ר' מרדכי יצחק סאמעט שרייבט נייעס פון תפיסה
געשריבן: מיטוואך יולי 06, 2011 5:44 pm
קודם כל א שטיקעלע הקדמה.
היינטיגע צייטן פארמאגט שוין נישט קיין בריוו א גרויסע מאס חשיבות, קודם כל ווייל מ'שרייבט שוין נישט היינט, אלעס איז דאך אינסטענט, ועוד שרייבעריי בעצם האט פארלוירן זיין אמאליגע חשיבות.
אבער דא האב איך געטראפן א בריוו וואס אפי' ס'איז געשריבן געווארן אפאר טאג צוריק, איז דאס אן היסטארישע, אינטרעסאנטע, און עמאציניאלע בריוו. דאס איז א בריוו געשריבן געווארן פון תפיסה, ווי יעדעס ווארט דארט איז געמאסטן, כמעט פון די איינציגסטע אופנים וואס מ'האט א פארקער מיטן דרויסענדיגן וועלט, געשריבן געווארן אזוי אידישליך און אזוי הארציג, טאקע וועגן דעם האט דאס געכאפט מיין הארץ.
איין זאך וואס מ'זעט אינעם בריוו, ווי פייערליך ס'ווערט אויפגענומען דארט יעדער בשורה, וואס וועט זיי ארויסנעמען פונעם רוטינען סדר, אזש צוויי גאנצע חדשים רעדט מען נאר פון דעם, דאס דארף זיין א מוסר השכל פאר אינץ, אז מ'דארף די אידן גיין באזוכען, און מחזק זיין ווי ווייט ס'איז מעגליך.
און צום סוף, וויל איך פשוט ארויס ברענגען מיין קנאת סופרים, צו דעם רבי'ן, וואס געהאט די זכיה מחיה צו זיין אזויפיל צובראכענע אידן, אויסהערן יעדן איינעם פערזענליך און זיי מחזק זיין אז אזוי ווייט אז ער דריקט זיך אויס אין בריוו:
This day, Chof Zayin Sivan - all of us will remember this for the rest of our lives, and tell our children about this day and the blessings we receive
זאל די אייבירשטער העלפען אינץ זאל מיר אויך האבן די זכיה, צו קענן טון אזעלכע גמילות חסדים, וואס מ'קען אפי' אנרופן חסד של אמת.
איך האב עס פראבירט איבערצוטייטשן אויף אידיש ווי ווייט מעגליך, איך האף ס'האט נישט פארלוירן דעם טעם...........
פון: סאמעט מרדכי
נושא: גאר גיטע נייעס – די גרויסע רבי פון סאטמאר [מהרי"י] היינט אין פארט דיקס (תפיסה ווי ר מרדכי יצחק, און נאך אסאך אידן ווערן געהאלטן, צ.ד.ז.)
בס"ד היינט, יום רביעי – כ"ז סיון תשע"א
פאר בערך צווי חדשים גייט אן די צו'גרייט'ונגן פאר דעם טאג. עסקנים האבן מסדר געווען אלע נויטיגע ענינים פאר די אפיצעילע וויזיט פון די סאטמאר'ע רבי צו קענען וויזיטן די אידישע געמיינדע דא אין פארט דיקס . און ס'איז אויסגעקליבן געווארן דעם היינטיגן טאג פאר דעם וויזיט. די לעצטע שבת, זענען די גאנצע אידישע געמיינדע דא אפיציעל איינגמאלדן געווארן, אז דער גרויסער סאטמאר'ע רבי וועט קומען אויף א וויזיט און געבן חיזוק פאר אלע אידן דא אין פארט דיקס. מיט גרויס שמחה און איבעראשנוג איז אויפגענומען געווארן די גרויסע נייעס (לשונו הזהב של ר' מרדכי יצחק) יעדער איינער איז איבערגענומען געווארן מיט האפענונג און געפרעגט ווען און ווי אזוי דאס וועט זיך אויסשטעלן. פונעם טשאפלעין'ס אפיס, איז געמאלדן געווארן אז יעדער איינער וואס דארף טון ארבייט (צוגעטיילט פון די טורמע איינגעשטעלטע צ.ד.ז.) וועט באקומען א פטור כדי צו קענען קומען צו די טשאפעל און זיין צוגעגרייט מקבל פנים צו זיין די גרויסע רבי פון סאטמאר.
