ר' מרדכי יצחק סאמעט שרייבט נייעס פון תפיסה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: צייטליך, אחראי, געלעגער

ר' מרדכי יצחק סאמעט שרייבט נייעס פון תפיסה

הודעהדורך צו די זאך » מיטוואך יולי 06, 2011 4:44 pm

קודם כל א שטיקעלע הקדמה.

היינטיגע צייטן פארמאגט שוין נישט קיין בריוו א גרויסע מאס חשיבות, קודם כל ווייל מ'שרייבט שוין נישט היינט, אלעס איז דאך אינסטענט, ועוד שרייבעריי בעצם האט פארלוירן זיין אמאליגע חשיבות.

אבער דא האב איך געטראפן א בריוו וואס אפי' ס'איז געשריבן געווארן אפאר טאג צוריק, איז דאס אן היסטארישע, אינטרעסאנטע, און עמאציניאלע בריוו. דאס איז א בריוו געשריבן געווארן פון תפיסה, ווי יעדעס ווארט דארט איז געמאסטן, כמעט פון די איינציגסטע אופנים וואס מ'האט א פארקער מיטן דרויסענדיגן וועלט, געשריבן געווארן אזוי אידישליך און אזוי הארציג, טאקע וועגן דעם האט דאס געכאפט מיין הארץ.

איין זאך וואס מ'זעט אינעם בריוו, ווי פייערליך ס'ווערט אויפגענומען דארט יעדער בשורה, וואס וועט זיי ארויסנעמען פונעם רוטינען סדר, אזש צוויי גאנצע חדשים רעדט מען נאר פון דעם, דאס דארף זיין א מוסר השכל פאר אינץ, אז מ'דארף די אידן גיין באזוכען, און מחזק זיין ווי ווייט ס'איז מעגליך.

און צום סוף, וויל איך פשוט ארויס ברענגען מיין קנאת סופרים, צו דעם רבי'ן, וואס געהאט די זכיה מחיה צו זיין אזויפיל צובראכענע אידן, אויסהערן יעדן איינעם פערזענליך און זיי מחזק זיין אז אזוי ווייט אז ער דריקט זיך אויס אין בריוו:
This day, Chof Zayin Sivan - all of us will remember this for the rest of our lives, and tell our children about this day and the blessings we receive




זאל די אייבירשטער העלפען אינץ זאל מיר אויך האבן די זכיה, צו קענן טון אזעלכע גמילות חסדים, וואס מ'קען אפי' אנרופן חסד של אמת.


FORT DIX.pdf
בריוו פון תפיסה
(126.24 KiB) געדאון לאודעד 726 מאל



איך האב עס פראבירט איבערצוטייטשן אויף אידיש ווי ווייט מעגליך, איך האף ס'האט נישט פארלוירן דעם טעם...........

פון: סאמעט מרדכי

נושא: גאר גיטע נייעס – די גרויסע רבי פון סאטמאר [מהרי"י] היינט אין פארט דיקס (תפיסה ווי ר מרדכי יצחק, און נאך אסאך אידן ווערן געהאלטן, צ.ד.ז.)

בס"ד היינט, יום רביעי – כ"ז סיון תשע"א

פאר בערך צווי חדשים גייט אן די צו'גרייט'ונגן פאר דעם טאג. עסקנים האבן מסדר געווען אלע נויטיגע ענינים פאר די אפיצעילע וויזיט פון די סאטמאר'ע רבי צו קענען וויזיטן די אידישע געמיינדע דא אין פארט דיקס . און ס'איז אויסגעקליבן געווארן דעם היינטיגן טאג פאר דעם וויזיט. די לעצטע שבת, זענען די גאנצע אידישע געמיינדע דא אפיציעל איינגמאלדן געווארן, אז דער גרויסער סאטמאר'ע רבי וועט קומען אויף א וויזיט און געבן חיזוק פאר אלע אידן דא אין פארט דיקס. מיט גרויס שמחה און איבעראשנוג איז אויפגענומען געווארן די גרויסע נייעס (לשונו הזהב של ר' מרדכי יצחק) יעדער איינער איז איבערגענומען געווארן מיט האפענונג און געפרעגט ווען און ווי אזוי דאס וועט זיך אויסשטעלן. פונעם טשאפלעין'ס אפיס, איז געמאלדן געווארן אז יעדער איינער וואס דארף טון ארבייט (צוגעטיילט פון די טורמע איינגעשטעלטע צ.ד.ז.) וועט באקומען א פטור כדי צו קענען קומען צו די טשאפעל און זיין צוגעגרייט מקבל פנים צו זיין די גרויסע רבי פון סאטמאר.

