6666 #BPboy

די אמת איז אז ווער פון די היימישע ציבור וועט נישט זוכן אן דעם, סמער געמאכט פאר די גוישע מידיא מסתמא

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דינסטאג יולי 12, 2011 11:32 am

http://twitter.com/#!/MissingBPBoy

MissingBPBoy Leibby Kletzky
NYPD says its could be its a Hostage from a goi the have a fight with the child's father they just start investigate it. #BPBoy
4 minutes ago


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zwe, אויפן שפיץ גאפל, אץ קוצץ, בעריש'ל, גראסערי מאן, גראף פאטאצקי, ישראל_הלוי, מאנסי שטופער, מענטשאלע, קאפ און אקסל און 73 געסט