דורך אויס די גאנצע וואך, זענען אלע קופקעס פארנומען געווען מיטן דורך שמועסן ווי אזוי די רבי וועט קומען, מ'האט געמאכט פלענער וועגן די אלע הכנות (וועד המכינה צ.ד.ז.) און וואס מ'זאל טון מ'זאל איהם אויפנעמען כראוי וכיאות. דורך אויס דעם וואך האבן מיר צוגעגרייט ספעיציעלע טאוולען (סיין'ס צ.ד.ז.) צו מקבל פנים זיין די רבי מיט זיינע געסט. די טשאפעל האט מען אויסגערוימט און מסדר געווען, אזוי ווי מ'וואלט ווען געטוהן פאר גרויסע פארשטייערס פון וואשינגטאן זאלן קומען (זעט אויס אז ס'איז דא אזאנס אין תפיסה צ.ד.ז.) (למעשה איז אויסגעקומען אז בשעת'ן אויסרוימען האבן זיי אוועק גענומען אסאך זאכן וואס אינץ האבן מיר געדארפט - וויל בשעתן אויפרוימען האבן זיי געטראפן זאכן און געזאגט אז דאס האט נישט געזאלט דא זיין). דורכן אויס דעם גאנצן וואך האבן זיי געקלינט ביזן היינטיגן צופרי. היינט צופרי נאך תפילת שחרית, וואס אינץ האבן מיר גענדיגט בערך ניין אזייגער, האבן מיר אנגעפאנגן צוצוגרייטן אלע טישן- ברענגענדיג אלע טישן צו דעם גרויסע טשאפל שטוב (וואס היינט האט עס באקומען א נאמען ביי אונץ "היכל השולחנות" (געווענליך האבן די אידישע איינווינער א ספעיצעילע שטוב צום ניצען מיט אן ארון קודש א.ד.ג. אבער וועגן דעם גרויסען אווענט זענען מיר געגאנגן צו דעם גרויסן טשאפל און צוגעגרייט דארט)) אינץ האבן מיר אנגעגרייט אלע טישן און דעם גרויסען (לשון ר' מ.י.) שטוב, און געלייגט טישטיכער, און אויפגעהאנגען דעם סיין, און אויסגעשטעלט א ספעיציעלן "שטוב" פאר די רבי שליט"א אויף צונעמען יעדן יעדן איינעם אלס א יחודית שטוב (לשון ר' מ.י.) און מ'האט אנגעגרייט א פילע טיש פיל מיט סנעקס און גיטע זאכן פאר די גאנצן עולם.
און בערך 12 אזייגער, האט זיך שוין די גאנצע געמיינדע אנגפאנגן זיך צוזאם צוקומען אינעם טשאפל, רענדנדיג וועגן דעם ערווארטענדיגע מעמד, און העלפן צוגרייטן, און סתם אפצוווארטן און זען ווי די רבי קומט צו גיין, אזוי אז מ'זאל קענען כאפן פון איהם ברכות. אזוי ווי די עולם האט זיך אנגעפאנגן צוזאם צוקומען, האט מען געזען אז ס'איז נישט דא גענוג טישן, האט מען געברענג נאך טישן צו מאכן א גרעסערן טיש. און בערך 1 אזייגער האבן אינץ באקומען די ידיעה אז די רבי איז אויפן וועג (עי' ערך כ"א כסליו... צ.ד.ז.) און ביז אפאר מינוט וועט ער דא זיין, און אזוי איז טאקע געווען און בערך 1:10 האט שוין די רבי שפאצירט אונעם קאמפאנד (שטח התפיסה), קומענדינג נענטער צום טשאפל און אונז שטייען מיר און קוק מיר ווי אזוי די רבי קומט אן דורכ'ן פענסטער פונעם טשאפל. אונז זענען געשטאנען ביים פענסטער און געקוקט ביז ער איז אנגעקומען צום טיר פון דעם טשאפעל בילדינוג.
ווי נאר די רבי איז אריין געקומען אינעם בילדינוג, האבן אינץ מקבל פנים געווען די רבי שליט"א און איהם געוויזן אינזער בית המדרש. די רבי שליט"א איז מיטגעקומען מיט געסט – ראביי נידערמאן, רבי שמואל טייטעלבוים (די רבי שליט"א'ס גבאי), רבי אלימלך ווייס, און רעביי קליין. אזוי ווי יעדער איינער איז אנגעקומען, זענען זיי אריין געגאנגן אינעם טשאפלעין'ס אפיס פאר אפאר מינוט.
די רבי שליט"א מיט די געסט זענען אריין אינעם היכל השלחנות. די גאנצע עולם האט מקבל פנים געווען די רבי מיט די געסט. בעפאר די רבי האט זיך אראפ געזעצט האט ער זיכער געמאכט ארומצוגיין און געבן שלום פאר יעדן איינעם, און יעדער איינער האט איהם צוריק געגבן שלום מיט א שמייכעל בסבר פנים יפות. און נאכדעם וואס די רבי האט זיכער געמאכט אז ער האט געגעבן שלום פאר יעדן איינעם, האט ער זיך אראפ געזעצט אויפ'ן אויבן אן טיש צוזאמען מיט די געסט. און דערנאך האט זיך די גאנצע עולם זיך אראפ געזעצט צו די טישן. און אינץ האבן מיר מכבד געווען רבי נידערמאן צו עפענען די מעמד.