דורך אויס די גאנצע וואך, זענען אלע קופקעס פארנומען געווען מיטן דורך שמועסן ווי אזוי די רבי וועט קומען, מ'האט געמאכט פלענער וועגן די אלע הכנות (וועד המכינה צ.ד.ז.) און וואס מ'זאל טון מ'זאל איהם אויפנעמען כראוי וכיאות. דורך אויס דעם וואך האבן מיר צוגעגרייט ספעיציעלע טאוולען (סיין'ס צ.ד.ז.) צו מקבל פנים זיין די רבי מיט זיינע געסט. די טשאפעל האט מען אויסגערוימט און מסדר געווען, אזוי ווי מ'וואלט ווען געטוהן פאר גרויסע פארשטייערס פון וואשינגטאן זאלן קומען (זעט אויס אז ס'איז דא אזאנס אין תפיסה צ.ד.ז.) (למעשה איז אויסגעקומען אז בשעת'ן אויסרוימען האבן זיי אוועק גענומען אסאך זאכן וואס אינץ האבן מיר געדארפט - וויל בשעתן אויפרוימען האבן זיי געטראפן זאכן און געזאגט אז דאס האט נישט געזאלט דא זיין). דורכן אויס דעם גאנצן וואך האבן זיי געקלינט ביזן היינטיגן צופרי. היינט צופרי נאך תפילת שחרית, וואס אינץ האבן מיר גענדיגט בערך ניין אזייגער, האבן מיר אנגעפאנגן צוצוגרייטן אלע טישן- ברענגענדיג אלע טישן צו דעם גרויסע טשאפל שטוב (וואס היינט האט עס באקומען א נאמען ביי אונץ "היכל השולחנות" (געווענליך האבן די אידישע איינווינער א ספעיצעילע שטוב צום ניצען מיט אן ארון קודש א.ד.ג. אבער וועגן דעם גרויסען אווענט זענען מיר געגאנגן צו דעם גרויסן טשאפל און צוגעגרייט דארט)) אינץ האבן מיר אנגעגרייט אלע טישן און דעם גרויסען (לשון ר' מ.י.) שטוב, און געלייגט טישטיכער, און אויפגעהאנגען דעם סיין, און אויסגעשטעלט א ספעיציעלן "שטוב" פאר די רבי שליט"א אויף צונעמען יעדן יעדן איינעם אלס א יחודית שטוב (לשון ר' מ.י.) און מ'האט אנגעגרייט א פילע טיש פיל מיט סנעקס און גיטע זאכן פאר די גאנצן עולם.

און בערך 12 אזייגער, האט זיך שוין די גאנצע געמיינדע אנגפאנגן זיך צוזאם צוקומען אינעם טשאפל, רענדנדיג וועגן דעם ערווארטענדיגע מעמד, און העלפן צוגרייטן, און סתם אפצוווארטן און זען ווי די רבי קומט צו גיין, אזוי אז מ'זאל קענען כאפן פון איהם ברכות. אזוי ווי די עולם האט זיך אנגעפאנגן צוזאם צוקומען, האט מען געזען אז ס'איז נישט דא גענוג טישן, האט מען געברענג נאך טישן צו מאכן א גרעסערן טיש. און בערך 1 אזייגער האבן אינץ באקומען די ידיעה אז די רבי איז אויפן וועג (עי' ערך כ"א כסליו... צ.ד.ז.) און ביז אפאר מינוט וועט ער דא זיין, און אזוי איז טאקע געווען און בערך 1:10 האט שוין די רבי שפאצירט אונעם קאמפאנד (שטח התפיסה), קומענדינג נענטער צום טשאפל און אונז שטייען מיר און קוק מיר ווי אזוי די רבי קומט אן דורכ'ן פענסטער פונעם טשאפל. אונז זענען געשטאנען ביים פענסטער און געקוקט ביז ער איז אנגעקומען צום טיר פון דעם טשאפעל בילדינוג.


ווי נאר די רבי איז אריין געקומען אינעם בילדינוג, האבן אינץ מקבל פנים געווען די רבי שליט"א און איהם געוויזן אינזער בית המדרש. די רבי שליט"א איז מיטגעקומען מיט געסט – ראביי נידערמאן, רבי שמואל טייטעלבוים (די רבי שליט"א'ס גבאי), רבי אלימלך ווייס, און רעביי קליין. אזוי ווי יעדער איינער איז אנגעקומען, זענען זיי אריין געגאנגן אינעם טשאפלעין'ס אפיס פאר אפאר מינוט.

די רבי שליט"א מיט די געסט זענען אריין אינעם היכל השלחנות. די גאנצע עולם האט מקבל פנים געווען די רבי מיט די געסט. בעפאר די רבי האט זיך אראפ געזעצט האט ער זיכער געמאכט ארומצוגיין און געבן שלום פאר יעדן איינעם, און יעדער איינער האט איהם צוריק געגבן שלום מיט א שמייכעל בסבר פנים יפות. און נאכדעם וואס די רבי האט זיכער געמאכט אז ער האט געגעבן שלום פאר יעדן איינעם, האט ער זיך אראפ געזעצט אויפ'ן אויבן אן טיש צוזאמען מיט די געסט. און דערנאך האט זיך די גאנצע עולם זיך אראפ געזעצט צו די טישן. און אינץ האבן מיר מכבד געווען רבי נידערמאן צו עפענען די מעמד.


רבי נידערמאן האט זיך אויפגעשטעלט, און געגעבן א ווארעמען ברוכים הבאים דרשה פארן גאנצן עולם. ער האט געגעבן ווארימע דברי חיזוק פון וואס די גענצער עולם איז געווארן זייער איבער גענומען הערנדינג זיין דברי חיזוק, אזוי ווי ער האט גענדיגט, האט די גרויסע רבי אנגעוויטשען זיינע ברכות און געזאגט אפאר ווערטער פון דברי חיזוק. די רבי מיט הרב נידערמאן האבן ארויסגעברענגט אז זיי זענען מיט אינץ, און זיי וועלן קיינמאל נישט פארגעסן פון אינץ, און זיי זענען איביג גרייט אינץ ארויס צוהעלפען מיט וואס זיי קענען נאר – ביידע סיי דא און סיי ווען אינץ וועל מיר בעזה"ש זיין אינדרויסן. און זיי האבן געגעבן זייערע ברכות אז אינץ זאלן שוין גאר בקרוב זיין באפרייט מיט א גאנצע ישועה.


אזוי ווי אינץ האבן געפארטיגט, האט דער גרויסער רבי געגעבן לחיים וואס איז מיטגעקומען מיט א כללות'דיגע ברכה, און נאכדעם נאכאמאל געווינטשן יעדן איינעם. און בערך 2 אזייגער, האט זיך גענדיגט די צוזאמקום פארן פובליקום, און די רבי איז אריין אין זיין פרייוואטע "שטוב", אויפצונעמען דעם עולם פאר יחודית אנצווינטשען ברכות. יעדער איינער דא איז איז אריין צום רבי'ן שליט"א פרייוואט, און יעדער איינער איז געווען אויף געלייגט און צופרידן. און יעדער איינער איז געווארן איבערגענומען און וועט קיינמאל נישט פארגעסן דעם מאמענט ווען ווען זיי זענען געזיצן מיט'ן רבי'ן פרייוואט. דאס איז געווען אן היסטארישען פאסירונג פאר יעדן פון אינץ, דא, היינט.

און דער זעלבער צייט וואס דער גרויסער רבי האט אויפגענומען דעם עולם פרייואט, האט הרב נידערמאן אויך זיך דורך גערעדט מיט יעדן איינעם, נעמענדיג זייער אינפארמאציע, זיכענדיג צו העלפען יעדער איינציגער פערזאן מיט וואס אלס ס'מעגליך. אזוי אויך די אנדערע רבנים האבן אויך גערעדט מיט יעדן איינעם, און אויסגעהערט יעדן איינעם'ס קול איבער יעדע אישו וואס זיי האבן געוואלט ארויפברענגן – שטארקענדיג און זייענדיג מחזק יעדן איינעם.


די AW Sutherland (??? צ.ד.ז.) איז אנגעקומען אינמיטן פונעם מעמד, און די רבי האט זיך אינטער געהויבן און איהם באגריסט פאר די אלע גיטע זאכן וואס ער טוט דא פאר די גאנצע אידישע געמיינדע, און אויך באדאנקט די אלע טשאפלעין'ס פאר אלעם וואס זיי טוהן פאר אינץ דורך'ן גאנטצ'ן קלייכדיגן יאר. די גרויסע רבי האט זיי אנגעווינטשן , און צוגעשטיפט זיי זאלן טוהן נאך און נאך פאר אינץ.

דעם טאג, כ"ף זיי"ן סיון- וועלן אלע פון אינץ געדענקען פאר אינזער גאנצער לעבן, און פארציילן פאר אינזערע קינדער איבער דעם טאג און די ברכות וואס אינץ האבן באקומען. יעדער איינער האט זיך באדאנק'ט און געוויטשען די גרויסער רבי פאר זיין גוטסקייט קומענדיג אונץ באזיכען און אינץ אנווינטשן. און אינץ אלע האפן מיר או ווארטן צו זען, אז אלע זיינע ברכות זאלן ערפילט ווערן און אינץ זאל מיר זען די ישועה פאר גאנץ כלל ישראל מיט משיח און גיכען. (לשון ר' מ.י.)