רבי נידערמאן האט זיך אויפגעשטעלט, און געגעבן א ווארעמען ברוכים הבאים דרשה פארן גאנצן עולם. ער האט געגעבן ווארימע דברי חיזוק פון וואס די גענצער עולם איז געווארן זייער איבער גענומען הערנדינג זיין דברי חיזוק, אזוי ווי ער האט גענדיגט, האט די גרויסע רבי אנגעוויטשען זיינע ברכות און געזאגט אפאר ווערטער פון דברי חיזוק. די רבי מיט הרב נידערמאן האבן ארויסגעברענגט אז זיי זענען מיט אינץ, און זיי וועלן קיינמאל נישט פארגעסן פון אינץ, און זיי זענען איביג גרייט אינץ ארויס צוהעלפען מיט וואס זיי קענען נאר – ביידע סיי דא און סיי ווען אינץ וועל מיר בעזה"ש זיין אינדרויסן. און זיי האבן געגעבן זייערע ברכות אז אינץ זאלן שוין גאר בקרוב זיין באפרייט מיט א גאנצע ישועה.
אזוי ווי אינץ האבן געפארטיגט, האט דער גרויסער רבי געגעבן לחיים וואס איז מיטגעקומען מיט א כללות'דיגע ברכה, און נאכדעם נאכאמאל געווינטשן יעדן איינעם. און בערך 2 אזייגער, האט זיך גענדיגט די צוזאמקום פארן פובליקום, און די רבי איז אריין אין זיין פרייוואטע "שטוב", אויפצונעמען דעם עולם פאר יחודית אנצווינטשען ברכות. יעדער איינער דא איז איז אריין צום רבי'ן שליט"א פרייוואט, און יעדער איינער איז געווען אויף געלייגט און צופרידן. און יעדער איינער איז געווארן איבערגענומען און וועט קיינמאל נישט פארגעסן דעם מאמענט ווען ווען זיי זענען געזיצן מיט'ן רבי'ן פרייוואט. דאס איז געווען אן היסטארישען פאסירונג פאר יעדן פון אינץ, דא, היינט.
און דער זעלבער צייט וואס דער גרויסער רבי האט אויפגענומען דעם עולם פרייואט, האט הרב נידערמאן אויך זיך דורך גערעדט מיט יעדן איינעם, נעמענדיג זייער אינפארמאציע, זיכענדיג צו העלפען יעדער איינציגער פערזאן מיט וואס אלס ס'מעגליך. אזוי אויך די אנדערע רבנים האבן אויך גערעדט מיט יעדן איינעם, און אויסגעהערט יעדן איינעם'ס קול איבער יעדע אישו וואס זיי האבן געוואלט ארויפברענגן – שטארקענדיג און זייענדיג מחזק יעדן איינעם.
די AW Sutherland (??? צ.ד.ז.) איז אנגעקומען אינמיטן פונעם מעמד, און די רבי האט זיך אינטער געהויבן און איהם באגריסט פאר די אלע גיטע זאכן וואס ער טוט דא פאר די גאנצע אידישע געמיינדע, און אויך באדאנקט די אלע טשאפלעין'ס פאר אלעם וואס זיי טוהן פאר אינץ דורך'ן גאנטצ'ן קלייכדיגן יאר. די גרויסע רבי האט זיי אנגעווינטשן , און צוגעשטיפט זיי זאלן טוהן נאך און נאך פאר אינץ.
דעם טאג, כ"ף זיי"ן סיון- וועלן אלע פון אינץ געדענקען פאר אינזער גאנצער לעבן, און פארציילן פאר אינזערע קינדער איבער דעם טאג און די ברכות וואס אינץ האבן באקומען. יעדער איינער האט זיך באדאנק'ט און געוויטשען די גרויסער רבי פאר זיין גוטסקייט קומענדיג אונץ באזיכען און אינץ אנווינטשן. און אינץ אלע האפן מיר או ווארטן צו זען, אז אלע זיינע ברכות זאלן ערפילט ווערן און אינץ זאל מיר זען די ישועה פאר גאנץ כלל ישראל מיט משיח און גיכען. (לשון ר' מ.י.)
די דארפסט מיך מוחל זיי אז דאס איז דעשריבן געווארן אין א שנעלקייט, ווייל די קאמפיוטער גייט אראפ, און איך וויל היינט פארטיגן, מיט דעם אלעם מער דעטאלן וועלן קומען שפעטער.