די דארפסט מיך מוחל זיי אז דאס איז דעשריבן געווארן אין א שנעלקייט, ווייל די קאמפיוטער גייט אראפ, און איך וויל היינט פארטיגן, מיט דעם אלעם מער דעטאלן וועלן קומען שפעטער.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
צו די זאך
שר מאה
 
הודעות: 134
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 1:12 pm

Advertisement

הודעהדורך שמן למאור » מיטוואך יולי 06, 2011 5:10 pm

א גרויסן יישר כח צו די זאך
מורא'דיג עמאציענאל
א עקסטערע דאנק פארן איבערטייטשן
עס איז טאקע "צו די זאך"
שמן למאור
שר האלף
 
הודעות: 1641
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יוני 17, 2011 2:00 pm

הודעהדורך leiby » מיטוואך יולי 06, 2011 5:16 pm

שמן למאור האט געשריבן:א גרויסן יישר כח צו די זאך
מורא'דיג עמאציענאל
א עקסטערע דאנק פארן איבערטייטשן
עס איז טאקע "צו די זאך"
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטער
leiby
שר שלשת אלפים
 
הודעות: 3882
זיך איינגעשריבן: זונטאג נובמבר 16, 2008 11:08 pm
געפינט זיך: צווישן אידן

הודעהדורך מי חכם » מיטוואך יולי 06, 2011 5:25 pm

דאס איז א אימעיל פון תפיסה? מען לאזט דארט געהעריג עקסעס? און אויב שוין יא, פארוואס נישט אינסטאלירן אידיש אויף די קאמפיוטער'ס?
זיי האבן געוואלט קומען די ישמעאלים ח"'ו להשמיד להרוג ולאבד, האט מען געדארפט בעטן זיי זאלן נישט קיין כח האבן, ביז דערווייל קודם די גופים, קודם דערווייל מוז מען מתפלל זיין מ'זאל ניצול ווערן, ח"ו אז מ'הארגעט איז דאך שוין נישטא וואס צו רעכענען
מי חכם
שר האלפיים
 
הודעות: 2090
זיך איינגעשריבן: זונטאג מרץ 13, 2011 1:02 pm

הודעהדורך לאז געמאכט » מיטוואך יולי 06, 2011 5:29 pm

שמן למאור האט געשריבן:א גרויסן יישר כח צו די זאך
מורא'דיג עמאציענאל
א עקסטערע דאנק פארן איבערטייטשן
עס איז טאקע "צו די זאך"
אוועטער
לאז געמאכט
שר האלפיים
 
הודעות: 2153
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דצמבר 14, 2007 11:55 am

הודעהדורך leiby » מיטוואך יולי 06, 2011 5:45 pm

מי חכם קוק אין גראדערס אשכול איבער זיינע בריוון.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטער
leiby
שר שלשת אלפים
 
הודעות: 3882
זיך איינגעשריבן: זונטאג נובמבר 16, 2008 11:08 pm
געפינט זיך: צווישן אידן

הודעהדורך ים רויבער » מיטוואך יולי 06, 2011 5:54 pm

ווער איז ר' אלימלך ווייס?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com
אוועטער
ים רויבער
שר האלף
 
הודעות: 1901
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 2:13 pm

הודעהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 06, 2011 5:57 pm

א אינגערמאן פון וויליאמסבורג וואס האט זיך שטארק אריינגעלייגט אין די מצוה פון באזוכן אידן אין טורמעס.
אוועטער
קרעמער
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 28243
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 25, 2006 11:34 am

הודעהדורך ארעסטאנט » מיטוואך יולי 06, 2011 6:11 pm

א גרויסן ישר כח צו דער זאך פארן אהערברענגן דעם רירענדען בריוו און איר איבערטייטשן אויף אידיש. נישטא די ווערטער זיך פאסיג אויסצודרוקן נאכן ליינען די שטורעמישע ווערטער, נאר "המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה"!
אוי מענטשעלע טראכט נאר אריין גוט, אז דו האסט שוין יא אזא גאלדענע מינוט, יעדע בקשה הערט מען אויס פון דיר אויס, אדוני המלך! געב נאר א שריי, נעם מיך ארויס אויף די פריי, וואלסטו ווען גלייך מאפילה לאורה ארויס! (פזמון ניגון "גאולה" צאלי גאלד)
ארעסטאנט
שר האלף
 
הודעות: 1781
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:55 pm
געפינט זיך: בעסער אז מ'רעדט נישט..

הודעהדורך שאלת_חכם » מיטוואך יולי 06, 2011 6:14 pm

ארעסטאנט אפשר שרייבסטו אונז אויך א בריוו? שוין לאנג נישט געווען עפעס ממשות'דיג פון דיר
שאלת חכם חצי נחמה
שאלת_חכם
שר חמש מאות
 
הודעות: 996
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 06, 2011 3:46 pm

הודעהדורך ארעסטאנט » מיטוואך יולי 06, 2011 6:34 pm

העמיר ווארטן דער רבי זאל קומען באזוכן..
אוי מענטשעלע טראכט נאר אריין גוט, אז דו האסט שוין יא אזא גאלדענע מינוט, יעדע בקשה הערט מען אויס פון דיר אויס, אדוני המלך! געב נאר א שריי, נעם מיך ארויס אויף די פריי, וואלסטו ווען גלייך מאפילה לאורה ארויס! (פזמון ניגון "גאולה" צאלי גאלד)
ארעסטאנט
שר האלף
 
הודעות: 1781
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:55 pm
געפינט זיך: בעסער אז מ'רעדט נישט..

הודעהדורך פינטעל » מיטוואך יולי 06, 2011 6:36 pm

שכח צ.ד.ז, זייער אינטערעסאנט!
איך בין איבערגענומען.
פינטעל
שר חמש מאות
 
הודעות: 602
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דצמבר 22, 2009 5:41 pm

הודעהדורך וויכטיג מאכער » דאנערשטאג יולי 07, 2011 1:24 am

יישר כח צו דער זאך, זייער א שיינער בריוו.

טייערע יודן, מ'טאר קיינמאל נישט פארגעסן פון אונזערע ברודער וואס זיצן נעבעך איינגעשפארט אין די תפיסות! זיי פרייען זיך צו יעדן בריוו! יא יעדע בריוו יעדע באזוך מאכט זיי גוט שפיהרן! מ'קען זעהן פון די ווערטער ווי גוט אזא באזוך איז פאר זיי, נעמט אראפ פון די פרייע צייט צו גיין באזוכן, אדער שיקן בריוון צו די צובראכענע יודן!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!
אוועטער
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 14858
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מרץ 12, 2008 5:21 pm
געפינט זיך: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

הודעהדורך סמארט » דאנערשטאג יולי 07, 2011 10:17 am

wow אזוי מעכטיג אראפגעלייגט, און שכויעח פאר די טרענסלעישען

טאקע א לימוד פאר אונז ווי שטארק די אידן ווארטן אויף סיי וואספארא גריס פון דרויסדיגען וועלט, מ'וואלט טאקע געדארפט אראפנעמען אביסל צייט צו גיין באזוכען די אידן

אפשר קען איינער ברענגען א ליסטע פון תפיסות אין די שכינות, און אויך אנדערע דיטעילס ווען מען מען גיין, וכו'
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it
אוועטער
סמארט
שר חמש מאות
 
הודעות: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 05, 2011 9:50 am
געפינט זיך: נו.... גילוי!!

הודעהדורך moshele11211 » דאנערשטאג יולי 07, 2011 10:55 am

סמארט האט געשריבן:wow אזוי מעכטיג אראפגעלייגט, און שכויעח פאר די טרענסלעישען


אפשר קען איינער ברענגען א ליסטע פון תפיסות אין די שכינות, און אויך אנדערע דיטעילס ווען מען מען גיין, וכו'

קודם עפעס
viewtopic.php?f=3&t=7543&hilit=%D7%91%D7%A8%D7%99%D7%95%D7%95+%D7%AA%D7%A4%D7%99%D7%A1%D7%94%2C
אוועטער
moshele11211
שר האלף
 
הודעות: 1077
זיך איינגעשריבן: זונטאג דצמבר 26, 2010 2:18 pm

הודעהדורך דעפרעסט » דאנערשטאג יולי 07, 2011 11:15 am

א גרויסן יישר כח הרב צו די זאך, כ'האב עס געליינט מיט פארטרערטע אויגן, זאל שוין די רבוש"ע זיך דערבארעמען אויף אחבנ"י הנתונים בצרה ובשבי'.

אגב, אין די מעלות דעם חודש ציטירט איינער א בריוו וואס ער האט באקומען פון די אסורי יאפאן, און ער לייגט צי די פונקטליכע אדרעסן זיי צי שיקן בריוועלעך, מ'דארף גארנישט שרייבן עפעס ספעציעל סתם וואס ס'קומט אייך אויף אין געדאנק, מעשעלעך, ווערטלעך, און בעיקר חיזוק אויף סיי וועלכע פארמאט, מצוות און זכותים נפלאים וואלגערן זיך אוטער די פיס, מ'דארף עס נאר אויפהייבן.
דעפרעסט
שר חמש מאות
 
הודעות: 718
זיך איינגעשריבן: זונטאג מרץ 27, 2011 1:51 pm

הודעהדורך והוא פלאי » דאנערשטאג יולי 07, 2011 11:17 am

מיר האט א חבר א יושב געזאגט בשעת'ן באזוכן, אז קומן באזוכן איז פדיון שבויים ממש, פאר פאר די וויילע וואס מען איז דארט נעמט מען דעם מח במקצת ארויס
און אביסל פריער פדיון שבויים איז אויך א גרויס חשיבות
למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר האלפיים
 
הודעות: 2497
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2009 2:18 pm

הודעהדורך חיים של פרנסה » דאנערשטאג יולי 07, 2011 6:30 pm

אונז איז אויסגעקומען צו גיין באזוכן איינמאל די אידן אין א זמן שמחה, ווען מען האט אריינגעלאזט מוזיק, איך קען אייך נישט מסביר זיין גענוג ווי אזוי עס פילט,

אגב, עס איז א גרויסע ענין אויב איינער איז קאנסידערד א בן תורה, און נאך דערצו אויב ער גייט מיט א אנדערע היט ווי א סאטמערע שטאפענע אדער ביבער היט, איז די מצוה נאך גרעסער,

עס זיצן דארט ליטווישע, ערענסטע בני תורה, וואס זענען אנגעקומען פשוט ווייל מיר אלע ווייסן ווי די לעכער אינעם סיסטעם איז, און זיי האבן נישט געוואוסט דאן, און יעצט קומען אן די חסיד'ישע זיי צו באזוכן, זיי שעמען זיך אזאנס שטארק צוליב דעם וואס די פלאטשיגע חסידים זענען די אויסענווייניגסטע און זיי די בעסערע זענען נאך אלעם אנגעקומען אין תפיסה און מוזן צוקומען צו אונזער חיזוק,

איך בין געגאנגען מיט איינעם וואס גייט מיט א האמבורגע היט, און געלערנט אין אזאנע ישיבות וואס זיי האבן געפילט אנגענעם מיט איהם, עס איז געווען א שטארקע זאך,

דערנאך האבן מיר געזען ווי ענערגישע מענטשן זעהען אויס ווען זיי זיצן.... אז עס האט זיך מיר פארווילט אויפגעבן אלע מתנות פון אנקל סעם....

זיי האבן זיך גענומען טאנצן, און טאנצן און טאנצן.... מען האט געזען זייער א גרויסע שינוי, כבין זיכער אז זיי זענען געזונט געווארן,

זיי זעצן זיך צו נעבן א היימישן נאר כדי צו זיצן נעבן א מענטש פון מיין ביהמ"ד.... אזוי פארווארפן שפירן זיי זיך.

זאל דער אויבערשטער העלפן מען זאל נישט וויסן.

און ווער איז ראביי קליין?
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
חיים של פרנסה
שר מאה
 
הודעות: 156
זיך איינגעשריבן: דינסטאג ספטמבר 15, 2009 5:23 pm

הודעהדורך געלעגער » דאנערשטאג יולי 07, 2011 11:32 pm

איך האב א שטארקע געפיל צו גיין באזוכן אין תפיסה. אויב וועט עס צושטאנד קומען וועל איך אי"ה מיטטיילן
אוועטער
געלעגער
שר תשעת אלפים
 
הודעות: 9350
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 17, 2009 4:52 pm

הודעהדורך ארעסטאנט » דאנערשטאג יולי 07, 2011 11:49 pm

חיים של פרנסה האט געשריבן:
און ווער איז ראביי קליין?


ר' משה וואלף קליין הי"ו - דרייווער פון רבי'ן שליט"א
אוי מענטשעלע טראכט נאר אריין גוט, אז דו האסט שוין יא אזא גאלדענע מינוט, יעדע בקשה הערט מען אויס פון דיר אויס, אדוני המלך! געב נאר א שריי, נעם מיך ארויס אויף די פריי, וואלסטו ווען גלייך מאפילה לאורה ארויס! (פזמון ניגון "גאולה" צאלי גאלד)
ארעסטאנט
שר האלף
 
הודעות: 1781
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:55 pm
געפינט זיך: בעסער אז מ'רעדט נישט..

הודעהדורך געלעגער » דאנערשטאג יולי 07, 2011 11:56 pm

ראביי קליין??? טשי לא לא
אוועטער
געלעגער
שר תשעת אלפים
 
הודעות: 9350
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 17, 2009 4:52 pm

הודעהדורך ארעסטאנט » פרייטאג יולי 08, 2011 12:17 am

ס'קיינמאל נישט צי שפעט, ער האט זיך גענומען אויף דער עלטער..

ליצנות אין א זייט. ווארשיינליך שרייבט דאס ר' מרדכי יצחק וויבאלד אפיציעל הייסט דער באזוך א וויזיט פון רבנים, און וויבאלד די תפיסה באאמטע ליינען די אימעיל'ס, האט ער יעדן באטיטעלט ראביי. כנלע"ד.
אוי מענטשעלע טראכט נאר אריין גוט, אז דו האסט שוין יא אזא גאלדענע מינוט, יעדע בקשה הערט מען אויס פון דיר אויס, אדוני המלך! געב נאר א שריי, נעם מיך ארויס אויף די פריי, וואלסטו ווען גלייך מאפילה לאורה ארויס! (פזמון ניגון "גאולה" צאלי גאלד)
ארעסטאנט
שר האלף
 
הודעות: 1781
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:55 pm
געפינט זיך: בעסער אז מ'רעדט נישט..

הודעהדורך גראדער » פרייטאג יולי 08, 2011 4:37 am

זייענדיג אסאך מאל ביי ר' מרדכי יצחק'ן באזוכן און קענענדיג דעם מצב פון דער נאנט, האט מיר דער בריוו געברענגט טרערן אין די אויגן.

זיצנדיג על סיר הבשר אינעם ווייכן רעקליינער קענען מיר זיך נישט פארשטעלן וואס דאס הייסט זיצן פארשמאכטעט אין תפיסה, מיר באגרייפן נישט וואס דאס מיינט פאר אן אסיר צו באקומען א לעבעדיגן גריס פון די דרויסענדיגע וועלט, ב''ה אין די לעצטע יארן פארמערן זיך ארגענעזאציעס וואס טוען מער מחי' צו זיין די צובראכענע נפשות, שכרם הרבה מאוד!
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטער
גראדער
שר האלף
 
הודעות: 1095
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2009 5:06 pm
געפינט זיך: אין די הויזן

הודעהדורך פאטאקי08 » מיטוואך ינואר 30, 2013 6:49 pm

BS"D Yom Alef l'Seder Kabalas HaTorah, Parshas Yisro, 16 Shvat 5773, Jan. 27, 2013

What Was My Purpose Being In The SHU?

Hashem has many reasons why He put me in the SHU, and I'm sure I don't understand all of the reasons. But one of the things that I do understand and which I saw, I would like to write you about. The reason I write this one before the other subject is because I have a message for you regarding this topic.

When they put me in the SHU, I knew I had something to do there, but I asked Hashem to please help me to fulfill my shlichus over there. There happened to be another Yid in the SHU as well, whose name is Moshe Levy. When he was notified that I was in the SHU, he sent a message to me that I should try to get into the same room as him, and he even tried to make these arrangements by speaking with officers and lieutenants. When they offered me to move in with him, for many reasons I said I didn't want to go. A few reasons were because if I had to be with him, and he doesn't eat kosher, or if he does something improper on Shabbos, I don't want to sit and see these things with my eyes. And from the other side, I can't tell him not to eat non-kosher, as the kosher food they give there is very little and terrible. So in such a difficult time, it's so hard to say something to someone. And as I said, I have other reasons which I don't want to mention here.

It happened to be that I was with a goy and he was already in the SHU for 17 months. This man was about to go home in 3-4 months. They didn't want to let him back out on the compound before he left. And they also didn't want to transfer him to another prison as his time was short. Therefore they were keeping him in the SHU here. He was with me, and I offered him that he should try to ask what's the reason they don't let him out. He'd only be here for a short time on the compound. So by encouraging him to try, he didn't have anything to lose by trying to ask, as a person never knows what will happen. Therefore when the executive officials come each week, as you shall read later in another email, then people have a chance to ask any question of the executives. So the first week I was there, he asked why he should remain in the SHU? They should give him a chance to be out for the little time left after being so much time in the SHU. The answer was an outright "NO!". The following week he tried asking again. At that time, it was a not as big "No.". And they said they'd think about it. The third week, the answer was that it's a good chance. The fourth week, as the executives were making their "tour" of the SHU, they told him that he'd leave that very day! He didn't believe it, but in fact he left that day and went out from the SHU, and then I was alone in the cell.

The reason I mention this issue is 2 reasons:
1) A man has to know to never give up, and always try.
2) Maybe the reason they let him out was this would automatically lead to the next step that would occur, as you shall read further, be"H.

So after this, when I was alone in the cell, they came again to ask me if I want to be with the other Yid mentioned previously. I was thinking over what to do, maybe I have to go, but after thinking, I said no again.

Two days later, on Friday, they came to tell me, giving me an order that I had to move. So if they gave an order, there's anyways nothing to challenge. And if this is what Hashem wants, this is what I have to do, and accept it with love. When I get an order, I have no doubts as this is what Hashem wants.

As I came to the room, he welcomed me so warmly. And I saw his happiness. You cannot imagine how happy and excited he became. And this made me feel I was wrong in my previous decision not to go with him. Furthermore, from his own will, he decided to eat kosher and be observant. And I didn't even have to tell him. And after when I realized he was so happy, I had much regret and pain why I didn't do this before. I was thinking to myself, to have this merit to make a Yid happy in the SHU to such a great degree, there's no greater mitzvah. And I was thinking, maybe my whole reason to be in the SHU could have been for this. Further, I'm thinking, after being in the SHU so long, I still hadn't seen the DHO (a committee to hear the charges and have a ruling on the charges), and usually a person sees them after maybe 2-3 weeks at the most. So maybe it's all due to this. As the reason to be in SHU was to make a Yid happy.

So the time they brought me there was Erev Shabbos Kodesh, and we made a fine Shabbos, according to the circumstances. Although there's nothing that we have inside. But we say, yismichu b'Malchus'cha Shomrei Shabbos (rejoice in Your Kingship shall those who observe the Shabbos). I heard this from my father many times, he said in the name of the Holy Rizhiner, zy"a. The Holy Rizhiner was in jail - he said, what does this phrase of yismichu mean? We're happy Shabbos having all good things - good food, nice clothes, we don't work. There's lots of things happening Shabbos to be happy about. What's the yismichu b'Malchus'cha (rejoice in Your Kingship) mean - that I'm happy only with "b'Malchus'cha" (in Your Kingship)? So he said, in jail we have nothing else to be happy with, only with the Kingship of Hashem. So we tried to be happy the whole Shabbos and study. We're Yidden and we need to fulfill the Shabbos as Hashem instructed us.

By the way, all week we davened 3 times/day together. After davening, we danced. He was so excited with everything. So every day I was thinking that I was wrong with my former decision, and I had regret that I didn't come before.

So in concluding, being together with a Yid, I was happy every moment making a Yid happy there. There's no question it's a merit and mitzvah which no one else can do. This mitzvah to make happy a Yid in SHU, it's not easy, and not everyone can do - a person has to be in the SHU to fulfill this mitzvah.

So after Shabbos I was thinking, ok, I'm here and now I've fulfilled my mission. But no, it wasn't enough. It was Friday morning, a full week later, that I was called to the DHO. After seeing DHO, they dismissed all charges. Some of the charges they didn't even bring to the DHO (they were thrown out earlier).

After coming back from DHO, I didn't know if I'd be out right away, or maybe it'll take a day or 2 or more. So when I came back, I gave the news to Moshe Levy. And I told him that I'd be happy to stay for Shabbos with him. To help you understand, it's very difficult to leave the SHU right before Shabbos. A person has nothing prepared, all of his property is in disarray, etc. So I told him, I hoped I'd be Shabbos with him. But as I was talking with him, the AW stopped by, and we had a big discussion, and at the end of the discussion it was clear I'd be there another week (or at least a few days). So I told Moshe that we'd start to prepare for the Shabbos, clean the room, and have the full plan for Shabbos.

We cleaned the room, says l'kuvod Shabbos Kodesh. We had a tiny table which we covered. In the middle of the cleaning, they came to me and told me "pack your stuff", and they kicked me out. I couldn't stay for Shabbos. Obviously, I was very excited and happy, but from the other side, it wasn't easy for this other Yid.

So I thought to myself what I can do. I ask you all to please help me in this. You can write him a letter. By writing him a letter, you cannot imagine how big and important it is. I'm sure every one of you, if I could display a video to you, how every day we wait for mail, and how happy we are to see we get a letter... We read it and study it. Every person would write at minimum one letter. So I'm here to let you know you have the opportunity to help a Yid in this situation. And it's even better to be a short letter - 1 page or even just a little note. By sending him a letter, it would make me feel better, as I left him alone. By sending him a letter, you shine a light into the deep darkness.

I shall give you Moshe Levy's information. He's 46 years old. You have to write him only in English. And to be fair, only a one page letter. The following is his information to write:

Michael Levy #63749-053
FCI Ft. Dix - West
P.O. Box 2000
Ft. Dix, NJ 08640

Please, if you tell me you sent him a letter, you'll make me happy too. And you can encourage other people to write too. So if you send him a letter, please send me an email letting me know that you did. You can also write him regards from me. You can write him that I encouraged you. Whatever you feel to write is good. You don't have to put what I recommend. A half page, or whatever you do is good - in English.
אוועטער
פאטאקי08
שר שמונת אלפים
 
הודעות: 8466
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 12:30 pm
געפינט זיך: בקרוב אין וואשינגטאן

הודעהדורך פאמיליעמירעלס » מיטוואך ינואר 30, 2013 7:03 pm

וואס מיינט SHU
פאמיליעמירעלס
שר חמש מאות
 
הודעות: 925
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:31 am

קומענדיגע

צוריק צו אידישע און וועלטליכע נייעס

ווער איז אריינגעסיינט

באנוצערס וואס זענען איצט אין די פארום: איפה פייביש, אשמרה לפי מחסום, בערקא, גליטשעדיג, חייקל, יענקעלע, כאפצעם, מי חכם, מיסטעריעז, מעקל און 31 געסט

  • Advertisement